וואו געפינט זיך נח'ס תיבה?
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
וואו געפינט זיך נח'ס תיבה?
בס"ד
אין די וואכעדיגע פרשה רעדט די תורה הק' ארום איבער די גרויסע תיבה וואס נח האט אויפגעשטעלט און דערמיט געראטעוועט זיך מיט אלע בעלי חיים, פונעם ביטערן מבול וואס האט פארשוועמט די וועלט. אז מ'קוקט אין די פסוקים זעט מען ווי דער ריזיגער תיבה האט זיך אפגעשטעלט אין די הרי אררט און איז דארט פארבליבן. שטעלט זיך דער שאלה: ווייסט מען וואו דער תיבה איז היינט צוטאג'ס? האט מען דאס אפירגעברענגט במשך די דורות? וואס זאגן דערויף אויספארשער און ארכעאלאגן? אט דאס ווערט געוואר אין די קומענדיגע שורות.
וואס דארף מען וויסן ביים זוכן?
אויב לאזט מען זיך ארויס זוכן דעם תיבה, דארף מען וויסן וואס דאס איז און וויאזוי עס זעט אויס. אין די פסוקים ווערט דאס פונקטליך געשילדערט: 300 אמות די לענג, 50 די ברייט, און 30 די הייעך. דער תיבה האט דריי שטאקן, די אויבערשטע איז געווען א וואוינונג פאר מענטשן, די מיטלסטע פאר חיות, און די אינטערשטע פאר מיסט.
א סימן אויב דאס איז טאקע די ארגינעלע תיבה אדער נישט איז, אז עס האט אין די מיטלסטע שטאק שטיבעלעך, אזויווי די תוה"ק זאגט קינים תעשה לתיבה, און עס האט אויך פארמאגט א פענסטער וואס די תורה רופט "צהר" (לויט איין פשט אין חז"ל), און א טיר ביים זייט און צוגעדעקט מיט א צודעק. די כעמיקאלן וואס דארף געפינען ווערן איז "זפת", די פעך מיט וואס עס איז געווען צוגעדעקט פונדערויסן, און דער דאך איז שפיציג מיט איין גלאטע אמה פון אויבן.
ווי די תורה הק' דערציילט אונז, האט די תיבה געלאנדעט אויף די הרי אררט און פון דארט ענדיגט זיך די געשיכטע מיטן תיבה.
די אררט בערג
באוואפנט מיט די אינפארמאציע, האבן זיך פארשער ארויסגעלאזט אויף א געיעג אפירצוברענגען דעם תיבה. לכאורה איז עס געבליבן אויפן אררט בארג, און מ'דארף נאכגיין וואו די אררט איז, אויב דער תיבה ליגט דארט. און ווען מיר שרייבן איבער אויספארשער מיינען מיר נאך פון עטליכע טויזענט יאר צוריק.
קודם כל, וואו איז די אררט בערג? ווי מ'ווייסט היינט איז די אררט בארג א וואלקאן – בארג אין צפון מזרח טערקיי, און גרעניצט זיך מיט ארמעניע און איראן. אבער צי איז דאס טאקע די הר אררט פון וואס די תורה רעדט? ווער ווייסט? מיט דעם אלעם האבן פארשער און ארכיאלאגן אייביג געהאלטן אן אויג אויף דעם בארג, אין פאל מ'וויל אפירברענגען דעם תיבה.
מ'נעמט העלצער אויף די קורדישע בערג
נאך אין די אלטע טעג האט מען געזוכט און גענישטערט נאך עפעס איבערבלייבענישן פונעם תיבה. דער בבלי'שער היסטאריקער בארסוס (וואס האט געלעבט אין די צייטן פון אלכסנדר מוקדון), שרייבט אז מ'שמועסט איבער די ברוכווארג פון די תיבה אז זי געפינט זיך אין לאנד ארמעניע אויף די קורדישע בערג, און מענטשן וואס האבן קרענק אדער עפעס בייזן, נעמען פון דארט העלצער און דאס איז א וואונדערבארע סגולה פאר אלע פראבלעמען.
דער בארימטער אידישער שרייבער יוסף בן מתתיהו – אדער בעסער בארימט אלץ יוסיפון – ציטירט אויך (אין קדמוניות היהודים, פרק א', ג', ו') פון אסאך שרייבער'ס איבער דעם. ער שרייבט נאכמער, אז ווער עס וויל גייט אהין און מ'צייגט אים וואו גענוי עס געפינט זיך די שיריים פונעם תיבה.
