וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום דרך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום דרך

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז א המשך צו די פריער'דיגע פארזעצונג וועלכע האט גערעדט איבער דעם זיידן פון אונזער משפחה דער חשוב'ער איד און ירא שמים וועלכער איז געווען פון פאך אויס א בעל עגלה. און וויאזוי ער איז נתקרב געווארן צם דרך הבעש"ט הק' ותלמידיו. און אזוי אויך זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך פאר פערצן דורות בליעה"ר. וכן ירבו.

פאר דעם אנהויב פו דעם סיפור המעשה ווערט (דער וואס איז אינטרעסירט אדער נייגעריג) געבעטן נאכצוקוקן אין דעם אשכול..."א בליק אין די גדולי ישראל"...אנטשולדיגטס אז איך קען נישט לינקן אהין. ווייל איך בין א גרויסער עם הארץ (נאכמער ווי סתם א בעל עגלה) אין עניינים פון טעכנאלאגיע.

והנה: האמיר געשמועסט אז דער זיידע ר' בערל בעל עגלה דער ערשטער איז אויפ'ן וועג צו זיין אכסניא אריבערגעגאנגען דעם ביהמ"ד פונ'ם הייליגן מגיד פון מעזריטש. וואס איז אין יענע צייט באשטאנען פון א האלב איינגעפאלענע הייזקע. אזוי ווי ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער זיך אוועקגעשטעלט ביי די טיר. און דער הייליגער מגיד האט מרגיש געווען אז ס'איז דא אן אורח. האט ער געהייסן פאר די גבאים אז מ'זאלל דעם אורח ארויפרופן אויבן אן. און מ'האט איהם אוועקגעזעצט נעבן דעם מגיד. נאכ'ן געבן שלום פאר'ן אורח האטציך דער מגיד אנגערופן. איהר זעהט אז אונזער חבורה האבן א נייעם דרך אין עבודת ה' צו דיענען דעם באשעפער מתוך שמחה ודביקות. אונז וויללן מיר דיך ארייננעמען אין אונזער חבורה. דער זיידע האט מסכים געווען. און ער האט געזאגט ילמדנו רבינו. דער רבי זאלל מיך אויסלערנען דעם וועג פון עבודת ה' מתוך שמחה. דער זיידע ע"ה איז געווען א גרויסער ירא שמים. ער האט מקפיד געווען א יעדן טאג צו לערנען חק לישראל. ער האט אויכעט געלערנט א ביסל משניות און עין יעקב. אבער קיין גמרא האט ער נאך דאמאלס ליידער נישט געקענט. ער האט נישט געוואלט קויפן די שטיינזאלץ אדער ארט-סקראלל גמרות ווייל ער האט געוואוסט אז די התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג מיט איצא שייגעץ בראש גייען עס אסר'ן...! האט דער מגיד געשטעלט 2 יונגעלייט (וועלכע זענען שפעטער געווארן וועלט בארימטע מנהיגי החסידות) אז זיי זאללן לערנען מיט'ן זיידע'ן גמרא און רש"י. אויך איבער חזר'ן און געבן צו פארשטיין די תורה'ס פונ'ם בעש"ט הק' און פונ'ם מגיד. אזוי איז אדורך א וואך אין א גאר געהויבענע אטמאספער. דער מגיד האט פארזאמלט די תלמידים א יעדן טאג און געזאגט תורה. נאכדעים האבן די חסידים פון די שטאט דיבובא באשלאסן צוריק צו פאהרן צו זייער היימשטאט. ווען מ'איז אנגעקומען צוריק אהיים האט דער זיידע די ערשטע זאך אפגעשטאט א באזוך ביי דזשי & דזשי. און ר'האטציך געקויפט א זיידענע בעקישע מיט א רעזשעוואולקע און א ווייסן שאל. אויכעט א טיש בעקישע מיט א פשוט'ן גארטל/בענדל. נישט מיט קנעפלעך. ווייל הרב אבא חייא טויבער שליט"א פונ'ם מאמענט איז זייער ברויגז אויף דעים...! נאכדעים איז ער געגאנגען צו יופי שטריימלעך אין געשעפט און באשטעלט א טייער'ן , הויכ'ן שטריימל. אזוי ווי די פרישע חתנים. כאטש ער איז שוין געווען א מיטל יעריגער איד אין די פופציגער יארן. ער האט אויכעט געמאכט זיינע פיאות צולאטשעט און צו פלויגן. אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר א חסידיש'ן יונגערמאן. ווי מ'קען זעהן אין די אדווערטייזמענטס פאר קרויס שטריימלעך. ווייל פריער איז דער זיידע געגאנגען מיט א קורץ רעקל און אן אראפגעבויגענעם הוט. אפילו אום שבת. ווען ער איז דעם ערשטן שב"ק צו מנחה וקבלת שבת געגאנגען צום ערשטן מאל אין ביהמ"ד מיט זיין נייעם לבוש האבן די מערסטע מתפללים איהם נישט דערקענט. זיי האבן געמיינט אז ס'איז געקומען עפעס א חשוב'ער אורח אדער א רב פון אנ'אנדער שטאט. ווען זיי האבן זיך ענדליך געכאפט ווער דאס איז, האבן זיי אויסגעפלאצט אין א גרויסן געלעכטער...המשך יבוא, אי"ה ( איך וויל נישט איבערשטרענגען דעם עולם.)...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איבריגע אשכול אלערט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

