שבת אחים האט געשריבן:איך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.
איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט.
איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט.
אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!
#אמר ר׳ בנימין
וואס געשעהט ווען די מאכסט forgot password?