אישתישבי האט געשריבן:איינציג ביסט זייער גערעכט אז די בעל הבית פין די מוסדות האבען א רעכט נישט אנצונעמן וועמען עס שמעקט זיי נישט, און אפילו מיט א תירוץ אז זיין נאז געפעלט אים נישט.
די שאלה וואס מען איז דן איז אבער אויב זיי זענען רשעים אדער נישט. נישט צו זיי האבען א רעכט.
יעצט איז אזוי, אוודאי איז דא פעלער וואס א בחור באלאנגט נישט אין ישיבה, נישט קיין ספק. טוהן זיי אבער נאר דאס ווען זיי מוזען? זאגען פיל מענטשען, וגם אני בתוכם, אז זיי זענען רשעים אסאך מאל, און בחורים וואס מען וואלט געקענט האלטען זיי זאלן זיין בעלי בתים שותו"מ ווערען געווארפען צו די הונט.
און לדעתך דארף דער חינוך זיין אז עס איז א הפקר וועלט, עס זענען נישטא קיין קאנסעקווענצן, ער קען טין כל מה שליבו חפץ און דער מנהל דארף דארט שטיין מאכטלאז כדי דיר צו געפעלן, איך דאנק דעם באשעפער אז דו ביסט נישט דער מנהל אדער מחנך פון מיינע קינדער...
דער חובת התלמידים אין זיין הקדמה באציט זיך צו די וואס טענה׳ן אז די אלע ארויסגעפאלענע בחורים האבען א בחירה און זיי זענען שולדיג פאר זייערע מעשים, נישט די ישיבות. ער זאגט אז דער עצם יסוד פון א ישיבה איז אז מ׳איז מחנך די תלמידים, און אזוי מוז עס גייען מרבי לתלמיד. ווען מ׳זאגט אז דער בחור איז שולדיג, הייסט׳ס זיך אפגעשאקעלט פון די אחריות פאר איהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער דארף נישט שטייען מאכטלאז. ער קען זוכען עצות וויאזוי מחנך צו זיין דער בחור אז ער זאל זיך אויפפיהרען ווי ער דארף. ער קען טרעפען וועגען אריינצוווארצלען דער ריכטיגע הנהגה ביי איהם אין הארצ׳ן.
דער חובת התלמידים אין זיין הקדמה באציט זיך צו די וואס טענה׳ן אז די אלע ארויסגעפאלענע בחורים האבען א בחירה און זיי זענען שולדיג פאר זייערע מעשים, נישט די ישיבות. ער זאגט אז דער עצם יסוד פון א ישיבה איז אז מ׳איז מחנך די תלמידים, און אזוי מוז עס גייען מרבי לתלמיד. ווען מ׳זאגט אז דער בחור איז שולדיג, הייסט׳ס זיך אפגעשאקעלט פון די אחריות פאר איהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איז דען די פראגע ווער עס איז שולדיג? די פראגע איז נאר צו ער מעג אדער דארף עם האלטן אין די ישיבה ווען לפי דעתו איז ער א שטער פארן חינוך פון די אנדערע תלמידים, לפי אלע מחנכים און מנהלים טאר מען נישט האלטן א תלמיד וואס כלו כל הקיצין, מען האט אסאך פראבירט און עס האט גארנישט געהאלפן, ריגארדלעס פון ווער עס איז שולדיג.
או אינו האט געשריבן:איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד
איך כאפ נישט דעם פראבלעם? דו כאפסט נישט דעם פראבלעם!!! מיט יעדע תגובה ווערסטו נאר ללעג ולקלס, וויאזוי שרייבסטו "די אלע איינגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג וויאזוי מחנך צו זיין" הייסט דאס דו ווילסט דווקא שיקן דיינע קינדער צו די ישיבות וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג אין חינוך, דו וואלסט געדארפט קישן די פיס פארן מנהל -וואס פארשטייט נישט צו חינוך- פארן אהיים שיקן דעם בחור, דער בחור דעזערווט בעסערס, און ווער זענען די מבינים? נישט די 99% צופרידענע תלמידים, נאר די פאר ארויסגעווארפענע, די גרף של רעי פון די ישיבות זיי פארשטייען צו חינוך, וואס זאל איך דיר זאגן? I REST MY CASE.
דיין געשרייבאכצער שרייט אז דיין סוב-קאנטשעס מיינד בייציט זיך צי א קינד וואס זיין באנעמונג איז חוצפה'דיג אין שלעכט מתוך א נפש אין א מהות רע. די גרופע איז טאקע נישט מער ווי איין פראצענט. מיר באציען זיך צי קינדער/בחורים וואס זייער לעוועל איז נישט at full speed וואס די ישיבה וואש מאשין פארלאנגט. אין וואס מיר פארלאנגען איז אז א יעדער מלמד/טיטשער זאל דארפן האבן א געוויסע דעגרי אז ער איז ראוי לאותו איצטלא. אויטאמאטיש וועט די סיסטעם ווערן א ברייטערע פעלד וואס מער קינדער קענען קאנעקטן אין האבן א פרידליכע גליקלעך לעבן. עפרא לפימך פאר אנרופען מענטשן גרף של רעי. אין אוואדאי אויף יודישע קינדער.
אין גיב א קוק!! דיין באנעמונג איז וואס ווייטאגט, אין איז א לעבעדיגע מוסטער וואס קומט פאר אין די היימישע מוסדות. אסאך קינדער קענען נישט שרייבען אדער לייענען אדער קאמפיוטען מיט איינמאל הייסן. די ריספאנס פינעם סיסטעם איז אז די ביסט א גרף של רעי
או אינו האט געשריבן:איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד
איך כאפ נישט דעם פראבלעם? דו כאפסט נישט דעם פראבלעם!!! מיט יעדע תגובה ווערסטו נאר ללעג ולקלס, וויאזוי שרייבסטו "די אלע איינגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג וויאזוי מחנך צו זיין" הייסט דאס דו ווילסט דווקא שיקן דיינע קינדער צו די ישיבות וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג אין חינוך, דו וואלסט געדארפט קישן די פיס פארן מנהל -וואס פארשטייט נישט צו חינוך- פארן אהיים שיקן דעם בחור, דער בחור דעזערווט בעסערס, און ווער זענען די מבינים? נישט די 99% צופרידענע תלמידים, נאר די פאר ארויסגעווארפענע, די גרף של רעי פון די ישיבות זיי פארשטייען צו חינוך, וואס זאל איך דיר זאגן? I REST MY CASE.
די לייגסט אראפ אן הנחה אין די שפילסט עס איבער אגאנצן צייט, מרעדט פון א ווילדע בחור א רעבעל, פארדארבן, מאכט משכב זכר מיט יעדע פיפטע בחור, גנבעט געלט פון רייכע בחורים'ס טאשן, וכו' אלע עקסטערעמע פאלן, אלעס כדי צי מצדיק זיין דיין מהלך המחשבה, און ווער רעדט נאך אז די האסט געלערענט אין סאטמאר וואס עס איז נישט דא קיין איין נארמאלע מגיד שיעור. און די גאנצע ישיבה אינדוסטרי איז צי ברידזשן די 13 יאר מיט א שידוך,
הער אויס, רוב בחורים אפילו אין סאטמאר קענען ווען בלייבן דארט ווען די מנהל איז ווען א נארמאלע מענטש אין האט די נויטיגע כלים, נאר עס איז נישט דא פון וואס צי רעדן, ווען מען ארבייט ווען מיט דעם בחור וואלט די גאנצע זאך אויסגעקוקט אנדערש,
