בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.

אנגעבליך איז דער רבי אהערגעקומען וועגן געלט, און רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט צוריסן דעם פאספארט, נישט ווייל דער רבי וואלט נישט געקענט מסדר זיין א אנדערע פאס, אבער די שטארקע הפצרה פון רבי מיכאל בער אז אמעריקע דארף אים דא, האט אים באוואויגען דא צו בלייבן.

דאס איז נישט קיין מעשיות פון 150 יאר צוריק, ס'איז דא אידן וואס זענען אתנו לאורך ימים ושנים וואס געדענקן די פרטי הדברים.

און ס'איז לגמרי נישט קיין סתירה צו די מעשה מיט הרב שטיינמאן ז"ל ס'מוז נישט זיין אז דאס אדער דאס אליינס איז געווען דער מכה בפטיש.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

דעי הרב שטיינמאן זי"ע איז אזא פארנעפעלטע נושא על כל פנים פאר מיר ווער איז ער געווען מיט וואס איז ער געווען מער ווי אנדערע גדולי ישראל מען זאגט למשל ער איז געווען א פיקח עצום!! קען איינער אריינקימען מער קלארער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א מענטש איז געקומען צו איהם, "רבי, איך האב, בעזרת ה׳, זוכה געווען אז אליהו הנביא האט זיך באוויזען צו מיר, און ער קומט כסדר. דער רבי האט עפעס א שאלה פאר איהם?"

"אה! זייער גוט! איך ווארט שוין באלד הונדרעט יאר מיט א שאלה פאר איהם"

"איך בין גרייט איבערצוגעבען"

"חצי קב בשתי אמות, אז איינער טרעפט א האלבען קב פירות אין צוויי אמות, איז די הלכה חייב להכריז אדער הרי הן שלו? ביטע איבערגעבען און צוריק קומען מיט א תשובה"

ודפח"ח

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אלס מצוה לקיים דברי המת (אבקש שלא להזכירני בשם צדיק) איז אפשר גלייך צו טוישן די קעפל פון זצ"ל צו ז"ל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

בדוחק קענסטו אינזין האבן זכר ציוני לברכה...
נאר א וויץ
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

חסידים וואלטן געזאגט, אויפן עולם האמת זעהט ער דאך דעם אמת אז ער איז יא א צדיק. :)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יואליש האט געשריבן:חסידים וואלטן געזאגט, אויפן עולם האמת זעהט ער דאך דעם אמת אז ער איז יא א צדיק. :)


זעט אויס דא קלאפט אויס דער נפק"מ צווישען חסידים און ליטאים. ליטאים מאכן פון די צוואה א דעת תורה און א שיטה מילא קען מען גארנישט דרייען. חסידים האבן אייביג נייע פשטים אויב נישט ע"פ פשט קומט דרוש, רמז, און אז ס'העלפט נאך אלס נישט קומט סוד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הגאון הרב שטיינמאן ז"ל

שליחה דורך ימים ידברו »

