התנצלות של בערל בעל עגלה (ה'14)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
התנצלות של בערל בעל עגלה (ה'14)
ס'איז פארהאן צווייערליי פארמען פון התנצלות. אמאל איז פארהאן אן התנצלות וואס א מענטש האט אפשר א גילטי קאנשענס. א שולד געפיהל. און ער וויל זיך קלארשטעללן פאר די וועלט. אדער פאר זיין אייגענעם נפש. כדי ער זאלל קענען רואיג שלאפן ביינאכט. א שטייגער ווי מיין רבי אין פאליטיק הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. נאכדעים וואס ער האט אנגעפיהרט די וועלטס מלחמה אקעיגן חב"ד און זייער רבי. מיט ר' גרשון יעקובסאן אינדערמיט. (אויסער די אנדערע הייליגע מערכות בקודש, ווי מיט קלויזנבורג און בעלז. מערכות לשם שמיים.) האט ער ארויסגעגעבן א ..."קונטרס התנצלות והבהרה"...ס'הייסט לאמור. אזוי צו זאגן. איך בין דאך פאררעכנט אלס א פיינער מענטש. א דיפלאמאט, א נעים הליכות. מיט נאך א האלבן טוץ זעלבסט ווירדיגע טיטלען. נו, אויב אזוי , ווי קומט צו מיר זיך אראפלאזן אין גאדדער און פיהרן אזא שמוציגע מערכה...?! נאר וואדען...?! לויט מיין קונטרס הבהרה קומט דאך אויס אז יענער האט אנגעהויבן. און איך האב צוערשט נישט צוריקגעענטפערט. נאר יענער האט מיך ממש געצוינגען איך זאלל איהם אפענטפערן. און דאמאלס האביך איהם שוין געגעבן מנה אחת אפיים...! אבער בעצם ביניך גערעכט. און איך פארבלייב נאכאלץ דער זעלבער פיינער מענטש..!
נאכדעים איז פארהאן אן אנדערע מין התנצלות. אשטייגער ווי א ..."התנצלות המחבר"... וואס א מחבר פון א ספר שרייבט נאך די הקדמה. וואו ער טוט ערקלערן וואס ער וויל דא ארויסברענגען און וואס ס'דריקט איהם. אוואו דער שיך קוועטשט. און וואס זיין בויכווייטאג איז. אט אזא התנצלות איז מיין התנצלות. איך בין ב"ה קיינעם גארנישט שולדיג. חוץ אין גראסערי און ביי קאן עדיסאן, פארשטייצעך. אבער. מיום עמדי על דעתי דא אין קאווע שטיבל, האביך באמערקט אז מיינע מאמרים און תגובות בלייבן עפעס הענגען ווי אין דער לופט. ווי גלייך תפילות וואס ווערן ח"ו נישט נתקבל. ס'קומט נישט אן צו די עולמות עליונים. לעומת זה, איז דא געוויסע מחברים און הוגי דיעות, (אשר ישנם איתנו פה היום. ואת אשר כבר אינם איתנו בין החיים ב'קאווע שטיבל, ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימות.) וואס א יעדער קרעכץ זייערער. און א יעדער שטות רופט ארויס גרויס אינטערעס. און א סאך רעאקציעס בבחינת א שקלא וטריא. א דעבאטע. פארשטייצעך באגלייט מיט א סאך לייקס. (שוין ווידער איז ער מקנא א צווייטן. ר'איז נישט קיין שמח בחלקו.). משא"כ מיינע תגובות און מאמרים געבן מיר דעם געפיהל אז איך רעד צו די ווענט. איך קען ברענגען א סאך ראיות. אבער א זאך וואס איז מפורסם ואין צריך לראיה דארף מען נישט.
דאך וועל איך ברענגען עטליכע משלים. איך האב לעצטנס אנגעהויבן שרייבן און אויפגעמאכט א פאר אשכולות. לכאורה גאנץ אינטרעסאנטע און באלערנדע עניינים. די רעאקציע צו די אלע אשכולות איז געווען אין בעסטן פאל א פארעווע. א קאלטע. סיי אין לייקס. און סיי אין פרעגן שאלות ותשובות. און האבן א..שטיקל שקלא וטריא. נאכאמאל. איך וויל נישט אז דער עולם (דער וואס הערט אויס) זאלל ח"ו האבן א טעות אז איך בין א כפוי טובה. ניין. איך בין מכיר טובה און אפרישיעיט א יעדע איינציגע תגובה אדער שאלה. און א יעדן לייק. ס'איז ביי מיר זייער שטארק חשוב. און איך באדאנק א יעדן פאר זיין טירחא. אהה. יעצט דערמאנט. אויף להרע, איז מען יא דא. איינער א געוויסער זייער א חשוב'ער ניק שליט"א, וועלכער האט א שטיקל אגענדא און א סענסיטיוויטעט. אן עמפינדליכקייט צו געוויסע עניינים ואס איך שרייב. סתם אזוי הערט מען כמעט נישט פון איהם. אבער ער האט מיר לעצטנס אראפגעשלעפט א תגובה וואס איך האב געשריבן. טאקע א ביסל שארף. בענייני הפוחזים וריקים אשר בשם נטורי קרתא יקראו. ווען זיי האבן געמאכט א רקידה'לע און געזונגען ניגונים און געגעבן תיקון און לחיים ווען הרהגה"צ ר' אהרון לייב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן. ווען איך האב אריינגעבליקט אין יענעם אשכול מיט א אפאר מינוט שפעטער איז מיין תגובה שוין מער נישט דארט געווען. מילא. יענער האט דעם מעקער אין די הענט. מעק געזונטערהייט. איך קען ממילא נישט פיהרן מיט איהם א מלחמה. גוט. אבער זיי א מענטש. לאז איבער דיין חתימה. און שרייב צו...יא. איך האב עס געמעקט ווייל ס'געפעלט מיר נישט וואס דו שרייבסט. ס'איז נישט עולה בקנה אחד מיט מיין פערזענליכע אגענדא. פארשטיי איך. ער האט דאס אבער נישט געטון. נאר סתם אזוי געמעקט. און געגאנגען ווייטער. די זעלבע זאך איז געוען מיט די אלטע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט. איך האב בעצם גערעדט צו די ווענט. ביז זיי זענען צוביסלעך נשתקע געווארן. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
אשר על כן שטיי איך יעצט אויף א פרשת דרכים. (נישט ח"ו אויף דעים פרשת דרכים פון וואס רש"י הק' רעדט אין פ' כי תצא ביין דעם בן סורר ומורה.) מיין שאלה/ התלבטות (א דעבאטע וואס איך האב ביני לבין עצמי) איז. צי זאלל איך ווייטער ממשיך זיין און ריסוירטשן ארטיקלען און סאבדזשעקטס כדי צו קענען ווייטער שרייבן איבער באלערנדע און אינטערסאנטע עניינים. אדער זאלל איך נעמען א שטיקל לענגערע וואקאציע פון שרייבן אויף קאווע שטיבל. ווייל סוכ"ס, ווען איך מאך אויף אן אשכול. און איך שרייב איבער א געוויסע נושא, האביך עס גוט אדורכגעליינט און געטון די נויטיגע ריסוירטש. כדי ס'זאלל נישט זיין גערעדט אין די וועלט אריין. דאס איז מיין שאלה. צי ס'לוינט זיך אוועקצוגעבן אזויפיהל צייט און מיה וואס איז ממילא ארויסגעווארפן.