אויב איז דאס ריכטיג, און מ'האט ווירקליך געוואוסט וואו די תיבה געפינט זיך, שטימט דאס מיט וואס חז"ל דערציילן אונז איבער פארשידענע מענטשן וואס האבן גענומען העלצער פונעם תיבה, צווישן זיי סנחריב וואס האט זיך באגעגנט מיטן תיבה ביי זיינע מסעות (סנהדרין צ"ו ע"א) און המן הרשע וואס האט גענומען א ברעט פונעם תיבה צו אויפהענגען מרדכי הצדיק דערויף, און האט אין ענדע אליין דארט געהאנגען (ילקוט שמעוני, בשלח, רנ"ו).
פאלשע קלאנגען
אינעם תקופה פון מיטל–אלטער ווען עס איז געווען א גרויסער מלחמה צווישן די קריסטן און די אראבער ווער עס איז דער 'ריכטיגער' גלויבן, האט זיך יעדער געוואלט אויפווייזן אז ער איז גערעכט און זיך ברענגען ראיות אז נח האט גאר באלאנגט צו זיין גלויבן (עס איז גאר נאריש אזוי צו זאגן ווייל סוף כל סוף האבן אלע געוואוסט אז די אידישע קינדער זענען דער עם הנבחר, נאר ביידע רעליגיעס האבן פשוט פרובירט זייער מזל...)
יעדן שני וחמישי האט מען געהערט פון א פרישער שמויגער וואס האט אנטדעקט די תיבה אין א צווייטע בארג ביים עק וועלט וואס איז געווארן פון איין מינוט אויפן צווייטן די בארג אררט, און נאכדעם וואס מ'האט עס אונטערזוכט איז מען געקומען צום מסקנא אז דאס איז א נייער האלצערנער געביידע וואס איז לעצטנס ארויסגעוואקסן אויף יענעם בארג, און האט מיט נח אדער זיין תיבה קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט... ואין קץ לדברי רוח, און דאס האט זיך געצויגן ביז ממש לעצטנס.
איז די תיבה אין טערקיי?
איינע פון די גרעסטע זוכער'ס נאכן תיבה איז געווען דער ארכיאלאג מיטן נאמען ראון וויאט, וואס האט נאכגעפארשט נאך יעדע שטיקל אנטיק וואס ווערט דערמאנט אין די תנ"ך. אין יאר תש"כ האט ער באגעגנט אינעם צייטונג "לייף מאגאזין" א בילד פון א סטרוקטור וועלכע ענדלט צו א שיף, און ליגט צופיסנ'ס פונעם א בארג אין טערקיי וואס ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז די אררט בארג, און דאס האט אים געברענגט צו אויפזוכן די תיבה.
(די אנטפלעקונג האט אים געעפנט זיין אפעטיט און שפעטער האט ער אויך געזוכט – און גע'טענה'ט אז ער האט געטראפן – סדום, די מגדל בבל וואס איז געבויט געווארן ביים דור הפלגה און ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע פרשה, די פלאץ וואו קריעת ים סוף איז געווען, דעם בארג סיני, די לוחות, וכו').
(למעשה איז געווארן אן אנלויף פון ארכיאלאגן, היסטאריקער און געאלאגן, און נאכן שטודירן די סטרוקטור האבן די געאלאגן איינגעמאלדן פאר ראון וויאט אז דאס איז נישט מער ווי א ריזיגער נאטורליכע פעלזנשטיין, וואס האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט תיבת נח. (געאלאגן זענען ערד–וויסנשאפטלער וואס פארשן נאטורליכע ערדישע זאכן, ווי שטיינער און היילן וכדומה).
אנדערע האבן זיך אנגענומען אויפן ארכיאלאג און געקומען מיט סאטעליט בילדער וואס ווייזן אז ס'נישט אבי א שטיין, און מ'האט אפילו אראפגעשיקט דעלעגאציעס מיט פארשער זאלן אויפווייזן אז ס'איז טאקע נח'ס תיבה, אבער די חברה זענען קיינמאל נישט צוריק מיט עפעס זאכליכע באווייזן.
