ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ימים ידברו »

סאיז נאך אין די שבעה פון הגאון הרב שטיינמאן זצוקללה"ה סאיז זיכער אז זיין אבידה איז א גרויסע אבידה זייענדיג א ראש ישיבה און מרביץ תורה ומעמיד אלפי תלמידים, ער אליינס א חסיד ופריש מייגע בתורה א חכם מחוכם א צדיק גדול יהא זכרו מבורך, סדא בדורינו פיל מט גדולי ת"ח ועובדי השם או זיי ווערען נישט אנארקענט ווי גדולי הדור, וואס איז די רעסעפי אז מען זאל אנארקענען א איד א ת"ח ער זאל וועערן דער גדול הדור,?
איך וועל צוריק קומען צום טעמע בס"ד אבער איך בעט אייך טייערע שרייבער לייגט צו מח און געט איירעע 2 סענדס צום נושא, שכוח
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

יהא רעוא קדמך דתוריך לן חיים בטיבותא וועט זיין ולהוי אנא פקידא בגו צדיקיא
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

די שאלה איז וואס הייסט א גדול הדור? ביי רוב יהדות החרדית האט רב אלישיב געהייסן א גדול הדור און די זעלב זאך רב שטיינמאן זצ"ל, ווידער ביי קול מבשר איז די נייעס פון די פטירה פון די 2 גדולים דערמאנט געווארן אזוי האלב פרווה כאילו מען רעד דא פון עפעס א ראשעשיבעלע פון עלית, אבער ווען דער שאפראנער אדער שארמאשער אדער עני אנדערע סאטמערע רעבלע וואס איז אוועק, איז כלל ישראל ממש געווען ערשיטערט און ציטרייסעלט פונעם שרעקליכן פארלוסט , סא פון וועלכע סארט גדול הדור רעדסטו?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

סמבטיון ! אמת א גרויסער עוולה פון קול מבשר, ווי קומט דאס דא אהער? הייסט דאס אז ביי אייך איז קול מבשר דער מחליט ער איז דער ממליך מלאכים? ניין חס ושלום! נישט די מידיא וועט אונז זאגען ווער איז א גדול הדור ניין און נאו וועי! ווי אזוי זאגט טראפ ירום הודו די מידיא איז פעיק נויז! איך פרעג נישט ווי די פי אר ליגט, איך פרעג באמת, ווען אי איד איז און א פעקל ס'זאל נישט זיין און עס שטייט ילך אצל חכם להתפלל עליו, ווי אזוי געשענט אז מלויפט צו ערליכע אידען ת"ח, און די זעלבע גאס וואינט א אנדערע ת"ח עובד ד', ולית מאן דאשגח בי', סוי דיין מיינוג איז די נייעס מאכט גרויס אדער קליין דעס זאגסטו? זענען מיר אויף צרות, ווייל מען האט נישט דאן די אמת'ע ראלער ס'קימט פון פאליטישע אגענדעס וואס ווילען נישט פארציילען די אמת לאמיתו, איך וועל דיר געבען א משל, אין בארא פארק איז דא א איד הגה"צ רבי בנציון ליפשיץ רב דקהלה תורה ותפלה הייסט ער א אייניקעל פון קדושת ציון מבאבאב א ת"ח א חד בדרא בתורה ויראה ועבודת השי"ת וענווה מיט אלע מעלות שמנו חכמים, איך זעה נישט ביי אים קיינע ליינס פון מענטשען וכו' לעומת זה הרה"ג רבי בנימין אייזענבערג א ת"ח א עובד אבער ווייט פון רבי בנציון און מברעכט טירען ביי אים, ווי אזוי האט דאס פאסירט? ווי אזוי פאסירט אז איינער ווערט אויפגעפיקט און די צווייטער נישט?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איי געס אביסעל מזל אין לעבן
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

פשוט, א גדול הדור מיינט איינער וואס גיט אוועק אין דע יוגע יארן רוב טאג (85%) צי עבודת השם, אין דע שפעטערע יארן גיט ער אויך פאר כלל ישראל, אין אויב ער בלייבט נאר פאר זיך איז ער א גדול אבער נישט א גדול הדור, דאס איז הינטיגע צייטען ווייל אמאליגע צייטען איז דער טייטש פון א גדול הדור אנדערש געווען, למשל דע גמרא זאגט "לא מצא בת תלמיד חכם - ישא בת גדולי הדור" אבער היינט מיינט דאס אנדערש,,,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גדול הדור מיינט נישט פערזענליכע גדלות. מער ווי צוויי מענטשען האבען זיך נישט געקימערט אויף דער שאפראנער רב׳ס מיינונג אויף סיי וואס. הרב שטיינמאן׳ס מיינונג האט יא געהאט אן עפעקט אויף א גרויסע חלק פון דער וועלט.

איינער וואס ליינט זיין דעת תורה אין צייטונג, אדער האט ער א גאנג אז ווען דו זאגסט אלף גיי איך זאגען בית, אדער זאגט ער אלף ווען יענער זאגט אלף, איז נישט קיין בעל דעה. דעריבער איז ער נישט קיין מענטש וואס זיין דעה מיינט עפעס.

ווען די סבה וואס מ׳פאלגט זיין דעה איז ווייל ער האט געירשנ׳ט ריעל עסטעיט, איז עס ווידער נישט זיין דעה וואס איז וויכטיג נאר זיין ריעל עסטעיט. קען ער אויך נישט הייסען קיין גדול הדור.

ווען די סבה וואס זיין דעה מיינט עפעס איז צוליעב טעראריזם און פרעשור, איז עס אויך נישט זיין דעה נאר זיין כח גברא וואס איז שליט.

דער גדול הדור איז דער וואס האט א דעה. ד.ה. א טראכטסגאנג וואס קומט פון זיך, זיין לערנען, זיין מח, זיין פארשטאנד. דערנאך ווערט זיין דעה, אדער זיין רעכט צו האבען א דעה (נישט אויף יעדער זאך איז יעדער מסכים, און נישט אין יעדער זאך פארשטייט יעדעם), אנגענומען דורך די דענקערס און אויפריכטיגע מענטשען פון דור, אזוי איז ער א גדול הדור.


לגבי הרב שטיינמן, אין כמעט יעדער וויכטיגע נושא, האבען זיך כמעט יעדער אין א"י אדער נכנע געווען צו זיין מיינונג, אדער גענוצט זיין מיינונג צו בויען זייערס. למשל, ביי גיוס. רוב ליטווישער און רוב חסידישע האבען פארשטאנען אז זיין מיינונג איז דאס וואס איז וויכטיג. די אלע רביס זענען געווען זייער צופרידען צו לאזען די זאך אויף זיין פלייצעס, זיי האבען געוואוסט אז זיי ווייסען נישט בחייכון וויאזוי אנצוהויבען מיט אזא נושא, און זיי האבען געוואוסט די אחריות פון אזעלכע מעשים.
די קליינע פערצענט ליטווישע וואס האבען זיך געשלאגען מיט איהם, זענען נישט געקומען מיט א מהלך וואס צו טוהן אנטקעגען די מדינה׳ס פלענער, נאר געשריגען הויעך ׳נישט הרב שטיינמן׳. הייסט׳ס זיי האבען זיך אויך געקימערט וועגען זיין דעה.

און די נאך קלענער מאס ׳ברכיים אשר לא כרעו׳ פון די קליינע קנאישע לאגער, קומען דאך אויך נישט פון א דעה, נאר פון א שיעבוד צו א ביזנעס\פארטיי\געלט געבער. און יענער פארטיי\ביזנעס\געלט געבער איז דאך אויך נישט קיין אייגענעם דעה, נאר עפעס וואס איז געוואנדען אויף עפעס\איינעם אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

מיינע צוויי סענט
ווען נישט די צייטונגען וואלט הרב שטיינמאן, הרב ש"ך און איצט הרב איידלשטיין נישט געווארען אנערקענט אלץ גדולי הדור, משא"כ הרב אלישב, הרב וואזנער, און הרב אוירבאך יא. דער חילוק איז ווייל די לעצטע דריי זענען געווען די ריזן און א זייער tangible זאך.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך וויל פרעגען כבוד הרב ליטוואק פון בודאפעסט, מיט וואס איז הגאון הגדול הרב שטיינמאן זצ"ל געווען מער גדול ווי הגה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי זצ"ל, אויב ער איז געווען בכלל?
ווער עס וויל וויסען באמת, די פריוואטע לעבען פון קאשויער רב ז"ל איז ער געווען 22 שעה אין מעת לעת ביי די גמרא מיט יגיעה ביז די נייציגע יארען ווי לאנג ער האט געהאט כח, ער האט געדינט די בוכ"ע בלב ונפש, יראת שמים מיט א תמימות עד להפליא, מחבר געווען הערליכע חבורים אויף ש"ס שו"ע דברי יראה והשקפה,
זיין דאווענען איז געווען מיט בכיות כעבד לפני אדונו, זיין הויז איז געווען בפשטות אן קיין ברייטקייט, ער האט געוואינט אין ישיבה אין א צימער, לוקסוס מאן דכר שמייהו,
אמת הרב שטיינמאן איז געווען א ת"ח א צדיק א עובד וכו' וכו' וכו' אבער וועליכע מעלה האט ער געהאט מער ווי קאשויער רב? וועליכע?
ביי קאשוי רב'ס לוי' איז געווען 5 טויעזנט אידען און ביי הרב שטיינמאן הונדערטער טויזענטער אידען, וואס איז די פשט?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יתרו האט געשריבן:מיינע צוויי סענט
ווען נישט די צייטונגען וואלט הרב שטיינמאן, הרב ש"ך און איצט הרב איידלשטיין נישט געווארען אנערקענט אלץ גדולי הדור, משא"כ הרב אלישב, הרב וואזנער, און הרב אוירבאך יא. דער חילוק איז ווייל די לעצטע דריי זענען געווען די ריזן און א זייער tangible זאך.
נישט צייטונגען, נאר די אומשטענדען. פסק הלכה איז אן אייביגע אומשטענד, פיהרען פאליטיק ווענד זיך אויף די מצב. אין רוסלאנד האט מען געדארפט ר׳ חיים עוזר ודעימיה, אין א"י דארף מען הרב שך ודעימיה.

און ר׳ איצלה וואלאזוינער, פון וועמען מיר האבען ווייניג תשובות להלכה, האט יא געפיהרט דער פאליטיק, אן צייטונגען.

זיצען אינדערהיים און לאזען פאליטיק זיך פיהרען אליינס איז נישט קיין שכל׳דיגע וועג פון זיך אויפפיהרען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

