Stalin's Last Crime...!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Gimpel האט געשריבן:טייער בערל יישר כח עס איז מקובל ביי די רוסישע אידן אז מען האט אריינגעאסן אין סטאלינס מויל סם

גימפל: ייש"כ. ס'איז אמת. ווייל זיינע נאנטע מיטארבעטערס האבן געשפיהרט אז ער גרייט זיך צו מאכן נאך א ..."פוירדזש"... א רייניגונג. אזוי ווי ער האט געטון אין יאר 1937. נאכדעם וואס ער האט געלאזט הרג'נען דעם זייער פאפולערן פיהרער פון די קאמוניסטישע פארטיי אין לענינגראד, קיראוו. מיט'ן תירוץ אז ער זוכט די רוצחים וועלכע האבן געהרג'עט זיין גוטן פריינט. בשעת ער איז אליינס געווען דער רוצח...! און זיין מיניסטער פון אינערליכע זיכערהייט , לאוורענטי בעריא איז געווען אין א פאזיציע אריינצוגיסן דעם סם אין זיין געטראנק. און כידוע האט ער דאך געכאפט זיין מפלה אום פורים. נאר דא איז ער געווען המן און אחשוורוש צוזאמען...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

berlbalaguleh האט געשריבן: נאר איין קליין מיידל האט זיך געראטעוועט. און זי האט שפעטער געלעבט אין ענגלאנד.

וויקי זאגט אז היינט האלטן אלע אז אנאסטיזיע איז אויך דארט ערמארדעט געווארן. די אנדערע זענען געווען אימפאסטערס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

ס'איז יתכן אז סטאלינ'ס פוירדזשעס זענען נישט געקומען מחמת וואס ער האט געהאט באגרינדעטע אמתלאות אז זיי זוכן אים צו אונטערגרובן. ס'רוב פון זיי איז געווען פלעין געפערליכע פאראנויע און אומבאהאלפנקייט. אן עדיוקעיטעד מענטש וואס האט א כח צו פארהאלטן זיין כח פארשטייט אז נישט יעדער וועט איינשטימען מיט דיר, די כח איז במציאות נישט קאנצערטריט גענצליך אין דיינע הענט און פארפאלן ווען דאס רוב וועט זיך געגנשטעלן איז א סימן אז ביסט מער נישט דא פאר די טובה פון אלעמען. דאס איז די מעלה אמאל פון א קעניג אדער א רבי, די שררה קומט זיך זיי בירושה איז אנע פוירדזשעס האבן זיי אויכעט א טענה פאר די שררה. די כח קומט יא צו זיין קאנצערטרירט ביי זיי אליינס אין די הענט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: די פסיכאלאגן און יודעי דבר גריבלען זיך טאקע אין די סיבות פארוואס ער איז געווען אזוי קאלטבלוטיג. און וואס האט איהם געטריבן אדורכצופיהרן אויפיהל ארעסטן, פייניגונגען און רציחות אויף מיליאנען מענטשן. מ'זאגט אז פאר ער האט געגעסן סאפער א יעדן טאג זענען געקומען צו איהם זיינע געהיים פאליציי טשיעפ'ס, און זיי האבן איהם געברענגט א ליסט פון אלע ארעסטאנטן וועם מ'דארף שיסן אדער באפרייען. די מערסטע האט ער באשטעטיגט אז מ'דארף זיי שיסן. נאר א קליינער טייל האט ער אויסגעשטראכן. דאס האט געמיינט אז מ'האט זיי ..."מוחל".. געווען. און זיי זענען אפגעקומען נאר מיט דזשעיל אדער פארשיקט געווארן קיין סיביר אין די גולאגס.