אדרבה. דער עולם קען מיר דא א ביסל צו העלפן פותר זיין די איבעיא...המצפה לישועת ה' בקרוב. הק' בערל בעל עגלה (דער 14'טער.)

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
דו שאלה איז וואס שטיפט דיך און די פערסט פלעס דא צי שרייבן
איז דאס לייקס?
ווילסט אנדערע זאלן האבן הנאה, אפשר טראג פעקליך פאר פאלעטשעק, אדער טראג מענטשען אויף דיין באס פאר פרי
די אליין ווילסט דיך אויסשארפן?
אויב דו קענסט ארויס האבן וואס מאכט דיך טיקען, קען דיר דאס העלפן פותר זיין דיין דילעמע

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
קאווע שטיבל אן בערל, איז ווי פערד אן א בעל עגלה.
לאנג לעבן זאל ק"ש, און לאנג לעבן זאל בערלבעלעגלה אינם שטיבל.
יעדער גלייכט געוויס דיינע ארטיקלען, און איך האב אויך הנאה פון זיי. דשימי האפפא איז נישט געווען נאנט צו מיין הארץ, אבער די סעריע איבער קאמוניזם און סטאלין איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.
נ'אז מ'רעט שוין, ס'דא ארטיקלען וואס זענען געווען גאר שטארק פאפולער אבער דו האסט עניוועיס אויפגעהערט צו שרייבן, למשל דיינע זכרונות פון אורוגוויי א.א.וו. געדענק אז דו ביסט אונזער זקן שבחבורה, און ווען דו דערציילסט די סארט זכרונות ביסטו ממש אן אויסשליסליכער קוואל פון אינטערעסאנטע אינפארמאציע, וואס האט און וועט געוויס ציען א גרויסע אינטערעסע, לייקס און תגובות, פונם קהל הקודש.

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. איך האב זייער הנאה פון דיינע היסטאריע באשרייבונגען. געווענליכע תגובות לייען איך נישט אזוי אבער ביידע די דזשימי האפפא און די קאמוניסטן איז געווען אינטערעסאנט. נארוואדען, ס'איז נישט קיין ענין זיך מוסר נפש צו זיין אויב דו פילסט נישט אז דער עולם איז מכיר טוב גענוג ווייל דער אמת איז אז אויב זאג איך דיר אז עקספעקטן הכרת הטוב פון דאס געשריבן ווארט איז נישט אן אפראפריעיט עקספעקטעישן איז אבער 'מח טוישונג' יא. אויף ביידע וועגן, צו אמת אדע צו שקר. און דאס געשעהט במילא, צו דו הערסט יא צוריק צו נישט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
לאמיר מאכן א שטיקל עקסערסייז ר'בערל:
שטעקט ארויס א פינגער און טייטלט אויף א צווייטען.
פיין.
יעצט קיקט און מערקט אז די אנדערע פיר פינגער זענען געבויגן צו אייך, דאס הייסט זיי טייטלען צו דער וואס טייטלט אויף א צווייטן.
אז איר וועט קיקן מיט א ניכטערן בליק וועט איר זעהן אז איר גופא זענט אויך נאר איטערעסירט און איר לייקט אדער קאמענטירט אויך נאר וואס אייך אינטערסירט.
אדרבא, פראבירט צו לייקן און קאמענטירן אויף זאכן וואס טיקלט אייך נישט אזוי שטארק און איר וועט זען כמים פנים לפנים.
גראדע, איך ליין און האב הנאה פון אייערע הגהות און איך בין זיכער אז אנדערע אויך. נאר עס האט זיך נישט געמאכט קיין פערזענליכע קשר.
אויב האט איר ארטרייטעס בעט איך אייך איבער פארן אייך מאכן יסורים בשעת'ן עקסערסייז.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: התנצלות של בערל בעל עגלה (ה'14)
וואס מיינסטו צי פרעגן? צי די שטיבל גייט צירוק אויפלעבן? מסתם נישט, אבער שכח פאר דיינע ארטיקלען איך ליין זיי אין האב הנאה, נאר נישט אלעמאל האב איך וואס ציצילייגן,
ביי די וועי אינטערעסאנט צי וויסן פארוואס די שטייסט אויף אזוי פרי

לעב אין לאז לעבן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הקטן האט געשריבן:דו שאלה איז וואס שטיפט דיך און די פערסט פלעס דא צי שרייבן
איז דאס לייקס?
ווילסט אנדערע זאלן האבן הנאה, אפשר טראג פעקליך פאר פאלעטשעק, אדער טראג מענטשען אויף דיין באס פאר פרי
די אליין ווילסט דיך אויסשארפן?
אויב דו קענסט ארויס האבן וואס מאכט דיך טיקען, קען דיר דאס העלפן פותר זיין דיין דילעמע
הקטן: ייש"כ פאר דיין ריכטיגן אנאליז. שאלת חכם חצי תשובה. דיינע (רעטארישע) שאלות זענען זייער שטארק צום ענין. מיין תשובה אויף דעם איז. אז וואס מאטיווירט מיך צו שרייבן האט אן עלעמענט פון אלע דריי זאכן וואס דו האסט דערמאנט. איך ענדזשוי און האב שטארק הנאה צו שרייבן און איבערגעבן און טיילן אינפארמאציע און וויסנשאפט מיט אנדערע חברים דא אויף קאווע שטיבל. און אין איינוועגס האב איך שוין הנאה צו זעהן א שקלא וטריא און א דעבאטע איבער דעם סאבדזשעט וואס איז געשריבן געווארן. יא. איך האב אויך אהנאה צו זעהן לייקס. דאס זאגט אז דער עולם האט אויסגעהערט און מ'איז צופרידן.
