פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
זייער שיין פון די טראמפ אדמינסטראציע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב אויך הנאה פון די טראמפ אדמינסטראציע און מסתם די לעצטע מאל. אבער די עיקר פראבלעם איז די שורש פונעם פראבלעם אז אמעריקאנע יוסטיץ שטונקט פון קאפ ביז פוס, אזא מענטש ווי ראבאשקין וואלט קיינמאל אין לעבן נישט באקומען אזא שטראף ווי לעבנסלענגליכע טורמע פאר מינדערוויכטיגע ווייט-קאליר קריים אין עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט. אלזא קען מען נאכאמאל אנקומען מארגן צו די זעלבע מצב מיט א צווייטן. די טראמפ אדמינסטראציע און די רעכטע שטיצן נישט קיין ״יוסטיץ ריפורם״ און זיי האבן אריינגעלייגט דארט די אלט באזעצענע רשע ווי דזשעף סעשאונס וואס איז ״אלד סקול״ און זוכט צו פייניגן און געוועלדטיגן מיט א שטייפע האנט אויף יעדע שמויגער מיט א דשוינט (וואס האט נישט קיין קאנעיקשאונס) ווארפן זיי אריין אין חד גדיא, דאס איז דאך איינע פון די אלטע טריקס פון די רעכטע צו קאנטראלירן מינארארטיס און שווארצע און צובאקומען לעיבאר אין תפיסה פאר פעניס. ווען אמעריקע איז נארמאל וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעליכע צרות ווי רובאשקין איז דורך פאר גארנישט און פאר נישט ספעציעל א טאטע פאר אזא גרויסע משפחה וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם אז ער איז פריי...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליפא האט געשריבן:Pardon is an "executive forgiveness of crime"; commutation is an "executive lowering of the penalty." ... A "pardon wipes out the conviction while a commutation leaves the conviction intact but wipes out the punishment." Barnett: Commutation is a form of clemency, used often by governors.
וואס א חילוק וויאזוי מ'רופט עס. אבי ר' שלום מרדכי רובאשקין שליט"א איז ב"ה באפרייט. און ער קען זיין צוזאמען מיט זיין משפחה און כלל ישראל. וועלכע האבן אזוי שטארק געבעטן און געהאפט אויף זיין באפרייאונג....הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים האט געשריבן:זייער שיין פון די טראמפ אדמינסטראציע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב אויך הנאה פון די טראמפ אדמינסטראציע און מסתם די לעצטע מאל. אבער די עיקר פראבלעם איז די שורש פונעם פראבלעם אז אמעריקאנע יוסטיץ שטונקט פון קאפ ביז פוס, אזא מענטש ווי ראבאשקין וואלט קיינמאל אין לעבן נישט באקומען אזא שטראף ווי לעבנסלענגליכע טורמע פאר מינדערוויכטיגע ווייט-קאליר קריים אין עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט. אלזא קען מען נאכאמאל אנקומען מארגן צו די זעלבע מצב מיט א צווייטן. די טראמפ אדמינסטראציע און די רעכטע שטיצן נישט קיין ״יוסטיץ ריפורם״ און זיי האבן אריינגעלייגט דארט די אלט באזעצענע רשע ווי דזשעף סעשאונס וואס איז ״אלד סקול״ און זוכט צו פייניגן און געוועלדטיגן מיט א שטייפע האנט אויף יעדע שמויגער מיט א דשוינט (וואס האט נישט קיין קאנעיקשאונס) ווארפן זיי אריין אין חד גדיא, דאס איז דאך איינע פון די אלטע טריקס פון די רעכטע צו קאנטראלירן מינארארטיס און שווארצע און צובאקומען לעיבאר אין תפיסה פאר פעניס. ווען אמעריקע איז נארמאל וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעליכע צרות ווי רובאשקין איז דורך פאר גארנישט און פאר נישט ספעציעל א טאטע פאר אזא גרויסע משפחה וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם אז ער איז פריי...