א טייל עקספערטן האלטן אז וויבאלד ער איז אויפגעוואקסן מיט ווייאלענס. זיין טאטע איז געווען א שיכור און אנטיסעמיט. וועלכער האט געשלאגן זיין ווייב מיט די קינד(ער). איז דאס אריין אין זיין קאנשיענס. נאר דער קאמוניסטישער סיסטעם האט איהם ערלויבט אדורכצופיהרן די אלע מאסן ארעסטן און רציחות אויף אומשולדיגע מענטשן. וואס אין א דעמאקראטישן סיסטעם וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט אדורכפיהרן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שלמה המלך האט געשריבן:יש"כ בערעלע
זייער באלערענד אווי אלע דיינע שיינע סחורה

מסתמא ביסטו באקאנט וואס יו"ט עהרליך ז"ל פארציילט אויפ'ן קאסעטע!
ער פארציילט די מעשה שיין מיט א הארציגע מעלאדי ווי די אידען דארט אין רוסלאנד האבען זיך אנגעליטן פון דעם צורר היהודים, און מ'איז געקומען צו ר' יוחנ'טשע סטאלינער זצ"ל (זיין רבי) ער האט שוין דאן געעואינט אין אמעריקע, מ'האט איהם פארציילט פורים ביינאכט איבער דעם ביטערע גזירה - ר' יוחנ'טשע האט געבעטען א בילד פונעם המן בזמנינו אין מיט'ן דעם משתה יין טיש, און האט אנגעפאנגען האקן אין זיין קאפ (אויפ'ן בילד) און געזינגען דערביי א מורא'דיגע ניגון (יאנטל זיגט דעם ניגון דארט) און האט זיך דערביי אנגעריפען אז ער האט איהם ארלעדיגט!
והעולם משתאה להם מחריש לדעת וואס דאס מיינט אבער ווי ס'איז קררצליך דערנאך נתברר געווארען אז ער האט איהם פיזיש צעלעכערט דעם מח מיט דעם האקן דורך א סטרויק און ער האט גע'פגר'ט אפאר טאג דערויף!

ר' Wikipedia איז מעיד דערויף מיט איעדע פרט!

פלאי פלאים!

איך ווייס נישט ווי וויקיפידיה זאגט עס, אבער לכאורה איז עס א מאדנע מעשה, ווייל ר' יוחנ'טשע האט דאך געוואוינט דאהי אין אמעריקא, און סטאלין אין רוסלאנד. ווען דער רבי האט געהאט זיין פורים סעודה, נאכמיטאג כמנהג ישראל מסתמא, איז שוין לאנג נישט פורים געווען אין די דאטשא אין מאסקווא. אלע ווייסען אז די מעשה מיט סטאלין איז געווען פורים, נישט שפעט ביי נאכט. איך האב נישט געקענט נאכפארשען וועלכע צייט מ'האט איהם געטראפען, אבער לכאורה דארף עס זיין א שטיקל קשיא אויף די אויסקומפף פון די מעשה. אפשר וועט מען דארפען לייגען די מופת אויף א צווייטען. מסתמא האבען אסאך געדאווענט און געטוהן פעולות קעגען סטאלינ'ן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

התנצלות והבהרה: דער 2'טער חלק פון מיין תגובה פון נעכטן צו וואלווי זעהט אפשר אויס ווי דאפלט געשריבן די זעלבע זאך. דער תירוץ איז זייער פשוט. דאס האט געדארפט צו זיין אן עקסטער מאמר. נאר איך האב געדרוקט דעם .."ראנג"... באטט'ן. שטאטס צו דרוקן דעם ..."קוואוט"... קנעפל האביך געדרוקט דעם ..."עדיט"... קנעפל. און ס'איז אויסגעקומען ווי איין מאמר.

וטעות לעולם חוזר. און א טעות האט א טבע אז ס'חזר'ט זיך אייביג איבער... :lol:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמבל סאס האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: נאר איין קליין מיידל האט זיך געראטעוועט. און זי האט שפעטער געלעבט אין ענגלאנד.

וויקי זאגט אז היינט האלטן אלע אז אנאסטיזיע איז אויך דארט ערמארדעט געווארן. די אנדערע זענען געווען אימפאסטערס.