ביי די וועי אז די ווילסט הערן א מעשה איבער חינוך אין נישט וויצן פון סאטמאר רבין, האט מיר איינער פארציילט אז עס איז געווען א משגיח טאקע אין סאטמאר, וואס אין דארמיטארי האבן די צעלאזטע בחורים וואס מען דארף ארויסווארפן געמאכט גערודער ביז שפעט ביינאכט, איז מען האט זיי געווארנט אזוי די פארשטייסט אז מען ברויכט טון, און די גוטע בחורים געהאט טענות אז מען ברויכט קענען שלאפן וכו, איז די משגיח געגאנגען אין געקויפט פאר די גוטע בחורים א נאוז מעיקאר אז זיי זאלן נישט הערן קייין גערודער, ווי עס קען זיין אנדערש נאכדערצי אין סאטמאר דארף איך דיר נישט מסביר זיין, מקען טרעפן א וועג אויב מוויל עס מאכן ארבייטן
ווען מ'האט א קאמפאני ישיבה, און די הנהלה ווייסט אז זיך מתחצף זיין צו זיי איז די ארגסטע, במקום זיך אומקוקען צו זיי ערפיהלען טאקע זייער פליכט, בלייבט די בליק שוין אויף יעדער בחור צו ער האט ערפיהלט זיין פליכטן. אנשטאט אז די הנהלה זאל האבן די חיובים צום בחור, האט גאר דער בחור חיובים צו די הנהלה! אז ס'איז בעסער פאר'ן בחור זיך צוצושטעלען, זענען זיי גערעכט אז ער זאל, פאר זיינעטוועגען. אבער אז ס'קומט זיך זיי כבוד בלויז ווייל אזוי, איז סתם א פסיעה על ראשי עם קדוש.
או אינו האט געשריבן:איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד
דו כיפערסט דא ווערטער, אבער ס׳איז מעגליך אז מ׳קען פארשטייען פון דיין ווערטער אז לוצערן איז עפעס אן אויפריכטיגע ישיבה געווען. ס׳האט נאך קיין שום ישיבה אין היסטאריא נישט ארויס געווארפען אזויפיהל בחורים ווי לוצערן, ויש עוד מה לדבר......
איך האב מיך באצויגן צים ראש ישיבה זעלבסט, אין ארויסברענגן אז ווען מ'איז אליינס א מוסטער דארף מען נישט זיין קיין מחנך בפועל. די אנוועזנהייט אליינס פאדערט צי שטייגען.
איך שרייב ווען איך האב עקסעטרע מינוטן. אנטשולדיגט פאר גרייזען. ענגליש וואלט ווען גרינגער געמאכט.
איינציג האט געשריבן:אמת, די ישיבה גדולה איז שוין ווי נעילה ביום הקדוש, יעדער קיקט שוין אויפן זייגער, א 17-18 יעריגער בחור איז שוין גיט אויסגעקנעיטן, על פי רוב איז שוין זייער שווער דארט עהם אנצוהייבן מחנך זיין, דארט איז דער דזשאב פונעם בחור ווי אויך פונעם משגיח און מנהל צו זעהן אז יעדער בחור כפי השגתו זאל ממשיך זיין מיט זיינע בחור'ישע יארן בין דער גליגליכער מינוט קומט אן בשעה טובה ומוצלחת און דער בחור ווערט א חתן, אלגעמיין איז דארט נישטא קיין שום עקסטרע פראבלעימען מיט א בחור, אפילו מיט די שוואכע בחורים, א בחור וואס שטעלט זיך צו מער ווייניגער כפי יכלתו וועט קיינמאל נישט האבן קיין פראבלעמען, אפילו ווען ער איז נישט פון די גרעסטע מצויינים, דער פראבלעם איז נאר מיט די מחוצפים, די דווקא'דיגע בחורים וואס האלטן זיך נישט ביים מינימום צושטעלן צו די תקנות וסדרי הישיבה, און דאס הייסט דער גרף של רעי, אזא בחור האט נישט קיין פלאץ אין די ישיבה, מיט זיין אויפירונג פארדארבט ער אנדערע, און דער מנהל האט א פליכט עם משלח צו זיין, יא, מען קען