טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי פירט מען זיך דא צו שרייבן ווען ס'איז שוין הייס אינדרויסן אבער דא הערט מען נישט קיין פיפס.

איך האלט אז ס'וואלט נישט געווען קיין גרויסע פראבלעם ווען רעיגען/בוש/קלינטאן וואלט עס געטון, אבער יעצט איז אשאד אז ס'געשעט דורך אזא בהמה...
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

את אשר יגרנו בא! בעוון הדור קומט יעצט פאר א שרעקליכע זאך! און התגרות באומות אויף די העכסטע גראד, ווער ווייסט וואס די תוצאות זענען, ליידער הייקינד איז געווען דער ערשטער אויף סי בי עס צו באדאנקען די פרעזעדענט, לאמיר זיך א נעם טוען צום תהילים און בעטען דער בוכ"ע זאל האלטעו די רעכטע האנט והנה לא ינום ולא יושן שומר ישראל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו - דו זעסט אויס טאקע זייער אנטציקט. ממש א געשמאק פון א געפאר! מ'קען אלע ציטערען אין פרידען! איך האב אלס געוואוסט אז דאס איז די פראבלעם פון טראמפ, ער איז א מתגרה באומות, וואס איז א הארבערער איסור ווי כאפען קעטץ!

איך האב נישט קיין שטעלונג אין דער (אומ)נייעס ווי דער קאפיטאל פון דער סטעיט אוו איזראעל איז אין די אויגען פון אמעריקא. עס גייט מיר ווייניג אן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

שיעור בענין קידשה לשעתה קדשה לעת״ל בשעה אחד בצהריים ע״י נשיא ארה״ב שליט״א
לא באתי לנצח (שולי)
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

250 רבנים מיט א בריוו צו טראמפ http://www.kikar.co.il/259009.html
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

ער האט יא אנערקענט און געאגט אז מ'גייט ריקן די עמביסי
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ליטוואק וואס איז מיט דיר וואס רעדסטו? די וועלט איז עפעס א גלעכטער? ליידער זינט די באלפר דעקלארציע וויפול אומשילדיג אידיש בליט פארגיסט זיך וועגען נאצאנליזים? ווי לאנג נאך? ליידער דער דזשערעד קושנער איז בראש פון מידעל איסט, און ער האט אונז אריינגברענגעט און א פרישען שטאפעל פון התגרות וואס די תוצאות מי יודע מיר קענען נאר זיך אויסוויינען בין תנור לכירים אז שומר ישראל שמור שארית ישראל, די היינטיגע פראקלאמציע זאל נישט זיין חס ושלום לטובתן של שונאי ישראל און סזאל זיין נאר גיט פא ריודען און זאל שוין בטל ווערען מדינת עמלק בלי נזק לשום איש ישראל, וידעו תועי רוח בינה און ווערען בעלי תשובה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

שוין נאך א אשכול גייט ער פארוואנדערן מיט זיין אגענדע?????????????????
זערא טאלערענס פאר טראללען און אגענדא'ס דא
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

C/P
ערליכע אידן אזויווי שטענדיג נעמען אויף מיט הכנעה די החלטה פונם פרעזידענט און ווייסן אז ווי לאנג אונז זענען אין גלות זענען מיר מקבל באהבה די גזירה,
שלומי אמוני ישראל מארשירן מיט געבויגענע קעפ מיט עזרעילישע פעהנער און צייגן טריישאפט צו אונזער מלכות של חסד
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גאנצל האט געשריבן:איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?


אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שמעון וואלף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?


אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו

יענער איז אויך א שטיקל שרייבער דא דאכט זיך....
דא איז עס
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

די א.ג. סאקמערע חסידים, האבן שוין באשטעטיגט פאר איבער 70 יאהר צוריק, אויף וואספארא אומה איז מען חלילה עובר אויף די הארבע שבועה: "שלא יתגרו באומות",
און על דעת עצמם, אויך מחליט געוועהן קולות און היתרים, אויף וועלכע אומה וגוי האט דער ג-ט ב"ה נישט געמיינט ווען ער האט משביע געוועהן "אם תעירו וגו'"

אדער ווי א חבר מיינער האט מגדיר געוועהן א מאהל:
"די שבועה שלא יתגרו ישראל באומות העולם, איז פון די מצוות התלויות בארץ..." :twisted: :lol:

(יעך וויל נישט אריינגיין אינעם קאמפליצירטע סוגיא פון כתובות קיא., איבער די שלשה אדער ששה שבועות שהשביע הקב"ה לישראל ולאומות העולם (מחלוקת רבי לוי ורבי יוסי בר חנינא)
אויב ס'ווערט בכלל געפסקנ'ט להלכה פאר הנהגה וואס יידישע קינדער זאלן טוהן אדער נישט טוהן, צו נישט,
ווער ס'וויל זיך אריינלייגען און די סוגיות, יעיין בדברי רבינו הקדוש בעל הגאולה זכותו-יגן-עלינו במאמר "שלשת השבועות" שבספרו "ויואל משה"
אין די מראי מקומות וואס דער צדיק זי"ע ברענגט אין זיין מאמר הנ"ל, זענען דא ציטאטן וואס פסק'נען קלאהר אז דאס איז ניט קיין שבועה המוטלת על ישראל ואין עבירה בידם להמרותה.
{סוגר בתוך סוגר: להלן א טייל פון די וואס האבן מתיר געוועהן די עניינים:
[*]הרה"ק מהרח"ו זיע"א בהקדמה לספר "עץ חיים"
[*]הרה"ק בעל המחבר זרע שמשון זיע"א (בפירושו למגילת אסתר, דף קנד, ב בפירושו לפסוק: ביום אשר שברו וגו') (לעצטנס איז גראדע נתפרסם געווארן סגולת זה הספר, און מ'האט דאס איבערגעדרוקט)
[*]מהרש"א בחידושיו על אתר אין כתובות (נישט געטראפן קיין וועבסייד וואס מ'קען ברענגען פון דארט די בלאט)
[*]הרה"ק מהר"ל מפראג זיע"א בספרו נצח ישראל פרק כד (להלן עמודים א ב ג ד)
[*]הרה"ק ר' אברהם מסוכטשוב זיע"א בעל "אגלי טל" בתשו' אבני נזר סי' תנד האריך בכל הנ"ל ובעיקר בסעיפים מב-מה ובסעיף נו (און ביז סי' תס איז ער דן אויף די עניינים)
[*]הגה"ק ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל הי"ד ראב"ד פישטיאן ובעל "משנת שכיר" בספרו אם הבנים שמחה (מהדורות בודאפעש"ט וירושלים) {ער איז געוועהן א תלמיד פונעם הייליגען בעל "מנחת אלעזר ממונקאטש זיע"א, און האט מחבר געוועהן די ספר בשנות הזעם}
עד כאן במוסגר שבמוסגר}
דעם רעבין זכותו-יגן-עלינו פרעגט א בארג פון קשיות אויף די שיטות, און פסק'נט אנדערש פון זיי, זייערע שיטה איז געבליבן א שיטה אויך נאכן רעבינס פלפול ומסקנא).

און יעצט צום נקודת-אמת פונעם זאך, טייערע פריינד, טלו קורה מבין עיניכם! טראכט'ס אריין וואס איז דאס בכלל התגרות באומות?

[*]צו א יוד וואס וואוינט אונטער א ממלכת גויים, און פאלגט נישט חוקי המדינה פון A ביז Z, איז ער דען נישט קיין מורד באומות ובגלות?
[*]צו ווען מ'איז זיך מורה היתר צו זיך דינגען/רייסען מיט א גוי אויפ'ן גאס צו אויפ'ן ראוד איז דאס נישט קיין התגרות בגוי?
[*]אז דער לארד באלפור (דערמאנונג: סעקעטאר אוו סטעט פון די ענגלישע רעגירונג, בשעת זייערע קאלאניע האט געהאט די מאכט איבער גאנץ מיטעל-איסט! - אינקלאודינג: דזשארדען, סיריע, לעבאנאן, אידזשעפט, ארץ ישראל און נאך) האט באשטעטיגט צו געבן פאר די קאפטישע נוצרים אידזשעפט, פאר די קריסטן לעבאנאן, פאר די מאסלים סיריע פאר די האשמ'ס דזשארדען און פאר די אידן ארץ ישראל איז דאס התגרות באומות?
[*]אז דער פרעזידענט דאנאלד דזשעיי. טראמפ האט באשטעטיגט צו אנדערקענען די פלעיינע-פשוט'ע פאקטען וואס גיין-שוין-אן שוין ערך פון 70 יאהר, און ביתר שאת ערך פון 50 יאהר, וואס די קאנגרעס און סענאט אין יאהר 1995 (22 יאהר צוריק!) האבן דאס שוין יענטסמאהל באשטעטיגט, און דער פרעזידענט דער מחוצף האט זיך דערוואגט צו דאס אויך אנדערקענען, איז דאס ווייטער התגרות באומות?

טייערע ברידער!

עד מתי וועט איהר נאך גלייבען פאר די בלוט-דארשטיגע אראבישע רוצחים וואס מאכן זיך מכלומר'שטע נעבאך'דיגע בארויבטע-קאזאק'ן.

דאס אז די ציונים זענען בשותפות'דיגע פיינט ענקערע, מאכט נאך נישט פאר א פאקט יעדע ליגנט וואס איז איינגעפאלן פאר מאכאמאד, מאכמאד, יאסער אדער אן אנדערער רשע.

די שטאט ירושלים אדער אל-קודס וואו די ישמעאלים רופן דאס ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט אין זייער קאראן.
די היינטיגע א.ג. שעייכ'ן פראבירן צו פארענטפערן און צו-שטעלן צום אל-אקסא/אל-אקצא, וואס ווערט יא דערמאנט אינעם קאראן, - וואס רעדט'זיך אינגאנצן וועגן א שטאט אין געגנט פון מעקא -סאאודי-אראביע!!

איך זאג נישט אז די ציונים זענען וואוילע לעמעלעך,
אבער ווען דו שטייסט און דו בארעדסט דיין פרעזידענט וואס דאס אליין איז בפשטות התגרות בגוי,
האסטו נישט קיין רעכט צו זאגן דיין מיינונג איבער די ציונים'ס התגרות,
וואס היינטיגע צייטן איז קרוב לודאי מותר משום פיקוח נפש.

יעך האב דאס געשריבן מתוך רתיחת הדם און פון פאראויס בעט איך איבער ווער ס'שפירט זיך געטשעפעט פון די תגובה.

א גוט יום טוב
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

שליחה דורך קלוגע יודל »

C/P
Since Islam is a Religion of Peace, we can all rest easy knowing President Trump's decision to name Jerusalem the capital of Israel will have no negative impact on peace in the middle east.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעון וואלף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?


אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו
א באנדע דזשוליקעס! פאר י"ט כסליו פארברענגענס דארף מען נישט קיין שטאף? אזוי וועט מען זיך פרייען און דרשנ׳ן ביי די יו"ט סעודות פון פדה בשלום נפשי, אויף דער נצחון גדול אז אמעריקא האט עפעס אנערקענט, דערווייל.

לגופו של נייעס, מיר זעט עס אויס ווי א נערישקייט וואס וועט קאסטען א פרייז. טראמפ האט געטוהן א זאך וואס מיינט גארנישט פראקטיש פאר איהם, אבער אפגעקאסט א דיפלאמטישען פרייז פאר איזראעל. ווען ס׳קומט צו זאכליכע עניינים, וועט מין ווייניגער קענען בעטען פון טראמפ, כנלע"ד. מ׳נוצט נישט אויס די פראטעקציע אויף קלייניקייטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ליטוואק, די גאנצע נושא איז גארנישט אזוי פשוט.
ווי די מידיע לייגט עס אראפ האט עס טראמט געוואלט אסאך מער ווי די ישראלים. זיי שפוקאלירן אסאך זאכן, ווי למשל געבן א ביינדל פאר א"י און דערנאך פארלאנגען אלעס פאר שלום, אדער כדי צו פרובירן אראפצוזעצן די אראבער אויף דעם אופן...

