די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איינציג: איך האב נישט אדורכגעליינט דיין גאנצע דרשה. כ'האב נאר ארויסגענומען דעם תמצית. אז לשיטתך ארבעט די הנהלה מיט די עלטערן און דעם בחור. און ווען ס'איז שוין כלו כל הקינצן. און ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה ווארפט מען ארויס דעם בחור. אדער מ'נעמט איהם נישט צוריק.
איך ווייס פון א ספעציפישן פאל פון א בחור פון בערך 16 יאר וואס האט צוזאמען מיט זיין חבר פארשאפט א סמארטפאון (בעצם דער חבר האט עס געברענגט). נאכדעים איז דער חבר געגאנגען בבחינת יורד ומשטין ועולה ומקטרג, צום משגיח פון ישיבה און געמסר'ט אז דער צווייטער בחור האט געקוקט אויף א סמארטפאון און מ'האט איהם פארשיקט פון ישיבה. אן חקירות ודרישות ווער ס'איז געווען דער וואס האט עס בכלל געברענגט. אדער געבן דעם בחור א צווייטן שאנס מיט אזהרות...!

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
אויב איז דאס אמת, איז דער מנהל א רשע ואכזר, ער טאר קיין מנהל נישט זיין קיין איין מינוט לענגער! איך ווייס פון א מנהל וואס ארבייט איבער זיינע כוחות און לאזט זיך אראפ צום מצב פון דעם בחור און פראבירט מיט אימערמידלעכע כוחות צו זען אז א שוואכער בחור זאל זיך טרעפן דאס פלאץ אין די ישיבה, ער בעט זיך ביי די סארט בחורים שטעלט אייך צו כפתחו של מחט וועט איר זען אז מען וועט אייך נישט פייניגן, אבער ליידער טיט מען אזא מנהל נישט אפרישיעיטן, מען זעט נאר ווען עס קומט צו א מצב אז ער האט פראבירט אלע וועגן און עס ארבייט נישט, און איז ליידער געצווינגען משלח זיין דעם בחור, און יעדער שעלט עם, ווי איך האב געשריבן, "THERE ARE NO SIMPLE SOLUTIONS" ליידער איז אמאל דער צד גערעכט און אמאל יענער צד גערעכט, און אמאל ביידע... קיין שום איד זאל נישט וויסן פון דעם צער גידול בנים, איך פארשטיי און האב מיטלייד מיט די עלטערן, איך פארשטיי יענעם צד, און האב נאר געשריבן צו די וואס פארשטייען נישט דעם צד פון די הנהלה, און זיי האלטן אז עס איז דא נאר איין צד צו דעם פראבלעם, ועל זה אני מתאונן,
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס איז דער גאנצע ענין נישט דער מנהל צו יענער, נאר וואס דער געזעלשאפט ערלויבט. היינטיגע צייטען קען יעדער מנהל זאגען 'עה, דער בחור האלט ביי גארנישט' און מיט דעם אפפטר'ן זיין פליכט צו דער בחור. עס מאכט נישט אויס ביי וואס ער זעלבסט האלט. טאמער ערגעץ האט א מנהל געטוהן מער ווי ער דארף, איז עס א לפנים משורת הדין. אבער סאסייעטי לאזט צו א רשעות, און אויף דעם דארף מען שרייען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
נאך דיינע איינזייטיגע תגובות, איז פיל מער אקטועל מיינע אריגינעלע פראגעס:
פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?
6) (פרישע פראגע דירעקט צו ליטוואק) עקזיסטירט א מנהל המוסד או ישיבה וואס יא מוכשר צו זיין א מנהל?
פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?