שבת אחים: דו ווילסט מיר זאגן אז דיין רבי בערני סענדערס, ווען ער געווינט ח"ו די פרעזידענסי וואלט ער געטון אזא זאך. קיינמאל אין זיין לעבן נישט. היללערי וואלט עס ענדערש געטון. זי האט נאך געהאט א ניצוץ פון מענטשליכקייט. מיט איהר מאן בילל לאורך ימים ונשים טובות...! געב א קוק דעם אנדער'ן פרייען איד און גרויסער מויל מאכער און צולייגער. דער הויכגעשעצטער סענאטאר טשארלס שומער. זיין אפוועזנהייט פון צווישן די רעגירונגס מענטשן אידן ווי גויים וועלכע האבן גערופן פאר ר' שלום מרדכי'ס באפרייאונג איז קלינגענדיג מיט איהר שטומקייט. ער איז דאך איינער וואס אין א יעדן טשולנט האט ער א חזיר פיסל.אויף א יעדע פאליטישע אישו קליין ווי גרויס האט ער א דיעה צו זאגן. און דא האט ער איינגענומען א שטומעניש...!
נאכמער. ס'זענען דא שמועות אז פרעזידענט טראמפ האט איהם געבעטן ער זאלל שרייבן א בריעף צו ר' שלום מרדכי, און ער האט אפגעזאגט...! די גוי'אישע קאנגרעסספרוי נענסי פעלאסי האט יא געשריבן א בריעף צו ר' שלום מרדכי...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
https://youtu.be/1HFq-T0OldE
אשריך ר שלום מרדכי שנתקדש שם שם שמים על ידך. מיטן חובות הלבבות פארשטיי איך שוין אביסעל דיינע גבורה נפשית.
אשריך ר שלום מרדכי שנתקדש שם שם שמים על ידך. מיטן חובות הלבבות פארשטיי איך שוין אביסעל דיינע גבורה נפשית.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
איך האב געמיינט אז קושנער וועט זיין דער וואס וועט זיך דאס מערסטע אריינלייגן אים צו באפרייען.
אגב, נישט צו זיין קיין party pooper, אבער וואס די פשט, פארוואס נישט א פארדאן? דאס וואלט געווען דאס מינדעסטע וואס מ'קען טוען פארן באגיין אזא עוולה קעגן א מענטש. און נאך לאזן די אלע רעסטריקשנס אויך?
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
החוקר האט געשריבן:מי כעמך ישראל!!!
ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.
איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
ברוך שפינוזה האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:מי כעמך ישראל!!!
ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.
איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.
איא? דו שפרינגסט און טאנצט?
.I got voices in my head.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
Alan M. Dershowitz, an emeritus law professor at Harvard and a noted author, said he had been working on the case for about five years and had personally asked Mr. Trump to consider commutation. Mr. Dershowitz said he had made a similar request to Barack Obama during his presidency, but that he had declined.
“It was just compassion and justice,” Mr. Dershowitz said. “This was a bipartisan thing. It was a nonpartisan thing. And it was the right thing to do.”
“It was just compassion and justice,” Mr. Dershowitz said. “This was a bipartisan thing. It was a nonpartisan thing. And it was the right thing to do.”
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
בת קול האט געשריבן:ברוך שפינוזה האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:מי כעמך ישראל!!!
ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.
איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.
איא? דו שפרינגסט און טאנצט?
איך יא.
א גרוס פון 770, וואו כ'האב פארברענגט די נאכט אין א דערהויבענע שטימונג (מיט נאך ק"ש מעמבערס), בתופים ומחולות וריקודין.
טאנצן מיט ליובאוויטשע, סאטמארע, גערע, און בעלזע, וואס האבן אינאיינעם ווי אויסגעשריגן אין הארמאניע די מציאות פון "כלל" ישראל.
קיינער האט נישט אפגעשמועסט קיין זאך מיט קיין איינעם, עס זענען נישט געווען פלאקאטן אין די גאסן, קיינע קול קורא'ס מיט חתימות הרבנים הגאוה"צ שליט"א, קיינע פערזענליכע הזמנות של מצוה, און ניטאמאל קיין טאג זיך צוצוגרייטן. עס איז געווען א ספאנטאנישער אויסדרוק פון פאראייניגונג. פון א שמחה כללית פון א יעדן יחיד ויחיד וואס האט זיך געשפירט פרייליך מיטן שמחה פון א צווייטן יחיד.
צווישן איין גלאז שנאפס און די צווייטע, צווישן די פלעשער וואדקע וואס האבן זיך געוואלגערט אויפן ערד, צווישן די טויזנטער פארזאמלטע אין 770 און אינדרויסן, האט מיר געבליצט אין געדאנק: "עס איז צוויי אזיייגער ביינאכט, און עס איז א בחינה פון 'תאיר כאור יום חשכת לילה', נישט נאר דורך פיזישע לעקטער נאר דורך א גייסטישע עלעקטעריזירנדע פיבער וואס האט באנומען יעדן איד, און דאס ברענגט זיי אהער קיין קראונהייטס טאנצן עד כלות אום 2:00 אינמיטן די נאכט"!
