א בליק אין די גדולי ישראל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
א בליק אין די גדולי ישראל
כ'האב אמאל געהערט א אינטערסאנטע באמערקונג, די אלע ספרי תולדות פון גדולי הדור וואס לעבען שוין נישט מאכען א פאטאלען טעות, זיי שרייבען נאר וואס גלאנצט, זיי שרייבען נישט קיין דורכפעלער, אדער מיטמאכניש, וואס קען פיל מער ווייזען ווער איז דער גדול געווען ווי חזל לערנין אונז אדם ניכר בכיסו בכעסו ובכוסו ווי אזוי האט ער געהאנדעלט א סיטשיועשיאן, מ'מיינט טאמער ס'וועט ארויסקימען א דורכפאל, וועט דאס מיינען ער איז נישט געווען קיין שלום, ליידער איז נישטא שלימות, אפי' ביי א גדול, אבער ווי שיין איז צו זעהן א מענטש וואס איז 90 פראצענט שלום, פארוואס טאר מען נישט לערינן ווי אזוי איז ער דורוכגעפאלען ביי א ענין, חס ושלום צו רעדען לשון הרע, וואס איז איז אסור, אבער א מציאות, למשל ער האט געהאט א שווערע שלום בית רק לדוגמא, נישט רעדען זאכען וואס קיינער ווייסט נישט, יעדער ווייסט מ'בהאלט דאס, פארוואס? קיינער איז דאך נישט דא שילדיג, אבער ער האט זיך אוויפגעפירט אידיש מיט ריינע מידות, ווי שיין איז דאס, למשל א גדול וואס איז בטבע געווען א כעסן און ער האט זיך גובר געווען דאס איז די שענסטע ואוס א מענטש קען צוקימען,
איך וועל ברענגען א אמת'ע משל, דער אמישנאווער רבי רבי איציקעל פון בארא פארק זי"ע איז געווען וואס אינזערע אוטיגען האבען געזעהן א ראויגער פרייליכער נאטיר, ער אליינס האט געזאגט בטבעו איז ער געווען אזא כעסן און ער האט זיך אויסגעארבעט אויף מקבל זיין אלעס באהבה ובמנוחה, לדעתי איז דאס זייער שיין און פיל שענער ווי שיין,
איך בין געווען ווען מ'האט זיך געשטיפט חנוכה און די מנורה האט זיך איבערגעדרייט מיטען די האלבע שעה, א טאג שפעטער איידער די צינדען האט ער געזאגט נעכטן האט מען זיך געשטיפט און די מנורה האט זיך איבערגעקערט דעריבער בעט ער מ'זאל זיך נישט שטיפען, וכאשר כילה לדבר, האט ער געצינדען די מנורה און באם משטיפט זיך און מפאלט די צווייטע טאג און א ציה ארויף אויף די מנורה, און ער שמייכעלט מיט א ראויגע זיסע שמייכעל כאולי לא הי' עוד חזון למועד צו שילדערען מעשיות פון אמתע גדולי ישראל ז"ל ולאיט"א וואס האבען גהאנדעלט א מצב ווי א ערליכער איד חס ושלום צו ברענגען מעשיות וואס ברענגט ארויס די פארקערטע

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ימים ידברו: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט אויפצומאכן אזא אשכול. וואס רעכנט אויס די דורכגעפאלענע, נישט געווארענע מופתים פון די רעבעס. אשר חיים איתנו היום. ואת אשר איננו איתנו פה היום...!
איך וועל אנהייבן מיט איינעם פון די ל"ו צדיקי הדור. מ'רופט איהם בערל בעל עגלה. ער איז אן אייניקל בן אחר בן שוין פערצן דורות פון ערליכע בעלי עגלות. נאך מימי תלמידי הבעש"ט הק'. ווייל דער בעש"ט הק' נ"ע האט מכח כמה טעמים הכמוסים עמו נישט געהאט א אידישן בעל עגלה. נאר א גוי. מיט'ן נאמען אלעקסעי. אבער זיין תלמיד דער רבי ר' בער, המגיד מ'מעזריטש האט שוין יא געהאט א אידישן בעל עגלה. ער האט טאקע געהייסן בערל בעל עגלה דער ערשטער. ס'איז אן אינטרעסאנטער סיפור וויאזוי ער איז נתקרב געווארן צו די צדיקי אמת. ביז ער האט געהאט די זכייה צו ווערן דער פערזענליכער דרייווער/ בע"ג/שאפער פונ'ם הייליגן מגיד...!
עכ"פ איך וועל באשרייבן די ברכות און ישועות וועלכע זענען ליידער געווען דורכפעלער פון בערל בעל עגלה. דער 14'טער...! אויך וועל איך באשרייבן דעם כמעט מופת וואס איז יא געלונגען, ב"ה . כ'בין זיכער אז ס'איז דא נאך א סאך. אבער די זענען אויפ'ן שפיץ פון די רשימה. והנה...!