ברוגז זיין פארן אנרופען א אידיש קינד גרף של רעי, אבער ווען מען רופט אן ערליכע וואוילע מנהלים, מגידי שיעור און משגיחים מיט די ערגסטע לשונות של גנאי, פיל איך נישט באזונדער שלעכט פאר אנרופן די רעבלס גרף של רעי, דער פאקט איז, אז אין פערזענדליכן לעבן ווען איך רעדט מיט לעבעדיגע מענטשן פון דעם נושא איז זייער מאדנע, רוב נארמאלע וואוילע ערליכע אידן וועלן פארשטיין אז די מנהלים פראבירן דאס בעסטע און זיי וועלן קיינמאל נישט באשילדיגן דעם מנהל מיט רשעות ואכזריות, אפילו מען אמאל טענות אויף א מנהל איז דאס אויך איידל און רוהיג, די אלע וואס שרייען און פארפירן אויף "אלע" מנהלים, "אלע" משגיחים, און "אלע" מחנכים, זענען אליין פונעם גאר שוואכן סארט, זיי פארשטייען אז דער בחור איז אבסעלוט קיינמאל נישט שולדיג ווייל ער האט נישט קיין חשק התורה... און דער מנהל וואס ארבייט זייער שווער צו האלטן די ישיבה אין די ראמען איז גאר דער רשע מרושע און בלוט צאפער, ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט נישט געפאשט די ריכטיגע באטענס החינוך, עולם הפוך ראיתי,
ובזה גמרתי מיינעתגובות אין דעם נושא, מיט א וואונטש אז יעדער איינער זאל זעהן פון אלע זיינע יוצאי חלציו מלא חפניים נחת דקדושה, מען זאל נישט האבן קיין צער גידול בנים, און מען זאל נישט דארפן באשולדיגן קיינעם, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות בב'א.
ווען דו האסט גע'עפנט די אשכול האב איך געטראכט צי ווילסט הערן צי די ווילסט זאגן, יעצט איז עס גאנץ קלאר, אויסצופירן וויאזוי דו האסט אויסגעפירט האסטו דיך אראפגעמאלן ווי א קליין קאפ, כאטש וואס איך האלט אז עס איז דא צדדים לכאן ולכאן לדעתי, ווייס איך אויך אז עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס, און די ישיבות האבן זיך אסאך בעסערן אפילו צימאל הצדק איתם, ווייל מ'האנדלט מיט מענטשן נישט מיט פלייש.
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין געווען אביסול איוואלווד אין א פרשה ווי א בחור פון א "פארטייאישע ישיבה קטנה" האט נישט געטויגט. פאר'ן נייעם זמן האט די טאטע פון בחור באקומען א מעלדונג אז זיין בחור דארף זיכן א נייע פלאץ. פארשטייט זיך אז ער האט געהאט א שווערע ארבעט צו פלאצירן זיין צדיק'ל און ס'קומט ר"ח חשון און דער בחור האט נישט ווי צו גיין. מיט גרויס פראטעקציע נאכ'ן איבערדרייען א וועלט האט די מנהל אים צוריק גענומען בתנאי כפול אז ער וועט זיך צושטעלן צו תקנת הישיבה. גייט נישט אריבער א וואך און די מנהל טרעפט די בחור אין א רעסטוראנט ביי לאנטש, א זאך וואס די ישיבה האט בפירוש גע'אסר'ט אז מ'טאר נישט ארויסגיין פון בנין הישיבה אינמיטן טאג. די בחור איז אהיים געשיקט געווארן און האט נישט קיין ישיבה.
וואס זאגט איר צו אזא מעשה?