6) (פרישע פראגע דירעקט צו ליטוואק) עקזיסטירט א מנהל המוסד או ישיבה וואס יא מוכשר צו זיין א מנהל?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דו ביסט געקומען מיט א מיינונג, און דאס אנגעהאלטן ביזן סוף, אז דער מנהל מוז זיין גערעכט. ניטאמאל עקזיסטירט א צד אז זיי זענען נישט גערעכט. איי, דו זעסט דאך דער יד אחת וואס זיי מאכען מיט אנדערע מנהלים, און פון דארט זאל מען קענען פארשטיין וויפיהל איז לש"ש און וויפיהל לשם זייער מוסד? פארפאלן, דער מנהל איז גערעכט.
איך ווייז דיר אז דער מנהל איז נישט דער נושא, ער טוט וואס אימער ער קען. דער נושא איז וואס סאסייעטי לאזט צו. ווילאנג אזעלכע נידריגע פארשוינען עקזיסטירען, וואס פארטיידיגען יעדער ריר וואס דער מכונה 'מנהל' טוט, וועלן זיי טוהן ככל העולה על רוחם.
פון דעם אליינס אז דער בחור איז א שותף אין זיין חינוך, לויט דיין פאררוקטע נגיעות, זעט מען וואס דו ווייסט פון חינוך. טאמער דער מנהל וויל זיך האלטען א מחנך, זאל ער נישט זוכען ארויף צו לייגען זיין ארבעט אויף דער בחור. ער מוז זוכען א וועג איהם מחנך צו זיין, נישט אז דער בחור דארף מחנך זיין דער מנהל.
איך ווייז דיר אז דער מנהל איז נישט דער נושא, ער טוט וואס אימער ער קען. דער נושא איז וואס סאסייעטי לאזט צו. ווילאנג אזעלכע נידריגע פארשוינען עקזיסטירען, וואס פארטיידיגען יעדער ריר וואס דער מכונה 'מנהל' טוט, וועלן זיי טוהן ככל העולה על רוחם.
פון דעם אליינס אז דער בחור איז א שותף אין זיין חינוך, לויט דיין פאררוקטע נגיעות, זעט מען וואס דו ווייסט פון חינוך. טאמער דער מנהל וויל זיך האלטען א מחנך, זאל ער נישט זוכען ארויף צו לייגען זיין ארבעט אויף דער בחור. ער מוז זוכען א וועג איהם מחנך צו זיין, נישט אז דער בחור דארף מחנך זיין דער מנהל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
ביסט נעבעך אן אפרוח שלא נפתחו עיניו, און דאס וואס דו באשולדיגסט מיך ביסטו גאר שולדיג, איך שריי געוואלד אז לא כל הקעיסעס שוות, און אמאל איז דער מנהל שולדיג, אמאל דער בחור און אמאל די עלטערן, איך פארשטיי יא אז עס זענען פאראן צדדים ביי די סארט קעיסעס, שרייסטו אז ניין, דער מנהל איז אלץ שולדיג און דער בחור קיינמאל, און דאס הייסט איינזייטיג בלשון נקי', און בלינד און דום בסתם לשון, לדעתך דארף דער מנהל זיין א קינצלער און קענען מחנך זיין דעם בחור בעל כרחו, וויי און ביטער וואלט געווען מיט אזעלעכע חינוך עקספערטן ווי דו, דו ווילסט נישט איינזעהן דעם ריכטיגן פראבלעם, איך האלט אז ווען דער מנהל איז שולדיג דארף מען עהם אראפרייסן אן קיין רחמנות, און אויב דער בחור אדער זיינע עלטערן זענען שולדיג, טאר מען נישט באשולדיגן דעם מנהל, זיין בלוט איז נישט הפקר, מען דארף דן זיין יעדען קעיס באזינדער, פונקט ווי עס איז זייער אכזריות'דיג צו ווארפן א בחור בחינם על לא דבר, איז זייער אכזריות'דיג צו באשולדיגן דעם מנהל בחינם על לא דבר,
פון דיין רעפיוזינג צו ענטפערן אויף די פראגעס זעהט מען בחוש ווי איינזייטיג דו ביסט.
