לערנעדיג פרשת וישלח, איז מיר איינגעפאלען א געדאנק אויף דער נושא.
דער פסוק זאגט אונז ויירא יעקב מאד ויצר לו, און אלע ראשונים פרעגען אויף דעם, ווי האט יעקב געקענט פארכטען פון עשיו, ער האט דאך געהאט א הבטחה פון דער אויבישטער והנה אנכי עמך וגו'.
דער רמב"ן אין זיין ספר האמונה והבטחון שרייבט אז א מאמין קען צומאל נישט זיין קיין בוטח, און ס'איז נישט קיין סתירה. פארוואס? ווייל ער האט מורא שמא יגרום החטא. און אויף דעם איז דא א מדרגה פון א בוטח וואס האט נישט קיין מורא שמא יגרום החטא.
לכאורה דארף מען וויסען אויף וואס איז דער בטחון באזירט? אז א חטא קען צונעמען פון א הבטחה, איז ער טאקע אין א פחד. פארוואס זאל ער נישט פארכטען ווען דער יצר איז פרוס תחת רגליו?
נאר לכאורה איז זיין כוונה אז א חלק פון דער בטחון איז אז ער גייט נישט דורכפאלען. ער קען זיך פארלאזען אויף דער אויבישטער אז ער קען איהם האלטען אויף זיין שויס און היטען פון זינדיגען, ווען ער פארלאזט זיך טאקע אויף דעם און ער לייגט זיך אין דער אויבישטער'ס הענט, וועט ער נישט זינדיגען.
דער גאנצע קשיא פון דער פותח האשכול איז געבויט אויף דעם אז מענטשען זענען נישט פארזיכערט אין זייער לעבען, און וויבאלד ס'איז מעגליך און שכיח אז א מענטש זאך זיך ח"ו אפהאקען פון זיין געטליכקייט, איז דער וועלט לגבי איהם א טעות מעיקרא, א שאד די צייט און מיה. נאר א חלק פון די לעבען און דאס זיין א נברא איז אז מ'פארלאזט זיך טאקע גענצליך אויף דער אויבישטער און ער פיהרט דער מענטש'ס וועג מיט גלאטקייט, והוא יישר ארחותיך. דעמאלס האט זיין לעבען טאקע א באדייט, און ער איז נישט קיין וועיסט או ספעיס.
דער מצוה פון בטחון באציט זיך טאקע צו דער פראבלעם, און דער הבטחה פון ושמרתיך איז אז מ'וועט בלייבען א חלק פון די בריאה און נישט ארויס געווארפען ווערען.
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לערנעדיג פרשת וישלח, איז מיר איינגעפאלען א געדאנק אויף דער נושא.
דער פסוק זאגט אונז ויירא יעקב מאד ויצר לו, און אלע ראשונים פרעגען אויף דעם, ווי האט יעקב געקענט פארכטען פון עשיו, ער האט דאך געהאט א הבטחה פון דער אויבישטער והנה אנכי עמך וגו'.
דער רמב"ן אין זיין ספר האמונה והבטחון שרייבט אז א מאמין קען צומאל נישט זיין קיין בוטח, און ס'איז נישט קיין סתירה. פארוואס? ווייל ער האט מורא שמא יגרום החטא. און אויף דעם איז דא א מדרגה פון א בוטח וואס האט נישט קיין מורא שמא יגרום החטא.
לכאורה דארף מען וויסען אויף וואס איז דער בטחון באזירט? אז א חטא קען צונעמען פון א הבטחה, איז ער טאקע אין א פחד. פארוואס זאל ער נישט פארכטען ווען דער יצר איז פרוס תחת רגליו?
נאר לכאורה איז זיין כוונה אז א חלק פון דער בטחון איז אז ער גייט נישט דורכפאלען. ער קען זיך פארלאזען אויף דער אויבישטער אז ער קען איהם האלטען אויף זיין שויס און היטען פון זינדיגען, ווען ער פארלאזט זיך טאקע אויף דעם און ער לייגט זיך אין דער אויבישטער'ס הענט, וועט ער נישט זינדיגען.
מעין דבריך קען מען עס מצרף זיין מיט די מיט די גמ' אין שבת נ"ו ע"א א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו. זעט מען פון דעם אז דער והנה "אנכי עמך" איז אזוי ווי דער "והי' עמו" ביי דוד א בטחון אקעגען די יצר.
לכאורה איז דאס די פשט פון רוב ספר תהלים
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -