ביטקוינס Bitcoin
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די אלעמען באקאנטען און שטארק רעספעקטירטער זקן וחכם דזשאן באגעל המכונה דזשעק באגעל איז אויסגעקומען זייער פעסימיסטיש אקייגן ביטקוין.
ער איז ארויסגעקומען זייער זיכער און זייער שארף, קענענדיג איהם איז מיר א שטיקל חידוש אז ער האט אנגענומען אזא פעסימיסטישע שטעלע וצריך לעיין בזה, איך פערזענליך האלט אז ביטקוין האט יא א (שטיקל) שאנס אז ס'זאל זיין א גרויסע סוקסעס עווענטועל, ער טענה'ט זיכער אז באחרית הימים וועט עס גארנישט ווערט זיין.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וא
newkave האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קליינע קארעקציע פון נאר בערך דרייסיג פראצענט.
זינט סמבטיון האט געפרעגט דערוועגן, האסטו נישט אויפגעהערט עם צו טראלן. ווען עס פאלט, ביסטו דא. ווען עס גייט ארויף, ביסטו שטיל.
דו מאכסט געלט ווען אנדערע מענטשן פארלירן?
דו ביסט ווי א ....(נמחק)...
ריפובליקאנער און קעפטיליסטן זענען זייער קעגן ביטקוינס, פשוט ווייל עס טוט אינטערהאקן די שטארקייט פון זייער עבודה זרה- דער דאללער. די זעלבע איז ווען איינער קריטיקירט אמעריקע, אפילו מיט נארמאלע טענות, ביי זיי עס כאילו א קעניגרייך, א רביסטיווע, מטאר נישט רעדן שלעכטס אויף אמעריקע, נישט קיין חילוק וויפל אומשולדיגע מענטשען זיי הארגענען און רודפן! זיי האבן א Pass צוטוהן וואס זיי ווילן, און וויאזוי זיי ווילן.
כהאב עס אסאך מאל ווען איך טענה מיך מיט די אלע קורצגעבינדע רעכטע, רעדסט אויף אמעריקע? גיי דיר קיין שוועדן, פראנקרייך!!! איי איך בין דא געבוירן געווארן און דא געלעבט א גאנץ לעבן?, און זינט ווען איז אמעריקע געווארן א דיקטערשיפ אז מ׳טאר איר נישט קריטיקרן??? אדרבה וואס מעהר מ׳וועט איר קריטקירן וועט עס לכאורה פארן אויף א דירעקציע פון פראגרעסיוונעס און פראגרעסיוו פאליסיס וואס פעלט זיך שטארק אויס אין אונזער לאנד...
די דאללער איז זייער עבודה זרה דאס אלעס! זיי זענען פארקויפט און פארקענכטיגט פאר געלט און פאוער- אט דאס איז אמעריקע אין א נוטשעל... די אלע בירגער וואס רעדן זיך נעבעך איין אז די גאווערמענט געט א פיצי שי״ן פאר זיי און פאר זייער וואוילזיין זענען אין פאר א גרויסע סופרייז...
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
פאליטישאנס און אלגעמיין, רעפאבליקאנע און דעמאקראטן זענען שטארק קעגן ביטקוין, ווייל זיי האלטן אז זיי דארפן אלעס קענען קאנטראלירן פאר אונזער טובה, און ביטקוין קענען זיי נישט קאנטראלירן. די גאנצע קאנצעפט פון ביטקוין איז צו לייגן זייער קאנטראל אויף געלט און וואלוטע אין דער ערד. דעריבער זענען כמעט אויב נישט אלע פאליטישאנס שטארק דערקעגן.
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט אז קאפיטאליסטן זענען אקעגן ביטקוין, אדרבה אויב מעגליך זייט מסביר מיט וואס ביטקוין איז נישט איינשטימיג מיט די פרינציפן פון קאפיטאליזם.
איך בין בשיטה מער ווייניגער א קאפיטאליסט, און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג, איך זעה נישט וואו ס'זאל זיין א סתירה מיט קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, רוב קאפיטאליסטן זענען פאר די גאלד סטאנדארט וואס איז אסאך מער אזויווי ביטקוין ווי אונזער פאלשע געלט וואס ווערט מאניפיולירט דורכ'ן רעגירונג.
אזויווי איך האב שוין מערערע מאל ערווענט וויל איך אייך נאכאמאל דערמאנען אז ס'איז צייט איר זאלט אביסל ליינען וועגן קאפיטאליזם און נישט זיין אזוי איגנאראנט, עפענט אייך די קאפ אביסל און זיי מבאר אויף אן אביעקטיווען אופן.
איך גיי נישט ענטפערן דא אויף סיי וועלכע רעספאנסעס וואס זענען אין די ריכטונג פון קאפיטאליזם ווס סיי וואס, חוץ אויב ס'רעדט זיך פון ביטקוין'ס. ביטע נישט פארדרייען אדער קום אריין אין אן אנדער אשכול.
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט אז קאפיטאליסטן זענען אקעגן ביטקוין, אדרבה אויב מעגליך זייט מסביר מיט וואס ביטקוין איז נישט איינשטימיג מיט די פרינציפן פון קאפיטאליזם.
