וויקי זאגט אז היינט האלטן אלע אז אנאסטיזיע איז אויך דארט ערמארדעט געווארן. די אנדערע זענען געווען אימפאסטערס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ס'איז יתכן אז סטאלינ'ס פוירדזשעס זענען נישט געקומען מחמת וואס ער האט געהאט באגרינדעטע אמתלאות אז זיי זוכן אים צו אונטערגרובן. ס'רוב פון זיי איז געווען פלעין געפערליכע פאראנויע און אומבאהאלפנקייט. אן עדיוקעיטעד מענטש וואס האט א כח צו פארהאלטן זיין כח פארשטייט אז נישט יעדער וועט איינשטימען מיט דיר, די כח איז במציאות נישט קאנצערטריט גענצליך אין דיינע הענט און פארפאלן ווען דאס רוב וועט זיך געגנשטעלן איז א סימן אז ביסט מער נישט דא פאר די טובה פון אלעמען. דאס איז די מעלה אמאל פון א קעניג אדער א רבי, די שררה קומט זיך זיי בירושה איז אנע פוירדזשעס האבן זיי אויכעט א טענה פאר די שררה. די כח קומט יא צו זיין קאנצערטרירט ביי זיי אליינס אין די הענט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שלמה המלך האט געשריבן:יש"כ בערעלע זייער באלערענד אווי אלע דיינע שיינע סחורה
מסתמא ביסטו באקאנט וואס יו"ט עהרליך ז"ל פארציילט אויפ'ן קאסעטע! ער פארציילט די מעשה שיין מיט א הארציגע מעלאדי ווי די אידען דארט אין רוסלאנד האבען זיך אנגעליטן פון דעם צורר היהודים, און מ'איז געקומען צו ר' יוחנ'טשע סטאלינער זצ"ל (זיין רבי) ער האט שוין דאן געעואינט אין אמעריקע, מ'האט איהם פארציילט פורים ביינאכט איבער דעם ביטערע גזירה - ר' יוחנ'טשע האט געבעטען א בילד פונעם המן בזמנינו אין מיט'ן דעם משתה יין טיש, און האט אנגעפאנגען האקן אין זיין קאפ (אויפ'ן בילד) און געזינגען דערביי א מורא'דיגע ניגון (יאנטל זיגט דעם ניגון דארט) און האט זיך דערביי אנגעריפען אז ער האט איהם ארלעדיגט! והעולם משתאה להם מחריש לדעת וואס דאס מיינט אבער ווי ס'איז קררצליך דערנאך נתברר געווארען אז ער האט איהם פיזיש צעלעכערט דעם מח מיט דעם האקן דורך א סטרויק און ער האט גע'פגר'ט אפאר טאג דערויף!
ר' Wikipedia איז מעיד דערויף מיט איעדע פרט!
פלאי פלאים!
איך ווייס נישט ווי וויקיפידיה זאגט עס, אבער לכאורה איז עס א מאדנע מעשה, ווייל ר' יוחנ'טשע האט דאך געוואוינט דאהי אין אמעריקא, און סטאלין אין רוסלאנד. ווען דער רבי האט געהאט זיין פורים סעודה, נאכמיטאג כמנהג ישראל מסתמא, איז שוין לאנג נישט פורים געווען אין די דאטשא אין מאסקווא. אלע ווייסען אז די מעשה מיט סטאלין איז געווען פורים, נישט שפעט ביי נאכט. איך האב נישט געקענט נאכפארשען וועלכע צייט מ'האט איהם געטראפען, אבער לכאורה דארף עס זיין א שטיקל קשיא אויף די אויסקומפף פון די מעשה. אפשר וועט מען דארפען לייגען די מופת אויף א צווייטען. מסתמא האבען אסאך געדאווענט און געטוהן פעולות קעגען סטאלינ'ן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

ליטוואק ון בודאפעסט: נישט ח"ו סותר צו זיין די מעשה וואס שלמה המלך ברענגט. אבער דאס איז א דבר ידוע אז דער ליובאוויטשער רבי האדמו"ר רמ"מ שניאורסאן נ"ע האט בשעת מ'האט געליינט די מגילה גערעדט איבער דעם רשע סטאלין, ימ"ש און ער האט געזאגט אז ער גייט האבן א מפלה. אבער דאס שטימט אויך לכאורה נישט מיט די צייט ווען ס'איז אנגעבליך פארגעקומען זייער הוליאנקע. ווייל מאסקווע איז אפגערוקט פון ניו יארק מיט 8 שעה. און זייער הוליאנקע האטציך געענדיגט אום שבת 5 אזייגער פארטאגס. איז דאמאלס געווען פרייטיג ביי נאכט 9 אזייגער. נאר ס'איז מעגליך אז די עפעקט פון די ווארפארין וואס בעריא האט אנגעבליך אריינגעלייגט אין זיין וויין, האט ערשט געהאט אן עפעקט מיט עטליכע שעה שפעטער...! דער עיקר איז אז ער האט געהאט א מפלה און די גזירה איז בטל געווארן...!