מיר שטייען אין די 24 שעה וואס דער באוויסטער גדול ומנהיג פון דגל התורה, און פאנעוויזשע ראש הישיבה לצעירים און ישיבת גאון יעקב ועוד ועוד ישיבות, ומחבר ספר איילת השחר, האט מחזיר געווען נשמתו לאדון כל, א וודאי דארף מען זיין פארזיכטיג וואס און ווי אזוי מ'באנעמט זיך צו דעם, ס'זיכער מ'רעד דא נישט פון א חיידר אינגעלע, א גרויסער ת"ח איז פשוט מ'זעהט זיינע ספרים, וואס יעדער איינער זעהט דאס, נאך סאך פאר מ'האט געוויסט אפי' זיין נאמען, און זיין אויסזעהן פון זיין צורה, האט שוין זיך געדרייט זיינע ספרים, אויף די טישען אין אלע היימישע ישיבות, ווי יונגע ת"ח האבען הנאה געהאט צו לערנין זיין תורה, דערפאר אליינס איז ער א זעלטענע מרביץ תורה, וואס מ'דארף האבען רעספעקט, יא! כמעט יעדער יוד איז זיין תלמיד,
בנוסף לכך פארציילען באי ביתו זיין באשיידענע לעבען, דאס איז יעדער מודה, אז ביז כמעט די ניינציג יאר, איז ער געווען א זעלטענע חסיד ופריש, אנטלאפען פון פירסום אנטלאפען פון עולם הזה, געווען עוסק אין זיינע ד' אמות פון עבודה, ווען אזא איד גייט אוועק פון די וועלט ענדיגט זיך א קאפיטעל פון עבודת ה' וואס קיינער קען נישט ממלא זיין, און אויף אזא אבידה דארף מען וויינען און קלאגען, אפגעבען כבוד התורה כפשוטו וכמשמעו, סאיז דא א חלל פון תורה ויגיעה פון חסידות און פרישות, והחי יתן אל לבו, ויהא זכרו מבורך,
אבער... ס'דא נאך עפעס.. און מ'דארף אצינד זיין זייער אויסגרעכנעט ס'האנדעלט זיך שוין ליידער פון א שוכן עפר, א ת"ח,
לאמיר גיין זייער פאוואליע, מהקל אל הכבד, די ערשטע זאך די גזמאות, וואס די פארטיי מאכט פון אזא סארט מענטש, די יעטעד נעמאן, ודעימי', טרייבט איבער כאולי דאס איז דער חפץ חיים... אדער בערך ווי די לשון פון רבי מענדלא וויטעיפסקער וואס שרייבט אויף דער אור שבעת הימים, א' הי' הבעש"ט מלפניו לא הי' ואחריו מי יקום... אזא גאטונג שפראך איז גורם מען זאל נישט גלייבען אין קיינעם.
זיין תלמיד חכם שאפט, יא יא, ער איז א שיינער ת"ח, אבער ואחריו מי יקום? ס'נאך דא אזעליכע ת"ח סיי מפורסמים און באהאלטענע, די גזמאות וואס מ'האט שוין ארויסגעגעבען בחייו ריפט ארויס אפשיי, און דאס געט שטאף פאר זיינע מתנגדים צי מיינען אז מ'האנדעלט דא פון א צווייטער רב קוק,
והשנית וואס חם לבי בקרבי ובהגגי תבער אש... דעס קרוינען א יחיד הדור. כאולי ס'מעג נישט זיין נאך א מיינוג. איז א פשע בל יכופר, פון וועלט איז וועלט איז דא דעות ביי כלל ישראל,
איך וועל ברענגען א מעשה וואס איז געווען בימי הרב שך ז"ל אמאל האט הרב וויינטרויב ז"ל געהאט א אנדערע דעה ווי הרב שך ז"ל און מהאט אנגעדרייט דעם סטייפלער זצ"ל וואס איז געווען א גרויסער חסיד פון הרב שך, אז ער דארף ארויסרעדען קעגען א מתנגד פון הרב שך, ווען דער סטייפלער האט געכאפט וואס דא גייט פאר, האט ער געזאגט מהיכי תיתי הרב וויינטרויב איז משיעבוד צום דעת פון הרב שך? ס'ביידע תלמידי חכמים זאגט ער אזוי זאגט ער אנדערשט, זיי האבען ביידע א דעה,
די יונג ווארק מיינט, אז ס'מיז זיין איין מרן, דאס איז מסורת התורה,נאר איין מנהיג, נאר איין דעה, און ווער ס'טראכט אנדערשט נידון בצואה רותחת, ובזה אני באה, הינדרעט טויזענט פראצענט, אז הרב אורבאך איז נישט משיעבוד צו די דעה פון הרב שטיינמאן..... איך מיין אז די שירה וואס איך האב יעצט געשריבען וועט זיין די גרעסטע טובה פאר הרב שטיינמאן בעולם האמת... ס'שקר וכזב אז ס'מעג נאר זיין איין מרן, סאיז פרי טומטום פון א פאר פלאטיקאנטען ואין בה ממש, דאס איז געבוריען צוזאמען מיט די תנועה פון דגל התורה, לא הי' כן מעולם, בימי החפץ חיים איז רבי חיים עוזר געווען משיעבוד ? שקר ! און אדרבה קנאת סופרים תרבה חכמה, מ'מעג זאגען אנדערשט, מ'מוז זאגען אמאל אנדערשט, רבי ארי' לייב האט געקענט מאכען טעותים, רבי שמואל קען אויכעט מאכען א טעות, האקט'ס נישט אין קאף, זיי זענען בשר ודם,
און פאר די מבקשי אמת וויל איך מגלה זיין ס'קען זיין מיט הינדרעט פראצענט כמעט אז רבי שמואל איז סאך א גרעסערע ת"ח ווי הרב שטיינמאן, אכ"ז איז ביידע נישט משיעבוד צום קיינעם, וועט איר מיך אנקיקען מיט א קעלבענע פנים די דערוואגסט דיך צו אפפרעגען די יסוד און די בנין פון די טעראר און רשעות וואס מ'האט מפקיר געעוען די בליט פון טויזענטע בני תורה, וואס מ'האט ליידער געטון מיט די כמעט הוראה מפורשת פון הרב שמעון גליק מיט די איינשטימינג פון שר התורה רבי חיים קניבסקי את מי חרפת את מי גדפת דער סאמע משה רבינו??? ווייל סנאר דא איין מרן בדור! איך מיין לטובת נשמתו הטהורה בגנזי מרומים איז א מצוה צו זאגען שקר ענה אבותינו, מ'האט געטון א חטא בל יכופר, און ממעג אלע אויסטיען די שיך און מפייס זיין יעדען בן תורה וואס נהאט ווי געטון כי על כל נעלם יבוא אלקים במשפט אם טוב אם רע, און טיט א טובה פאר די נשמתו הזכה בגנזי מרומים און בעהט איבער די אלע אומשילדיגע יודען וואס האבען געמיינט אנדערשט ווי אייך, דאס איז מיין הספד בימים שאסור להספיד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.