ווען הרב שלמה העלבראנץ תמ"ל (תורתו מגן לנו) נ"ע, זצוקללה"ה איז געווען פארמישט אין די קידנעפינג פון דעם דאמאלס'דיגן יונגל שי פימא. און ער איז ערשינען א יעדן טאג אין קאורט אין דאונטאון ברוקלין. איינמאל האט ער באגעגנט בערל בעל עגלה אויפ'ן גאס לעבן קאורט. און בערל בעל עגלה, וועלכער איז עטליכע מאל אנוועזנד געווען ביים משפט. און בב"ג האט איהם אנגעווינטשן אז ער זאלל האבן א ישועה מן השמים. און ער זאלל ארויסגיין זכאי. נו, אונז אלע ווייסן דאך וויאזוי דער משפט האטציך געענדיגט...!
א צווייטער פאל פון אן אדורכגעפאלענעם מופת און ברכה פון בערל בעל עגלה וואס ער האט אנגעוואונטשן. און די ברכה איז ליידער (נאכנישט) מקויים געווארן. א חשוב'ער יונגערמאן ממכירי ומיודעי פון דעם צדיק נסתר בערל בעל עגלה (אייגנטליך געווען פון זיינע תלמידים אויפ'ן ישיבה באס. בימים ההם ובזמן הזה.) האטציך אויפגעמאכט א שיך געשעפט, א דל"ת על דל"ת, מיט'ן נאמען..."שאא דיפאו"... איין טאג האט איהם בב"ג באגעגנט. און ר'האט איהם געגעבן א ברכה אז דער אייבישטער זאלל העלפן אז דער שאא דיפאו זאלל זיין אזוי גרויס און רייך ווי דער האום דיפאו...! אבער דער יונגערמאן האט ליידער נישט געהאט קיין געדולד אויסצווארטן ביז די ברכה וועט מקויים ווערן. און ער איז ארויס פון די ביזנעס...!
וועגן דעם פאל פון די ברכה וואס איז יא ב"ה מקויים געווארן וועללן מיר יעצט נישט רעדן. נאר אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט...!

ובכן: לאמיר א ביסל פארציילן פאר'ן עולם וויאזוי דער זיידע ר' בערל בעל עגלה דער ערשטער, זעיכער צאדיק ליבראכעה איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות: והנה...!
דער זיידא האט געוואוינט אין א שטאט מיט'ן נאמען דיבובא. דאס איז טיעף אין די קארפאטן בערג. נישט ווייט פונ'ם גרעניץ מיט אוקריינא. די שטאט מעזריטש, וועלכע האט זיך בימים ההם געפונען אין אוקריינא. אין די שטאט דיבובא האבן זיך געפונען א סאך תלמידים וחסידים פונ'ם הייליגן מגיד דער רבי ר' בער מ'מעזריטש. אויף א יעדן ..."שיינעם שבת"...זענען זיי געפארן צו זייער רבי'ן.ווען זיי האבן געזוכט א בעל עגלה וועלכער זאלל זיי פיהרן דעם ווייטן וועג האבן זיי אנגעטראפן מיין זיידע. און ווען מ'האטציך פארגליכן אויף א פרייז האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג. די שטאט מעזריטש געפונט זיך אין א טאל. אבער צו צו קומען צו די שטאט דארף מען אריבערפארן עטליכע גרויסע בערג. און דער זיידע האט טאקע פארמאגט א גרויסן וואגן. אבער אן אלט שוואך פערד'ל. און ווען ס'איז געקומען צו א בארג ארויף האט דאס פערד'ל נעבעך נישט געטויגט ארויף צו שלעפן די שווערע לאסט. ביז מיין זיידע האט געבעטן פון דעם עולם אז מ'זאלל ארויסגיין און הלעפן אונטערשטופן דעם וואגן.! אזוי האט מען זיך געשלעפט איבער וועגן און שטעגן ביז מ'האטציך ענדליך דערשלעפט קיין מעזריטש. גוט אויסגעמוטשעט און מיד פון פארברענגען אזויפיהל שעות אויפ'ן וועג.
ווען די חסידים זענען אראפגעגאנגען פון וואגן איז דער זיידע צו געפאהרן צו ר' חאצקל בראנפנברענער'ס קרעטשמע. און ער האט זיך געלאזט סערווירן א גרויס גלאז 96'ער מיט צובייס. וואס איז באשטאנען פון הערינג מיט אייער קיכל. נאכדעם האט ער זיך געלאזט אנגיסן נאך א גלאז און נאך איינס (אז ס'זאלל נישט הייסן קיין זוגות).
