מארמאראש
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
מארמאראש
אין די איד איז דא א ארטיקעל דע וואך וועגען זכרונות פון מאראראש.
איך ווייס גארנישט וועגען די שטאט אויסער אז איינער עפעס א רשע מרושע זאגט א סאך מאל אויף זיין האט ליין ״די אלטע אזיאטישע מארמאראשע וועג״
סע זעהט אויס אז עפעס א מין וועג האבען זיי געהאט פון שלאגען מענטשען אדער עפעס אזוי, ווייל ער זאגט עס ווען ער רעדט וועגן שלאגען מענטשן.
ווער ווייסט מער וועגען די שטאט. ווי סע איז און וועלעכע מענטשען האבען דארט געוואוינט?

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
מ'קוקט אויף א שפין געוועב פליט א פאטש ? מוראדיגע חינוך. זיכער האבן זיי שוין געוויסט דעמאלטס פונעם שיינעם תורה אז דער שפין געווען איז גלייך ווי דער אינטערנעט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- פיש כאפער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
- האט שוין געלייקט: 219 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
ידען האט געשריבן:אין די איד איז דא א ארטיקעל דע וואך וועגען זכרונות פון מאראראש.
איך ווייס גארנישט וועגען די שטאט אויסער אז איינער עפעס א רשע מרושע זאגט א סאך מאל אויף זיין האט ליין ״די אלטע אזיאטישע מארמאראשע וועג״
סע זעהט אויס אז עפעס א מין וועג האבען זיי געהאט פון שלאגען מענטשען אדער עפעס אזוי, ווייל ער זאגט עס ווען ער רעדט וועגן שלאגען מענטשן.
ווער ווייסט מער וועגען די שטאט. ווי סע איז און וועלעכע מענטשען האבען דארט געוואוינט?
מארמאראש איז א גרעסערער געגנט, נישט א שטאט. רוב דערפון אין ראמעניע, און א חלק דערפון אין אוקראיינע.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
- האט שוין געלייקט: 120 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מ'קוקט אויף א שפין געוועב פליט א פאטש ? מוראדיגע חינוך. זיכער האבן זיי שוין געוויסט דעמאלטס פונעם שיינעם תורה אז דער שפין געווען איז גלייך ווי דער אינטערנעט
מהרי״י מסאטמאר ביי איינע פון זיינע אויפטריטן אנטקעגן דעם אינטערנעט, האט געזאגט בדרך משל ומליצה, ס׳איז ידוע אז די שפין האט געברענגט פייער צו פאברענען דעם ביהמ״ק, דער אינטערנעט וואס טראגט דעם נאמען ״וועב״ וויפיל אידישע הייזער (בתי מקדשות) האט דאס שוין פארברענט!
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
אנשי מאמאראש
איך געדענק אז אין ב"פ אויף די פופצונטער אוועניו איז געוועהן אמאהל א שוהל מאמראש, מיט אפאהר אלטיטשקעס. היינט האט עס א רובין, א זוהן פון די בריזדוביצער איבערגענומען. איינער ווייסט עפעס מעהר פון דער שוהל?
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:איך געדענק אז אין ב"פ אויף די פופצונטער אוועניו איז געוועהן אמאהל א שוהל מאמראש, מיט אפאהר אלטיטשקעס. היינט האט עס א רובין, א זוהן פון די בריזדוביצער איבערגענומען. איינער ווייסט עפעס מעהר פון דער שוהל?
די שול שטאמט פון די איסט סייד און מאטערדארפ'ע רב ז"ל איז געווען רב דארט. ווען זיי האבן זיך געצויגן קיין בארא פארק איז ער געבליבן די אומאפיציעלע רב און זיין זון, די היינטיגע רב, אויך. ווען ער איז געווען בכח פלעגט ער גיין דאווענען דארט איינס אדער צוויי מאל א יאר.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
סקרן האט געשריבן:מענין לענין זאגט מען אז אין ויזניץ איז אמאל געווען די מנהג צו שמעקן בשמים פרייטיג צונאכטס אבער זייט די גבאי האט איין וואך מיטגעברענגט די הבדלה לעכט מיט די בשמים האב מען אויפגהערט שמעקן
מקור? שטותים מיט הבלים. להד״ם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין מארמאראש האבן געוואוינט א נידריגערע קלאס מענטש - בדרך כלל, כ'רעדט נישט פון דיין זיידע - ווי פון אויבערלאנד, למשל.