אלע עלטערן ווילן אז ס'זאל זיין א השגחה אויף בחורים און זיי זאלן זיך נישט קענען דרייען אין די גאסן אינמיטן טאג. די תקנת הישיבה איז זייער פארשטענדליך און דארף אינפארסירט ווערן. פונדעסוועגן זענען דא אזעלכע וואס שימפן היתכן מ'לאזט צו אז א בחור זיצט אינדערהיים אן א ישיבה?!
וואס איז די סאלושען?
ווילסט א סעלושען? נאדער... די משגיח זאל מאכן א קנוניא מיטן בחור, איינס פון 10 וועגן וויאזוי דער בחור זאל קענען ארויסגיין אן עובר זיין אויף די תקנה, ווי איך ווייס אין סאטמערע ישיבות טוען עס אסאך משגיחים, אויב מען זעט אז א באחור גייט עניוועי אנפייפן די תקנה ארבייט מען מיט עם און מען לאזט עם און נאר ער אליינס ארויסגיין,
גענוג גוט? בסך הכל וויל מען אז דער ראש ישיבה זאל אראפקומען פונעם הויעכן פערד און פרובירן עס צי מאכן ארבייטן, וויאזוי עפעס זאל נישט ארבייטן דארף מען נישט קיין חכם,
איך האב הנאה ווי יעדער מאן דהוא ווייסט פונקטליך דעם ציל פון איינציג.
ווען איך האב אנגעהויבן, האב איך געהאט א ציל צו הערן דעם צד השני, און יא, אין מיין לעבן האב איך שוין אסאך מאל געטוישט מיין מיינונג ווען איך הער דברים של טעם, און איך האב באמת געוואלט הערן דעם אנדערן צד. למעשה דא האט כמעט קיינער נישט גענטפערט צו דער זאך, און די פאר וואס האבן געטנטפערט אפילו מיך אפצוווענדן האבן למעשה געהאלטן פונקט ווי איך. מיין סך הכל איז, אז ג' שותפים בבחור בישיבה, די הנהלה, די עלטערן און דער בחור, על פי רוב אויב ארבייט מען מיט פארשטענדענישן, און אז דער בחור מיט די עלטערן פארשטייען זייער מצב און פראבירן צו ארבייטן מיט די הנהלה זענען זיי על פי רוב מצליח, ס'איז נישט ריכטיג ווען מען ווארפט ארויף אלעס אויף די פלייצע פון די הנהלה, און די עלטערן מיטן בחור האלטן אז זיי קענען טוהן מה שליבם חפץ, און ווען די הנהלה ווערט פעד אפ און ווייזן דעם וועג פאר דעם בחור שרייט מען אז דער מנהל איז א אכזר, דער מציאות איז נישט אזוי, די הנהלה וועט ארבייטן זייער שווער זיי זאלן נישט צו קומען צו א מצב ווען זיי דארפן ווארפן א בחור, נאר זיי האבן נאך א פליכט, דאס איז כלפי טובת הישיבה און כלפי די אנדערע בחורים, אויב ווערט אנערקיע, דאס הייסט אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל און די הנהלה האט זילטש השפעה אדער קאנטראל אויף די ישיבה, דאן קענען זיי ארויף לייגן א שלאס אויף די ישיבה,
וואו דער ארויסגעווארפענער בחור זאל גיין דארפן טראכטן די עלטערן און דער בחור א טאג בעפאר מען ווארפט עהם, דער מנהל האט זיך שוין גענוג געמוטשעט מיט דעם בחור ביז היינט, יעצט זאל א אנדערע ישיבה האבן דעם פלעזשער, אביסל פארשטענדעניש און מיטארבייטן וועט פירן א לאנגן וועג, דאס איז מיין מיינונג און די מיינונג פון רוב מגיבים, אפילו די וואס ''מיינען'' אז זיי האלטן פארקערט פון מיר,