כטוב לב המלך ביין האט ער צושפאצירט צו זיין אכסניא. פלוצלינג הערט ער שטארקע קולות פון לעבעדיגן טאנצן און זינגען זייער ווארימע ניגונים. ווען ער האט זיך אומגעקוקט פון ווואו די קולות און דער רעש קומט האט ער באמערקט עפעס א האלב איינגעפאללן שטיעבל. דאס איז געווען די ביהמ"ד און דירה פונ'ם הייליגן מגיד. ס'האט איהם אנגעכאפט א שטארקע התעוררות וואס האט איהם געצויגן אריינצוגיין אזוי ווי א מאגנעט.
המשך יבוא, אי"ה...!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
די שמיעס דא איז דעזיינט פאר עכטע גדולי ישראל וואס האבען געסטראגעלט און ביי געקימען, און געוואקסען העכער, נישט נאוועלס פון חלומות! בערל זענט מכובד צו פארציילען צו רעדען פון דיינע רבי'ס וואס האבען ביי געקימען שווערע צייטען מיט די נאבעלקייט וואס עס פאסט פאר גדולי ישראל, נאכאמל נישט לשון הרב אדער בייזע רייד נאר אינטערסאנטע באלערנטע סיפורים וואס איז נוגע פאר יעדען ווי אזוי דורך צו קימען א נסיון שכוח
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אין דער עולם הישיבות איז ברייט באקאנט דער בריוו פון הרב יצחק הוטנער אויף דער טעמע. ער רעדט פון דער פסוק שבע יפול צדיק וקם, אז אומקלוגע מענטשען טייטשען אז על אף אז דער צדיק איז געפאלען זיבען מאל, נאכאלס שטייט ער אויף. דער אמת'ער טייטש איז אבער, אז פון די שבע נפילות שטייט ער אויף. ער באקלאגט דעם אז דער חפץ חיים הייסט דער וואס האט קיינמאל נישט קיין לשה"ר גערעדט, ווען מ'זאגט אונז נישט די אלע נסיונות וואס ער האט געמוזט דורכגייען און אריינפאלען, ביז ער האט זיך דערמיט אויסגעארבעט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אויפ'ן פסוק ועיני לאה רכות פרעגט די גמרא ווי קען דאס זיין אז די תורה דערציילט בגנות פון לאה? זאגט ר' אלעזר אז רכות איז מרמז אויף שבט לוי און יהודה וואס קומען פון לאה. רב זאגט אבער ניין, נאר רכות מיינט טאקע פארוויינט אבער ס'איז גאר א שבח ווייל זי האט געוויינט ווייל זי האט נישט געוואלט חתונה האבן צו עשו.
האב איך געקלערט צוצושטעלן די גמרא צו אונזער טעמע. לשיטת ר' אלעזר זענען די ארויסגעבער פון די ביכער אפשר גערעכט פאר נישט וועלן שרייבן די חלקים וואס איז נישט לפי כבודם פון די צדיקים אבער לויט רב איז זיכער נישט קיין פראבלעם צו רעדן דערפון ווען ס'ברענגט אויך ארויס זייערע מעלות.
האב איך געקלערט צוצושטעלן די גמרא צו אונזער טעמע. לשיטת ר' אלעזר זענען די ארויסגעבער פון די ביכער אפשר גערעכט פאר נישט וועלן שרייבן די חלקים וואס איז נישט לפי כבודם פון די צדיקים אבער לויט רב איז זיכער נישט קיין פראבלעם צו רעדן דערפון ווען ס'ברענגט אויך ארויס זייערע מעלות.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יא: יעצט דערמאנט פון אן אמת'ע מעשה (נישט פון בערל בעל עגלה'ס זיידע) וואס ווערט געברענגט אין די גמרא אז אן אמורא האט געפרעגט פון א פרוי..."באיזה דרך נלך ללוד"...! האט זי איהם אריינגעזאגט ס'הייסט דו רעדסט איבעריגע ווערטער צו א פרוי...ס'שטייט דאך אין די משנה ..."אל תרבה שיחה עם האישה"...! האט די פרוי געזאגט צו איהם דו וואלסט געדארפט צו זאגן..."באיזה ללוד"...!
דער חת"ם סופר וויל עס פארענטפערן אז זיין פעלער איז געווען אז ער האט געזאגט צו די פרוי באיזה דרך נלך ללוד...!
אבער די קשיא בלייבט נאכאלטס. ער האט דאך נאר געפרעגט דיירעקשנס...! און די גמ' זאגט דאך אז אונז דארפן גלייבן..."אם הראשונים כמלאכים, אנו כבני אדם. ואם הראשונים כבני אדם, אנו כחמורים. ולא כחמורו של ר' פינחס בן יאיר...!
ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אזא גרויסער צדיק ווי איינער פון די אמוראים זאלל נישט וויסן וויאזוי אן ערליכער איד דארף זיך אויפצופיהרן...תיקו...!
ווער ס'האט עפעס א גוטן תירוץ וועלכער איז נתקבל על הדעת זאלל זיך ביטע אנרופן...!