לגבי דיין פארשלאג אז אויב איך ענדזשוי שרייבן לשם שרייבן זאלל איך נעמען פעקלעך און מענטשן אויף מיין באס אומזיסט. דאס וואלט געווען א וואונדערליכע עצה, ווען נישט אז דער דרך העולם איז אז איעדער טשארדזשט פאר זיין סחורה און סערוויס. ווע דער גראסערי מאן זאלל מיר געבן זאכן אומזינסט און מיין לענדלארד זאל מיר נישט טשארדזשן קיין רענט. און די ת"ת און סקול זאללן נישט רעכענען קיין שכר לימוד, וואלט איך אויך מסתמא געפיהרט מענטשן און פעקלעך אומזינסט.פארקערט. איך וואלט נאך געצאלט געלט פאר לאזן מיר הנאה האבן צו העלפן פאר די מענטשן.
דיין עצה וואלט אןיך געווען וואונדערבאר אויסצופאלגן אין גן עדן פאר'ן חטא עץ הדעת פון אדם הראשון. וואו א יעדער האט געלעבט אויפ'ן חשבון פון באשעפער. און מ'האט נישט געדארפט ארבעטן פאר פרנסה. אפילו קליידער האט מען נישט געדארפט. קוים אן עלה תאנה. אבער בעבור אבולינו שחטאו. און אונז זעמיר פארטריבן געווארן פון גן עדן. און ס'איז מקויים געווארן דער פסוק..."בזיעת אפיך תאכל לחם"...מוז א יעדער ארבעטן פאר פרנסה. קיין קאווע שטיבל קום איך נאר אויסצורוען מייין מידן גוף ונפש. זיך אויסצורוען...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ארי נוהם האט געשריבן:קאווע שטיבל אן בערל, איז ווי פערד אן א בעל עגלה.
לאנג לעבן זאל ק"ש, און לאנג לעבן זאל בערלבעלעגלה אינם שטיבל.
יעדער גלייכט געוויס דיינע ארטיקלען, און איך האב אויך הנאה פון זיי. דשימי האפפא איז נישט געווען נאנט צו מיין הארץ, אבער די סעריע איבער קאמוניזם און סטאלין איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.
נ'אז מ'רעט שוין, ס'דא ארטיקלען וואס זענען געווען גאר שטארק פאפולער אבער דו האסט עניוועיס אויפגעהערט צו שרייבן, למשל דיינע זכרונות פון אורוגוויי א.א.וו. געדענק אז דו ביסט אונזער זקן שבחבורה, און ווען דו דערציילסט די סארט זכרונות ביסטו ממש אן אויסשליסליכער קוואל פון אינטערעסאנטע אינפארמאציע, וואס האט און וועט געוויס ציען א גרויסע אינטערעסע, לייקס און תגובות, פונם קהל הקודש.
ארי נוהם: ייש"כ פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק. און דער וואונדערליכער צושטעל פון דעם משל מיט די פערד און בעל עגלה. כאטש ס'איז נישט אינגאנצן גלייך...!
לגבי דיין באמערקונג אז א יעדער איינער האט פארשידענע אנדערע סאבדזשעקטס וועלכע אינטרעסירן און ציען איהם פערזענליך ביסטו גערעכט. אבער נעם למשל א סאבדזשעקט ווי די אידישע מאמענט אין די ספארטס פארמעסטן. לכאורה איז דאס טאקע נישט פון די סאבדזשעקטס וואס פאראינטרעסירט דעם המון עם. אבער דער דגוש איז אויף דעם אידישן מאמענט. פי' אן אקט פון קידוש השם וואס דער אידישער ספארטס שפילער האט ארויסגעוויזן און בייגעקומען א נסיון איבער שבת און שמירת המצוות. ווי ד דיעלמא פון א הויפט שפילער בייד וויכטיגסטע בעיסבאלל שפילן ביים סוף פון זומער. ווען א אידישער שפילער האט זיך געראנגלט מיט די החלטה אויב ער זאלל זיך באטייליגן אין די גאר וויכטיגע שפיעלל וועלכע איז פארגעקומען אום יום כיפור. אדער גיין אין שול. ארויסהייבן דעם קידוש ה' וואס איך ארויסגעקומען פון זיין ריכטיגע באשלוס. דאס איז שוין איינמאל פון אינטרעס פאר (כמעט) א יעדן ערליכן איד...! אדער דער קידוש ה' וואס איז ארויסגעקומען ווען א אידישער בחור און א אידיש מיידל זענען געווען גרייט אוועקצוווארפן א גלענצנדע צוקונפטיגע קאריערע מיט א סאך געלט און כבוד פאר שמירת שבת והמצוות...!
און ווער רעדט נאך פארטייטשן די מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' על התורה און אויף ש"ס. וואס איך פערזענליך בין זייער שטארק פאראינטרעסירט אין דעם סאבדזשעקט. און איך מיין אז א יעדער וואס לערנט חומש מיט רש"י אדער גמרא, און ער קומט אן צו אט די מיסטעריעזע און לכאורה אומפארשטענדליכע ווערטער וואלט געווען פאראינטרעסירט זיי צו פארשטיין...! ועוד כהנה רבות. און איך האב דעם פיעלינג כמעט אז איך רעד צו מיר אליינס. אויסער א פאר געציילטע יחידים וועלכע האבן זיך יא ווארעם אנגערופן און זיך פאריאנטרעסירט און געפרעגט און דעבאטירט איבער די נושא. אבער דער המון עם. דער וועלכער האלט זיך פאר שטארק אויפגעקלערט בענייני אמונה און פיאלאזאפיע. זיי האבן אט די אלע זאכן אין די לינקע פיאה. אדער גאר אין בוידעם ביי טוביה דער מילכיגער פין פידלער אויפ'ן דאך...!...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. איך האב זייער הנאה פון דיינע היסטאריע באשרייבונגען. געווענליכע תגובות לייען איך נישט אזוי אבער ביידע די דזשימי האפפא און די קאמוניסטן איז געווען אינטערעסאנט. נארוואדען, ס'איז נישט קיין ענין זיך מוסר נפש צו זיין אויב דו פילסט נישט אז דער עולם איז מכיר טוב גענוג ווייל דער אמת איז אז אויב זאג איך דיר אז עקספעקטן הכרת הטוב פון דאס געשריבן ווארט איז נישט אן אפראפריעיט עקספעקטעישן איז אבער 'מח טוישונג' יא. אויף ביידע וועגן, צו אמת אדע צו שקר. און דאס געשעהט במילא, צו דו הערסט יא צוריק צו נישט.