איך בין מודה, און איך האב דאס ערווענט אין מיינע פריערדיגע תגובות, אז די מנהלים דארפן תשובה טוהן אויפ'ן פאקט אז זיי האבן געמאכט ווי כאילו א יוניאן, עפעס א יד אחת מיט אנדערע מנהלים, ווי אנשטאט זיי זאלן ארבייטן אז דער ארויסגעווארפענער בחור זאל טרעפן א נייע ישיבה, און על פי רוב וועט דער טשענדזש ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, רעדן זיי צוזאם אויף דעם בחור כל דבר אסור און זענען גורם אז דער בחור זאל חלילה נישט זיין אין קיין שום ישיבה, דאס איז א עוון פלילי, און די מנהלים וואס פירן זיך אזוי וועלן פון גיהנם קיינמאל נישט ארויסגיין, זיי זענען דן דיני נפשות מיט רשעות ואכזריות,
גדולה השנאה שמקלקלת השורה, די שנאה צו די מנהלים ברענגט זייער אסאך בלבולים ושקרים און די ליינערס נעמען דאס אן פאר א פאקט, איינער פרעגט "וואו זאלן די צענדליגער אדער אפשר הונדערטער בחורים וועלכע ווערן קלאסיפיצירט אלס נישט מצויינים גיין"...?! כאילו מען ווארפט יעדן בחור וואס איז נישט בחזקת מצויין, איז דאס אמת? לא מיני' ולא מקצתיה, מען ווארפט נישט קיין בחור וואס איז נישט קיין מצויין, יעדע גרויסע ישיבה האט מצויינים, בינונים און שוואכע, מען ווארפט נישט קיין בחור פאר'ן זיין פון די שוואכע, מען ווארפט נאר איינעם וואס פייפט זיך אריין אין די הנהלה און טוט כל מה שלבו חפץ, און איך ווארט נאך איינער זאל מיר מסביר זיין צו מען דארף אדער מען מעג האלטן אזא בחור אין די ישיבה.
א צווייטער שרייבט: ''וואס דארפט איר מער די צוויי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קומערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19''. איז דאס אמת? געוויס ניין!!! האט איר אמאל געהערט פון שיעור ד' אין קרית יואל? דארט איז דא אריבער 100 בחורים פון איבער 19, און מען גיט זיך מיט זיי אפ מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין סאך, מען פארשטייט זיי, און אצינד האט מען געפענט אזא ישיבה פאר די יוצאי קווינס בנשיאות ובהנהלת רבי אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, סא, דער פאקט איז אז סאטמארע בחורים האבן ווי צו גיין, און איך האף אז ביי אנדערע חסידות איז די זעלבע זאך, פאר א בחור וואס איז גרייט צו זיין אין א מסגרת איז לכאורה נישט קיין גרויסער פראבלעם, דער פראבלעם איז נאר פאר די בחורים וואס בהפקירא קא ניחא ליה, זיי ווילן זיין אין די ישיבה ווי אין א האטעל, גיין און קומען ווען אימער זיי ווילן, און וואו אימער זיי ווילן, און קיינער זאל זיי נישט זאגן קיין דיעות, די בחורים האבן א פראבלעם, און על פי רוב זענען זיי זיך אליינס שולדיג, כן נראה לפי עניות דעתי, ביז איינער וועט מיר איבערצייגן פארקערט...
צא ולמד. וועסטו זעהן אז די נומבערס זענען ליידער העכער. איינציק טריי צי פארשטיין די אנדערע זייט. ספענד א טאג אין מוסד ליבנת הספיר אין ענליכס. ספענד א טאג אין א היימישע מוסד אין קוק וויפיל קינדער האלטן מיט דעם סדר היום. וויפיל פראדוקטיוו שעהן נעמט א קינד ארויס פין א טאג?? אין רוב זיצט ער אפילו א שעה א טאג כל אפו טעל חמתו האט דאס א נעגעטיווע אפעקט יארן שפעטער.