לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

חחחחחחחח געוואלדיג
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.

יא אחי, פארשטיי איך אידיש, אבער דאס איז פונקט דער פשט אויף וואס איך בין מחלק מיט דיר. אמת דער בעש״ט איז נישט מוסיף געווען נייע זאכן אין תורה, (אבער אויך דאס איז שווער צו זאגן, צום ביישפיל עס שטייט אין כתר שם טוב אז ער ברענגט אראפ א נייע פשט אויף דעם וואקט עטופים און זאגט אז דאס מיינט א זאך וואס איז ממוצע בין קליפת נוגה און קדושה...״וואס איז נישט געפינען אין כתבי הארי ז״ל אדער פע״ח״...) אבער אגב, נאר ווייל דער דרך הבעש״ט איז, ווי זאגסטו נישט ״נייע״ דאס מיינו נישט אז דער איז גארנישט דא צו פארגעסן...דער איז דווקא דא א גאנצע דרך אין עבודת השם דא וואס קען ח״ו זיין פארגעסן....
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:

אדרבה, לאמיר הערן איין זאך פון דרך החסידות וואס שטייט נישט פון פריערדיגע.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

לימוד תורת הנסתר ברבים! און דער חסידישע וועג פון דרשנ׳ען דער זוהר און כתבי הארי׳ז״ל... און בכלל אנטפלעקן פנימיות התורה!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:לימוד תורת הנסתר ברבים!
אין כתבי תלמידי בעש"ט שטייט נישט אז די בעש"ט האט עס מחדש געווען.

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:און דער חסידישע וועג פון דרשנ׳ען דער זוהר און כתבי הארי׳ז״ל...

דרשנען, קען יעדער וויאזוי ער וויל, ס'הייסט נישט מחדש געווען.

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:און בכלל אנטפלעקן פנימיות התורה!

פנימיות התורה שטייט שוין אין גמרא אז מ'האט געלערנט מיט די תלמידים.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:

אבער דער בעש״ט דווקא אנטפלקט דאס צו גאר פראסטע אידן, נישט נאר יושבי אוהל, דאס איז ביי דער חסידים א חידוש!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:אבער דער בעש״ט דווקא אנטפלקט דאס צו גרר פראסטע אידן, נישט נאר יושבי אוהל, דאס איז ביי דער חסידים א חידוש!

ווייס איך נישט פון וואס איר רעדט, קום אריין מיט מער אינפא.
דאכצעך אז דאס איז חב"דס א חידוש.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:אבער דער בעש״ט דווקא אנטפלקט דאס צו גרר פראסטע אידן, נישט נאר יושבי אוהל, דאס איז ביי דער חסידים א חידוש!

ווייס איך נישט פון וואס איר רעדט, קום אריין מיט מער אינפא.
דאכצעך אז דאס איז חב"דס א חידוש.

דער בעש״ט פלעגט גיין צו דארפסמאנען און מחזק זיי מיט ווערטלעך פון פנימיות התורה, און חב״ד האט עקספאנדירט דאס ביי מבאר זיין באריכות ענינים אין תורת החסידות וואס ביי דעם מגיד און בעש״ט זייענען געווען שווער צו מתפס זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעראוועלטהיינט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:דער בעש״ט פלעגט גיין צו דארפסמאנען און מחזק זיי מיט ווערטלעך פון פנימיות התורה

מקור?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:דער בעש״ט פלעגט גיין צו דארפסמאנען און מחזק זיי מיט ווערטלעך פון פנימיות התורה

מקור?

גיב א קוק אריין אין כתר שם טוב.

אוואו? אויסער דעם, ווערטלעך פון פנימיות התורה מיינט נישט מגלה זיין גרויסע סודות, סתם ווערטלעך האט שוין רבה בר בר חנה געמאכט, איך זעה נאכנישט די גרויסע חידוש.

מען זעהט וואס ער ווילט צו זעהען, אבער אויך דער בעש״ט׳ס דרך אין פנימיות התורה איז א חידוש נישט? בר בר אבא איז נישט רעדן צו זיין תלמידים וועגן מאכן איחודים אין גלות דווקא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קעראוועלטהיינט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אוואו? אויסער דעם, ווערטלעך פון פנימיות התורה מיינט נישט מגלה זיין גרויסע סודות, סתם ווערטלעך האט שוין רבה בר בר חנה געמאכט, איך זעה נאכנישט די גרויסע חידוש.