דאס גייט דאך צוזאמען מיט די וואס גלויבען אז עלוויס לעבט נאך וכדו'. די איינציגסטע הו"א וואס זיי האבען געהאט איז ווייל ווען מ'האט ארויסגעטראגען די קערפערס פון די קייסערישע משפחה, האט זי נאך גע'אטעמט. מ'האט איהר גלייך געהרג'ט, אבער 'איבערגעלעבט' האט זי, אויף א פאר מינוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:יש"כ בערעלע
זייער באלערענד אווי אלע דיינע שיינע סחורה

מסתמא ביסטו באקאנט וואס יו"ט עהרליך ז"ל פארציילט אויפ'ן קאסעטע!
ער פארציילט די מעשה שיין מיט א הארציגע מעלאדי ווי די אידען דארט אין רוסלאנד האבען זיך אנגעליטן פון דעם צורר היהודים, און מ'איז געקומען צו ר' יוחנ'טשע סטאלינער זצ"ל (זיין רבי) ער האט שוין דאן געעואינט אין אמעריקע, מ'האט איהם פארציילט פורים ביינאכט איבער דעם ביטערע גזירה - ר' יוחנ'טשע האט געבעטען א בילד פונעם המן בזמנינו אין מיט'ן דעם משתה יין טיש, און האט אנגעפאנגען האקן אין זיין קאפ (אויפ'ן בילד) און געזינגען דערביי א מורא'דיגע ניגון (יאנטל זיגט דעם ניגון דארט) און האט זיך דערביי אנגעריפען אז ער האט איהם ארלעדיגט!
והעולם משתאה להם מחריש לדעת וואס דאס מיינט אבער ווי ס'איז קררצליך דערנאך נתברר געווארען אז ער האט איהם פיזיש צעלעכערט דעם מח מיט דעם האקן דורך א סטרויק און ער האט גע'פגר'ט אפאר טאג דערויף!

ר' Wikipedia איז מעיד דערויף מיט איעדע פרט!

פלאי פלאים!

איך ווייס נישט ווי וויקיפידיה זאגט עס, אבער לכאורה איז עס א מאדנע מעשה, ווייל ר' יוחנ'טשע האט דאך געוואוינט דאהי אין אמעריקא, און סטאלין אין רוסלאנד. ווען דער רבי האט געהאט זיין פורים סעודה, נאכמיטאג כמנהג ישראל מסתמא, איז שוין לאנג נישט פורים געווען אין די דאטשא אין מאסקווא. אלע ווייסען אז די מעשה מיט סטאלין איז געווען פורים, נישט שפעט ביי נאכט. איך האב נישט געקענט נאכפארשען וועלכע צייט מ'האט איהם געטראפען, אבער לכאורה דארף עס זיין א שטיקל קשיא אויף די אויסקומפף פון די מעשה. אפשר וועט מען דארפען לייגען די מופת אויף א צווייטען. מסתמא האבען אסאך געדאווענט און געטוהן פעולות קעגען סטאלינ'ן.

ליטוואק ון בודאפעסט: נישט ח"ו סותר צו זיין די מעשה וואס שלמה המלך ברענגט. אבער דאס איז א דבר ידוע אז דער ליובאוויטשער רבי האדמו"ר רמ"מ שניאורסאן נ"ע האט בשעת מ'האט געליינט די מגילה גערעדט איבער דעם רשע סטאלין, ימ"ש און ער האט געזאגט אז ער גייט האבן א מפלה. אבער דאס שטימט אויך לכאורה נישט מיט די צייט ווען ס'איז אנגעבליך פארגעקומען זייער הוליאנקע. ווייל מאסקווע איז אפגערוקט פון ניו יארק מיט 8 שעה. און זייער הוליאנקע האטציך געענדיגט אום שבת 5 אזייגער פארטאגס. איז דאמאלס געווען פרייטיג ביי נאכט 9 אזייגער. נאר ס'איז מעגליך אז די עפעקט פון די ווארפארין וואס בעריא האט אנגעבליך אריינגעלייגט אין זיין וויין, האט ערשט געהאט אן עפעקט מיט עטליכע שעה שפעטער...!
דער עיקר איז אז ער האט געהאט א מפלה און די גזירה איז בטל געווארן...!
פארשפארט