מדי דברו, ס'ווערט א נייע גדול הדור, א מרן, וואס זיין רעסעפי איז? ער איז א ליטוואק, ער איז א זקן, א ת"ח ומרביץ תורה,
פרעג איך, מעג א חסידישע ת"ח ומרביץ תורה ווערען גדול הדור? רבי שאול אלטער, מעג?
יעדער איז מודה ער איז א ת"ח א מרביץ תורה, ער איז טאקע נישט אזוי אלט, וואס פעלט אים נאר זקנה? ער איז נישט א ליטוואק?
רבותי וועקט אייך אויף, פאר מ'טרעפט זיך מיט א נייע קאנדידאט, וואס קיינער האט נישט א רעכט צו וואיטען,
לאמיר נישט גיין כצאן לטבח יעדער זאל ארויסשטעלען א קאנדיטאט וואס ער פארשטייט איז פאסיג,אולי וועט די דער עולם גולם אויכעט מעגען זאגען א דעה!
אפשר איז מען ממנה האדמור מבעלזא?
אדער הר"ש כהן פון ש"ס
וואס עפעס נאר א ליטוואק??
חסידים ווי זענט איר? וויזניצע חסידים וואס שלאפט איר? איר לאזט אייך פון אפאר געפיפנע ליטוואקען וועל אייך איינרעדען און וועם צו גלייבען און איר אלע גייט גיין דערפאר? מיר זענען אזוי נאאייעוו?
איך וואין און אמעירקע דא קען אאזאאנס נישט פאסירען!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן:איך וויל פרעגען כבוד הרב ליטוואק פון בודאפעסט, מיט וואס איז הגאון הגדול הרב שטיינמאן זצ"ל געווען מער גדול ווי הגה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי זצ"ל, אויב ער איז געווען בכלל?
ווער עס וויל וויסען באמת, די פריוואטע לעבען פון קאשויער רב ז"ל איז ער געווען 22 שעה אין מעת לעת ביי די גמרא מיט יגיעה ביז די נייציגע יארען ווי לאנג ער האט געהאט כח, ער האט געדינט די בוכ"ע בלב ונפש, יראת שמים מיט א תמימות עד להפליא, מחבר געווען הערליכע חבורים אויף ש"ס שו"ע דברי יראה והשקפה,
זיין דאווענען איז געווען מיט בכיות כעבד לפני אדונו, זיין הויז איז געווען בפשטות אן קיין ברייטקייט, ער האט געוואינט אין ישיבה אין א צימער, לוקסוס מאן דכר שמייהו,
אמת הרב שטיינמאן איז געווען א ת"ח א צדיק א עובד וכו' וכו' וכו' אבער וועליכע מעלה האט ער געהאט מער ווי קאשויער רב? וועליכע?
ביי קאשוי רב'ס לוי' איז געווען 5 טויעזנט אידען און ביי הרב שטיינמאן הונדערטער טויזענטער אידען, וואס איז די פשט?
איך בין אויך געווען פון די פינף טויזענט באטייליגערס, אבער דאס איז קלאר אז קיין איינס פון די 5000 באטייליגערס וואלטען ביי איהם נישט געפרעגט קיין ערנסטע שאלה אין גשמיות. זיין שיקול הדעת איז ביי זיי נישט געווען זיין חשיבות. דעריבער איז זיין דעה נישט ווי זיינס. אין רוחניות, ווי אין עוה"ז קען מען נישט וויסען קיין קלארען אויפווייז, איז מען גרייט (אפשר!) זיך צו פארלאזען אויף איהם. ערנסטע מענטשען, וואס האנדלען זייער רוחניות עכ"פ אזוי וויכטיג ווי זייערע גשמיות, ווייסען אויך דארט נישט צו פרעגען.

ווילסט פרעגען וויאזוי איז מעגליך אז מ׳זאל לערנען אזויפיהל און נאכאלס נישט האבען א דעה?

דער חזון איש רעדט פון דעם אין אמונה ובטחון, און עס איז דא נאך תירוצים. אבער צו למעשה האט עס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן:מדי דברו, ס'ווערט א נייע גדול הדור, א מרן, וואס זיין רעסעפי איז? ער איז א ליטוואק, ער איז א זקן, א ת"ח ומרביץ תורה,
פרעג איך, מעג א חסידישע ת"ח ומרביץ תורה ווערען גדול הדור? רבי שאול אלטער, מעג?
יעדער איז מודה ער איז א ת"ח א מרביץ תורה, ער איז טאקע נישט אזוי אלט, וואס פעלט אים נאר זקנה? ער איז נישט א ליטוואק?
רבותי וועקט אייך אויף, פאר מ'טרעפט זיך מיט א נייע קאנדידאט, וואס קיינער האט נישט א רעכט צו וואיטען,
לאמיר נישט גיין כצאן לטבח יעדער זאל ארויסשטעלען א קאנדיטאט וואס ער פארשטייט איז פאסיג,אולי וועט די דער עולם גולם אויכעט מעגען זאגען א דעה!
אפשר איז מען ממנה האדמור מבעלזא?
אדער הר"ש כהן פון ש"ס
וואס עפעס נאר א ליטוואק??
חסידים ווי זענט איר? וויזניצע חסידים וואס שלאפט איר? איר לאזט אייך פון אפאר געפיפנע ליטוואקען וועל אייך איינרעדען און וועם צו גלייבען און איר אלע גייט גיין דערפאר? מיר זענען אזוי נאאייעוו?
איך וואין און אמעירקע דא קען אאזאאנס נישט פאסירען!
ווייל אין אמעריקא פיהרט קיינער נישט, דעריבער איז נישט דא קיין שום גדולים, נאר עסקנים. קיינער קען נישט פארמאכען יענעמ׳ס ישיבה, קיינער קען נישט פסקנ׳ן לרבים, קיינער קען נישט זאגען א דעה וואס וועט זיך דורכפיהרען.

די סבה פארוואס עס מוז זיין א ליטוואק איז פשוט. ווייל דער ירושה ביזנעס, וואס פארצופאל האבען עס די חסידים געכאפט, האט צוריק געהאלטען פון דער וואוקס פון סיי וועלכע חסידישע אדם גדול. זיי ווערען דערדרוקט פון יונגווייז נישט צו האבען א דעה. פאטערט׳ס ענק אפ פון דער שקר פון ירושה פון רשכבהגות, וועט מען זע׳ען צו חסידות האט מיט וואס צו בויען א גדול.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

@ימים ידברו.

איך האב מיך שוין געמטשעט איבער די פראגע אין א אנדערע אשכול, דו קענסט צולייגן צו די ליסטע נאך א טוץ פערעזנליכקייטן (איך קען נאר היימישע, איך גלויב אז ליטוואק קען אונז סופלייען מיט א צאל 'נישט געווארענע' גדולים פון דעם ליטווישן חדר) ר' אברהם לייטנער ז"ל.

די בעסטע תשובה צו דיין שאלה איז בפשטות, אז ס'ווענדט זיך אין וועלכע קאמפעני מ'איז איינגעשריבן, איך גלויב אז ווען ר' אברהם ז"ל קאשויער רב ז"ל מיט די אנדערע וואס האבן זיך אפגעריסן פון סאטמער במשך די צייט, זאלן ווען בלייבן אפיליאירט מיט סאטמער, וואלטן זיי געהאט א פיל שטארקערע ווארט אויף די סדר היום פון די חרידישע ציבור, למעשה זענען זיי געבליבן רבנים פאר זייער אייגענע קרעמל.

הרב שטיינמאן ז"ל איז געווען איינגעשטעלט אין די פירמע מיט די מערסטע פרומע פלייש, און האט געהאט אונטער זיך די גרעסטע צייטונגען, און דאס מיינט אויטאמאטיש אז בלעדו לא ירים איז את ידו, און ווי וואגט מען זיך צו זאגן אנדערש ווי זיינס א פסק. און פארשטייט זיך אז די פאליטיק האט צוגעגעבן אז זיין לויה זאל זיין גרעסער ווי הרב שך'ס (אזוי דוכט זיך, קען זיין איך בין Wראנג)

יעצט ליין איך הרב ליטוואק'ס שאצונג אויפן קאשויער רב ז"ל, און איך מיין אז ער איז דעד Wראנג, לויט ווי איך דענק רעדן פון אים בחייו, איז ער געווען די מערסטע באהאווענט (פון די דעמלאטסדיגע זקני הרבנים) אין דורכשמועסן א גשמיותדיגן ענין.

אזויפיל קען איך יא זאגן, אז מענטשען האבן אים אפגעפארבט אלץ 'עקסטרעמיסט' צוליב זיינע שטעלונגן בעניני בשר בהמה (ער פלעגט פרעגן עידי קידושין פארדעם צו זיי עסן בשר בהמה) און אין אידישקייט בכלל (נישט נעמן קיין רעגירונגס פראגראמען פאר די מוסודות), וואס האט אויטאמטיש געשטעלט א וואנט צווישן אים און דעם ציבור, ווי כאילו זיין לעוועל איז נישט געמאכט פארן המון עם.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

פארוואס אבער די בעלזא אנערקענען הרב שטיינמאן? איך פארשטיי אז זיי ווייסען אז זייער רב איז נישט... אבער פארוואס און מיט וואס הרב שטיינמאן יא?
די זעלבע די וויזניצע די צאנזע זיי ווייסען אלע אז זייער רבי איז נישט מער ווי א יורש.. אבער ווי איז זייער שכל זיך בייגענדיג צו א גדול וואס איז בקושי מער ווי זייער אייגענע מנהיג פארוואס טוען זיי דאס?
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער צושטעל צום קאשויער איז מעורר גיחוך. הגראי״ל זצל איז געווען בראש וראשון א פארשטייער און בעל הגיון אין אידישקייט, און ניט מורא געהאט ארויס צוקומען מיטן אמת להקל אדער להחמיר. לעומת זאת, דער קאשויער איז געווען א פארפרומטער איד אהן קיין שום בסיס אינעם שכל דעפארטמענט. ער איז נאך געגאנגען דער סאקמערער פראפאגאנדער מאשין צו דער טי, און נאך מוסיף געווען מדיליה. מיטן צעהלימער רב זצ״ל האט ער געהאט צו טוהן נאכדעם וואס ער איז געווען איינגעשטעלט אין מתיבתא ערוגת הבושם. בקיצור, אן אונגארישער פערסאנא מיט אללע פירושים.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