מיט נידריג מיינעך נישט דירעקט שלעכט, נאר די סביבה איז געווען ארעם, ווייניג ישיבות, גנבים מחללי שבת אבער חסידים פון רעבען..
אין דיין שטאט בארא פארק וואוינען אפשר נידריגע ברואים-געמיינע יונגען-גנבים, וואס בא'גנב'נען זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער און האבן נישט קיין מורא פאר גאט אדער פאר זייער רבי'ן.
שעם דיך אין דיין פנים אריין אזוי צו רעדן אויף מארמאראשע אידן. האסט געקענט ר' משה טעטשער? האסט געקענט מיינע זיידעס? האסט געקענט דער צדיק מרדכי חנא? האסט געקענט ר' יחיאל שטיינמעץ? האסט געקענט ר' מרדכי פעלץ? האסט געקענט ר' יודל עביר ראזנבערג, וואס דרייסטו א קאפ? ס'איז געוועהן אנדערע צייטן, די המון עם האבן נישט באקומען קיין געהריגע חינוך דעמאלטס, וואס איז עס אנדערש ווי די מיליאן פרייע אידן וואס וואוינען היינט אין ניו יארק און ניו דזשערזי? זיי האבן כאטש מורא געהאט פונעם רעבין????
עפרא ל..... שעם דיך אין פנים אריין אזוי צו רעדן. דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער די מארמאראשע וויזנצע/ספינקע/דאלינע/סיגוט/מונקאטש חסידים זענען געוועהן! זיי זענען געוועהן געהויבענע אידן - אסאך חשובער ווי דיינע ניו יארקער אידן. אסאך חשובער פון דיין גאנץ בארא פארק וויליאמסבורג מאנרא מאנסי לעיקוואד בני ברק און אשדוד צוזאמען... אסאך חשובער, אסאך מעהר אויטענטיש. זיי האבן געלעבט אין א אנדערע וועלט. זיי זענען גארנישט געוועהן ערגער ווי היינט, פארקערט רוב פון זיי זענען געוועהן וואוילע פרומע אידן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:העי העי, ביסט א מקנא קנאת מארמאראש, זאל דער זכות דיר ביישטיין.
אבער פארט, וואס איז די מעשה אז אלע ביכלעך זענען פיל מעשה'לעך פין די עמעראצות פין די מארמאראשע אידן? איז עס א בלבול אזוי ווי היינט אויף פאפא?
עמעראצות איז איין זאך- ער האט געשריבן ״נידריגע ברואים״. זינט ווען איז נידריגע ברואים synonymous מיט עמעראצות?
און בכלל איז עס נישט אמת אז אלע סארט אידן זענען געוועהן עמעראצים, מיינע זיידעס למשל זענען געוועהן גרויסע תלמידי חכמים, נאר וואסזשע דען, די אהבת ישראל האט אריינגענומען אלע פויערן אויך אפילו זיי האבן קוים געקענט א״ב און ער האט זיי מקרב געוועהן, דעס מיינט נישט אז די שיינע אידן אויף די מזרח וואנט אין וויזניץ זענען געוועהן עמעראצים. סאיז נישט אמת. סאיז געוועהן פארשידנע גרינצייגן און פארשידנע קלאס מענטשען, יא סאיז געוועהן פויערן, זיי זענען געוועהן אומשלדיג, מהאט זיי מיט זייערע עלטערן נישט געגעבן קיין חינוך, סאיז נישט געוועהן ווי היינט. דעס מיינט נידריגע ברואים? זיי זענען געוועהן זיס ווי צוקער, לייען אביסל, אז איינער האט מורא אז דער אייבישטער גייט אויסזאגן פארן רבין
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:שוין, כ'בין דיר מודה, עס איז זיכער געוועהן אידן תלמידי חכמים אויך, נאר דער ארימקייט האט געברענגט אז די מענטשן זאלען זיין ווייניגער געלערנט.
ב.ד.וו. עס איז פארקערט ווי איר ברענגט, מורא אז דער אויבערשטער גייט אויסזאגן דער רבי. והמ"י.
יא אוואדי, איך האב עס בטעות געשריבן פארקערט, קוק אן א מארמארושער קען ניטאמאל איבערזאגן א פשוטע וויץ נארמאל.אבער איך נעם מיך אינטער עס צו פארעכטן וטעות לגולם גוזר.
