שבת אחים האט געשריבן:איך שטיי נישט אין וועג פאר קיינעם, איך וויל נישט הארגענען קיינעם, איך בין א האלבע בודהיסט און א האלבע איד, די קפידא פון נישט עסען פלייש איז פון די בודהיסטישע זייט. פון די אידשע זייט שטייט אין שו״ע אז א מענטש זאל נישט מצער זיין קיין בעל חי, און טאמער ער זעהט אז א בעל חי איז אין צרה זאל ער זיי ראטעווען און טוהן וואס ער קען.
איך פארשטיי נישט בכלל דיין גאנצע פשטעל. סארי.
פארוואס ביזטו נישט א גאנצע בודהיסט און א גאנצע ייד אזויווי אונז? גראדע די ענין פון נישט עסן קיין פלייש איז נישט ממש א קפידה, רבינו הבודהא האט געלאזט עסן פלייש אין געוויסע פעלער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שבת אחים האט געשריבן:איך שטיי נישט אין וועג פאר קיינעם, איך וויל נישט הארגענען קיינעם, איך בין א האלבע בודהיסט און א האלבע איד, די קפידא פון נישט עסען פלייש איז פון די בודהיסטישע זייט. פון די אידשע זייט שטייט אין שו״ע אז א מענטש זאל נישט מצער זיין קיין בעל חי, און טאמער ער זעהט אז א בעל חי איז אין צרה זאל ער זיי ראטעווען און טוהן וואס ער קען.
איך פארשטיי נישט בכלל דיין גאנצע פשטעל. סארי.
פארוואס ביזטו נישט א גאנצע בודהיסט און א גאנצע ייד אזויווי אונז? גראדע די ענין פון נישט עסן קיין פלייש איז נישט ממש א קפידה, רבינו הבודהא האט געלאזט עסן פלייש אין געוויסע פעלער.
און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען
טאמבל סאס האט געשריבן:ביסט גערעכט, נישט קיין חילוק צו מ'רופט עס סדר צו כאאס, 'ס'איז וואס ס'איז' צו 'ס'איז וואס ס'איז נישט'. די קשיא איז פארוואס איז עס? אדער פארוואס איז עס נישט? אז ס'איז נישטא געזעצן, זאגסטו אין אנדערע ווערטער אז עפעקטס האבן נישט קיין קאוז. דער שכל לאזט נישט אננעמען אזאנס.
דו זאגסט דאך דאס למחצה לשליש ולרביע למפרע איז דאס א "קאוז" פאר די "גיווען עפעקט" אבער די קאוז איז בכלל נישט מחייב די עפעקט איז דאס געזעץ? אדער הפקר וועלט?
איך האב געזאגט "ס'קוקט נאכדעם אויס ווי למפרע איז דאס געווען די איינציגסטע אויסקום." דער קשיא וואס דו האסט געפרעגט שוין פריער איז נאך במקומה עומדת, איך האב נאכנישט געדיעלט דערמיט און איך ווייס נישט צו כ'וועל שטארבן נאכן האבן געדיעלט דערמיט. אין פארשידענע מאמענטן דאכטצעך מיר פאר א רגע אז איך פארשטיי עפעס מער, און אמאל בין איך לאקי עס צו געדענקען עס צו קאמיוניקירן ווייטער אבער כרגע בין איך שטום במה שנוגע צו די קשיא פון "וואס איז די קאוז צו די ערשטע קאוז, אויב מוז די צווייטע קאוז האבן געהאט אן ערשטע קאוז?" אדרבה, אויב דו האסט עפעס א וועג ווי אזוי צו דיעלן דערמיט, ביילייכט מיר ביטע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
די גאר פרומע jains געבן טאקע אבאכט נישט צו טרעטן אויף קיין מוראטשקעס. ועיין בוויקיפדיה וז"ל: The Jain mendicants abide by a rigorous set of rules of conduct, where they must eat, sleep and even walk with full diligence and with an awareness that even walking kills several hundreds of minute beings. Jain ascetics sweep the ground before them to avoid injuring the most minuscule forms of life. They generally brush the ground clear of insects before they tread. Digambara monks do not wear any clothes and eat food only when it is not prepared for themselves. Ascetics of the Śvētāmbara tradition wear a small mask to avoid taking in tiny insects.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
עיין ברמב"ם הלכות תפלה פרק ט' הלכה ז': מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
ליין די ערשטע קאמענט דארט. איך פערזענליך האלט אז גארנישט קען נישט מאכן איינעם א בעסערע מענטש, נישט קיין מעדיטאציע און נישט קיין תורה און נישט גארנישט עפעס אנדערש, נאר די מענטש אליין. ס'קען נאר צוהעלפן אויב די מענטש אליין איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיין עגא, אז נישט קען עס נאך ערגער מאכן, בבחינת זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
די פאקט איז אז מעדיטאציע מאכט יא ראויהיגער די מוח און די מענטשהייט. אפילו לויט יענע פארשונגען וואס הקטן ברענגט אראפ. וואס זיי זאגן יא? אז די ביהעיווער צו אנדערע מענטשען האבן זיי נישט געזעהן קיין חילוק. גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן: גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!