ליטוואק: תדייק. איך האב געזאגט (ק/פ) די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים - דיינע רייד באציען זיך נישט צו די מציאות. א באן האט נאר איין דרייווער. קענסט נעמען א צווייטע באן, אבער ווילאנג דו ביסט אויף איין באן, קענסט נישט קומען מיט א טענה אז איך בין אויך א מ"ד, בבחינת גם לי גם לך לא יהיה. ווען הרב גרוסמן קומט זאגן אז ער האט א פלאן פאר אלע וואס ווילן בלייבן לערנען אונטער א גזירת גיוס, וואלט מען געדארפט קלערן מי נדחה מפני מי, הרב שטיינמן אדער הרב גרוסמן. אבער די טענה אז מיר זאלן לעבן צוזאמען מיט צוויי דעות, ווי דער וואס זאגט דער קאפיטעל תהלים און דער זאגט דער קאפיטעל תהלים, איז נישט גילטיג דא. נאר איין געזעץ גייט זיין, נישט צוויי.

דאס האט נישט מיט 'איין מרן', און אונטער אלע לאזונגען אין א"י, ווייסט יעדער אז דאס איז די נושא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און די קעגנערס פון רב שטייינמאן זענען דאך באוויסט מיט זייער שטארקע רעספעקט פאר א צווייטן דעה...
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

"דַּבָּר אֶחָד לַדוֹר" - לימדנו מרן הגר"ש אויערבאך.

שליחה דורך נקודת-אמת »

אלע היסטאריקער דא און אלע וואס געדענקען פון די תשמ"ט עפיזאדען

ובפרט די בריווען פון הגר"ש אווערבעך צו ר' דייב לנדא פון סלאבאדקע

און די מלחמה קעגן ר' A.J. סאלאוואייטשיק (יענטסמאהל געוועהן א יונגע ראששיבה, אונטער די פערציג וואס האט געירש'ענט די בריסקע הנהגה, און האט נישט אנגענומען די הכנעה צו הגראמ"מ שאך)

אה... איך האב שיעור נישט פארגעסן די וועכנטליכען דינסטאג מאמר מערכת פונעם יתד אקעגן די א.ג. "החרדים החדשים" (-הרב שטיינמן'ס קבוצה), "המיסיונרים המשיחיים" (-ליובאוויטש) "חובשי הכיפות הסרוגות" (-מזרחי'ניקעס),
אלעס אונטערן הייליגע נאמען פון די השקפה הטהורה, און זיי האבן קיינמאל ניט פארגעסן צו שרייבן אונטען: "בעמוד זה ישנם דברים הטעונים גניזה" (ווי מער שנאה קנאה ולשה"ר, אלעס טיפער אינעם 'שמות' באקס וועט דעס געהערן)

אכשר דרא, ס'זענען אנגעקומען צו הנהגת ציבור המתנגדים (לעת עתה) לדרך הבעש"ט, עט וואס מער פראגמאטישע מענטשן, וואס אנשטאט בארעדן און אטאקירן די גאנצע וועלט חוץ זיך,
האבן זיי אפגעקויפט (יא, פאר טבין ותקילין באצאהלט) די שופר און געטוישט די סיסטעם, ארויסגעווארפן פון דארטן די אנטיסמיטן און והיתה ליתד המנוחה.

די א.ג. "מבינים בע"מ" "בעלי ההשקפה" וכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו, הן שחלמו הם על עצמם הן שחלמו הם על אחרים הן שחלמו אחרים עליהם והן שחלמו אחרים על אחרים. האבן ניט געקענט פארשווייגען אזאנס.
בקול רעש גדול, האבן זיי געעפענט זייערע בלאט "הפלס" וממנו תצא השקפה לישראל, איידער די גאנצע יידישקייט פאלט אריין אין גרוב, וועלן זיי ראטעווען וואס מ'קען.

איין מנהג איז געבליבן פונעם אלטען 'יתד' צום נייעם, די קדושת הטיטולים, וואו געמאסטען דארף די שרייבער זיין בעפאר ער גייט חלילה שענקען א שיינעם טיטעל פאר אזא איינער וואס ס'קומט'זיך עהם נאר האלב דערפון.

און בדרך ממילא, אויכעט יענעמ'ס דעות וועלן נישט ווערן צו אפט באשריבן אין די דבר העורך (וואס ווערט געחתמ'ט אונטען: "י.נ." - יתד נאמן) א.א.וו.

דאן, איז געקומען די צייט פונעם קאזאק צו שרייען: "קבען פלניא" מ'האט אונז בא'גנב'עט, אונז מעגן אויסשרייען אונזער מיינונג, יעדער גדול בתורה מעג זאגן זיין דעת תיירה, וכדו'.

עליהם ושכמותם, האט שוין הילל געזאגט אין אבות: "על דאטפת אטפוך, (-אבער) וסוף מטיפייך יטופון"

יעך האב אראפגעברענגט דאס גאנצע לשון פון הילל ווייל איך האב אויך נישט ליב ווי דער היינטיגער יתד איז נאכאלץ יוצר הגדולים כאמור למעלה,
און די סוף פון די יעצטיגע מעקערס, וועט זיין אז זיי וועלן אויכעט זיין אויף די מצב וואו הפלס.

איך האב איין בקשה פאר זיי.

ווען אייך וועלן שוין נישט זיצן אויפ'ן פערד, לפחות באשרייט'ס נישט און בא'שגצ'ט נישט די ממלאי מקומכם, מיט אט דאס וואס איהר טוט יעצט,
ווייל דאס האבן זיי שוין געטוהן, טרעפט'ס עפעס בעסער'ס, מעהר חוצפה'דיג און עזות'דיג צו טוהן.

איך האב געזעהן אז חבר'ה האבן דאס אנגענומען ערנסט, לייג איך צו:
:evil: :twisted: :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נקודת-אמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די גאנצע שמועס איז א מוסר השכל, ווי לייכט עס איז צו פארדרייען די אמת מיט איין קליינעם ווארט.

ר' אברהם יהושע האט זיך נאר נישט מכניע געווען? ער איז דאך ארויס קעגן הרב שך. זאג דער אמת. זיי דן מיט'ן אמת. און בד"וו, ביי די פריערדיגע הנהגה אין צייטונג, האט מען בארעדט אסאך מענטשען, ביי די נייע האלט מען זיך שא שטיל וועגען דער גאנצע פלג הירושלמי. אפשר איין מאל אין א יאר וועלען זיי דערמאנען זייער פאזיציע. עס איז בכלל נישט קיין גלייכען.

ווי אויך דער גאנצע נוסח פון 'ר' שמואל אויערבאך האלט אנדערש' כאילו דאס איז די נושא. האלטן אנדערש מיינט נישט מפרסם זיין שקרים בשמו של הרב שטיינמן. האלטען אנדערש מיינט נישט אז מגידי שיעור זאלען אנרייצען בחורים קעגן זייער טאטעס. האלטן אנדערש מיינט נישט מלשין זיין אויף גאנצע עדות אידן אין חו"ל. ווען זיי וואלטן נאר געהאלטן אנדערש, וואלטן זיי נאר געדארפט מפרסם זיין אז די וועג צו באקעמפען איז מיט געוואלד, נישט ווי די וואס האלטען מ'דארף עס טוהן שטילעהייט.

דער סוגיא פון 'איין מרן' קומט נישט פון הרב שטיינמאנ'ס מענטשן, עס קומט פון די 'באקריוועדעטע' וואס האבען יארען לאנג געוועלדיגט אויף א צייטונג, און יעצט האבן זיי עס שוין נישט, כדת וכדין לויט הלכות ממונות.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

@ליטוואק איך בין בכלל נישט א אנהענגער פון הרב אויערבאך
אבער רעדנדיג פון העצן און בארעדן זענען די מחנה פון רב שטיינמאן גארנישט אונטערשטעליג
אפזאגן בעלי תפלה
צוטיילן ישיבות
זקן ממרא
ועוד

איך האב נישט קיין מיטלייד מיט די אויערבאך מחנה, אבער צו טעראר און שליטה האבן זיי ביידע געלערנט אין איין חדר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך א משל.

זקן ממרא איז א פריוואטע מימרא בעידן ריתחא. דאס איז נישט קיין העצעריי. און אפילו ווען יא, איז עס גאר א שוואכען טשעפער. נישט אפיקורס, נישט עם הארץ, נישט רשע, נישט שלעכטע, נאר א זקן ממרא. איך וואלט זיך בארימט מיט'ן טיטל זקן ממרא פון ר' חיים.

צוטיילן ישיבות? א בחור וואס גייט בתמימות אין ישיבה, קען דען בלייבן צוזאמען מיט די אנדערע? עס איז נישט קיין נושא פון בחירות איין מאל אין פיהר יאר. מ'גייט דאך מפגין זיין, ארעסטירט ווערן, וכו' וכו'. זיי האבן דען א ברירה צו בלייבען צוזאמען? דאס איז ווי לייגען א ליטווישע בחור אין א תומכי תמימים. זיי זוכען אנדערע זאכען, נאר פערצופאל נוצן ביידע די נאמען ישיבה.

אפזאגן בעלי תפילה ווייס איך נישט. איך וואלט צו שנעל נישט געגלויבט מעשיות מעבר לים. איינער האט זיך געבייזערט אויף א צווייטען, און איבער די ים איז אנגעקומען אז עס האט מיט קנאות צו טוהן.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

יעקב מענטש האט געשריבן:
אנגעבליך איז דער רבי אהערגעקומען וועגן געלט, און רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט צוריסן דעם פאספארט, נישט ווייל דער רבי וואלט נישט געקענט מסדר זיין א אנדערע פאס, אבער די שטארקע הפצרה פון רבי מיכאל בער אז אמעריקע דארף אים דא, האט אים באוואויגען דא צו בלייבן.

דאס איז נישט קיין מעשיות פון 150 יאר צוריק, ס'איז דא אידן וואס זענען אתנו לאורך ימים ושנים וואס געדענקן די פרטי הדברים.


ס'איז דא אידן [בלשון רבים] וואס געדענקן???
ווער???
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ליטוואק אויף דיר ווינדער איך מיך, די געסט גערעכט פאר די באנדע? וואס איז דיין התנגדות אויף חסידים? נאכאמאל, און זייער קלאר! רבי שמואל אורבאך האט געטון עוולה'ס אקעגין רבי דב לאנדא בימים ההם, און רבי דוב לאנדא נעמט נקמה, איז דאס תורה? איז דאס א וועג? רבי אברהם יושע איז ברוגז אויף אורבאך, און נעמט נקמה, איז דאס א אדם השלום? ס'פאסט פאר אונזערע רבי'ס, נקמה איך וועל דיר ווייזען, דאס פאסט נישט פאר חובות הלבבות אידען!
רבי ארי' לייב האלט מדארף מאכען פשרות מיט די מדינה, איך הער זיין דעה, רבי שמואל האט די לייסענעס זיך צו קריגען מיט זיין דעה, ווער עס איז א תלמיד פון רבי שמואל זאל האלטען ווי זיין רבי, ס'נישט געשמאק, פאר סרוצקין, איך הער ער האט געמיינט ער זיצט אויף די זאטעל, וויש דיר אף דיין נאעז, און פערטיג, לייג ארויס נאכאמאל די קליף ווי רבי ארי' לייב שרייט גאווה..., און האף אז דער עולם וועט האלטען אז דיין מרן איז מעכטיג גרויס, אבער שלאגען טעראריזערן, ווייל ער פארשטייט אנדערשט הישמע כזאת, אין סקווירא אדער בעלזא, גער, סלאנים, יא ! אבער ביי אונז אין די ליטע, ווי מלערינט צווי הלכות חפץ חיים טעגליך, מטאר ניט, אפילו ס'שמעקט ניט!
די עבודה זרה אז ס'נאר דא "איין דעה" איז תורת תשמ"ט מדארף לוחם זיין אויף דעם מער ווי אויף גיוס, ב"ה די קליפה פון נתו גראסמאן האט מען געבראכען יעצט דארף מען ענדיגען סרוצקין שמעון גליק ודעימי',
און למען כבוד שמים און כבוד התורה, בעט איך מיט מיין נאמען נעמט ארויס הגאון השר התורה רבי חיים קניבסקי שליט"א פון דער גאבידזש! ער זאל לערנין תורה מיט קדושה וטהרה, און געבען ברכות פאר אידען, די אייניקלעך ובאי ביתו, מאכען מיט די פאליטישע שטיק, א חוזק פון די תורה הק', איר זאלט רחמנות האבען אויף כלל ישראל און לאזט אונז איבער מיט איין אמת'ע גדול, וואס האט נישט מיט די פארשטיקענע גארבידזש, איך וויל נישט הערען קיין איין ווארט פון אים בנוגע וואלען, בנוגע גדלות פון מרן צו הרב אדלשטיין צו הרב הירש צו הרב לאנדא, אלע דריי זענען גדולים וצדיקים זיי דארפען נישט קיין הסכמה פון קיינעם! לאזט אף רבי חיים, און מיט ברכת בו"ה פאר די נייע מנהיג הדור, און תלמידי רבי שמואל זייט אייך מחזק דערשרעקט ענק נישט אז ליטוואק פון בודאפעסט האלט מיט די מעינסטרים, מיט שמעון גליק אגענדע, ווייל ס'נאך דא געניק אידען וואס האלטען איר דארפט בלייבען שטארק!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

שליחה דורך mevakesh »

ווען דו לייגסט ווען אריין אזוי סך ענערגיע צו פארענטפערן חסידים וואלסטו געווען א פארברענטע חבד'סקער
דאס איז פאר יעדער אביעקטיווע מענטש קלארע העצערייען און שנאה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו רעדסט ווידער נישט מיד די מציאות. קיינער רעדט נישט פון צוויי דעות, נאר איבער די ים האבען זיי מצליח געווען צו טוישען דער נאראטיוו, כאילו דאס איז דא די נושא.

עס איז נישט דא קיין פארענטפערונג און נישט קיין סברות. מ׳האט פארדרייט די מעשהס מעיקרם. ר׳ דוב לאנדא האט געזאגט זיין דעה וואס טוט זיך. דאס מעג ער אויך נישט? ער מוז זיך אנפרעגען ביי גרוסמן? ר׳ אברהם יהושע האט דען געטענה׳ט דבר אחד לדור? ער האלט אז זיי זענען צבועים, פאר דעם מוז ער שווייגען? איך זאג נישט קיין מיינונג אין דעם, אבער דיין חידוש אז דא רעדט זיך א סוגיא פון ׳דבר אחד לדור׳ האט גארנישט מיט די מציאות.

און דיין גאנצע געשיכטע פון הרב שטיינמן׳ס מאכען פשרות איז נאך א טריט אין די שקרים פון איבער די ים. הרב שטיינמן האט דאס באשטעטיגט? עפעס א ראיה האסטו אז הרב שטיינמן האט דא עפעס אוועק געגעבען? ווידער די זעלבע אור אלטע שיטה פון תש"ח און ווייטער, יבנה וחכמה. מ׳זאל זע׳ען אז דער וואס וויל גייען אין ישיבה לערנען זאל קענען.

די נאראטיוו פון שקר איז בעוכרכם. לערנט׳ס ענק אויס, מ׳קען פונדערווייטענס איינרעדען וואס מען וויל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גאנצל איז גאנץ נאיוו

נישט געוואוסט אז אין די ליטא קריגט מען זיך פונקט ווי די חסידים מיט די זעלבע לשונות און מעשים wow זקן ממרא ווארפן ר"י בעלי תפלות העצן קינדער קעגן טאטעס wow wow וואס איך הער נאר נישט צאם דא

ליטוואק דאס באהאלטן דאס פון מיר ביז היינט איז געווען דיין גאנצע כח איך זאל גלייבן דיינע שיטות איך זעי אז אלס איז די זעלבע

און פאר דיר ימים האב איך צוויי קליינע הערות איינס די יתד שרייבט אויף הרב שטיינמאן פונקט אזעלכע גוזמאות ווי דו האסט געשריבען אויפ'ן שארמאשער.......

און צווייטנס די צוויי דעת תורה פון ר' אהרן לייב מיט ר' שמואל וואלט איך אלס סאטמארער אנגערופן צוויי פאליטישע מהלכים מ'ארבעט קודם אויס די פאליטיק און נאכדעם שטעלט מען צו די דעת תורה דערצו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט תואר כבוד
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך ווענד מיך יעצט צו ליטוואקס תגיבה, דאס אז הרב שטיינמאן האלט פון מאכען פשרות איז א אמעירקאנע איינרעדעניש וואס אורבאך האט מצליח געווען אונז איינצורעדען, דעט איז נייס, קיק נאר די אלע איזרעלי צייטינגען וואס באגריסען די פטירה פון הרב שטיינמאן אז ער האט אריינגברענגט די חרדים אין שוק עבודה, דאס שטייט אין מעריב, אין הארץ, אין ווי נישט,
מרדכי קארעליץ פרעדט וועמענס דעת תורה? וואס זיצט אין אמנת כנרת וכו' קיק נאך אין וויקפידיעא און איבעראל,
אלע ישראלים וואס מעגען רעדען און מעגען שרייבען פארציילען אז ער איז געועון די דעת תורה וואס האט געפינט די טירען, יא איך ווייס די אגענדע פון די פאלטיקאנטען אז יעדער מעג וויסען חוץ איך, קיק נאך פרייע חוקרים וואס זיי שרייבען קלאר, וואס זענען נוטראל, אז די הצלחה וואס אזוי פיל חרדים זענען אין מילטיער איז א דאנק די גדולים וואס האבען געפינט די טיר, וועם מיינט מען?
ליטוואק, פראצענט וויפול חרדים זענען געווען אין מילטיער, תשנ"ה ס"ה ע"ה אן ע"ח אויף וועמענס זייגער איז דאס געשעהן?
איך זאג נישט מיין דעה, איך פרעג נאר די פאקט,
געדענקסט פינקטליך ווען און פארוואס ממעג מוחה זיין? געדענקסט אפשר די הלכה אין די ל' מ' נ' יארען און ווייטער ס' און ע' סוי עס איז א פאקט הרב הקדוש רבי ארי' לייב האט געהאלטען פון פשרות פון נאכגעבען פון ווערען א עם אחד,
ווען הרב אברהם לייטנער איך שרייב נישט מער טיטלען ווייל גאנצעל לאזט נישט, האט גחתמט אז מדארף מוחה זיין אקעגין אים, האט הרב שטיינמאן אריבער געשיקט זיינע באי ביתו פרעגען פארוואס ער הייסט מוחה זיין, האט רבי אברהם גענטפירט ווייל ער שטיצט נחל חרדי, האבען זיי געזאגט אזוי ווי ליטוואק פארציילט דא אז ס'איז שקר וכזב, לא הי' ולא נברא, האט רבי אברהם געזאגט אויב איך באקריג א בריעף אז ער איז אקעגין נחל וועל איך תיכף ארויסגעבען א צעטיל אז מ'טאר נישט מוחה זיין אויף אים, זיי האבען געזאגט יא מ'ברענגט שוין, זיינע יורשים ווארטען נאך אויף די צעטיל,
סנאט מיי ביזנעס ער האט געמעגט האלטען וואס ער האט געוואלט איך בין צו קליין, אבער זאג מיר נישט די באבע תירוץ אז ס'איז שקר,
ס'קלאר אז בימי הרב שטיינמאן האט זיך פיל זאכען געטוישט, און ער מעג האבען א אייגענע דעה, צוויי זאכען בעט איך, לייקען נישט פאקטען, און טערארזיר נישט ווער עס האלט אנדערשט,
און צו דיר גאנצעל הער איבער דיין רבינ'ס דרשה פון כ"א כסלו און שטאלציר דיך מיט דיין מנהיג,
פארשפארט