בערל ביסט זיס, זיי ממשיך ביטע
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך אויך האט געשריבן:איבריגע אשכול אלערט.


וואס הייסט? ווי ווילסטי ער זאל שרייבן זיין יחוס. די בלאט און דער איד האבן נישט געוואלט אננעמען די ארטיקל.

די אייציגסטע איבריגע זאך איז "התאחדות הרבנים-איצא שייגעץ" וואס סאום הא פאפט עס אריין אין יעדע צווייטע תגובה פון בערל (דער 2'טער)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:איבריגע אשכול אלערט.

איך אויך:דו מוזסט עס נישט ליינען. און אפילו נישט קוקן דערויף, אלערט...דער טיפש אלערט האטציך זייער שטארק צו פיפן. איך האב טאקע געטוישט די בעטעריס ווען מ'האט גערוקט דעם זייגער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:איבריגע אשכול אלערט.


וואס הייסט? ווי ווילסטי ער זאל שרייבן זיין יחוס. די בלאט און דער איד האבן נישט געוואלט אננעמען די ארטיקל.

די אייציגסטע איבריגע זאך איז "התאחדות הרבנים-איצא שייגעץ" וואס סאום הא פאפט עס אריין אין יעדע צווייטע תגובה פון בערל (דער 2'טער)

שמעון וואלף: ייש"כ. אז דו ביסט אקעיגן וועל איך עס בלי"נ נישט שרייבן נעקסט טיים. מ'מוז עס דאך מאכן א ביסל אינטרעסאנט. אנישט וועט עס ח"ו זיין באורינג.

ווארט נאר צו ביז'ן נעקסטן פארזעצונג, אי"ה. דארט וועט זיין גאר אינטרעסאנטע זאכן. (אוקעי. נישט קיין סענדער דער דייטש אדער ישראל מם סופר אדער התאחדות. איי פראמיס.)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום

שליחה דורך א איד »

בערל גייסט אויך שרייבן ווען עס איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעל שם??
שרייב ווייטער, ואל יבוש מפני המלעיגים...
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד: יא. בלי"נ אי"ה. ס'וועט קומען אויף דעים אויכעט די רייע. און וויאזוי אונז זעה מיר אויס אין די היינטיגע טעג...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער באשרייבט איינער וואס די דרך הבע"ש האט זיך קיינמאל נישט אנגעקלעבט אין עם, וואסערע נשתכח איז דא?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום

שליחה דורך א איד »

ער פארציילט דאך אז עס האט זיך יא אנגעקלעבט.
ער האט אפילו געקויפט א שיינעם שטריימל, מיט א מאשני גארטל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב דאס איז חסידות, איז וואס איז נשתכח געווארן? נישטא גענוג מענטשן מיט שטריימלעך?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן אדם" ביטע האב א ביסל געדולד. מיר האבן נאר אנגעהויבן צו באשרייבן דעם חיצוניות פון מיין חשוב'ן עלטער זיידן ר' בערל בעל עגלה דער 1'טער. אפשר איז ער מיט די צייט געווארן א פלאם-פייער'דיגער חסיד וועלכער האט געדאוונט מיט קולי קולות נאכ'ן אויפברעכן די אייז אום ווינטער פאר'ן גיין זאגן תיקון חצות...? איך ווייס נישט. מ'וועט זעהן וויאזוי זאכן וועללן זיך דעוועלאפן אי"ה...! אדער אפשר איז ער געווארן א מנהיג פון אן עולם חסידים אין א קליין שטעטל...!
פארשפארט