# שטאלץ צו זיין א איד!!!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
פדה בשלום נפשי... כי ברבים היו עמדי!
הערליך און וואונדערבאר איז צו זעהן ווי אלע אידן במעגל אחד פרייען זיך מיט אזא געהויבענע שמחה אמיתית פון א חשובען איד׳ס באפרייאונג פון מאסר.
אויף רבי שלום מרדכי שליט״א זעהט זיך בכלל נישט אן אז נאך היינט נאכמיטאג האט ער נאך פארברענגט אין א טינקעלע נאסן צעל ווי א פאלנער פארברעכער ווי ער האט געשמאכטעט די לעצטע אכט ביטערע יארן, נאר ליבערשט קוקט אויס ווי ער קומט פון א גאר ווייטע געשמאקע וואקאציע פיל מיט ענערגיע און שטויס קראפט...
דאס קען נאר זיין אז עס קומט פון אן אמתען טיפע אמונה וואס איז מושרש אין זיין זעהל פון אייביג אן... הלוואי אויף אונז אלע אזא פעסטע אמונה אינדערהיים.
אויך איז אינטערסאנט צו זעהן די אלע רעאקציעס איבערן נובעלער אקט פונעם פרעזידענט וואס איז אין פאקט דער שליח ה׳ ווי יעדער שפינט ווייטער דאס זייניגע, חלילה סזאל זיך נישט דאכטן אז ער זאל ווען האבן געמאכט א טעות מיטן נישט ארויסהאבן דעם בריאה מיט זיין גוטהארציגקייט.
אבער דער אידישער מדה פון הכרת הטוב - וקידוש ה׳ - און ניצן דעם שכל, איז אויך וויכטיג נישט צו פארגעסן. און צו געבן דעם שעצונג און כבוד ווען מעוויל ווייטער באקומען טובת...
פון א מקור מוסמך: האט פרעזידענט טראמפ (געהילפן) געבעטן פון די צוויי, נענסי פאלאסי און טשאק שוממער זאלן אים מסדר זיין א בריוול פאר דעם צוועק פון באפרייען רבי שלום מרדכי ער האט געוואלט עס זאל זיין אויסגעארבייט אן א פאליטיק פון די שמוציגע פאליטיקאנטן וויזוי יעדע זאך מוז דארט צו גיין, מרת פאלאסי האט מסכים געווען...!
אבער... דער אומפארשעמטער שמוציאן מר. שומער ״אונזער״ סענאטאר פאר וועם מעשטיפט אונז צו וויילן (פאר וועלכן סיבה?) האט נישט געוואלט!!! נאך מיט א סיבה פון יוסטיץ, זאגענדיג: אז די כאסידים שעצן נישט דעם געזעץ אמילא קומט זיך עס זיי נישט!!!
דאס איז דער דאמאקראט וואס האט אונז ליעב אהבת נפש!! און ארבייט פאר אונז.. און מיר שטימען פאר אים בלינדערהייט! אבער דער מר. טראמפ איז דער אנטעסעמיט..
ווען וועט איר זיך אויסלערנען אז די ליבעראלן זענען די גרעסטע אידן פיינט בכלל. און בפרט די וואס טרעטן אויף גערעכטיגקייט מיט אלע אירע שטיוול וואס זי האט נאר... און אז די ביוראקראטיע סיסטעם אין וואשינגטאן איז דער גרעסטער אבן נגף פאר יעדע גוטע זאך.
דער אויבערשטער איז דער מסבב כל הסיבות, און בידו איז לב מלכים ושרים.
אבער ווען האבן מיר ווען נאך אזא ביוראקראטישן פרעזידענט אינעם ווייסן הויז, איז רבי שלום מרדכי נאך דארט ווי דער פארגייער מר. אבאמא האט אים געלאזט, וואס האט פארשטאפט יעדע פון זיינע גרויסע אויערן ווען די רעדע איז געווען פון איד...
און די ״ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות״ איז וואונדערבאר צו הערן פון א גרויסן ציבור!
אבער חברה ניין!! נישט נאר לעת כזאת! נאר נאך און נאך עיתים כזאת פון באפרייען נאך און נאך אנדערע אידישע קינדער וואס שמאכטן אין די טורמעס. און נאך פארשידענע אנדערע טובת האפן מיר צו האבן בעזרת השם.