די פרישע ווידיאו זעקס יאר צוריק
אין יאר תש"ע איז ערשינען א ווידיאו פון א גרופע 15 קריסטליכע ארכיאלאגן, פונעם ארגאניזאציע "ען. עי. עם. איי." וואס האבן דארט געוויזן וויאזוי זיי האבן אנטפלעקט א גרויסער האלצערנער געבוי אויפן אררט בארג, אין די הייעך פון 4200 מעטער! די געביידע פארמאגט אסאך שטיבעלעך און מ'זעט קלאר ווי ס'איז געהאקט און געבויט געווארן מיט מענטשליכע הענט.
אויפן ווידיאו באשטעטיגט א פארשער אז נאכן אונטערזוכן די האלץ אין א לאבארטאריע זעט מען אז ס'איז אלט 4,800 יאר, דאס איז טאקע ווען נח האט געבויט די תיבה. די פארשער זאגן דארט אז עס מוז זיין די תיבה פון נח, ווייל מ'האט נישט געטראפן אין די גאנצע געגנט דארט אויפ'ן בארג א סימן פון איינוואוינער ווי מ'טרעפט געווענליך.
נאך א זאך זאגן זיי, אז עס איז נישט מעגליך אז מ'האט דארט געוואוינט, ווייל אין די אטמאספער וואס איז אזוי הויעך דארט איז נישט מעגליך צו וואוינען. און אז די ברעטער זענען צו גרויס און מ'וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט ארויפשלעפן ביז אהין, נאר דאס מוז זיין די תיבה – וואס האט געלאנדעט פון אויבן אויפן בארג.
למעשה האבן אבער די וויסנשאפטלער און פארשער נישט ארויסגעגעבן גענוי וואו די "תיבה" איז, מיטן אויסרייד אז מ'וועט דאס פלינדערן און שעדיגן. היות מ'ווייסט נישט וואו דאס איז און די גרויסע וועלט האט נישט קיין צוטריט עס צו אונטערזוכן, ווייסט מען אלזא נישט ווי אויטענטיש דאס איז... און מ'ווייסט אויך נישט מיט א קלארקייט וואו דער תיבת נח האט זיך טאקע באהאלטן.

הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אויפן ווידיאו באשטעטיגט א פארשער אז נאכן אונטערזוכן די האלץ אין א לאבארטאריע זעט מען אז ס'איז אלט 4,800 יאר, דאס איז טאקע ווען נח האט געבויט די תיבה. די פארשער זאגן דארט אז עס מוז זיין די תיבה פון נח, ווייל מ'האט נישט געטראפן אין די גאנצע געגנט דארט אויפ'ן בארג א סימן פון איינוואוינער ווי מ'טרעפט געווענליך.
רבינו שמעלקע׳לע, קענסט ביטע צוצייכענען א לינק פון דעם? וועלכע פארשער האבן באשטעטיגט אז די האלץ איז 4800? ווי קען מען זעהן מעהר פרטים איבער דעם?
דאנקע שיינע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
די אינטערנעט איז פיל מיט וווידאוס פון די אויסטרעפונגען
דא האסט אביסעל א לענגערע ווידיאו פון דעם:
https://www.youtube.com/watch?v=i7iycpe16V0
דא האסט אביסעל א לענגערע ווידיאו פון דעם:
https://www.youtube.com/watch?v=i7iycpe16V0
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
лпم iοوԴ האט געשריבן:איך געדענק יארן צוריק האט די יפה בעתו דאס באשריבן, האט ער געשריבן אז מ'האט געטראפן א שיף אויף בארג אררט וואס האט זעקס שטאק, און ס'דא וואס האבן געוואלט טייטשן "תחתיים שניים ושלישים" שטייט בלשון רבים, אז יעדע שטאק איז געוועהן צאמגעשטעלט פון צוויי שטאק....