הייסט קובע איז נישט גדלות בתורה ועבודה נאר שכל? ??
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, נאך תורה דארף מען אויך שכל.

יעקב מענטש רעדט פונ׳ם פארקערטען ריכטונג. פארוואס האט ער געהאט די צייטונגען? וויאזוי האט ער געהאט די צייטונגען? דו זאגסט אז זיין גדלות איז ווייל ער האט געהאט פלייש אונטער זיך. דאס איז פונקט ווי די וויץ וואס מ׳זאגט, ווען מ׳האט געזאגט פאר מהרז"ל "למעשה דיין ברודער איז א תלמיד חכם און דו נישט"

"גרויסע גליק. ער איז נאר א ת"ח ווייל ער האט געלערנט."

איך מיין נאר די וויץ, נישט די תוכן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ווי אזוי איז הגר"ח קניבסקי יעדר ווייסט אז ער איז נישט אויסגעקאכט און די וועלט ער ווייסט ניטאמאל צו בית שמש איז אין ארץ ישראל אכ"ז לויפט מען נאכעם וואס גייט דא פאער?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן:ווי אזוי איז הגר"ח קניבסקי יעדר ווייסט אז ער איז נישט אויסגעקאכט און די וועלט ער ווייסט ניטאמאל צו בית שמש איז אין ארץ ישראל אכ"ז לויפט מען נאכעם וואס גייט דא פאער?
לאמיר דיר פארציילען.
איך פלעג זיין א תלמיד פון הרב י.א.וו., און היינט זייט זיין פריצייטיגע פטירה בין איך מסתופף בצל הרב א.ל.. ווען איך בין געווען ביים ערשטען, וואלט איך איהם קיינמאל נישט געפרעגט קיין שאלה מיט ערנסטע אויסזיכטען פאר פראבלעמען. ער איז געווען גאר א העכערע מענטש, א לויטערע בעל מדות און א בקי בכל חדרי התורה ממש, כולל די קליינע אותיות. איך האב טאקע געגעבען א נאמען פאר א קינד נאך איהם און ער איז דער פארהייליגטע ביי מיר.

הרב א.ל. איז איינער וואס קען נישט אין די קליינע אותיות, אבער ער האט געשריבען פיהל ספרים, ער פסקנ׳ט שאלות און איך רעד זיך יא דורך מיט איהם.

מ׳פרעגט מיר אפט ווער איז גרעסער און איך קען נישט ענטפערען. דער ערשטע האט זיך באהאלטען פון דער וועלט און דער וועלט איז געווען באהאלטען פון איהם. אבער ער האט זיך נישט פארפלאנטערט אין גארנישט און נישט געהאט קיין חשבונות מיט קיינעם. דער צווייטע האט געהאלפען אסאך מענטשען און ער איז צווישען אנדערע. יא, ער האט חשבונות מיט זאכען, אבער דאס קומט צוזאמען מיט לעבען מיט מענטשען.

דער זאך איז נישט קיין פשוט׳ן סוויטש, יא גדול צו נישט גדול. עס האט מיט די סארט שאלה וואס מען פרעגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

ימים ידברו האט געשריבן:פארוואס אבער די בעלזא אנערקענען הרב שטיינמאן? איך פארשטיי אז זיי ווייסען אז זייער רב איז נישט... אבער פארוואס און מיט וואס הרב שטיינמאן יא?
די זעלבע די וויזניצע די צאנזע זיי ווייסען אלע אז זייער רבי איז נישט מער ווי א יורש.. אבער ווי איז זייער שכל זיך בייגענדיג צו א גדול וואס איז בקושי מער ווי זייער אייגענע מנהיג פארוואס טוען זיי דאס?