טאמבל סאס: ייש"כ פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק. איך בין שטארק מכיר טובה פאר א יעדן וואס פארשטייט די וויכטיגקייט פון די אינפארמאציע וואס ווערט איבערגעגעבן אין מיינע מאמרים איבער די פארשידענע איטנטרעסאנטע סאבדזשעקטס און איז מגיב דעם ריכטיגן וועג. אבער נישט א יעדער האט דעם דעת און רצון צו וועללן פארשטיין די זאכן...!
ווען איך זאלל שרייבן איבער דעם סאבדזשעקט פון טשואינג גאם (וואס קען מעגליך אויך זיין אן אינטרעסאנטער און אינפארמאטיווער סאבדזשעקט) פארשטיי איך אז דעם עולם'ס אינטרעסע ליגט נישט דארט. אדער איבער די בעסטע טייערע סניעקערס וואס מ'נוצט ביי שפיעלן בעסקעטבאלל. ביניך טאקע ביי די ראנג אוידיענס. אין הארלעם אדער בעד-סטיי אדער נוארק וואלט אט דער סאבדזשעקט אפשר געצויגן מער אינטרעס. אבער איך פרוביר דאך צו שרייבן איבער מער אוניווערסאלע נושאים און סאבדזשעקטס וועלכע דארפן לכאורה יא אינטרעסירן אונזער עולם...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אייז קריעם: יישכ. איך נעם אן דיינע דברי מוסר מיט אן אפענע מיינד. אבער קוק זיי מוחל אויף דעם רעישיא (קשר/שייכות) פון מיינע לייקס וואס איך געב און וואס איך באקום. ביי מיר איז עס לכאורה פארקערט ווי ביי רוב שרייבערס דא אין קאווע שטיבל (אפשר ביי דיר אליינס אויך)
די לייקס וואס איך געב זענען מער ווי כפול פו די לייקס וואס איך האב באקומען.
די לייקס וואס איך געב זענען מער ווי כפול פו די לייקס וואס איך האב באקומען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טרויבן88 האט געשריבן:וואס מיינסטו צי פרעגן? צי די שטיבל גייט צירוק אויפלעבן? מסתם נישט, אבער שכח פאר דיינע ארטיקלען איך ליין זיי אין האב הנאה, נאר נישט אלעמאל האב איך וואס ציצילייגן,
ביי די וועי אינטערעסאנט צי וויסן פארוואס די שטייסט אויף אזוי פרי
טרויבן 88: ייש"כ פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק...! איך פארשטיי זייער גוט וואס דו זאגסט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מיי טו סענס צו אייך ר' בערל, היות האסט געפרעגט דערפאר אין אן אשכול מיוחד...
בעסיקלי אגרי איך מיט א יעדעס ווארט פון ארי נוהם, ביסט אן אינטעגראל פארט פונ'ם שטיבל, ונוסף ע"ז דיינע לענגערע באשרייונגען זענען אוצרות זהב, און דער ציבור לייקט עס טאקע זייער שטארק.
יעצט, צו געבן פידבעק און כדי צו ווייזען אז די ווערסט נישט איגנארירט וועל איך טון למעשה און שרייבן א הערה. אין די דזשימי האפפע אשכול האסטו הערליך געשריבן כדרכך, אבער האסטו נישט געשריבן קיין דעיטס בכלל צו געבען פאר'ן לייענער א טיים פריעם ווען דאס האט פאסירט ספעציעל אין די ערשטע תגובות, חוץ פון צוויי פון די לעצטערע פאר תגובות דארט ווי די קענעדי'ס קומען אריין אין פיקטשער. מיין הערה איז קאנסטראקטיוו קריטיסיזם, און נישט ח"ו אראפ צו נעמען די זיסקייט פון די באשרייבונג, אדרבה ס'וואלט געווען אן ענהעסמענט וואס וואלט געמאכט דאס לייענען פליסיגער ספעציעל פאר איינער וואס איז נישט באקאנט מיט היסטארישע תקופה'ס. דוק ותשכח. אפשר זאלסטו מאכן א קראנאלאדזשיקל סאממערי ערגעץ ווי. נאכאמאל, איך זאג עס כדי צו ווייזען אז כ'האב געשלינגען דיין ארטיקל מיט דארשט און אלעס באמערקט ביז צום לעסט דיטעיל.
אלע דיינע אשכולות זענען געוואלדיג, אבער נישט א יעדעס איינס, פאר נישט יעדען ניק, וועט שאפן די זעלבע פידבעק. למשל רש"י בלע"ז קען זיין דארף מען האבן געזען די רש"י אינעווענדיג. אדער, חוץ פון די קאמעניסטישע און האפפע אשכולות בענק איך מיך שטארק צו דיין ארוגוועיי אשכול אזוי ווי ארי נוהם דערמאנט, ממילא איז דא אנדערע אינוואלוומענט ביי אנדערע פלעצער. ווערט ווייסט אפשר איז עס גאר א בחינה פון ולו דומי' תהילה...
בקיצור דאנט אנדערעסטימעט יורסעלף ענד קיפ אן ראלינג!
בעסיקלי אגרי איך מיט א יעדעס ווארט פון ארי נוהם, ביסט אן אינטעגראל פארט פונ'ם שטיבל, ונוסף ע"ז דיינע לענגערע באשרייונגען זענען אוצרות זהב, און דער ציבור לייקט עס טאקע זייער שטארק.
ארי נוהם האט געשריבן:קאווע שטיבל אן בערל, איז ווי פערד אן א בעל עגלה.
לאנג לעבן זאל ק"ש, און לאנג לעבן זאל בערלבעלעגלה אינם שטיבל.
יעדער גלייכט געוויס דיינע ארטיקלען, און איך האב אויך הנאה פון זיי. דשימי האפפא איז נישט געווען נאנט צו מיין הארץ, אבער די סעריע איבער קאמוניזם און סטאלין איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.
נ'אז מ'רעט שוין, ס'דא ארטיקלען וואס זענען געווען גאר שטארק פאפולער אבער דו האסט עניוועיס אויפגעהערט צו שרייבן, למשל דיינע זכרונות פון אורוגוויי א.א.וו. געדענק אז דו ביסט אונזער זקן שבחבורה, און ווען דו דערציילסט די סארט זכרונות ביסטו ממש אן אויסשליסליכער קוואל פון אינטערעסאנטע אינפארמאציע, וואס האט און וועט געוויס ציען א גרויסע אינטערעסע, לייקס און תגובות, פונם קהל הקודש.
יעצט, צו געבן פידבעק און כדי צו ווייזען אז די ווערסט נישט איגנארירט וועל איך טון למעשה און שרייבן א הערה. אין די דזשימי האפפע אשכול האסטו הערליך געשריבן כדרכך, אבער האסטו נישט געשריבן קיין דעיטס בכלל צו געבען פאר'ן לייענער א טיים פריעם ווען דאס האט פאסירט ספעציעל אין די ערשטע תגובות, חוץ פון צוויי פון די לעצטערע פאר תגובות דארט ווי די קענעדי'ס קומען אריין אין פיקטשער. מיין הערה איז קאנסטראקטיוו קריטיסיזם, און נישט ח"ו אראפ צו נעמען די זיסקייט פון די באשרייבונג, אדרבה ס'וואלט געווען אן ענהעסמענט וואס וואלט געמאכט דאס לייענען פליסיגער ספעציעל פאר איינער וואס איז נישט באקאנט מיט היסטארישע תקופה'ס. דוק ותשכח. אפשר זאלסטו מאכן א קראנאלאדזשיקל סאממערי ערגעץ ווי. נאכאמאל, איך זאג עס כדי צו ווייזען אז כ'האב געשלינגען דיין ארטיקל מיט דארשט און אלעס באמערקט ביז צום לעסט דיטעיל.
אלע דיינע אשכולות זענען געוואלדיג, אבער נישט א יעדעס איינס, פאר נישט יעדען ניק, וועט שאפן די זעלבע פידבעק. למשל רש"י בלע"ז קען זיין דארף מען האבן געזען די רש"י אינעווענדיג. אדער, חוץ פון די קאמעניסטישע און האפפע אשכולות בענק איך מיך שטארק צו דיין ארוגוועיי אשכול אזוי ווי ארי נוהם דערמאנט, ממילא איז דא אנדערע אינוואלוומענט ביי אנדערע פלעצער. ווערט ווייסט אפשר איז עס גאר א בחינה פון ולו דומי' תהילה...
בקיצור דאנט אנדערעסטימעט יורסעלף ענד קיפ אן ראלינג!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: א גרויסן ישר כח פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק וועלכע ווערן אייביג געזאגט מיט הומאר.
יעצט לענין. איך וועל פרובירן ענטפערן על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט. איך אליינס. אני ואפסי...)
איך האב בכוונה נישט געשריבן קיין דעיטס ביי די דזשימי האפפא באשרייבונג, ווייל איך האב געהאלטן אז דאס איז באורינג. און ס'וועט אוועקנעמען דעם עולם'ס אינטערעסע אין דעם גאנצן סיפור. ווייל סוכ"ס איז דאך מר. האפפא נישט געווען אונזער קאזין אדער מחותן וואס אונז זאללן מיר זיך אינטרעסירן פונקטליך וואס איז געשעהן און אין וועלכן דאטום. דער עיקר איז די סיפור המעשה.
די זיכרונות פון אורוגוויי מייניך אז איך האב באשריבן אויף א צופרידנשטעללנדן אופן. ווייל איך בין דאך דאמאלס געווען א יונגל פון צען אדער עלף יאר. א דערוואקסענער מענטש האט דאך זיכער אן אנדער'ן פערספעקטיוו אויף די אלע עניינים. איך האב עס באשריבן פון מיין קוק ווינקל אלס יונגל...!
נאכאמאל. א יישר כח פאר ארויסווייזן אינטערעס אין מיינע באשרייבונגען. דאס געט מיר חיזוק אויף אנצוגיין ווייטער...!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
בערל, קודם האב איך דיר דערלאנגט א לייק, וואס איז זיכער איז זיכער.
יעצט צום ענין.
לעצטענס האסטי אנגעהויבן עטליכע נייע אשכולות וואס זענען מיר געווען אינטערעסאנט און איך האב פראבירט מגיב צו זיין,טאמער האב איך געהאט עפעס זאכליך מוסיף צו זיין.
בנוגע פארוואס עטליכע פון דיינע תגובות שטייען פאר'יתומ'ט, איך האב שוין לאנג געטראכט דיר צו זאגן, אבער כ'האב דיר נישט געוואלט וויי טון האב איך געקלערט עס צו לאזן לויפן, אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר זאגן. והנה, די האסט א טענדענסי צו פארפארן פון די שמועס און אריינמישן נטורי קרתא, בני יואל, סענדער דייטש, אפילו ווי ס'קומט נישט אריין און די קענסט שרייבן א לאנגס אין א ברייטס אויף דעם אין אן אשכול וואס רעדט, למשל, פון אקאנאמי. אבער דארט ווי די רעדסט פון די סאבזשעקט אויף וואס די אשכול איז געשטעלט, איז זיך דער עולם מחי'ה
יעצט צום ענין.
לעצטענס האסטי אנגעהויבן עטליכע נייע אשכולות וואס זענען מיר געווען אינטערעסאנט און איך האב פראבירט מגיב צו זיין,טאמער האב איך געהאט עפעס זאכליך מוסיף צו זיין.
בנוגע פארוואס עטליכע פון דיינע תגובות שטייען פאר'יתומ'ט, איך האב שוין לאנג געטראכט דיר צו זאגן, אבער כ'האב דיר נישט געוואלט וויי טון האב איך געקלערט עס צו לאזן לויפן, אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר זאגן. והנה, די האסט א טענדענסי צו פארפארן פון די שמועס און אריינמישן נטורי קרתא, בני יואל, סענדער דייטש, אפילו ווי ס'קומט נישט אריין און די קענסט שרייבן א לאנגס אין א ברייטס אויף דעם אין אן אשכול וואס רעדט, למשל, פון אקאנאמי. אבער דארט ווי די רעדסט פון די סאבזשעקט אויף וואס די אשכול איז געשטעלט, איז זיך דער עולם מחי'ה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: ייש"כ פאר'ן לייק. נאר איך בין בפירוש נישט מסכים מיט דיר. ווייל אפילו (כאטש שעמקעדיג שליט"א האט דיר געגעבן א לייק) אזעלכע אשכולות ווי די בלע"ז ווערטער פון רש"י אדער די באשרייבונג פון די צרות פון די רוסישע אידן זענען אויכעט געבליבן פאר'יתומ'ט. און דארט איז נישט געווען קיין שום סענדער דייטש...! דאס איז נאר א תירוץ פאר די גענז. אדער די צענדליגע אנדערע אינטרעסאנטע אשכולות וואס איך האב אנגעהויבן, האביך גערעדט צו די ווענט.
איך פארשטיי אז ס'זענען פארהאן מענטשן וועלכע האבן א ספעציעלע סענסיטיווקייט ווען מ'בארירט ר' סענדער דייטש אדער די אנדער איקאנען פון די סאטמאר'ע קהילה. אזוי ווי שמעקעדיג. וועלכער ווייזט בחוש ארויס זיין ווייטאג. בבחינת ויחד יתרו. אבער דאס קען איך נישט וויסן ווען איך שרייב. אויב דו וועסט דיך אינטרעסירן וועסטו זעהן אז ס'זענען דא זייער א סאך מענטשן פון מייין עידזש, וועלכע רופן ר' סענדער דייטש אזוי ווי איך. און זיי האלטן פונקטליך דאס וואס איך...!
נ.ב.: און דאס אראפשלעפן/אויסמעקן מיין תגובה דורך א גאר חשוב'ן ניק שליט"א און זיך נישט מאכן וויסנדיג. דאס האט אויכעט צו טון מיט סענדער דייטש. אדער פשוט ווייל יענער האט דעם פאוער צו די-ליעטן תגובות און ס'שמעקט איהם נישט וואס איך זאג האט ער עס געטון. יא. אבער ווען ער טוט עס אויף א מענטשליכן אופן דורך זיך אידענטיפיצירן. און זאגן, יא. איך האב עס אויסגעמעקט ווייל ס'געפעלט מיר נישט וואס דו זאגסט, ניחא. אבער ער (וואס האלט זיך פאר א יושר'דיגן מענטש און בעל מידות) האט דאס נישט געטון. נאר אויסעמעקט און אפגעפוצט ווי א גנב אינמיטן די נאכט...!

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שלום עליכם רבי בערל. איך זיץ שוין מיט'ן פעדער עטליכע טעג, שרייב אהין און צוריק, און קען נישט דעצידירן וואס איך זאל שרייבן, אויב בכלל. דער פליכט פון והייתם נקיים האט מיר באוואויגן צו למעשה נעמען דעם פעדער אין האנט, און וויבאלד דו אטאקירסט מיך ברבים מוז איך מיך פארענטפערן דא. (עס וואלט כדאי געווען ווען דו קענסט מיר ווען קאנטאקטן פריוואט צו אויסקלארן דאס בילד בעפאר דו וואשט שמוץ-וועש אין פובליק, אבער יעצט איז שוין די דעמעזש דאן, א שאד).
איך בין נאך אביסל צומישט, אין דיין לאנגע תגובה שטעלסטו פאר 3 באזונדערע טענות, איך ווייס נישט גענוי וועלכע פארדריסט דיר די מערסטע: 1) אז מען לייקט נישט גענוג דיינע תגובות און מ'ווייזט נישט ארויס אינטערעסע; 2) אז מען מעקט געוויסע תגובות; און 3) אויב מען מעקט, פארוואס לאזט מען נישט איבער פינגער אפדרוקן.
עכ"פ, איך האב שוין אסאך מאל געשמועסט מיט דיר איבער די טעמעס, צעווארפן אלל-אווער דעם שטיבל, אבער לאמיר דעזיגננירן דעם אשכול פאר א אפיציעלע אשכול איבער דעם ענין, איינמאל פאר אלעמאל, און זאל דאס פארבלייבן די איינציגסטע אשכול וואו מען טענה'ט זיך איבער די טעמע, אויב וועט זיך נאכאמאל מאכן חלילה היל"ת.
דו טענה'סט אז איך האב דא אן אגענדע. לאמיך קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל. נישטא קיין אגענדעס דא אין שטיבל, פיריאד. מען האט מיר באשוואוירן בעפאר איך האב מקבל געווען דעם אחראי פאסטן אויף מיר אז איך טאר נישט מעקן עפעס וואס געפעלט נישט לויט מיינע השקפות. איי איי, אלמלי ווען איך מעג דא מעקן זאכן לויט מיין אגענדע, וואלט געווען יו"ט אינדערוואכן! דו (און כמעט יעדער) ווייסט גאנץ גוט פון וואו איך שטאם און וואס מיינע השקפות זענען, און וויפיל אשכולות און תגובות האבן מיר שוין גורם געווען א גרימצארן, און קיינמאל! האט איך נישט געמעקט. דאס איז די רעכט פון יעדן שרייבער, צו שרייבן זיינע דעות בדרך כבוד, און לאזן דעם שטיבל א רואיג ווינקל צו פארברענגען אינאיינעם. סך הכל קען איך מיך צוריק טענה'ן מיט אנדערע, אבער מעקן?? קיינמאל נישט אין וויסטן חלום. דאס איז ביי מיר ממש דאס הארבסטע, און מסתמא אויך פון יעדע אנדערע אחראי און מנהל. (איך האב אין ריעל לייף אויך חברים מיט אנדערע השקפות, און איך בין בעסט פרענד מיט זיי. עס איז בכלל נישט קיין סתירה).
איך האב געלייקט @שמעון וואלף ווייל ער האט אנגערירט א נקודה וואס שטערט מיר שטארק, ווי אויך רוב אנדערע שרייבער. וויפיל מאל איז דער שיעור איבערצו'חזר'ן דיינע השקפות? יעדער ווייסט שוין צום 100'סטן מאל אז דו גלייכסט נישט ר' סענדער דייטש און ר' מנשה פילאף און ר' שש"ט וואס שרייבט ווי א כיתה ג' רבי. יעדער ווייסט שוין צום 150'סטן מאל אז דו גלייכסט נישט נטורי קרתא, און אז דו גלייכסט בעסער די ווארט 'חרתא' ווי 'קרתא', און אויך אז דו גלייכסט נישט דעם ריח פון זייער שעמפא, און דו האלטסט אז זיי זענען שטינקעדיג. יעדער ווייסט שוין צום 180'סטן מאל אז דו גלייכסט ר' אהרן מסאטמאר מער ווי זיין יונגערע ברודער, און דו וועסט פארענטפערן זיינע דרשות מיט כל מיני תירוצים שונים כדי עס זאל שטימען מיט דיינע אגענדעס, און כסדר ארויסברענגען ווי זיין שחיטה מהודרת האט פאראורזאכט די רעוואלוציע פון יאר הונדערט אינערהאלב יהדות החרדית אין אמעריקע. יעדער ווייסט שוין צום 250'סטן מאל אז דו גלייכסט (כמעט) יעדן איד, ספעציעל אויב האט יענער א ליבשאפט צו די מדינה וואס ווערט געפירט דורך די אומשולדיגע תינוקות שנשבו, און נאר אויב רעדט מען אקעגן די מדינה דעמאלס מעג מען יענעם פיינט האבן ווייל די אראבער, די נאציס, וכו' וכו'..