פון דיין רעפיוזינג צו ענטפערן אויף די פראגעס זעהט מען בחוש ווי איינזייטיג דו ביסט.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איינציג האט געשריבן:א צווייטער שרייבט: ''וואס דארפט איר מער די צוויי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קימערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19''. איז דאס אמת? געוויס ניין!!! האט איר אמאל געהערט פון שיעור ד' אין קרית יואל? דארט איז דא אריבער 100 בחורים פון איבער 19, און מען גיט זיך מיט זיי אפ מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין סאך, מען פארשטייט זיי, און אצינד האט מען געפענט אזא ישיבה פאר די יוצאי קווינס בנשיאות ובהנהלת רבי אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, סא, דער פאקט איז אז סאטמארע בחורים האבן ווי צו גיין, און איך האף אז ביי אנדערע חסידות איז די זעלבע זאך
איך וויל נישט פארקריכן פונעם עצם נושא, אבער דא האסטו געברענגט א מעשה לסתור וואס האט מיר אויפגעבראכט! דו ווייסט וואס דו האסט דא געשריבן? לאמיר נעמען טאקע א ראי' דעם שיעור ד', דו ווייסט וויפיל מען האט געשלינגען גאל און געשפיגן בלוט ביז מען האט געזעהן דעם שיעור ד' על מכונו? דו ווייסט אז די הנהלה איז געווען גענצליך דערקעגן און דאס בשום אופן נישט געוואלט צולאזן? די זעלבע זאך ביי צד מהרז"ל די ישיבה מיאלדי פון הרב מייזעלס, וואס האבן דארטן בחורים מסולאים בפז, טייערע בחורים וואס ביודעי ומכירי קאמינא, דו ווייסט אז דאס עקזיסטירט על אפם וחמתם פון די אפיציעלע הנהלת הישיבה? 'דער איד' אנערקענט נאך היינט נישט די ישיבה! דו ווייסט וויפיל מלחמות מען האט געפירט ביי ביידע פראקציעס בלויז צוליב די עגא פון טייל מנהלים, הנהלה, וואס האבן געוואלט נעמען יעדן בחור העכער די 19 פאר'ן בלויזן חטא פון נישט האבן געטראפן דעם באשערטע גענוג פרי, און זיי ווארפן אין די גאס צו אלע רוחות??? זייער בלוט שרייעט אין די גאסן און וועט נישט אזוי שנעל שטיל ווערן! די נקמה וועט נאך קומען, און איך ציטער צו טראכטן וואס דאס וועט זיין, ה"י! ווער ווייסט צי דאס איז נישט קיין גורם צו די לעצטיגע טראגעדיעס??
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
די הנהלה אין קרית יואל האט נישט געוואלט האבן שיעור ד' אינטער זייער אויפזיכט (מיט רעכט צו אומגערעכט), אבער זיי האבן נישט געשטערט פון אנדערע דאס צושטעלן, אדרבה, די חברי הנהלת הישיבה הגדולה בקרית יואל זענען פון די גרעסטע געלט שטיצער פון שיעור ד', אין קווינס האבן זיי לפי השמועה יא געשטערט, (איך האב דאס נישט מברר געווען), למעשה איז היינט צו טאג דא א מקום פאר די עלטערע בחורים פון ביידע סאטמאר פארטייען, אבער דאס איז א אנדערע נושא דאס איז א צרת רבים וואסל איז א חצי נחמה און נישט א פראבלעם פון א יחיד וואס מען ווארפט ארויס, ליידער איז נישטא קיין איזי סעלאשען,
שרייען נקמה איז נאריש ווי אויך אן צו צייגן אז די טראגעדיעס האבן צו טוהן וועגן די עוולה אדער יענע עוולה איז זייער סעלפיש און קינדיש, ווייל קיינער האט נישט דעם בוך פון אויבן, און קיינער פון די באטרעפענדע איז נישט קיין מנהל אדער מנהלת, איינער שרייט אז מען שטארבט וועגן וואנט אין בית החיים, דער צווייטער שרייט אז מען שטארבט וועגן סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא, איך האב נישט קיין אנונג, איך ווארט אויף א בת קול פון הימל צו וויסן פארוואס. ליידער איז דא זייער אסאך טראגעדיעס און יעדער יחיד דארף מפשפש זיין במעשיו און נישט שרייען "יענער" איז שולדיג...

- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
באגנבט זיי מיט פיפציג פראצענט פין טעפ אין איז מקיים והשיב אויף די אנדערע 50. די ביזט לכאורה א ק"י תלוש. דיינע פריציפען פין מער נישט רעדן איבער די נושא איז געבראכען געווארען פינעף מינוט דערויף אין ווי אזוי קעסטו פארשטיין בכלל די נושע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
או אינו האט געשריבן:באגנבט זיי מיט פיפציג פראצענט פין טעפ אין איז מקיים והשיב אויף די אנדערע 50. די ביזט לכאורה א ק"י תלוש. דיינע פריציפען פין מער נישט רעדן איבער די נושא איז געבראכען געווארען פינעף מינוט דערויף אין ווי אזוי קעסטו פארשטיין בכלל די נושע
איך האף אז דו פארשטייסט וואס דו מיינסט אז דו האסט געשריבן ווייל איין ווארט קלעבט נישט מיטן אנדערן, עניוועי, ווען צוויי נארמאלע אידן האבן א נארמאלן קאנווערסעישאן טאר זיך קיין חדר יונגל נישט אריינמישן, גיי דיך ווייטער סווינגען אין חדר הויף.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דאס איז דיין טעות! די ביסט נישט סובל א שכליות וואס איז אנדערש פין דיינע העביטס אין אויפבראכונג אין וועגען דעם ווערט די בחור א גרף של רעי ע"פ לשונך אין די זיידע א חדר יונגעל. ווייסטו דען נישט אז פיפציג פראצענט פער קאפ ווערט געגנבט פין די קליינע ישיבות. זיי מיזען לויפנען די טעפ פראגראם מיט די גרויסע ישיבה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
יעצט איז שוין שטיל......
מ׳זעט בחודש אז ווען א צדיק זאגט א דבר אמת, האלט זיך עס לאנגע יארען. וויבאלד מ׳האט זיך צום סוף געבראכען, איז עס שוין אינדערארדנונג, ווייל יעצט איז שוין שטיל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מ׳זעט בחודש אז ווען א צדיק זאגט א דבר אמת, האלט זיך עס לאנגע יארען. וויבאלד מ׳האט זיך צום סוף געבראכען, איז עס שוין אינדערארדנונג, ווייל יעצט איז שוין שטיל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
או אינו האט געשריבן:דאס איז דיין טעות! די ביסט נישט סובל א שכליות וואס איז אנדערש פין דיינע העביטס אין אויפבראכונג אין וועגען דעם ווערט די בחור א גרף של רעי ע"פ לשונך אין די זיידע א חדר יונגעל. ווייסטו דען נישט אז פיפציג פראצענט פער קאפ ווערט געגנבט פין די קליינע ישיבות. זיי מיזען לויפנען די טעפ פראגראם מיט די גרויסע ישיבה.
עס קאסט מיך א לאך... או אינו האלט אז איך לעב אין א טעות, איי וואס און וואו איז מיין טעות? מיין טעות איז לדעתו אז איך בין ראנג ווען איך האלט אז מען דארף דן זיין קעיס ביי קעיס, יא! עס זענען פאראן מנהלים מושחתים וואס מען דארף פון זיי פטור ווערן אומשנעלסטן, אבער עס זענען פאראן אסאך ערליכע פארשטענדליכע מנהלים וואס טוהן זייער דזשאב באמונה, ווידער זענען פאראן בחורים וואס ליידן נעבעך על לא עוול בכפם, אדער פאר עפעס א מינדערוויכטיגע עוולה און די הנהלה גייט מיט בכל חומר הדין, וואס איז א פארברעך, אבער פון די אנדערע זייט איז רוב בחורים וואס ליידן אזעלעכע וואס חוצפה יסגי, זיי לאזן זיך נישט דיקטירן, זיי האלטן אז דער מנהל איז פארפליכטעט צו זיי, והעולה על כולנה, זיי האבן נאך פון מאל די סאפארט פון זייערע עלטערן, און דאס דארף לדעתי ארויס געברענגט ווערן, ס'איז זייער אסאך מאל ווען דער מנהל איז גערעכט און דער בחור נישט.
לויט או אינו איז דער מנהל אייביג א רשע ואכזר, ואחת דתו להיות בזוי ומבוזה לעין כל, זיין בלוט איז הפקר, און יעדער מאן דהוא איז בארעכטיגט צו רייטן אויף זיין בלוט, און אויף די פראגע וואס האט אזוינס האט דער מנהל געטון אז מען האט עם דן געווען למיתה, איז דער ענטפער אז ער האט מקריב געווען דמו של הבחור הלזה, איי איז שווער וואס דארף דער מנהל טון אז דער בחור איז א חצוף מחוצף און בהפקירא קאניחא ליה, איז דער ענטפער אז דאס איז דער דזשאב פונעם מנהל מחנך צו זיין דעם בחור, איי דער מנהל האט פראבירט פעם אחר פעם און ליידער אן סוקסעס, איז דער טעם -הערט אייך גיט צו- ווייל מען באגנבעט די קליינע ישיבות 50%, לאכט נישט, דער מנהל איז א רשע ואכזר ווייל אזוי וויל או אינו, און אויב איז נישט גיט סיבה נומבער איינס, פראביר סיבה נומבער צוויי, און אויב ארבייט דאס אויך נישט טריי סיבה נומבער דריי, און אויב קיין איין פון סיבות קלעבט נישט, דאן טראכט אויס א פרישע סיבה, מאך עפעס אן עלילת דם, ווייל "או אינו" דארף בלייבן גערעכט... און יא! איך האב שיעור נישט פארגעסן, איך לעב אין א טעות, דער או אינו MADE MY DAY...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
לויף נישט פין איין עקסטרים צי די אנדערע! דער אקס טוט אויך זיין זשאב באמונה אבער קיין מענטש וועט ער נישט ווערן. דער מנהל, ווען ער האט ווען טרענירונג אין קאנסטענט ריפרעשמענט אין נייע מעטאדן וואלט ער געקענט הענדל יעדע בחור. ווי אויך די געלט גנבערע איז א ענפער אויף די גרויסע צדקות וואס חברים הנהלה קי גיבט פאר שיעור ד.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ביזדערווייל האט איינציג נישט אנגערירט מיין טענה. אז די מנהלים טוהן נאר וואס סאסייעטי לאזט צו, און ווילאנג סאסייעטי לאזט אזא שפראך פון 'דער בחור האלט ביי גארנישט', 'בהפקירא ניחא ליה', און 'פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן', וועלען די מנהלים טוהן וואס זיי קענען. נישט דוקא ווייל זיי זענען בלוט צאפערס, נאר ווייל זיי זענען פארטיי מיטגעלידער, און זיי טראכטען נישט אינדערויסען פון דער באקס
גראדע מיין מעשה איז געווען מיט איינער וואס האלט זיך אן אויבער חכם, וואס טוט נישט ווי יעדעם, אבער ווען עס איז געקומען צום ארויסווארפען, האט ער געטוהן מער ווי סאסייעטי לאזט צו, אבער אלס אויבער חכם גייט עס איהם נישט אן. פארשטייט זיך אז איך האב מפרסם געווען ווי איך האב געקענט אז דער מענטש איז נישט קיין פרומער, ער איז א פוילער וואס חמורות דומות עליו כקלות, און ער איז גרייט ארויסצוווארפען א אינגעל פון חדר נאכ'ן טרעפען דער מלמד אין באנק און הערען פון איהם אז ער גיבט זיך נישט קיין עצה (וויפיהל עצות האט ער פראבירט? קודם געשריגען 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט איידעל 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט מיט יאוש 'גיי שוין ארויס'). דערווייל האט ער טאקע פיהל ווייניגער קינדער אין חדר, אבער פארמאכען וועט ער זיך נישט ביז ווילאנג מ'צווינגט איהם נישט.