די יפה בעתו איז הערליך שיין, ער ברענגט טאקע א שפאנענדע געשיכטע מיט קאמוניסטן וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א געיעג נאכן תיבה וכו', עס איז היינט אריינגעדרוקט אין זיין וואונדערליכן ספר "אידישע היסטאריע". עס לוינט זיך צו כאפן א בליק דארט, טאקע א אידיש מיט וואס מתושלח האט קומיוניקירט, אבער תוכן איז ער איינס און א גוט'ס!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אז דו ווייסט וועלכע שפראך מתושלח האט גענוטצט געבזשע אהער דיין ארטיקל אויף עם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חת"ם סופר: ס'לייגט זיך אויפ'ן שכל. איט מעיקס סענס אז די תיבה האט געהאט 6 שטאק. ווייל ס'שטייט דאך אין חומש אז די תיבה איז געווען 30 אמות הויעך. און 30 אמות איז בערך 60 פיס. און א שטאק איז בערך 10 פוס הויעך...!
נאך אן אינטרעסאנטער פאקט פון ענדזשיניערינג. אז די ברייטקייט איז געווען 2/3 מער פון די הויכקייט. דאס האט געגעבן פאר די תיבה א נידריגן צענטער פון גראוויטעט. און האט געמאכט זיכער אז די תיבה זאלל זיך נישט איבערדרייען שווימענדיג אויף די וואסער...Low center of gravity...!
נ.ב.: וואס א בעל עגלה זאגט איז דאך סייווי נישט אינטרעסאנט. און מ'וועט נישט רעאגירן דערויף. אזוי ווי געוויינליך. אבער ווען די זעלבסט-ערקלערטע חכמים וועללן זאגן די גרעסטע נארישקייט וועט מען זיי באווארפן מיט לייקס...

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: וואס א בעל עגלה זאגט איז דאך סייווי נישט אינטרעסאנט. און מ'וועט נישט רעאגירן דערויף. אזוי ווי געוויינליך. אבער ווען די זעלבסט-ערקלערטע חכמים וועללן זאגן די גרעסטע נארישקייט וועט מען זיי באווארפן מיט לייקס...
די בעסטע טריק צו פארמערן לייקס, ניטאמאל פאר שש איז איינגעפאלן אזאנס...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געוואלדיג: ייש"כ. דו ביסט גערעכט. איך וועלל מוזן אויפהערן קוועטשן. שוין גענוג געווען. עד כאן. אבער דאס איז געווען דברים היוצאים מן הלב. נישט ווייל איך וויל באקומען לייקס. אדער איך בין מקנא די הויכגעשעצטע בעלי גאווה, וועם דער עולם-גולם באווארפט מיט לייקס פאר א יעדע נארישקייט אדער בויך סברא וואס זיי דרוקן ארויס. (שש. וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז איך מיין נישט דיך... )...ווייל מיט די לייקס קענמען ניטאמאל קויפן א בילקעלע אויף שבת. אדער א באטל גרעיפ דזשוס פאר קידוש...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חת"ם סופר: ס'איז געווען אמאל ווען א גרופ פון אידן זענען געזיצן און געשמועסט איבער אידישע אנטיקן וואס מ'האט געטראפן. אזוי ווי נח'ס תיבה. און די ערשטע מגילה וואס מרדכי און אסתר המלכה האבן גענוצט אין שושן הבירה. רופט זיך אן א איד'ל אז ער האט געזעהן די הערנער פון פרעה'ס קיען אין א מוזעום אין די שטאט וויען, אין עסטרייך...!
(איך ווייס נישט. אפשר באלאנגט עס אין די מילתא דבדיחותא/שמייכל אפטיילונג.?)
(איך ווייס נישט. אפשר באלאנגט עס אין די מילתא דבדיחותא/שמייכל אפטיילונג.?)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שבת אחים האט געשריבן:אויפן ווידיאו באשטעטיגט א פארשער אז נאכן אונטערזוכן די האלץ אין א לאבארטאריע זעט מען אז ס'איז אלט 4,800 יאר, דאס איז טאקע ווען נח האט געבויט די תיבה. די פארשער זאגן דארט אז עס מוז זיין די תיבה פון נח, ווייל מ'האט נישט געטראפן אין די גאנצע געגנט דארט אויפ'ן בארג א סימן פון איינוואוינער ווי מ'טרעפט געווענליך.
רבינו שמעלקע׳לע, קענסט ביטע צוצייכענען א לינק פון דעם? וועלכע פארשער האבן באשטעטיגט אז די האלץ איז 4800? ווי קען מען זעהן מעהר פרטים איבער דעם?
דאנקע שיינע.
The team claimed they carried out carbon dating on the wood, which proved it was 4,800 years old, around the time the Ark is said to have been afloat.
גיי ווייס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel