ווער איז געווען דזשימי האפפא...?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווער איז געווען דזשימי האפפא...?
דזשעימס רידדל האפפא איז געבוירן צו זיינע עלטערן אין די שטאט בראזיל, אינדיאנא (יו.עס.עי.). זיין טאטע האט געשטאמט פון די פענסילוועניע דאטש (אמיש). כאטש זיין נאמען קלינגט איטאליעניש, האט ער נישט געשטאמט פון איטאליע.
ווען ער איז געווען 7 יאר אלט איז זיין טאטע געשטארבן. נאכדעים האט זייער מאמע מיט די קינדער אריבערגעמופט קיין דעטרויט, מישיגען. ביי די פערצן יאר איז ער געגאנגען ארבעטן. אין א סופערמארקעט פון א גרויסע גראסערי טשעין. אלע ארבעטערס וועלכע זענען געווען אנגעשטעלט אין יענעם געשעפט האבן פארדינט זייער ווייניג. זיי זענען אויך געווען אומצופרידן מיט די שעות וואס זיי האבן געארבעט. דער יונגער דזשימי האט זיך אפגעשמועסט מיט אלע ארבעטערס פון יענעם געשעפט און זיי זענען ארויסגעגאנגען אין סטרייק. דער מענעדזשער און בעה"ב האבן נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן נאכגעגעבן זייערע פארלאנגען. צו ארבעטן ווייניגער שעות. און פארדינען מער געלט. זעענדיג זייער הצלחה, האבן די אנדערע ארבעטערס פון די זעלבע גראסערי טשעין זיך אויך ארגאניזירט און געשאפן א יוניאן.
שפעטער איז דער יונגער דזשימי (ביי די אכצן יאר) געגאנגען ארבעטן ביי די פיערס. דארט וואו די שיפן קומען אן. און מ'לאדנט אפ זייער סחורה. און ס'ווערט אריינגעלייגט אין גרויסע וועירהאוזעס. די בעלי בתים פון די וועירהאוזעס זענען גרויסע עשירים. ווייל זיי רעכענען זייער א סאך געלט צו האלטן די סחורה ביז מ'קומט עס אפנעמען.
דער זעלבער מצב איז געווען דארט. די ארבעטערס האבן געארבעט לאנגע שעות. און פארדינט זייער ווייניג. ווען די ארבעטארערס זענען געגאנגען רעדן צו די בעלי בתים האבן זיי זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זייער פארלאנג.
איין טאג האט דער 18 יעריגער בחור דזשימי זיך אפגעשמועסט מיט אלע אנדערע ארבעטארערס אז מ'גייט נישט אריינלייגן די סחורה אין די וועירהאוסעס ביז ער (דזשימי) וועט זיי זאגן. ווען די אייגנטומערס פון די מאגאזינען האבן געזעהן אז די גאנצע סחורה איז געבליבן אינדרויסן האבן זיי געפרעגט פון די ארבייטערס פארוואס זיי נעמען נישט אריין די סחורה. האבן די ארבייטערס געזאגט אז מ'דארף פארהאנדלען איבער דעם געלט און שעות וואס זיי ארבעטן. די בעה"ב האבן זיי צוגעזאגט אז נאכדעים וואס זיי וועלן אריינלייגן די סחורה וועט מען פארהאנדלען. אבער דער יונגער דזשימי האטציך אנגערופן אז קיין איין שטיקל סחורה גייט נישט אריין ביז מ'פארהאנדלט. די אייגנטומערס האבן נישט געהאט קיין ברירה. און זיי האבן פארהאנדלט און נאכגעגעבן אלע זייערע פארלאנגען...!
המשך יבוא, אי"ה...!

המשך פון פריער:
ווען די אנדערע גרופס פון ארבעטערס האבן געהערט איבער זיין הצלחה צו ארגאניזירן א יוניאן ביי די שיף ארבעטערס, האבן זיי דעם יונגן דזשימי גערופן אז ער זאלל זיי אויך העלפן זיך ארגאניזירן. צווישן די גרופס וואס ער האט געהאלפן ארגאניזירן זענען געווען די נוירסעס אין די לאקאלע שפיטעלער. דזשימי האפפא איז געגאנגען און ר'האט ארגאניזירט און אנגעפיהרט א יוניאן ביי זיי.
מיט א צייט שפעטער האט א פארהעלטנימעסיג קליינער און מינדערוויכטיגער יוניאן, דער יוניאן פון די טיעמסטערס איהם איינגעלאדנט אז ער זאלל ווערן זייער פרעזידענט. ער האט אנגענומען דעם כבוד. און געווארן זייער אנפיהרער. און ער האט פארוואנדלט דעם יוניאן אין די גרעסטע ארגאניזאציע פון ארבעטערס אין אמעריקע. און אפשר אין די וועלט. ווען דזשימי איז אוועקגעגאנגען פון די טיעמסטערס, האבן זיי געהאט א מעמבערשיפ פון כמעט 2.5 מיליאן מענטשן...!
די טיעמסטערס זענען געווען א יוניאן פון די פערד-שפאנערס. אמאל, ווען מ'האטציך נאך באנוצט מיט פערד-און וואגן, פלעגט מען איינשפאנען 2 אדער מער פערד צו א גרויסן וואגן וועלכער האט געשלעפט לאסט. דער לאגא פון די טיעמסטערס איז נאך עד היום פון 2 פערד וועלכע זענען איינגעשפאנט אין א וואגן.
מ'קען זעהן זייער לאגא אויף גוגל אימידזשעס ביי ..."טיעמסטערס"...! נאר אונזער שרייבער דער בעל עגלה איז א גרויסער עיין ה"א ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע. כ'האב פרובירט ארויפצולייגן זייער לאגא דא אין דעם ארטיקל. אבער ס'גייט נישט. די פערד לאזן זיך נישט שלעפן קיין קאווע שטיבל...!
גלייך נאכדעם וואס דזשימי האפפא איז געווארן דער פרעזידענט פון די טיעמסטערס, האט ער אנגעהויבן צו ארגאניזירן אלע טראק דרייווערס. צוערשט פון זיין געגנט. נאכדעים פון אנדערע שטעט און געגנטער. היינט האבן זיי מעמבערס איבער גאנץ יו.עס. אוו עי. שפעטער האט ער ארגאניזירט די רעסטאראנט ארבייטערס. אויך מיט גרויס הצלחה. זייער מעמבערשיפ איז געוואקסן זיער שנעל. און פארשטייצעך אז א יעדער מעמבער האט געצאלט געלט פאר די יוניאן. וואס מ'האט גלייך אראפגעצויגן פון זייער געהאלט. און ס'איז אריינגעפארן אין די קאסע פון די יוניאן.
און סיי ווען דזשימי איז געקומען צו א שטאט און אנגעהויבן ארגאניזירן די ארבייטערס פון יענע שטאט זענען טויזנטער מענטשן געקומען איהם מקבל פנים זיין. און ווען ער האט פאררופן א מיטינג פון די יוניאן, זענען מענשן געקומען און זיך באקלאגט אויף זייער מצב. ער האט א יעדן אויפגענומען זייער פריינטליך, און אריינגערוקט א פאר דאללאר אין טאש. און אנגעווינטשן הצלחה. (דאס דערמאנט אונז עפעס פון אן ענליכע התנהגות פון געוויסע ערליכע אידן , להבדיל.).

רבותיי: ס'איז דא שרעקליכע נייעס אויף די (איי) וועלט פון קאווע שטיבל. 2 פון די לעצטיגע אשכולות דורך בערל בעל עגלה זענען ל"ע ולא אליכם נפטר געווארן. זיי זענען נאכגעגאנגען די אנדערע אשכולות וואס בערל בעל עגלה האט אויפגעמאכט.
מילא יעצט איז טאקע דא שרעקליכע, ברענענדיגע נייעס איבער די פטירה פון הרב הגאון ר' אהרון יודא לייב שטיינמאן זצ"ל. און אז נטורי חרתא האבן געמאכט א רקידה'לע, הערנדיג די בשורה לא טובה. אבער בכלליות, האביך געמאכט א שטיקל סוירוועי ביני לבין עצמי. און די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען ווי פאלגנד...!
דער עולם (גולם) איז פאראינטרעסירט וואס דער חזיר הגדול, וועלכער באהאלט זיך אונטער דעם שלייער פון אנאנימיטעט. (ווייל איך , און אנדערע נארמאלע מענטשן האלטן אז ס'איז איין פערווערטעד חזיר, א לץ) וועלכער טראכט אייביג אויס פארשידענע חזיר'שע אופנים. און ער באקליידט זיי בתמימות אין הלכה'דיגע שאלות. אט דאס ציעט אן א גרויסע צאל פון תגובות און שקלא וטריא'ס...! אבער אזעלכע אינטרעסאנטע אשכולות ווי אידישע און וועלטליכע היסטאריע ווערן דיסקוטירט און ארויסגעברענגט. דאס איז מונח בקרן זווית. כהלכה שאין לה דורשין...! פיין. וואויל. איך האב ב"ה גענוג אנדערע אקטיוויטעטן צו טון ווי שרייבן ריסוירטש'ד ארטיקלען און צום סוף רעדן צו די ווענט...!
נ.ב.: פארוואס האביך געשריבן ..."איי וועלט פון קאווע שטיבל"... ווייל ס'איז לעצטנס געווארן א מצב ווי א באהאלטענע האנט. אזוי ווי אין קאמוניסטישן רוסלאנד מעקט תגובות אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען. און ער לאזט אפילו נישט איבער קיין פינגערפרינטס. נאר פשוט ווייל ס'שמעקט נישט מיט זיין פערזענליכע אידעאלאגיע. פיין. דו ווילסט אויסמעקן א תגובה.גוט. דו האסט דעם פאוער דאס צו טון. איך קען גארנישט טון דעראיבער. ניטאמאל פראטעסטירן אדער זיך טענה'ן. לאז כאטש איבער סימנים. שרייב ארויס אז דו האסט עס געמעקט. און א טעם פארוואס. אבער סתם אראפשלעפן א תגובה און פארשווינדן ווערן. דאס פאסט פאר אייוועלט. נישט פאר קאווע שטיבל...
!

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין דערווייל נישט אין די מוד ממשיך צו זיין מיט די ארטיקלען איבער דזשימי האפפא אדער די יארן פון סטאלין'ס הערשאפט פאר די אידן אין סאוויעטן פארבאנד. מכאן ועד להודעה חדשה...!
נישט אין די mode אדער נישט אין די מוד. אויב נישט אין די mode "וועיסען מיר נישט" אייער MO's און איר טוט וואס איר פארשטעיט. אבער אויב ס'איז נישט אין די mood דעמאלטס אפשר קענען מיר עפעס ארויסהעלפען די mood ?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: ייש"כ. א תגובה'לע. דאס איז די בעסטע רפואה סיי צו טשענדזשן די מוד. און אויך די מאוד לטובה. ווי יענער אמעריקאנער אין האליוואוד (רח"ל) האט געזאגט. דו קענסט שרייבן איבער מיר גוטס אדער שלעכטס. ווילאנג דו שרייבסט מיין נאמען ריכטיג.
You can write about me good or bad. As long as you spell my name right...!
You can write about me good or bad. As long as you spell my name right...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
המשך הסיפור פון פריער:
און דזשימי האפפא'ס פאפולאריטעט איז געוואקסן. והאיש גדל מאוד. זיין רעפוטאציע אלס ארגאניזירער פון ארבייטער גרופס איז געווען אין לשער. אויך די לאנדרי ארבייטערס האבן זיך אנגעשלאסן אין זיין (טיעמסטערס) יוניאן. מ'האט געמאכט טשעפטערס/ברענטשעס. ס'איז כמעט נישט געווען קיין אינדוסטרי וואס די ארבעטערס האבן זיך נישט אנגעשלאסן אין די טיעמסטערס יוניאן.
אויפ'ן וועג ארויף אויפ'ן לייטער פון הצלחה האט דזשימי האפפא זיך אויך באגעגנט און באקענט מיט א סאך גענגסטערס. לאקאלע מאבסטערס. און מעמבערס פון די איירישע און איטאליענער מאפיא. ווייל די טראקינג אינדוסטרי איז געווען פארפעסטעט מיט די טונקלע חברה. אזוי ווי די פרייוועט סאניטעישן אין ניו יארק און ניו דזשערסי. און דזשימי מיט זיין גלאטן צינגל האט זיי געקענט איבעררעדן אז זיי זאללן צו לאזן די ארבעטערס זיך צו ארגאניזירן אין א יוניאן.
די טיעמסטערס זענען אויך געווען א טייל פון א גרעסערע און עלטערע יוניאן. די עי.עף.על.-סי.איי.או. אונטער די אנפיהרערשאפט פון דזשארדזש מיעני. די עי עף.על.יוניאן הא אויך געהאט די אויטאמאביל פאבריקן ארבעטערס אלס זייערע מעמבערס. נאר וויבאלד ס'זענען געווען שמועות אז דזשימי האפפא מיט זיין יוניאן זענען צו נאנט מיט די מאפיא, האט דזשארדזש מיעני ארויסגעווארפן די טיעמסטערס. כאטש זייער מעמבערשיפ האט אריינגעברענגט $750,000 א יאר. און פון דעם יאר 1957 זענען די טיעמסטערס געווארן א זעלבסטשטענדיגע יוניאן...! דער ווייס פרעזידענט פון די ניו דזשערסי ברענטש איז טאקע געווען א בארימטער מאפיאנער. מיט'ן נאמען אנטאני פראווענזאנא (טאני -פרא).
נאר דער דזשימי האפפא איז נישט געווען אזא צדיק ונקי כפיים ווי ער האטציך אהערגעשטעלט. די יוניאן האט געהאט אויפגעבויעט עטליכע גרויסע פענשאן פאנדס פאר די מעמבערס. און ער, דזשימי האפפא האט עס קאנטראלירט. און ר'האט אנגעהויבן צו טיילן..."הלוואות"... פאר זיינע גוטע פריינט. אויסער זיין גוט באצאלטע וועידזשעס. און אנדערע עקספענסעס וואס ער האט געשלעפט פון די מיליאנען וואס זענען אריינגעפלאסן אין די קאסע פון די יוניאן. ער האט נישט געארבעט בלויז לשם שמים. אויך האט ער און די יוניאן געהאט א גרויסע השפעה אויף די לאקאלע קאנדידאטן אין זייער געגנט.און ס'זענען אפילו געווען שמועות אז זיי האבן געהאלפן פעלשן וואוטס. ביז מ'האט איהם אראפגערופן צו א קאנגרעסיאנאלע היערינג איבער פארשידענע זאכן וואס האבן נישט געטויגט. און אין וואס ער האט געהאט א חלק. דאס איז געווען אין יאר 1957. ער האטציך אבער אייביג ארויסגעדרייט. דורך גוט-באצאלטע לאיערס.
אין יאר 1960/1 ווען דזשאהן קענעדי איז געווארן פרעזידענט און זיין יונגערער ברודער ראבערט איז געווארן דער אטוירני דזשענעראל, האט ער זיך שטארק פארלייגט אריינצולייגן דזשימי האפפא אין דזשעיל. ווייל ס'זענען שוין געווען מער ווי שמועות אז ער ארבעט צוזאמען מיט די מאפיא. אבער ס'איז איהם נישט געלונגען. האפפא האטציך אייביג ארויסגעדרייט. ערשט אין יאר 1964 (נאך קענעדי'ס ממשלה) איז געלונגען פאר די רעגירונג איהם אריינצולייגן אין דזשעיל. ווייל מ'האט איהם געכאפט אז ער האט געוואלט אונטערקויפן א דזשוראר.
המשך יבוא, אי"ה

אין יאר 1971 האט מען איהם ענדליך געפאקט.ער האט געוואלט אונטערקויפן א מעמעבער פון די גרענד דזשורי. און איינער פון זיינע בעסטע חברים איז געגאנגען צו די עף.בי.איי. און איהם פארמסר'ט. און מ'האט איהם פאר די עבירה און פאר נאך אנדער מעשים טובים געגעבן א סענטענס פון 14 יאר...!
נאר פאר ער איז געגאנגען זיצן אין דזשעיל האט ער געזוכט א ממלא מקום. ס'זענען געווען א סאך קאנדידאטן אויף דעם דזשאב. אבער ער האט נאכאלץ געוואלט אנהאלטן קאנטראל. אז ווען ער וועט ארויסגיין פון דזשעיל זאלל ער קענען נאכאמאל איבערנעמען.
אין זיין אפיס האט ..."געארבעט"...איינער מיט'ן נאמען פרענק פיטצסימאנס. דער פיטצסימאנס איז געווען דזשימי האפפא'ס שיק יונגל. נישט אז מ'האט איהם געגעבן ערנסטע שליחות אדורך צו פיהרן. נאר מ'האט איהם געשיקט קויפן קאווע און דאונאטס. איהם האט האפפא אויסגעקליבן צו זיין דער ממלא מקום. אבער ס'האטציך אויסגעשטעלט אז ער איז גארנישט געווען אזא תמים ווי האפפא האט געמיינט. אזוי ווי האפפא איז אריינגעגאנגען אין דזשעיל האט ער (פיטצסיממאנס) גענומען פארארבעטן מעשים איבערצונעמען די מאכט אין די יוניאן. און ארויסשטויסן דזשימי האפפא פון קאנטראל. פון דזשעיל האט ער גארנישט געקענט טון. אבער זיינע גוטע פריינט האבן געמאכט א קאנעקשן מיט די קאמפיין מענטשן פון פרעזידענט ניקסאן. און זיי האבן צוגעזאגט אז זיי וועללן איהם ענדארסן פאר ווידערערוויילונג אין דעם 1972 קאמפיין. ווען ניקסאן האט טאקע געווינען, האט ער איהם אין יאר 1974 געגעבן א פרעזידענש'ל פארדאן.
ויבוא. און האפפא איז צוריקגעקומען. ס'איז אבער אנטשטאנען איין פראבלעם. אלס א תנאי פון זיין באפרייאונג האט די ניקסאן אדמיניסטראציע זיך אויסגענומען אז ער טאר נישט זיין פארמישט אין קיין שום יוניאן אקטיוויטעט. אבער דזשימי האפפא איז געגאנגען אין קאורט און אפיעלט אז מ'זאלל אראפנעמען דעם תנאי. ער האט צוערשט (דורך זיינע לאיערס. א פאר אידישע קעפלעך) חושד געווען אז דער אטוירני דזשענעראל דזשאן מיטשעלל האט אריינגעשריבן דעם תנאי. אבער ער האט עס אפגעלייקנט. האבן זיינע לאיערס אויסגעפונען אז דער ווייט האוז קאונסל דזשאן דיען (דער פון וואטערגעיט) האט געשריבן דעם דרעפט/נוסח פון דעם קלאוז אין זיינע באפרייאונגס פאפירן. אויף דעם וואונק פון זיינע קעגנערס אין די יוניאן...!

אין זיין פריוואטן לעבן איז דזשימי האפפא געווען א פיינער מענטש מיט א ווייעך הארץ. (אפשר דערמאנענדיג זיך זיין שווער לעבן אן זיין טאטן). ס'איז געווען אן אלמנה מיט'ן נאמען א'ברייען וועלכע האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן די רענט. און איהר לענדלארד האט זי ארויסגעלייגט אויף די גאס. צוזאמען מיט איהר 9 יאריג יונגל. דזשימי האפפא האט רחמנות געהאט אויף איהר. און ער האט זי מיט איהר יונגל אריינגענומען צו וואוינען ביי איהם אין הויז. ער האט פאקטיש אויפגעצויגן דעם יונגל דעם יתום. יש אומרים אז ער האט איהם אויך אפיציעל אדאפטעד. דער יונגל, מיט'ן נאמען טשארלס (טשאקי) או'ברייען, איז שפעטער אויך געגאנגען ארבעטן אין די טיעמסטערס יוניאן.
ווען דזשימי האפפא איז ארויסגעקומען פון דזשעיל, און ער האט געוואלט צוריקבאקומען זיין הויכע פאזיציע אלס דער פרעזידענט פון די טיעמסטערס יוניאן, האט ער זיך אנגעשטויסן אין שטארקע קעגנערשאפט. דער עיקר פון דעם מאפיאנער און רוצח אנטאני פראווענזאנא (טאני פרא), וועלכער איז געווען דער פרעזידענט פון די טיעמסטערס אין ניו דזשערסי. און אנדערע גענגסטערס אין די יוניאן. און אינדרויסן פון די יוניאן. ער האט אויך געהאט זיינע גוטע פריינט וועלכע האבן געארבעט אויף אלע וועגן צו העלפן איהם צוריקבאקומען זיין הויכע פאזיציע. אריינגערעכנט אפעלירן צום פעדעראל קאורט. און די מאפיאנערן מבית ומחוץ די יוניאן האבן מורא געהאט אז ער (האפפא) וועט מאכן עפעס א דיעל מיט'ן גאווערנמענט. און ער וועט אויסזאגן סודות פון חדר. צוערשט האבן זיי איהם באשטעטיגט א גרויסע פענשאן. פון איבער 1.7 מיליאן דאללאר. ווען דאס האט נישט געהאלפן, האבן זיי באשלאסן איהם אפצורוימען פון וועג.
אזוי ווי דער שטייגער פון די מאפיא האבן זיי אויסגעארבעט א קאמפליצירטן פלאן. זיי האבן אים איינגערעדט אז זיי וויללן האבן א מיטינג מיט איהם. (די 2 גענגסטערס. טאני פראווענזאנא פון ניו דזשערסי. און איינער דזשעי. דזשאקאלאנע, פון דעטרויט.) כדי אויסצוגלייכן זייערע דיפערענצן און זיך איבערבעטן. די מיטינג איז געווארן אפגעשמועסט פאר 2 אזייגער נאכמיטאג אין א רעסטאראנט אויסער דיטרויט. אום 4 אזייגער האט דזשימי האפפא געקאללט זיין ווייב און געזאגט אז די ..."מענטשן"...זענען נישט אנגעקומען...!
דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס זיין ווייב, אדער סיי ווער האט געהערט פון איהם...! זיין ווייב האט געווארט אז ער זאלל אהייימקומען פאר סאפפער. אבער ער איז נישט געקומען.
ווען די פאליציי האבן אנגעהויבן נאכצופארשן די אומשטענדן פון זיין פארשוואונדן ווערן, זענען זיי צוערשט געגאנגען רעדן צו די 2 אזוי גערופענע גוטע פריינט פון האפפא.דזשאקאלאונע פון דעטרויט און פראוענזאנא פון ניו דזשערזי. אבער זיי האבן געלייקנט אז זיי האבן געדארפט צו האבן א מיטינג מיט איהם יענעם טאג. צוערשט האבן די פאליציי חושד געווען זיין ממלא מקום פרענק פיטצסיממאנס. אבער זיי האבן שפעטער פעסטגעשטעלט אז ער האט נישט געהאט קיין חלק אין זיין פארשווינדן ווערן. כאטש ער האט געהאט אן אינטרעסע אז האפפא זאלל נישט צוריקקומען צו די יוניאן.
זיי האבן אויך גענומען אויף אויספארשונג זיין .."שטיף זון".. טשארלס /טשאקי או'ברייען. וועלכער האט געלייקנט אז ער זאלל האבן עפעס א פארבינדונג מיט די קעיס. אבער די אויספארשונג האט געוויזן 2 זאכן. מ'האט געטראפן א האר וואס האט געמעטשט צו די האר פון דזשימי האפפא. אויך א שמעק הונט האט דערשמעקט זיין גערוך אינ'ם קאר וואס או'ברייען האט געדרייווט יענעם נאכמיטאג. די קאר האט באלאנגט פאר דעם זון פון דעם מאפיא גענגסטער און רוצח אנטאני פראווענזאנא. אבער דאך האבן איהם די פאליציי פאר אומפארשטענדליכע סיבות נישט ארעסטירט. טענה'נדיג אז ס'איז נישט געווען קיין גענוג שטארקע עווידענס איהם צו האלטן אין ארעסט...! מ'דארף געדענקען אז אין יענע טעג איז נאך די טעכנאלאגיע פון די.ען.עי. טעסטינג נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי ס'איז היינט.
אבער דאמאלס האבן זיך אנגעהויבן די השערות און ספעקולאציעס. איין טעאריע גייט אזוי. אז ווען דזשימי האפפא האט געזעהן אז זיינע ..."חברים"...זענען נישט אנגעקומען צו די מיטינג, האט ער נאך געווארט א ביסל צייט. אפשר וועללן זיי נאך קומען. אינצווישן איז אנגעקומען זיין שטיף זון טשאקי או'ברייען. און ער האט איהם פארבעטן אז ער זאלל זיך אריינזעצן אין בעק פון קאר. נארמאל וואלט ער זיך נישט אריינגעזעצט אין אן אנדערע קאר. אבער וויבאלד ס'איז געווען זיין ..."זון"... האט ער איהם גע'טראסט. און ר'האטציך אריינגעזעצט. איינמאל ער איז געווען אין קאר האט ער איהם געפיהרט צו אן אפארטמענט וואו די רוצחים האבן איהם געהרג'עט.
וואס ס'איז געווארן נאכדעם איז פארבליבן א מיסטעריע עד היום הזה. די עף.בי.איי. האט באקומען פארשידענע אינפארמאציע וואו זיי האבן איהם באגראבן. אין דעטרויט, ניו דזשערסי און פילאדעלפיא. זיי האבן אויפגעגראבן עטליכע פלעצער וואו זיי האבן געהאט ..."קראנטע"... אינפארמציע אז דארט געפונט זיך זיין קערפער. ס'זענען אפילו געווען שמועות אז די מאפיא האט איהם באגראבן אין דזשייענטס סטעדיום אין ניו דזשערסי. אבער דאס אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט.
נאך זיבן יאר האט די רעגירונג איהם דערקלערט אלס טויט. (דאס איז די געזעץ) און זיין ווייב האט געקענט כאטש קאלעקטן די גרויסע לייף אינשורענס פאליסיס וואס ער האט געהאט...!
היינט פיהרט זיין זון, דזשעימס פ. האפפא אן מיט די טיעמסטערס יוניאן. אבער ער האטציך אפגעלאזט און אויסגערייניגט די יוניאן פון אלע גענגסטערס און אינשי דלא מעלי.
מ'קען דאך נישט באשרייבן א פערזאן אדער א מצב אן דעם אידישן מאמענט. איז דא א אידישער מאמענט אויך. נאר די געוויסע פיינשמעקערס וועללן אפשר קרומען מיט די נאז.... מילא...!
מיט יארן צוריק האב איך געזעהן א פיקטשער ווי דזשימי האפפא באקומט גרויס כבוד ביי א פארטי פון יונייטעד דזשואיש אפיעל. ווייל ער און זיין יוניאן האבן געקויפט א סאך ..."איזראעל באנדס"...!(פון יענעמ'ס געלט)...!

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
https://youtu.be/WHXxVmeGQUc
https://youtu.be/RS3aHkkfuEI
דער איירישמאן, אויף נעטפליקס, פארציילט די השתלשלות הדברים פון זיין קאנעקשאן מיט די מאפיא ביז צו זיין טויט, לויט די עדות פון פרענק שירען וועלכע האט גע׳טענה׳ט אז ער האט אים גע׳הרג׳ט. עס איז לאנג [דריי א האלב שעה] אבער גאר אן אינטרעסאנטע און גוט געמאכטע פילם.