דער בעלזער אנקענען אין הרב שטיינמאן נאר ווייל זיי האלטן אז זייערע רב איז יא....... אזוי מיין איך...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו האט געשריבן:סמבטיון ! אמת א גרויסער עוולה פון קול מבשר, ווי קומט דאס דא אהער? הייסט דאס אז ביי אייך איז קול מבשר דער מחליט ער איז דער ממליך מלאכים? ניין חס ושלום! נישט די מידיא וועט אונז זאגען ווער איז א גדול הדור ניין און נאו וועי! ווי אזוי זאגט טראפ ירום הודו די מידיא איז פעיק נויז! איך פרעג נישט ווי די פי אר ליגט, איך פרעג באמת, ווען אי איד איז און א פעקל ס'זאל נישט זיין און עס שטייט ילך אצל חכם להתפלל עליו, ווי אזוי געשענט אז מלויפט צו ערליכע אידען ת"ח, און די זעלבע גאס וואינט א אנדערע ת"ח עובד ד', ולית מאן דאשגח בי', סוי דיין מיינוג איז די נייעס מאכט גרויס אדער קליין דעס זאגסטו? זענען מיר אויף צרות, ווייל מען האט נישט דאן די אמת'ע ראלער ס'קימט פון פאליטישע אגענדעס וואס ווילען נישט פארציילען די אמת לאמיתו, איך וועל דיר געבען א משל, אין בארא פארק איז דא א איד הגה"צ רבי בנציון ליפשיץ רב דקהלה תורה ותפלה הייסט ער א אייניקעל פון קדושת ציון מבאבאב א ת"ח א חד בדרא בתורה ויראה ועבודת השי"ת וענווה מיט אלע מעלות שמנו חכמים, איך זעה נישט ביי אים קיינע ליינס פון מענטשען וכו' לעומת זה הרה"ג רבי בנימין אייזענבערג א ת"ח א עובד אבער ווייט פון רבי בנציון און מברעכט טירען ביי אים, ווי אזוי האט דאס פאסירט? ווי אזוי פאסירט אז איינער ווערט אויפגעפיקט און די צווייטער נישט?

ימים ידברו: די גמ' זאגט ..."הכל תלוי במזל. אפילו ס"ת שבהיכל"...! נאר איבער ר' בנימן אייזנבערג. איך טוה איהם נישט ח"ו אונטערשאצן און זיינע אויפטוען, אבער זיין הצלחה איז נאך דערווייל זייער א קורץ טערמיניגע. די היסטאריקער וועללן קענען משפט'ן נאך בערך א פערציג און פופציג יאר פון זיין הנהגה אויב ס'איז טאקע געווען אזוי ווי די פ.ר. האט עס אהערגעשטעלט. דערווייל איז עס בבחינת ווי מ'רופט עס אויף ענגליש..."א פלעש אין דהע פען"...פי'. אזוי ווי א ביסל פעטן אין א פענדל ווען ס'קומט אין קאנטאקט מיט פייער וועט עס אויפפלאמען. און נאכדעים דערקענט זיך גארנישט. כן הדבר הזה...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

סמבטיון האט געשריבן:די שאלה איז וואס הייסט א גדול הדור? ביי רוב יהדות החרדית האט רב אלישיב געהייסן א גדול הדור און די זעלב זאך רב שטיינמאן זצ"ל, ווידער ביי קול מבשר איז די נייעס פון די פטירה פון די 2 גדולים דערמאנט געווארן אזוי האלב פרווה כאילו מען רעד דא פון עפעס א ראשעשיבעלע פון עלית, אבער ווען דער שאפראנער אדער שארמאשער אדער עני אנדערע סאטמערע רעבלע וואס איז אוועק, איז כלל ישראל ממש געווען ערשיטערט און ציטרייסעלט פונעם שרעקליכן פארלוסט , סא פון וועלכע סארט גדול הדור רעדסטו?

טאמער ווילסטי אויסגעבן דיין ווייטאג קעגן סאטמאר, גיי אין צימעס. פארוואס פארדרייסטי א נארמאלע אשכול?
פארשפארט