דאס אז זיי הרג'נען נישט קיין מענטשן איז נישט קיין ראיה אז זיי זענען בעסערע מענטשן, ס'קומט פון דעם וואס זיי גלייבן נישט אין גארנישט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
מעדיטאציע אליינס אן די 'תורות הבודהא' קען נישט מאכן די מענטש בעסער אין מידות און פערזענליכקייט, עס איז פונקט ווי א מקוה אן קיין דאווענען אדער תפילין לייגן.
כדי צו זיין א בעסערע מענטש דארף מען קודם לערנען די פריניציפלס פון 'בודהיזם', ווי למשל די Four noble truths, און טוישן די פרעספעקטיוו אין לעבן, און איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז א צייטווייליגע דורכגאנג און אז אונז זעמיר נישטא פאר אייביג, און אז יעדער גייט ווערן אלט קראנק און שוואך, און דערנאך שטארבן. איינמאל מ'נעמט אן די זאכן דארף מען ארבעטן אויף די מענטשענס Desires, תאוות, און איגאו, וואס רופט זיך די eight fold path און הערשט נאך א לאנגע צייט קומט מען אן צו נירוואנא - ווען מ'איז שטענדיג צופרידן און גליקליך.
די שטודיעס וואס מ'ברענגט אראפ דא האבן געוואלט וויסן צי מעדיטאציע אליינס קען העלפן ברענגען שלום אויף די וועלט. און זייער ענטפער איז אז ניין. יישר כח! מעדיטאציע העלפט אויך נישט פאר קיין עצירות און פאר קיין ציין ווייטאג... מעדיטאציע איז א סימפל עקסערסייז פאר די מוח און מאכט דעם מענטש פרייליכער און רואיגער. לערנען 'תורת הבודהא' איז נישט קיין כפירה בכלל, נאר איז פשוטע טעראפי. און נישטא וואס צו רעדן, א מענטש וואס לערנט א גאנץ לעבן בודהיזים איז א בעסערע מענטש. פונקט ווי להבדיל א מענטש זאל לערנען בעיון גדול מסכת אבות און מאכן דעס פאר די עיקר, און לערנען א גאנצע טאג "מוסר".
בודהיזם קען מען נישט אזוי שנעל דיסמיסן. איך קען נאר רעדן פון מיין אייגענע עקספיריענס. איך גלייך טעאלאגיע און שטודירן אנדערע רעליגיעס און קולטורן אלץ אינטערסאנטקייט און נייגעריגקייט. יעדע רעליגיע (חוץ אידישקייט) ווי כ'האב נאר אריינגעקוקט און גענישטערט האב איך גלייך געזעהן די פאלשקייט און חסרונות דערביי. משא"כ בודהיזם, וואס מעהר כ'האב אריינגעקוקט דערינען האב איך מיך ערצייגט דעם אמת דערפון, איך בין געוועהן אין אזיע ביי אסאך בודהיסטישע לערערס/מונקס, זיי רעדן דעם אמת און זיי זענען די בעסטע מענטשן וואס מ'קען נאר טרעפן. קיין פליג וועלן זיי נישט וויי טוהן. זיי זענען אייביג פרייליך און צופרידן.
נאך איינמאל:
מעדיטאציע: העלפט דעם מענטש'נס געוויסן זיך צו בארוהיגן, און איז גוט פאר די מענטש.
תורת הבודהא: העלפט דעם מענטש לעבן א פרייליכע גליקליכע לעבן, און העלפט פאר שלום און פרידן אויף די וועלט, אלזא איז בודהיזם גוט פאר די מענשטהייט און פאר די וועלט.
טאקע א נארישקייט, אבער זיי ברענגען דארט פון איינער וואס 'טענה'ט אזוי, וז"ל: The popularisation of meditation techniques in a secular format is offering the hope of a better self and a better world to many
The popularisation of meditation techniques, like mindfulness, despite being taught without religious beliefs, still seem to offer the hope of a better self and a better world to many
און אויף דעם ארויף קומט די סטאדי.
וואס מ'קען יא ארויסנעמען פון די סטאדי איז אז סתם גיין איין מאל צו א vipassana retreat איז א שאד די צייט, וואס דען, ילך אצל חכם וילמוד מה זה דהרמה ואז אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.
בד"וו איך מיין אז מ'דארף טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "אלעס ארום הינדואיזם/בודהיזם''
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
די סעקיולער וועלט האלט צום ביישפיל, אז מעדיטאציע איז גוט פאר קינדער אין סקול. איך האלט גראדע אויך אזוי. כ'זעה עס ביי מיר אליינס. איך טוה מעדיטירן לכה"פ איינמאל א טאג. אדער ווען איך פיהל אז איך דארף א ברעיק פון אלע שטותים, פאליטיקס, און פרעשור. צומאל מיט מוזיק, אדער סתם קלאצן אין די פארק ארומגענומען מיט נאטור. איך גלייך עס זייער, ס'העלפט מיר אסאך. און איך קען צענדליגער מענטשן וואס זאגן די זעלבע.
מעדיטאציע האט בודהא געזאגט קען העלפן אפילו אין די ערגסטע מצבים, אפילו אויפ'ן שוועל פון טויט, אפילו פאר מענטשן וואס זענען איינגעשפארט אין א טורמע צעל און זענען פאר'משפט צום טויט. איך האב עס טאקע געטוהן ווען איך בין געוועהן אין תפיסה די 36 שעה. נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א מענטש איז, קען ער זיין פרייליך און צופרידן אויב דארף ער גארנישט... און דעס איז דער אמת, אונז זענען נאר צוטראגן ווייל מיר דארפן דעס און יענץ און מיר לעבן א מאטריאליסטישע לייף-סטייל וואו געלט, פאוער, כבוד און תאוות איז די אפגאט. אבער ווען מ'איז זוכה צו פארשטיין אז די אלע זאכן זענען נאריש און קינדעריש קען מען זיצן אין תפיסה פארקלאצט אין טיפע מעדיטאציע און גאר ווייניג קימערן וואס טוט זיך ארום זיך.
איך זאג נישט אז איך בין עפעס אויסגעארבעט אדער לעב אין א העכערע מדריגה, איך האלט נאך ווייט פון דארט. איך האב נאך אסאך Desires אויפצוגעבן. און איך ארבעט שווער אויף די 'פאלשע איגאו-צענטער', און צוביסלעך צוביסלעך קומט מען אן ווייטער און ווייטער בעז"ה. זייט איך לערן בודהיסטישע תורות האט עס מיר אסאך געהאלפן אין אסאך עספעקטס אין מיין לעבן, גאר אסאך.
דער עיקר, וויאזוי בודהא איז מסביר אז מ'זאל לעבן אין די 'יעצטיגע מאמענט', און נישט צופיל טראכטן אויף צוריק אדער זיך צו שטארק זארגן אויף מארגן. (פלאנירן יא, זארגן נישט). למשל יעצט אויף די מינוט זיץ איך ביי מיר אין א ווארימע הויז און איך טייפ אויף מיין קאמפיוטער רואיגערהייט, קיינער שטייט נישט העכער מיין קאפ מיט א בייטש, קיינער דערקוטשעט מיך נישט די יארן אויף די מינוט, אלזא בין איך פרייליך און צופרידן. איי אסאך זאכן באדערן מיין געוויסן, דער האט מיך בא'עוולה'ט, און דער האט מיך בא'גנב'ט, און נאך אפאר זאכן וואס וואלט געקענט דרוקן מיינע קנעפלעך די אנדערע זייט? אבער למעשה גייט מיך יעצט די אלע פראבלעמען גאר ווייניג אן. איך וואלט ווען געוואלט מעדיטירן א גאנצן טאג און פארגעסן פון אלע מיינע דאגות צרות און פראבלעמען. נישט אזוי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.