[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46 [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א - בלאט 6 - קאווע שטיבל
דיפף איך גיי נישט צען מאל מסיבר זיין איך מיין איך בין זייער קלאר אז יעדר סאטמרע תלמיד פארשטייט אז הרב הגאון רבי ארי' ליב שטינמאן איז זייער ווייט פון סאטמאר, א סאטמארא תלמיד קען נישט זאגען א גיט ווארט אויף אים, אויב יא האט ער משנה געווען פון סאטמאר פינטעל ליטוואק די קריגסט דיך אז הרב יצחק לעבאוויטש איז נישט משנה זיינע דעות לויט די אומשטענדען דאן איז א שאד די וויכוח ווייל כל הנוגע קלאמקע שלו יודע בטוב
ביי כינוס כלל ישראל האט ער עס נישט פארדאמט. ער האט געזאגט אז פאר די וואס זייער חינוך איז אז מ'דארף ווייטער טוהן ווי אין אונגארן, פאסט עס נישט. פאר די וואס האלטען אז מ'דארף צופאסען די עצות לויט די אומשטענדען פון די געזעלשאפט, האט ער געזאגט אז ס'איז מעגליך א גוטע זאך. עכ"פ אזוי שטייט אין די קונטרס וואס איך האב אינדערהיים.
איך האב שוין אויבען געשריבען מיין ביקורת אויף די מימרא, אבער דאס האלט ער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו האט געשריבן:בערל דיפף עטס מעגטס האלטן אין פאפא וואס איר ווילט, אבער בנוגע סאטמאר איז נישט נוגע אייער מיינוג, עס קען זיין א פילפ אז נישט גרעכט אבער בנוגע פיליפ מעג פיליף האלטען און ס'אירעלווענט דיפף מיט בערל וואס איר האלט, עטס ווערטס נישט געצווינגען צו טוישען אייערע פאפנע חכמה אבער טייל נישט איין פאר פיליף וואס ער מעג און וואס נישט, סך הכל הרב יצחק לעבאוויטש זאגט זיכער אנדערשט וואס ער האט געזאגט מיט צען און צוואנציג יאר פיליף זאגט די זעלבע ווי צען און צוואנציג יאר אם כן בנוגע שיטת סאטמאר גערעכט וועט בלייבען פיליף ווייל כל המשנה ידו על התחתונה. מקען זיך אין פאפא בית המדרש דינגען ביז מארגען אקעגין פיליף איי דידענט קעיר אבער אין סאטאמר איז פיליף בראש ווער סטוישט האט אלע רעכטען אבער ער קען נישט טוישען סאטמאר ער קען זיך טושען אזוי ווי די ארונים האבען געטון כל הכבוד להם! אבער ווער עס וויל בלייבען מיט די אלטע סאקמרע שיטות זאל הערן פיליף פינטעל
ימים ידברו: איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט דיר אהין און צוריק. ווייל ס'איז א פילפול של הבל. (ניטאמאל דאס.). אבער אז דו קענסט זאגן אז הרב יצחק לעבאוויטש האט געטוישט פון וואס ער האט געזאגט צוואנציג יאר צוריק ווייסטו נישט וואס דו רעדסט. און דו הייבסט נישט אן צו קענען דעם מענטש. זיין גאנצע מהות איז אז ער איז נישט קיין פליפ-פלאפ. ער טוישט נישט זיינע מיינונגען ווי הרב מנשה פליפ-פלאפ. נאר ער זאגט אייביג ארויס דעם גאנצן אמת וויאזוי ער זעהט עס בלי שום כחל ושרק. און דערפאר איז ער גרייט צו ליידן. און ער ליידט טאקע בזיונות און רדיפות. ווייל ער איז נישט פאליטיק'לי קארעקט. און ער זאגט נישט וויאזוי דער ווינט בלאזט...!
ר' יצחק איז קלאר משנה פון אמאל אבער ער טענה'ט אז ס'קומט אזוי און ווער ס'איז געבינדן צום עבר און קען נישט טוישן לפי הזמן והמצב, גייט מיט'ן קאפ אין וואנט. ר' יצחק איז געווען דער ערשטער וואס האט פארגעלערנט ויואל משה ברבים פאר בערך 50 יאר צוריק און היינט מאכט ער ליצנות דערפון. ער זאגט עס אליין. נאר ער זאגט אז אמאל איז געווען א נסיון פון כאפן התפעלות פון ציונות האט עס אויסגעפעלט (עכ"ז, זאגט ער אז ער האט שפעטער געהערט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס פאר בני חו"ל) אבער היינט איז עס בכלל נישט רעלעווענט. ער זאגט אויך אז סאטמאר רב אליין האט משנה געווען מיט די מיידל סקול כידוע ווייל ער האט געהאלטן אז די מצב הזמן פרלאנגט דאס.