דער אמת איז אבער, אז כאטש עס שטערט מיר, קען איך גארנישט טון דערצו. דו מעגסט עס איבערזאגן וויפיל מאל דו ווילסט. עז פאר עז איי רעמעמבער, איז נישט אקעגן די שטאטוטן איבערצו'חזר'ן א מיינונג וויפיל מאל מען וויל, דו האסט אלע רעכטן דערצו.
אבל אי איתמר, הכי איתמר. אויב האב איך (אדער יעדע אנדערע אחראי/מנהל) אן אגענדע, איז עס ווי פאלגענד: נישט פארדרייען קיין אשכולות! לייען איבער נאכאמאל קלאר און הויך: "נישט פארדרייען אשכולות"! ווען מען רעדט פון סיי וועלכע נייעס, און אינמיטן פארדרייסטו דעם שמועס צו דיינע אגענדעס, "דאס" איז אקעגן די תקנות. סהדי במרומים וויפיל באריכטן/דווחים עס איז שוין אריינגעקומען פון אשכולות עפענער אויף דיינע תגובות אז דו פארדרייסט דעם שמועס לויט דיין ווייטאג פון הארץ אין יענעם מאמענט, און עס פארפארט פון די רעלסן, און מען האט פארלאנגט עס צו פארמעקן! נאך א זאך, איך מעק רוב מאל נישט אליינס. איך שמועס זיך אדורך מיט אנדערע גבאים, מנהלים, און געווענליך בעט איך אנדערע קעהר צו נעמען ווייל איך וויל נישט האבן קיין נגיעות. (אגב - דא זענען געווען עטליכע ניקס לעצטנס וואס די מנהלים האבן באזייטיגט לנצח נצחים, איינער פון זיי כידוע האט ניטעמאל געקענט שרייבן א גראד ווארט, און קיינמאל נישט געשריבן צום דבר, עס זענען אריינגעקומען אן א שיעור קאמפלעינטס אויף יענעמ'ס תגובות, און ווען מען האט יענעם פארשיקט איז ער געווען אויפגערעגט ביז'ן הימל און איראניש פארפירט אז די מנהלים האבן אן אגענדע.......)
איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלכע תגובות דו רעדסט. איך לייקן נישט אז כ'האב שוין צומאל געמעקט תגובות פון דיר אדער אנדערע וואס דער פותח האשכול (אדער אנדערע שרייבער) האט פארלאנגט (נאך אלעס איז עס מיין דזשאב), אבער געווענליך מאך איך 100% זיכער בעפאר אז די תגובה וואס ווערט פארמעקט האט נישט די מינדעסטע שייכות מיטן נושא, נאר עס איז סתם געווען א בויך ווייטאג וואס האט דיר געדריקט אויפ'ן מאמענט, ממילא אינדעטיפיציר איך זיך נישט אלעמאל אז איך האב עפעס פארמעקט. משל למה הדבר דומה, אז דו בלאזט אויס דיין נאז אין א טישו און בטעות האסטו עס געלאזט אין קיך אויפ'ן טיש, מוז דיין רעבעצין דיר איינמעלדן ווען זי ווארפט עס אין מיסט?
פארט, כדי צו בארואיגן די געמיטער, טו איך תשובה מאהבה ברבים. מהיום והלאה וועל איך בל"נ מער נישט מעקן קיין תגובה פון ר' בערל. כ'וועל נאר בעטן אנדערע גבאים קעהר צו נעמען אויב זיי זעהען פאר וויכטיג. ואני את נפשי הצלתי. אויב ר' בערל, איר ווילט עס אויסשמועסן מער באריכות, בין איך גרייט ארויסגיין מיט אייך פאר א נאכטמאל אינאיינעם און זיך אויסשמועסן פערזענליך אפנהארציג, איך גאראנטיר אייך אז איר וועט נישט חרטה האבן.........
נאכ'ן זיך מסביר זיין מיין א.ג. "אגענדע", וויל איך צוריקקומען צו די אנדערע טענה. ר' בערל, איר קלעימט אז דער עולם ווייזט נישט ארויס קיין אינטערעסע אין אייערע אשכולות. איך ווייס נישט פארוואס איר זענט נישט מקבל קיינע קאמפלימענטן. ווען איך האב ווען צייט, וואלט איך איבערגעגאנגען אלע לייקס און קאמפלימענטן וואס איך האב אייך געגעבן די לעצטע פאר יאר. און נישט נאר איך, נאר צענדליגער אנדערע ניקס... אין פאקט, האט איר פון די מערסטע לייקס אין שטיבל! לאמיר עס קלאר מאכן ר' בערל. ווען איר שרייבט אינטרעסאנטע נושאים, בפרט עניני היסטאריע פון אייערע יונגע יארן, אדער סתם מעשה'לעך און ווערטלעך, זענט איר די זיסטע זיידע! אונז לייען מיר אלע מיט דורשט! איר זענט א הערליכער שרייבער מיט אזויפיל ידיעות, א קנקן מלא ישן, וואס נאך זאל איך אייך זאגן? איר בארייכערט דעם שטיבל מיט אזויפיל רייכע אשכולות. עס איז ממש א שאד אז צווישן די טויזענטער שיינע תגובות פארווארפט זיך צומאל א שמוציגע טישו, אבער פארוואס זאלט איר פאקוסירן אויף דעם פרט, און נישט אויף דעם כלל? צי ווייסט איר, ר' בערל, אז מיינע תגובות זענען שוין אויך מערערע מאל געמעקט געווארן? איז וואס, זאל איך גיין וויינען אז די גבאים האבן דא אן אגענדע? איך ווייס אז אלס א יומען-ביאינג קען איך צומאל שרייבן ווערטער וואס פעלט נישט אויס, און איך דאנק די אחראים אז זיי געבן זיך אוועק שלא על מנת לקבל פרס צו האלטן דעם פלאץ איידל און רואיג, און איך טרייסט מיר מיט די האלב-פולע גלאז!
עכ"פ איך פארקריך – איך בעט אייך ר' בערל, זייט מקבל באהבה אייערע ערליך-פארדינטע קאמפלימענטן, איר שרייבט ע"פ רוב זייער זיס מיט א טעם זקנים, אמת'ע תוכנ'דיגע אשכולות, נישט אלעס איז טאקע אינטרעסאנט פאר יעדן, אבער יעדע אשכול איז אינטרעסאנט פאר געוויסע, אלזא איר זאלט שרייבן ווייטער אין שטיבל בלויז פאר דעם, איר זאלט וויסן קלאר אז איר זענט מהנה אזויפיל אידן, מיר פאסמאקעווען זיך דערמיט, און עס בארייכערט אונזערע ידיעות, איר זענט די "קינדליין" פאר די עדאלטס דא אין שטיבל, קלאפט אייך אין רוקן דערפאר!!
און צום שלוס, וויל איך אייך איבערבעטן ברבים פאר יעדע מינדעסטע צער וואס איך האב אייך גורם געווען, און מודיע זיין ברבים, ר' בערל איך האב אייך ליב אהבת נפש, איך האב די פולע רעספעקט פאר אייך, און מהיום והלאה וועל איך מער אכטונג געבן אויף אייער כבוד, און בזכות זה זאל מוהרז"ל אויך עפענען א שחיטה מונחת, און די רוצחים אראבער פייגערן, און די נטורי חרתא טרעפן א נייע סארט זייף, ביז משיח וועט אונז אויסלייזן פון גלות בקרוב אמן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: איהר וועט נישט ברויגז זיין אויב איך וועלל אייך רופן "דו"..
קודם א גרויסן יישר כח פאר נעמען די טירחא און ענטפערן דבר דבור על אופניו.
יעצט לאמיר אנהייבן מיט מיר. איך בין מודה אין מיין אימפולס/פעהלער איבערצוזאגן מיינע בויכווייטאג ווערטלעך און שיטות ווי א צובראכענער רעקארד אדער סי.די. אבער איך זאג עס קיינמאל נישט מתוך שנאה. נאר איך דארף טאקע פארשטיין אז נישט א יעדער לאכט אויף די חכמות. ספעציעל ווען זיי ווערן איבערגעזאגט 150 מאל און מער.
נאר דא ביי די תגובה וועלכע איז לעצטנס געמעקט געווארן (נישט קיין חילוק דורך וועם), איז מיר די בלוט פרעשור ארויף אויף 1000. ערשטנס. ס'האט מיך אויפגעקאכט אז מ'איז אזוי שטארק מבזה דעם כבוד התורה. דו ווייסט גאנץ גוט אז איך בין זייער ווייט פון דעם ליטווישן חדר. ענדערש פונ'ם סאטמאר'ער חדר. אבער אעפ"כ. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך געווען א איד א גאון און חסיד ופרוש. א מסתפק במועט. און מ'גייט מאכן רקידה'לעך און טרינקען לחיים. און נאך ערגערע זאכן און אויסדרוקן. האביך מיך טאקע א ביסל צולאזט און געשריבן , מער ווייניגער אז די הויפט טאנצערס און רודערערס מיט די נישט איידעלע אויסדרוקן גייען נישט נאך קיין דעת תורה. ווייל זיי זענען ענדערש בעלי תשובה טייפס. (כ'בעט איבער אלע בעלי תשובה.) און זיי ווייסן נישט צו טון די ריכטיגע זאך עפ"י תורה. בבחינת ולא עם הארץ חסיד.
איך פארשטיי אויך אז אויב ס'קומען אריין קאמפלעינטס איבער א תגובה דארפן די גבאים/אחראים עפעס טון דערצו. אבער איך פערזענליך זעה אז איך זאלל קיימאל נישט אטאקירן א יחיד אדער א רבים פערזענליך. איך מיין אז איך קען עס זאגן כמעט מיט א זיכערקייט, אז כאטש איך בין טאקע מער נוטה צו ר' אהרן שליט"א. אבער איך האב קיינמאל נישט געשריבן עפעס א שלעכט ווארט אויף מהרז"ל שליט"א אדער עפעס א ליצנות אדער געשפעט פערזענליך...!
בד"וו: איך האב שטארק רעספעקט און הערצה צו ר' סענדער דייטש ז"ל. ווייל איך האב באקומען א סאך ידיעות פון איהם. איך האב אלס בחור און יונגערמאן געליינט זיינע ארטיקלען בהתמדה רבה. און איך ווייס אז היינט איז כמעט נישט בנמצא אזא ספרא רבה ווי ער איז געווען. ס'נאר דא געוויסע זאכן וואס איך האב נישט מסכים געווען מיט'ן אופן וויאזוי ס'איז ארויסגעברענגט געווארן. די זעלבע איז מיט ר' מנשה פיליפ. איך האב שטארק הערצה צו איהם איבער זיין גאונות און געוואלדיגע ידיעות אין מילי דעלמא אויך. פון הרב שש"ט וועלל איך יעצט נישט רעדן. בכל אופן ווען איך זאג אמאל א ווערטל מיינט דאס נישט אז ס'ווערט ארויסגעזאגט מתוך שנאה אדער ביטול. אבער איך וועלל פרובירן בלי"נ ממעט צו זיין אין אט די ווערטלעך. ווייל ס'דא מענטשן וועם ס'מאכט נערוועז. איך פארשטיי דאס.
נאך איין ווארט איבער די פריער'דיגע טענה וועגן מעקן תגובות. סיי וואס די סיבה זאלל זיין צי ס'איז יא, אדער נישט בארעכטיגט צו מעקן א תגובה, איז גוט אז המשך יבוא אי"ה....דער מוחק זאלל זיך אידענטיפיצירן. און צושרייבן א סיבה פארוואס לפי חוות דעתו עס איז געמעקט געווארן

המשך פון פריער:
ועל כולם. אויב האביך דיר ח"ו פוגע געווען בעט איך דיר איבער דא ברבים. כאטש איך האב נישט ארויסגעשריבן קיין נאמען. דאס איז אבער נישט קיין תירוץ. איך וועל זעהן, מהיום והלאה, בלי"נ מער נישט צו באנוצן מיט די טערמס אויף די געוויסע מענטשן וואס מ'האט שוין געשמועסט פון פריער...און יה"ר אז דער עולם זאלל נישט נערוועז ווערן פון מיר און מיינע בויכווייטאגן ווען איך דרוק עס אויס אמאל. והכל על מקומו יבוא בשלום...! ייש"כ