Cp
הערליך און וואונדערבאר איז צו זעהן ווי אלע אידן במעגל אחד פרייען זיך מיט אזא געהויבענע שמחה אמיתית פון א חשובען איד׳ס באפרייאונג פון מאסר.
אויף רבי שלום מרדכי שליט״א זעהט זיך בכלל נישט אן אז נאך היינט נאכמיטאג האט ער נאך פארברענגט אין א טינקעלע נאסן צעל ווי א פאלנער פארברעכער ווי ער האט געשמאכטעט די לעצטע אכט ביטערע יארן, נאר ליבערשט קוקט אויס ווי ער קומט פון א גאר ווייטע געשמאקע וואקאציע פיל מיט ענערגיע און שטויס קראפט...
דאס קען נאר זיין אז עס קומט פון אן אמתען טיפע אמונה וואס איז מושרש אין זיין זעהל פון אייביג אן... הלוואי אויף אונז אלע אזא פעסטע אמונה אינדערהיים.
אויך איז אינטערסאנט צו זעהן די אלע רעאקציעס איבערן נובעלער אקט פונעם פרעזידענט וואס איז אין פאקט דער שליח ה׳ ווי יעדער שפינט ווייטער דאס זייניגע, חלילה סזאל זיך נישט דאכטן אז ער זאל ווען האבן געמאכט א טעות מיטן נישט ארויסהאבן דעם בריאה מיט זיין גוטהארציגקייט.
אבער דער אידישער מדה פון הכרת הטוב - וקידוש ה׳ - און ניצן דעם שכל, איז אויך וויכטיג נישט צו פארגעסן. און צו געבן דעם שעצונג און כבוד ווען מעוויל ווייטער באקומען טובת...
פון א מקור מוסמך: האט פרעזידענט טראמפ (געהילפן) געבעטן פון די צוויי, נענסי פאלאסי און טשאק שוממער זאלן אים מסדר זיין א בריוול פאר דעם צוועק פון באפרייען רבי שלום מרדכי ער האט געוואלט עס זאל זיין אויסגעארבייט אן א פאליטיק פון די שמוציגע פאליטיקאנטן וויזוי יעדע זאך מוז דארט צו גיין, מרת פאלאסי האט מסכים געווען...!
אבער... דער אומפארשעמטער שמוציאן מר. שומער ״אונזער״ סענאטאר פאר וועם מעשטיפט אונז צו וויילן (פאר וועלכן סיבה?) האט נישט געוואלט!!! נאך מיט א סיבה פון יוסטיץ, זאגענדיג: אז די כאסידים שעצן נישט דעם געזעץ אמילא קומט זיך עס זיי נישט!!!
דאס איז דער דאמאקראט וואס האט אונז ליעב אהבת נפש!! און ארבייט פאר אונז.. און מיר שטימען פאר אים בלינדערהייט! אבער דער מר. טראמפ איז דער אנטעסעמיט..
ווען וועט איר זיך אויסלערנען אז די ליבעראלן זענען די גרעסטע אידן פיינט בכלל. און בפרט די וואס טרעטן אויף גערעכטיגקייט מיט אלע אירע שטיוול וואס זי האט נאר... און אז די ביוראקראטיע סיסטעם אין וואשינגטאן איז דער גרעסטער אבן נגף פאר יעדע גוטע זאך.
דער אויבערשטער איז דער מסבב כל הסיבות, און בידו איז לב מלכים ושרים.
אבער ווען האבן מיר ווען נאך אזא ביוראקראטישן פרעזידענט אינעם ווייסן הויז, איז רבי שלום מרדכי נאך דארט ווי דער פארגייער מר. אבאמא האט אים געלאזט, וואס האט פארשטאפט יעדע פון זיינע גרויסע אויערן ווען די רעדע איז געווען פון איד...
און די ״ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות״ איז וואונדערבאר צו הערן פון א גרויסן ציבור!
אבער חברה ניין!! נישט נאר לעת כזאת! נאר נאך און נאך עיתים כזאת פון באפרייען נאך און נאך אנדערע אידישע קינדער וואס שמאכטן אין די טורמעס. און נאך פארשידענע אנדערע טובת האפן מיר צו האבן בעזרת השם.
Cp
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ברוך שפינוזה האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:מי כעמך ישראל!!!
ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.
איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.
דיין פריינט מר שומר האלט אז די גערעכטיגקייט ליגט גאר באאהאלטען אינעם פסק פונעם מרשעת לינדא ריעד ימ״ש.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)