אין ווישעווע למשל איז געוועהן א ריזיגע צענטער פון תלמידי חכמים און גאונים. אין סיגוט איז געוועהן גאונים וכו׳
מיינסט אז ווען היינט איז נישטא קיין חדרים, ישיבות, קאמפיוטערס, אינטערנעט, טעכנאלאגיע, טראנספארטאציע, וואלטן די היינטיגע אלע אחבנ״י געקענט עברי??? איינער יא און איינער נישט... אט דאס איז פארגעקומען דארט אין באקעווינע. אבער צו אנרופן מארמארשע אידן אלץ געמיינע יונגען איז נישט ריכטיג לדעתי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מארמאראש
אין די ביכער גיבען זיי אן איינדרוק אז עס איז נישט נאר פערצופאל געווען עמהארצים דארט. דאס איז געווען אומעטום. נאר א גייסט פון עמהארצות האט געהערשט דארט. אין רוסלאנד\ליטא האט געהערשט א גייסט פון חכמה, וואס האט זיך אדער פארוואנדעלט אין תלמיד חכם׳שאפט אדער אין השכלה. נישט יעדער איז געלונגען צו זיין א בעל שכל, אבער די בעלי שכל האבען געהאט די אויבערהאנט. אין מארמאראש בוקאווינא וכדו׳ האט זיך געהערשט א גייסט פון פויערישקייט על אף די געציילטע תלמידי חכמים.
אויף איינער פון די אויבענדערמאנטע ׳ת"ח׳ פון מארמאראש דערציילט מען אז ער פלעגט זיך שטארק אפשוואכען פון די לאנגע הכנות און דאווענען זיינער, און דער וויזניצער רבי האט איהם געהייסען אז ער מוז עסען א מזונות פאר׳ן דאווענען יעדען טאג. איין מאל, ערב פסח שחל בשבת, האט ער נישט געהאט קיין מזונות, ווייל מ׳האט נאר געהאלטען גענוג חמץ אויף די סעודות. ער איז ארום געגאנגען זוכען א שטיק מזונות אין שטאט. די מענטשען האבען איהם געזאגט "דער רבי האט נישט געמיינט די שבת, ווען מ׳דאווענט פרי און שנעל. דו גייסט זיך נישט אפשוואכען דערפון". והוא באחת, דער רבי האט געהייסען, מוז מען פאלגען. עפעס א פאנטשליין איז דא, אבער איך האב עס פארגעסען.
אין דער עולמו של אבא דערציילט ער אויף די געגענטער שרעקליכע זאכען. עס דערמאנט זיך פון די רעדנעקס אין אמעריקא.
אסאך פון די בחורים אין די באבאבער ישיבות זענען געקומען פון דער געגענט, ווי פון ארימקייט זענען זיי געפארען צו א ישיבה וואס וועט קעיר נעמען פון זיי. מ׳דערציילט אז דער באבאבער רבי האט געפרעגט אזא בחור ביים אריין קומען אין ישיבה "וויפיהל האט אייער משפחה?"
"ניין. טאטע מאמע, פיהר קינדער, די אייזעל דער ציגעלע און דער קו".
אזעלכע מעשה׳ס האט מען נישט דערציילט אויף די גאליציאנער אידען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אסאך פון די בחורים אין די באבאבער ישיבות זענען געקומען פון דער געגענט, ווי פון ארימקייט זענען זיי געפארען צו א ישיבה וואס וועט קעיר נעמען פון זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מה פתאום? פון ווי נעמסטו דאס? בזמן וואס ס'זענען מיוסד געווארן די באבובער ישיבות האט שוין נישט געפעלט מער אין די אונגערישע און מארמארישע ישיבות קאמפערד צו גאליציא.
ווישיווער ישיבה די גרעסטע אין די געגנט מיט 400 תלמידים האט געהאט א דארמעטארי. אלע ישיבות האבן געהאט חברה מזונות און מ'האט געגעבען געלט פאר די בחורים פאר קליידער אדער אנדערע הוצאות. אודאי איז דאס נישט געווען ווער ווייסט וואס, אבער די באבובע ישיבות זענען דען געווען אין די רייכע גאליציע? מ'האט עפעס געטיילט פול סקאלערשיפ?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מארמאראש
איך געדענק נישט ווי איך האב עס געליינט, אבער אי משום טענתך, איז עס נישט קיין סתירה. די ישיבות זענען געווען אויף עטוואס א סטאנדארד, באבוב האט גענומען די שוואכערע, די ׳ששה חדשים בנוי סוכה וששה חדשים בפורים שפיל׳ כנודע.