מען זעהט וואס ער ווילט צו זעהען, אבער אויך דער בעש״ט׳ס דרך אין פנימיות התורה איז א חידוש נישט? בר בר אבא איז נישט רעדן צו זיין תלמידים וועגן מאכן איחודים אין גלות דווקא

זייער גוט געזאגט, דו זעסט די חידוש ווייל דו ווילסט עס זעהן... משא"כ איך וויל נאר זעהן אמת ממילא זעה איך עס נישט...
לגבי דעם בעש"ט דרך אין פנימיות התורה, ווייס איך ניט פון וואס דו רעדסט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קעראוועלטהיינט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:35 am

שליחה דורך קעראוועלטהיינט »

מיר נאר דרייען ארום און ארום מיט דאס רייד, אבער אויב דער בעש״ט האט גארנישט געטאן און גארנישט חדש׳ט, לכאורה אלע דעם מתנגדים טאקע געהאט קיין קרעכצן נישט, זיי זיינען נישט ״ריאקטינג״ צו קיין חידוש נישט, נישט אין דער ״היערארקיע״ פון אידישע לעבן, און נישט פון דעם חידוש און פרסום פון דברים וועגען דער גלייכקייט פון אלע אידן לגבי עצם הנשמה...פארוואס דען איז דער גאנצע שטורעם? געדענק מיר א רעש גדול איז געווען ביים מתנגדים ווען דער בעש״ט האט געזאגט בפירוש (וואס עד כאן איז קיינמאל נישט געזאגט בפירוש לדעתי) אז דא איז קיין חילוק ניט צווישן א גרויסע למדן און א חכם, און א גאר פראסטע תהילים זאגער, און, (און דא קומט דער חידוש שפינאזא) אז דא איז א גרויסע מעלה ביי דאס תהילים זאגער לגבי דער למדן, ווייל זיין עבודת השם איז נישט באגרענעצט ביי די גדרים פון השגה והבנה(כתר שם טוב) ...דאס איז נייעס צו מיר, אבער בסדר. אפשר, ווייל איך בין ליובאוויטש האב איך ביי מיר אן אנדערע אוצר פון מעשים און הוראות פון בעש״ט על דרך מיין רביים. איך וועל מלמד זכות זיין אז דאס איז טאקע אזוי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דא איז מען אריין ממש אין די נקודה פון נשתכחה. טאמער דאס איז פון די חילוקים פון חסידות אויף די אלטע וועג, זאג מיר צו אין חב"ד איז נישט דא און נישט געווען קיין היערארקיע? וויאזוי איז געווען אן אויבנאן ביי פארברענגענ׳ס? פארוואס האט מען א ספר הצאצאים? פארוואס מוז יעדער איינער וויסען פון הרב יואל קאהן צו זאגען? איך האב געמיינט אז דער פראסטע תהלים זאגער איז נאך בעסער ווי דער משכיל.

דאס גלייכקייט, פונקט ווי קאמיוניזם, איז אוממעגליך במציאות איינצופיהרען. עס וועט אייביג שווימען צום אויבנאן די וואס טויגען צו מער, און לאו דוקא גייסטישע טויגלעכקייט.

אבער די זאכען זענען נאר די פועל יוצא פון די עקרונות׳דיגע חילוקים צווישען די נייעם דרך החסידות און די אלטע דרך פון די גדולי המתנגדים און פון פאר די חסידות עפאכע. טאמער מ׳איז צו דעם נישט מסכים, פאסט בכלל נישט קיין הו"א אז דער לעצטיגע ליובאוויטשער רבי פארטרעט במשהו זיין פארגייער. קוקט׳ס אריין אין ליקוטי שיחות צו אין די אנדערע פלעצער ווי מ׳האט געדרוקט זיין מימרות און תורה׳ס און ווייז מיר ערגעץ פון דער רש"ב און אויבען ווי מ׳זאל רעדען אזא שפראך צו דערמאנען אזעלכע זאכען. אדער האט ער גערעדט אנדערש, אדער האבען אמאליגע חסידים געהאט מער שכל נישט אלס אראפ צו לייגען. איך האב פונקט יעצט געקוקט אין תורת מנחם פורים תשט"ו, ווי דער רבי זוכט חסידים וואס ווילען ווערען גבירים. ביטע ווייזען אזוינס ביים מהר"ש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב היינט געזען פון דער ווילנא גאון, ווי ער האט געזאגט אז די טענה אויף דער מהלך הלימוד הנקרא פלפול, איז ווייל דער מענטש ווערט א גרעסערע בעל גאווה מיט יעדער פלפול. משא"כ ווען מ'לערנט אין אן אופן פון מדקדק זיין בדברי הראשונים און פארשטייען זייער ווערטער, ווערט מען מער און מער נכנע צו זיי, און מ'זעט אז אלע אונזערע מחשבות ווערען מרומז אין איין אות פון א רש"י וכדו', און אזוי לערנט א מענטש הכנעה.
קוק דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב היינט געזען פון דער ווילנא גאון, ווי ער האט געזאגט אז די טענה אויף דער מהלך הלימוד הנקרא פלפול, איז ווייל דער מענטש ווערט א גרעסערע בעל גאווה מיט יעדער פלפול. משא"כ ווען מ'לערנט אין אן אופן פון מדקדק זיין בדברי הראשונים און פארשטייען זייער ווערטער, ווערט מען מער און מער נכנע צו זיי, און מ'זעט אז אלע אונזערע מחשבות ווערען מרומז אין איין אות פון א רש"י וכדו', און אזוי לערנט א מענטש הכנעה.
קוק דא

יא יא ליטוואק, והוא הדין מיט'ן דרך הלימוד פון "מאכן תורה"...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב היינט געזען פון דער ווילנא גאון, ווי ער האט געזאגט אז די טענה אויף דער מהלך הלימוד הנקרא פלפול, איז ווייל דער מענטש ווערט א גרעסערע בעל גאווה מיט יעדער פלפול. משא"כ ווען מ'לערנט אין אן אופן פון מדקדק זיין בדברי הראשונים און פארשטייען זייער ווערטער, ווערט מען מער און מער נכנע צו זיי, און מ'זעט אז אלע אונזערע מחשבות ווערען מרומז אין איין אות פון א רש"י וכדו', און אזוי לערנט א מענטש הכנעה.
קוק דא

יא יא ליטוואק, והוא הדין מיט'ן דרך הלימוד פון "מאכן תורה"...
איך בין נישט באקאנט, וואס איז דאס? און וואס האט דער גר"א געזאגט דערויף?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:יא יא ליטוואק, והוא הדין מיט'ן דרך הלימוד פון "מאכן תורה"...
איך בין נישט באקאנט, וואס איז דאס? און וואס האט דער גר"א געזאגט דערויף?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'נאכנישט געווען בזמן הגר"א, היינט זענען דא אסאך ליטווישע ישיבות וואו מ'לערנט אויף די מהלך, האב איך געמיינט אז וויבאלד דו ביזט א ליטוואק, ביזטו באקאנט מיט דעם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נאכאלס נישט. עס איז דא ליטווישע ישיבות וואס אנשטאט׳ס זוכען די הבנה פון די ראשונים און די גדרים פון די הלכות, זוכען זיי צו ׳מאכען תורה׳? וואס מיינט דאס? וועלכע ישיבות? אפשר עפענען אן אשכול דערוועגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך בין יעצט אריינגעקימען דא ווי א גרינער אין די סוגיא, איך בין א גרויסער אננהענגער פאר הרב מנשה רייזמאן שליט"א זעהנדיג אין אים א תלמיד חכם ודרשן נפלא וואס איז בדורינו אלה ראוי לברכה, סאיז מיר זייער אינטערסאנט ווי מען קען הערען זיין פילע דרשה נישט למחצה און נישט לשליש ולרביע, נאר יעדעס ווארט אזוי ווי ער אליינס זאגט מען קען נישט הערען און א וודאי מגיב זיין דורך א כלי שני ושלישי שאינו מבשל,
ווייטער ליטוואקס נאמנות ווען עס קימט צו תורת החסידות בימינו אלה איז נישט בכלל דער מענטש, זייענדיג א אנהענגער פון די חרם פון תלמידי הגר"א זי"ע, און ער איז ממשיך מיט די מערכת קודש, ווי אזוי קען מען אים פאטרויען צו זאגען א מיינוג דא,
נישט הערענדיג הרב מנשה, און נישט הערענדיג הרב מוואדריזש, און נישט אננעמנדיג ליטוואקען, עוד מצאתי לומר כמה דברים בהסוגיא וזה החלי בס"ד,
אין ספר הבעש"ט איז דא א העתקה פון א מכתב הבעש"ט וואס דער הייליגער בעל שם שרייבט בכבודו ובעצמו, לא חידשתי שום דבר, רק להביא חיות בעצמות היבשות, דער בע"ש זעלבסט רעדט וועגען זיין הייליגען דרך זאגט ער ער האט נישט מחדש געווען קיין דרך ער האט נישט מוסיף געווען אויף די תורה הנתינה מסיני, ער האט נאר אריינגעבלאזען א חיות דקדושה אין יעדער איד, יעדע אידישע נשמה זיין דאווענען און לערנין און עשיות המצוות האט א כח בשמים דאס איז געווען חידוש הבעל שם טוב הקדוש,
און משך הדורות איז געשעהן פארשידענע ענינים וואס האט נישט קיין שייכות מיט די בעל שם טוב הק' למשל דאוונען אחר זמן תפלה דער הייליגער בע"ש האט געדאווענט וותיקון, אבער פארשטייט זיך דער בעל שם האט געדאווענט נאך הכנה דרבה ווי עס ברויך צו זיין פאר א בעל שם, הדור מאוחר איז נישט געווען גרייט צום דאווענען וותיקון מאיזה סיבה שהוא האט מען געזאגט אז דאוונען דארף זיין בלב ונפש, בלי הכנה איז דאך נישט שייך האט מען געמאכט א מצב פון די הכנה און אפי' פארקיקט די הלכה פון זמן תפלה, עד שנשתרבב הדבר דורות האחרונים אז מ'קען דאווענען נאך זמן תפלה, והכנה לתפלה מאן דכר שמייה, אט דאס מיינט נשתכח דרך הבעשטה"ק, דאס איז איין משל פון השתכחות הבעש"ט, וואס יעדער וועט מודה זיין זיכער סיי הרב מנשה און סיי הרב מוואדריזש,
בנוגע וואס רביה"ק מסאטמאר שרייבט, דאס איז נישט קיין חידוש בכלל, נישט אז רביה"ק האט געהאלטען חס ושלם פון נישט לערנין ספרי חסידות אדער זיך נוהג זיין מנהגים קדושים מוסרי דור ודור, און א וודאי האט ער אנגעהאלטען התקשרות תלמידים צו א רבין ווען עס איז דא א רבי כדבעי מיט תלמידים כדבעי', ער האט נישט געהאלטען פון לייגען בוקי וסרוקי און נגד ד' ונגד תורתו מיט א אויסרייד אני תלמיד הבעל שם און חסידים דארף מבטל זיין די תורה הק' מיט די אמונה פאר כבוד בית.. אדער פאר כבוד איש .. און מיט דעם כשרן ציונות מיט א תירוץ מטאר נישט מקטרג זיין, ווער נאך האט מליץ טוב געווען און דורש טוב געווען פאר כלל ישראל ווי רבינו הקדוש והטהור זי"ע אבער נישט אויף די חשבון פון תורה הק' ואמונה טהורה,
און זייער קלאר א חסידות וואס גייט אוועק פון די דרך פון זייערע מייסדים זענען נישט דורך על דרך הבעשטה"ק זיי ניצען נאמען פון בעל שם אויף זייער שייגעץ שטיק וכו'...
דאס איז קלאר מדארף גלייבען און דברי הבעשטה"ק ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, נאר נישט יעדער וואס רופט זיך אויף די נאמען פון חסידות זענען באמת חסידים, חסידים וואס גלייבען אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה זענען אפיקורסים און ביאת משיח זיי האבען נישט קיין שייכות מיט בעל שם טוב הקדוש, אדער וואס זענען מתיר השכלה און ליבה און מוסדות החינוך טרעטען אויף די תורה הק' קענען זיי זיך נישט רופען דורכים בעקבות הבעשטה"ק ווייל בעל שם איז תורה מיט אמונה ודי כעת שכוח
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

נפק לשוקא חזי' ליהודא בן גרים אמר עדיין יש לזה בעולם? נתן בו עיניו ועשהו.......
ווער געדענקט עס מיט ר' לייבל וויינשטאק'ס נעימות'דיגע תנועה...
פארשפארט