די נאכט איז קאלט און טונקל. די ווינטן לאזן נאך זיך מאיומ'דיגע קולות. די ביימער ווארפן טונקעלע שאטענס אויף די ביסל ליכטיגקייט וואס קומען פון די גאס לאמפן. לויף איך א בארוועסע אויף די שטיינערנע גאסן מיט א צוריסן זאק אויף מיין ארים אויסגעדארט גוף. וואו לויף איך? איך ווייס נישט דערווייל, אבער איך לויף פון עפעס א בייזע רוח וואס וויל מיין זעקל ביינער פאר א מיד-נאכט סעודה אויפעסן. מיינע אויגן לאזן טרערן וואס ווערן פאראייזט ביפאר זיי דעגרייכן די עק פון מיינע באקן, זיי ווילן עפעס נישט ווארימען די רויטע פארפרוירענע בעקלעך פון זייער בעל הבית. זיי ווערן פארכאפט פונקט ווי מיין נשמה און א פארלוירענע קאלטקייט פונעם טייוול. א שטילע געוויין יאווערט זיך ארויס צוווישן מיינע פארפרוינערע ציטער'דיגע ליפן. די וויינעריי איז אזוי פארלוירן און ליידיג אז זיי גרייכן אפילו נישט א שטיינערנעם וואנט פאר א ווידערקול נאר זיי ווערן פארלוירן אין די רושיגע ווינטן.
דריי איך זיך פון איין געסל צום צווייטן און איך זיך א שטיקל ווארעם פלאץ די נשמה צו פארפעלצן, אבער די הייזער פון שטיין, זייערע טויערן פון אייזן און זייערע שווערע פענסטער פון גלאז קוקן צוריק אויף מיר מיט א ליידיגע קאלטקייט. זיי וועלן מיר נישט אריינלאזן אין זייער ווארימע שוץ. זיי זענען דא צו דינען זייערע הערן וואס האבן זיך און זיי פארפאנצערט פון די קעלט און פון די פארלוירענע פארוואונדעטע נשמות ווי מיינע. זיי זוכן נישט מיט מיר א פארקער ווייל איך בין א קליינע דארע רוח וואס באלאנגט דארט אינעם טייוול'ס שאטן.
אוי, אוי, אויאויאוי, נעם איך די קוראזש אויסצופלאצן אין א הילכיגען געוויין. די שווארצקייט האט ענדליך א קול באקומען. איך לייג מיך אויף די קאלטע שטיין אינמיטן גאס און לאז ארויס די צער און פיין פון א הארץ וואס האט אזוי סאך צו דערציילן-אבער נישט דא פארוועם. די געוויין גייט פון הארץ גראד צוריק צום שורש דורך די אויערן. נישטא ווער עס זאל מיטשפירן אדער מיטקלאגן מיט דעם פארלוירענעם נפש.
וואס איז אזוי ביטער וועט איר פרעגן ווען איר ליינט אט די צוואה ווערטער? אלזא הערט, די ביטער איז נישט א תוצאה, די ביטער איז א מציאות אזוי ווי אייער לופט-אטעם. די ביטער איז א מציאות אן קיין ווערטער, און א מציאות אן א סיבה, ער איז.
אט דארט זעעט זיך אן די עקן פון א פרי מארגן. ס'איז צייט פאר מיין אומבאליבט, פארלוירן, שווארץ, מאגער און דאר מענטשעלע צוריק צו קריכן אין מיין הייל פאר'ן טאג. אויב ווילט איר כאפן א שמועס דאן זוכט פאר מיר מארגן נאכט אויף די טונקעלע קאלטע גאסן, אפשר וועט א שמועס זיך מאכן און מיר וועלן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אנגעשפארט אויף איינע פון די שטיינערנע קאלטע פארמאכטע הייזער.
די נאכט איז קאלט און טונקל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
די נאכט איז קאלט און טונקל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- מתושלח
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 8:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נאכט איז קאלט און טונקל. די ווינטן לאזן נאך זיך מאיומ'דיגע קולות. די ביימער ווארפן טונקעלע שאטענס אויף די ביסל ליכטיגקייט וואס קומען פון די גאס לאמפן. לויף איך א בארוועסע אויף די שטיינערנע גאסן מיט א צוריסן זאק אויף מיין ארים אויסגעדארט גוף. וואו לויף איך? איך ווייס נישט דערווייל, אבער איך לויף פון עפעס א בייזע רוח וואס וויל מיין זעקל ביינער פאר א מיד-נאכט סעודה אויפעסן. מיינע אויגן לאזן טרערן וואס ווערן פאראייזט ביפאר זיי דעגרייכן די עק פון מיינע באקן, זיי ווילן עפעס נישט ווארימען די רויטע פארפרוירענע בעקלעך פון זייער בעל הבית. זיי ווערן פארכאפט פונקט ווי מיין נשמה און א פארלוירענע קאלטקייט פונעם טייוול. א שטילע געוויין יאווערט זיך ארויס צוווישן מיינע פארפרוינערע ציטער'דיגע ליפן. די וויינעריי איז אזוי פארלוירן און ליידיג אז זיי גרייכן אפילו נישט א שטיינערנעם וואנט פאר א ווידערקול נאר זיי ווערן פארלוירן אין די רושיגע ווינטן.
דריי איך זיך פון איין געסל צום צווייטן און איך זיך א שטיקל ווארעם פלאץ די נשמה צו פארפעלצן, אבער די הייזער פון שטיין, זייערע טויערן פון אייזן און זייערע שווערע פענסטער פון גלאז קוקן צוריק אויף מיר מיט א ליידיגע קאלטקייט. זיי וועלן מיר נישט אריינלאזן אין זייער ווארימע שוץ. זיי זענען דא צו דינען זייערע הערן וואס האבן זיך און זיי פארפאנצערט פון די קעלט און פון די פארלוירענע פארוואונדעטע נשמות ווי מיינע. זיי זוכן נישט מיט מיר א פארקער ווייל איך בין א קליינע דארע רוח וואס באלאנגט דארט אינעם טייוול'ס שאטן.
אוי, אוי, אויאויאוי, נעם איך די קוראזש אויסצופלאצן אין א הילכיגען געוויין. די שווארצקייט האט ענדליך א קול באקומען. איך לייג מיך אויף די קאלטע שטיין אינמיטן גאס און לאז ארויס די צער און פיין פון א הארץ וואס האט אזוי סאך צו דערציילן-אבער נישט דא פארוועם. די געוויין גייט פון הארץ גראד צוריק צום שורש דורך די אויערן. נישטא ווער עס זאל מיטשפירן אדער מיטקלאגן מיט דעם פארלוירענעם נפש.
וואס איז אזוי ביטער וועט איר פרעגן ווען איר ליינט אט די צוואה ווערטער? אלזא הערט, די ביטער איז נישט א תוצאה, די ביטער איז א מציאות אזוי ווי אייער לופט-אטעם. די ביטער איז א מציאות אן קיין ווערטער, און א מציאות אן א סיבה, ער איז.
אט דארט זעעט זיך אן די עקן פון א פרי מארגן. ס'איז צייט פאר מיין אומבאליבט, פארלוירן, שווארץ, מאגער און דאר מענטשעלע צוריק צו קריכן אין מיין הייל פאר'ן טאג. אויב ווילט איר כאפן א שמועס דאן זוכט פאר מיר מארגן נאכט אויף די טונקעלע קאלטע גאסן, אפשר וועט א שמועס זיך מאכן און מיר וועלן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אנגעשפארט אויף איינע פון די שטיינערנע קאלטע פארמאכטע הייזער.
אויף די דערנעבענדיגע גאס ליגענדיג אויפ'ן שטיין
האב איך געהערט די קאלטע שטעכדיגע געוויין
ארויס שרייענדיג פון דיין ווארימע ציבראכענע הארץ
אריינגעווארפן געווארן אין א אומרוהיגען טאנץ
ערשט אינדערפרי פארלוירן אין מיין הייל איבער'ן טאג
צו פארגעסען ביז'ן קומענדיגע נאכט פון די פלאג
היינט אויף דער נאכט האפענטליך דיין גאס שא שטיל
וועט מען וויסען אז הילף האט געטראפן די ציל