שמעון וואלף האט געשריבן:כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?
אויבנאויף איז דיין פראגע גאר גוט, וואס מ׳טוט איז נישט גוט.
ווען די עלטערן טוען די שידוך לויט זייער געשמאק און די בחור/מיידל בעל כורחם יענו אמן, האט מען טענות אז זיי ברויכן קודם פאלן אין ליבע.
און ווען זי האט זיך שוין יא פארליבט עד שאמרה רוצה אני(ענד שי סעד יעס). שרייט מען די עלטערן ברויכן דאס מעכב זיין.
אבער די ענטפער איז זייער פשוט. עלטערן דארפן לערנען די מדובר/ת, במה דברים אמורים. וואס טייטש חתונה האבן, וויאזוי האט מען קינדער, וואספארא איינגשאפטן ווילסטו דיין שותף זאל האבן אז ביידע זאלן זיין גליקלעך אויפן גאנצן לעבן, נישט נאר אויף שבעת ימי המשתה.
ברחל בתך הקטנה ברויך מען זיי מסביר זיין, בחור שא נא עיניך. אל תתן עיניך ליופי. אמת, יופי איז א שטיק געטליכקייט, א בילד געמאלן דורך גאט אליין. אבער דאס אליין וועט דיך פארפירן. שקר החן, ווען סאיז איינער אליין.
ווען ער שוין זיצט מיט איר, זאל עס זיין מיטן ידיעה, אז א ווייב איז נישט (נאר) פאר אנגרייטן א איבערבייס צו נעמען אין כולל/ארבעט,אדער פאר ראמאנטישע נאכטמאל׳ן. און זיכער נישט א רוממעד אין א דארמיטארי.
וויסן די באדייט פון די מערסטע געניצטע ברכה. אהבה, אחוה, שלום, רעות. וועט נאר העלפן צו מאכן די ריכטיגע באשלוס.
א בחור/מיידל דארפן וויסן אויף וואס זיי גייען איין בעפאר מען טרינקט דאס קליין גלעזל לחיים. און נישט נאך ששה בכרס, זיך כאפן אז סטויגט נישט. דאן איז שוין קליינע אומשלידיגע נשמות אינוואלווד.
אמת, מ׳קען קיינמאל וויסן מה יולד יום, אבער מיר דארפן קענען זאגן מיט זיכערקייט, ידינו לא שפכו, מיר דארפן זיי געבן די בעסטע שאנס צו פארבלייבן מיט זייער אשת נעורים.