גראדע מיין מעשה איז געווען מיט איינער וואס האלט זיך אן אויבער חכם, וואס טוט נישט ווי יעדעם, אבער ווען עס איז געקומען צום ארויסווארפען, האט ער געטוהן מער ווי סאסייעטי לאזט צו, אבער אלס אויבער חכם גייט עס איהם נישט אן. פארשטייט זיך אז איך האב מפרסם געווען ווי איך האב געקענט אז דער מענטש איז נישט קיין פרומער, ער איז א פוילער וואס חמורות דומות עליו כקלות, און ער איז גרייט ארויסצוווארפען א אינגעל פון חדר נאכ'ן טרעפען דער מלמד אין באנק און הערען פון איהם אז ער גיבט זיך נישט קיין עצה (וויפיהל עצות האט ער פראבירט? קודם געשריגען 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט איידעל 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט מיט יאוש 'גיי שוין ארויס'). דערווייל האט ער טאקע פיהל ווייניגער קינדער אין חדר, אבער פארמאכען וועט ער זיך נישט ביז ווילאנג מ'צווינגט איהם נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביזדערווייל האט איינציג נישט אנגערירט מיין טענה. אז די מנהלים טוהן נאר וואס סאסייעטי לאזט צו, און ווילאנג סאסייעטי לאזט אזא שפראך פון 'דער בחור האלט ביי גארנישט', 'בהפקירא ניחא ליה', און 'פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן', וועלען די מנהלים טוהן וואס זיי קענען. נישט דוקא ווייל זיי זענען בלוט צאפערס, נאר ווייל זיי זענען פארטיי מיטגעלידער, און זיי טראכטען נישט אינדערויסען פון דער באקס
גראדע מיין מעשה איז געווען מיט איינער וואס האלט זיך אן אויבער חכם, וואס טוט נישט ווי יעדעם, אבער ווען עס איז געקומען צום ארויסווארפען, האט ער געטוהן מער ווי סאסייעטי לאזט צו, אבער אלס אויבער חכם גייט עס איהם נישט אן. פארשטייט זיך אז איך האב מפרסם געווען ווי איך האב געקענט אז דער מענטש איז נישט קיין פרומער, ער איז א פוילער וואס חמורות דומות עליו כקלות, און ער איז גרייט ארויסצוווארפען א אינגעל פון חדר נאכ'ן טרעפען דער מלמד אין באנק און הערען פון איהם אז ער גיבט זיך נישט קיין עצה (וויפיהל עצות האט ער פראבירט? קודם געשריגען 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט איידעל 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט מיט יאוש 'גיי שוין ארויס'). דערווייל האט ער טאקע פיהל ווייניגער קינדער אין חדר, אבער פארמאכען וועט ער זיך נישט ביז ווילאנג מ'צווינגט איהם נישט.
ווארשיינדליך האלט סאסייעטי אדער ווי מען רופט זיי רוב מנין ובנין בני ישראל אז דאס איז דער וועג, די מנהלים טוהן א גאנץ גיטן דזשאב, זיי טרייען די בעסט, און על פי רוב זענען זיי גערעכט מיט זייערע החלטות, ס'האט גארנישט מיט פארטיי אדער חסידות, ס'האט אלץ צוטון מיט זייער פארשטאנד און זייערע החלטות, און רובא דרובא זהעט יעדער איין אז זיי פראבירן דאס בעסטע און טוהן נאר וואס זיי טוהן ווייל זיי האלטן באמת אז דאס איז די ריכטיגער מהלך, מאכן זיי אמאל טעותים? זיכער אז יא, מאכן זיי דאס במזיד? זיכער אז ניין!, יא! איך בין מודה אז זיי טוהן נאר וואס זיי טוהן ווייל סאסייעטי איז מסכים מיט זיי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביזדערווייל האט איינציג נישט אנגערירט מיין טענה. אז די מנהלים טוהן נאר וואס סאסייעטי לאזט צו, און ווילאנג סאסייעטי לאזט אזא שפראך פון 'דער בחור האלט ביי גארנישט', 'בהפקירא ניחא ליה', און 'פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן', וועלען די מנהלים טוהן וואס זיי קענען. נישט דוקא ווייל זיי זענען בלוט צאפערס, נאר ווייל זיי זענען פארטיי מיטגעלידער, און זיי טראכטען נישט אינדערויסען פון דער באקס
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס מיינט סאסייעטי איז מסכים, קיין איין מנהל וועט נישט זאגן אז מען מעג ארויסווארפן א בחור פון ישיבה פארן טוהן אלעס ואס מען קען אז מען זאל אים נישט דארפן ארויסווארפן ווייל קיינער וועט נישט אננעמען פון אים אזא תירוץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אונטער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
מילתא בטעמא פון ר חיים שאולזאון
https://bshch.blogspot.com/2018/08/blog-post_364.html
https://bshch.blogspot.com/2018/08/blog-post_364.html
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איך וועל ענק זאגן מיין מיינונג איבער די סגיה
1) יא עס איז דא אזא מציאות אויב די חדר/סקול/ישיבה/וכו.... האט א rule אדער נאר א געוויסע סטיל משפחות זיי נעמען אן אדער אז זיי פילן אז איינער וועט זיי נאר מאכן פראבלעמען האבן זיי א הונדערט פערצענט גערעכטע סיבה צי נישט אננעמען יענעם (קיינער זאל נישט קומען יעצט זיך נעמען דרייען אויף מיר און דעך פאל וואס איך רעד דא יעצט רעג איך פון אננעמען נישט פון ארויס ווארפן)
2)( דא רעד איך שוין יא פון ארויס ווארפן) א מחוצף / מחצפת שטערט א מצב און א קלאס מקען נישט פארלערנען און עס מאכט די עולם ווילד ממילה קען די מנהל /מנהלת נעמען שטרענגערע שריט יא מיט די פולען רעכט אבער דאך מיט רחמנות....
3)באמת וואס איז די קינד שילדוג אבער יא מקען אוועקשיקען פאר דעם עס איז דא תקנות עס האט א סיסטעים מקען זיך נישט סתם אויספייפן.....
4)א פארדארבן קינד קען די חדר / סקול גארנישט טון אויסער שיקן פאר הילף (טערעפי וכדומה..) חוץ אז מזעט אז די קינד לייגן אנדערע קינדער און א סכנה פון פארדארבן וערן דאן קען די חדר/סקול און זאל ארויסטראסקענען דאס קינד אן הערן קיין איין תירוץ אן גארנישט וואס ממיז טון מיז מען טון.....
5)אויב איז נישטא קיין סיבה נישט אנצינעמען איינעם זעה איך נישט פארוואס מזאל עם נישט אננעמען און ניין נישטא קיין שום חילוק פון א פריווייטע חדר אדער א מוסד חדר חוץ אז דער וועט מיזען אננעמען מער ווייל דער איז א חסיד און דער געבט געלט מילא וועט מען מיזען איגנארירן אנדערע פאקטן וואס און געווענליכע פעלער וואלט מען נישט אנגענומען פאר די סיבה......

העלא אויב איינער וויל מיר קאנטעקטען פריווייט קען מען אויף טעלעגרעם https//t.me/zeidybumm