איך בין בשיטה מער ווייניגער א קאפיטאליסט, און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג, איך זעה נישט וואו ס'זאל זיין א סתירה מיט קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, רוב קאפיטאליסטן זענען פאר די גאלד סטאנדארט וואס איז אסאך מער אזויווי ביטקוין ווי אונזער פאלשע געלט וואס ווערט מאניפיולירט דורכ'ן רעגירונג.
אזויווי איך האב שוין מערערע מאל ערווענט וויל איך אייך נאכאמאל דערמאנען אז ס'איז צייט איר זאלט אביסל ליינען וועגן קאפיטאליזם און נישט זיין אזוי איגנאראנט, עפענט אייך די קאפ אביסל און זיי מבאר אויף אן אביעקטיווען אופן.
איך גיי נישט ענטפערן דא אויף סיי וועלכע רעספאנסעס וואס זענען אין די ריכטונג פון קאפיטאליזם ווס סיי וואס, חוץ אויב ס'רעדט זיך פון ביטקוין'ס. ביטע נישט פארדרייען אדער קום אריין אין אן אנדער אשכול.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
סמבטיון האט געשריבן:קוקערלענד, סעגעפעלט מיר ווי דו כאפסט זיך ארויף אויפן באן... " און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג", סיריעסלי????
סעריעסלי! איך רעד פון ווען ס'איז נאך געווען אונטער הונדערט דאלער! דאס אז איך בין א חסיד פון די קאנצעפט און די פראדוקט מיינט נישט אז ס'איז ווערט עלף טויזנט דאלער, איך בין נאר סקעפטיש אויף די פרייז די לעצטע יאהר צייט ווען רוב מענטשן וואס גייען אריין דערין אינטערעסירט זיי נישט וואס דאס איז און זיי ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן נאר איין זאך אז ס'גייט זיין איין טאג ווערט מער, דאס מאכט די געוואוקס דערפון זייער נישט געזונט און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז אין די טעריטאריע פון א באבל. דעריבער וואלט איך נישט מציע געווען קיינער אריינצוגיין ווייל מען ווייסט נישט ווען ארויס צו גיין.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
סמבטיון האט געשריבן:נניח אז עס איז א באבעל, נאכאלטס קענען מענטשן מאכן אסאך געלט אדערווייל.
די פראבלעם איז אז מ'קען נישט פאראויס זאגן וואס ס'גייט פאסירן און ס'איז כמעט נישט במציאות אריין און ארויסצוגיין אין די ריכטיגע צייט. אוודאי וועט זיין א געציילטע עולם וואס וועט פארדינען אבער לדאבונני וועלן רוב פארלירן די הויזן. אדרבה קוקט אייך און וועט איר זעהן אז רוב עולם לייגט אריין ווען ס'איז אויף די העכסטע שטאפלן און פארקויפן נישט נאך ס'גייט ארויף. מען דארף האבן עקסטרעמע דיסציפלין צו טוהן וואס איז ריכטיג. א סקילל וואס איז זייער זעלטן ציווישן מענטשן.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ביטקוין איז גארנישט אנדערש ווי יעדע אנדערע סטאק אין אמעריקא.
די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז איין שטיק באבל, די סטאק מארקעט, ריעל עסטעיט, אלעס איז נאר פאר-מארגעדזשעט, און אפגעשטיפט פאר מארגן און איבער מארגן. ווער סהאט מזל און שכל נעמט advantage פון דעם דערווייל. כאפ נאכנישט די חילוק צווישן ביטקוין און גאלדמאן-סאקס.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
קורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )
עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.

- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
שמערל האט געשריבן:קורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )
עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.
קען זיין אז רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, למעשה פאר מיר צו שוקל זיין מיין פערזענליכע אפיניאן מאכט נישט אויס די נומער אדער מערהייט פון עקאנאמיסטן, ס'אינטערעסירט מיר בעיקר וואס זייערע סיבות און טענות זענען. אגב דרייט זיך דא א ידיד אונזערע וואס רופט זיך [tag]שבת אחים[/tag] און זאגט כסדר אז רוב עקאנאמיסטן האלטן אז קאפיטאליזם בכלל קען מער נישט ארבייטן.....
איך ווייס נישט וואס איר מיינט מיט מאדערענע קאפיטאליזם, מיינט איר אפשר סאציאליזם וואס מ'רופט קאפיטאליזם אדער גאר קראוני קאפיטאליזם? אויף ווי ווייט איך האב פארשטאנען לעת עתה (ס'קען זיך נאך טוישן 'עז איי גאו אלאנג ענד ריעד מאור') איז א פיאט וואלוטע זייער נישט איינשטימיג מיט די הויפט פרינציפן פון קאפיטאליזם.
איך פארשטיי נישט פארוואס די היינטיגע עקאנאמיע וואלט נישט געקענט עקזיסטירןמיט די גאלד סטאנדארט, מער אבער פארשטיי איך נישט וויאזוי איז ביטקוין אנדערשט טאקע אין די פרט? ס'איז דאך פונקט אזוי (און מעגליך מער) באגרעניצט אין קוואנטום ווי גאלד? אפשר מיינט איר צו זאגן אז ביטקוין איז נישט קאמפעטענט אלץ א וואלוטע אבער ס'איז נאכאלץ ווערט אן קיין ניצן, לדעתי וועט אזא זאך עווענטועל פארלירן די שוויות אויב ס'האט נישט א ריזאנעבעל ניצן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.