דאס מערסטע אינטרעסאנט איז וואס בלומבערג ניוס שרייבט, אז דאס איז א חלק פונעם פלאן אראפצואווארפן איראן'ס מאכט פון מידל איסט, און צוליב דעם זענען סאודיע ודעמיה כמעט שטיל, נישט צוליב זייער אהבה צו טראמט נאר ווייל עס גייט גאר אין זייער ריכטונג.... ויש עוד הרבה נוסחאות, הצד השוה שבהם אז טראמפ האט דא א טיעפער חשבון אין דעם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

צוליעב די אלע צדדים האב איך חוזק געמאכט. ס׳איז א פארצווייגטע נושא, די סימבאלישע חלק איז א סמיות עינים, ווי אויך דער צארען פון די פאלעסטינער.
אגב, איך האב יעצט אויסגעהערט דער בי.בי.סי. ווי זיי אינטערוויוען פאלעסטינער מענטשען אין גאס. זיי פראבירען צו העלפען די חברה, אבער די אראבער לאזען זיך נישט. זיי שטיצען די הריגות במלא תקפם, און דאס איז ווען דער גיבט זיי א וועג ארויס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

פארוואס האט ביבי ווען מ'האט אים די לעצטע פאהר חדשים געפרעגט בנוגע די עמביסי האט ער נישט געענטפערט געהעריג
ווייל ער האט לכאורה פארשטאנען אז ס'לוינט נישט פאר אים זיך צו בעטן ביי טראמפ ווייל נאכדעם וועט ער אים אלעס זיין שולדיג {יעצט איז ער אויך אבער דעמאלטס נאכמער}
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

די מדינה איז קיינמאל ערנסט געווען אינטערעסירט דערין. עס איז געווען פונקט גענוג אויף צו צימבלען די אמעריקאנער פרעזידענטן....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אויף אייוועלט פרעגט איינער וואס די קומעדיגע אמעריקאנער קאנדידאטן וועלן פארשפרעכן פאר אר"י ביים לויפן איינמאל עס איז שוין אנערקענט.
לענ"ד גייען זיי צוזאגן פאר אר"י צו פרובירן צו צוברעכן דעם שלום פלאן (אויב וועט זיין איינס בכלל).......
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איסר דיין אהבת ישראל גיסט זיך צווישן די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארקערט, זיי ווייסן אז א"י איז מער סעיף אן די שלום פלאן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קען איינער מיר מסביר זיין וואס/וויאזוי העלפט דעס פאר די מדינה אז טראמפּ אנערקענט ירושלים אלס הויפט שטאט? וואס/וועם גייט עס העלפן? נאכדערצו אז די גאנצע וועלט ממש איז אנטקעגן דעם, ווילאנג ענגלאנד, פראנקרייך, כינע, אאז״וו זענען נישט אן -באורד קען מדנ״י נישט אזוי שנעל ריקן אירע עמבסיס קיין ירושלים, און אז יא גייען זיי זיך נאר פארהארגענען. אלע גרויסמאכטן חוץ אמעריקע האבן פארדאמט טראמפ און געזאגט אז זיי זענען שטארק דערקעגן...

ווער ס׳קען ליינען צווישן די שורות פארשטייט זייער גוט אז דעס איז א דיסטרעקציע פון די רוסלאנד אינוועסיגעשאן. טראמפ מיט זיינע קינדער שטיין דאך נישט גוט יעצט, דארף ער דאך ווארפן 'א ביינדל' פאר זיינע שטיצער- די רעכטע קריסטן וואס האסן שטארק די מוסלימענער. קיין שום גוטסקייט גייט נישט ארויסקומען פון די נערישקייט! נישט פאר די מדינה נישט פאר אמעריקע און נישט פאר קיינעם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט