דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ימים ידברו »

מיט גערירטקייט הער איך צי די שיעורים פון הגאון הגדול כל רז לא אניס לי' חכימא דיהודאי פה מפיק מרגליות לוחם מלחמת ד' מורינו הרב מנשה רייזמאן שליט"א וואס האט אראפגענימען די חרון אף פון בית שמש שכוח הרב מנשה! ווען נישט אייך ווער וואלט זיך אנגענימען אויף כבוד התורה מזל טוב כלל ישראל מיר האבען א לוחם מלחמת ד' אשריך קבי מנשה שנתקדש שם שמים על ידך! אויב איינער קען אראפברענגען די תוקף השיעור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פאראכטן קעפל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אלעמאל ביסטו מכבד אנדערע צו ברענגען פארוואסזשע ברענגסטו ניט אליין ?

א הערה דארפסט טוישן דעם קעפל ס'זעיט אויס ווי דו גייסט דא ארום רעדן ארום דעם פרעזענליכקייט הרב רייזמאן און דערווייל ווילסטו בארירן א געוויסע שיעור פון אים

אגב לויט די שפרינגען פון די סיקריקים ווייזט אויס אז ער האט געזאגט עפעס גוט.............
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך חיים'ס ישיבה »

ימים ידברו האט געשריבן:מיט גערירטקייט הער איך צי די שיעורים פון הגאון הגדול כל רז לא אניס לי' חכימא דיהודאי פה מפיק מרגליות לוחם מלחמת ד' מורינו הרב מנשה רייזמאן שליט"א וואס האט אראפגענימען די חרון אף פון בית שמש שכוח הרב מנשה! ווען נישט אייך ווער וואלט זיך אנגענימען אויף כבוד התורה מזל טוב כלל ישראל מיר האבען א לוחם מלחמת ד' אשריך קבי מנשה שנתקדש שם שמים על ידך! אויב איינער קען אראפברענגען די תוקף השיעור



דא האט ער טאקע גוט געזאגט, אבער עס קומט אים נאך נישט טיטל "חכימא דיהודאי" פארגעס נישט די שיעור פין א חודש צירוק יסודות אין חסידות ממש היפך פין א "חכימא דיהודאי"
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

חיים'ס ישיבה האט געשריבן:דא האט ער טאקע גוט געזאגט, אבער עס קומט אים נאך נישט טיטל "חכימא דיהודאי" פארגעס נישט די שיעור פין א חודש צירוק יסודות אין חסידות ממש היפך פין א "חכימא דיהודאי"

עתים חכימא, ועתים יהודאי...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך חיים'ס ישיבה »

די שיעור פין הרה"ג ר מנשה
עס איז די בערך לעצטע 20 מינוט
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

זייערע גלייך. מען דארף די חברה עוקר מן השורש זיין. די חוצפה און רשעות איז אין לשער. די חברה זענען מסתם א באנדע נוא ג’וד׳ניקוס וואס יעדער באזונדער איז א קייס וואס טראגט זיך זיין פעקל, און גיט דאס ארויס אויף מרן בעל האיהש״ח זצוק״ל. אבער מוחה זיין מוז יעדער עפ״י דין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו האט געשריבן:מיט גערירטקייט הער איך צי די שיעורים פון הגאון הגדול כל רז לא אניס לי' חכימא דיהודאי פה מפיק מרגליות לוחם מלחמת ד' מורינו הרב מנשה רייזמאן שליט"א וואס האט אראפגענימען די חרון אף פון בית שמש שכוח הרב מנשה! ווען נישט אייך ווער וואלט זיך אנגענימען אויף כבוד התורה מזל טוב כלל ישראל מיר האבען א לוחם מלחמת ד' אשריך קבי מנשה שנתקדש שם שמים על ידך! אויב איינער קען אראפברענגען די תוקף השיעור

רבותיי: אויב ימים ידברו שרייבט די אלע טיטלען און מיט די אלע לשונות ווייס איך שוין אויטאמאטיש אז הרב רייזמאן טויג נישט פאר מיין השקפה. נאך פאר איך ווייס וואס און איבער וואס ער שרייבט און דרשנ'ט. ער שרייבט אזוי ווי א געוויסער איד האט געשריבן אויף אלע נעגאטיווע ערשיינונגען אין די אידישע, קרי חסידיש היימישע גאס, אז ס'איז כמים קרים על נפש עייפה...! יעצט וועל איך גיין אינוועסטיגעיטן מה זה ועל מה זה. מה טיבו של הרב רייזמאן שליט"א...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס דערמאנט זיך א לעגענדע וועגען הרב אלישיב. מ׳דערציילט אז הרב אלישיב איז געגאנגען אין גאס און ער האט געזען געשריבען אויף די ווענט ׳שטיינמן=קוק׳. האט ער געזאגט ׳איך האב געוואוסט אז הרב שטיינמן איז גרויס, אבער אזוי גרויס האב איך נישט געוואוסט.

איך האב געוואוסט אז הרב רייזמאן איז א שיינע דרשן פאר געוויסע חברה. אבער אז ער איז א פאראללעל צו די אנדערע וואס דער וואס זיין טעג רעדט האלט אין איין בארעדען מיט א פני תם, דאס ווייס איך נאך נישט.

לדעתי, אין די דרשה האט ער נישט ריכטיג אויסגעפיהרט. ער וואלט געדארפט אויספיהרען, וכדברי הראשי ישיבות, אז מ׳דארף ליעב האבען די קנאים אויך, און דאווענען פאר זיי אז זיי זאלען תשובה טוהן. דאס ׳מתיר׳ זיין זיי פיינט צו האבען לייגט יעדעם אריין אין פעקעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, אין די דרשה האט ער נישט ריכטיג אויסגעפיהרט. ער וואלט געדארפט אויספיהרען, וכדברי הראשי ישיבות, אז מ׳דארף ליעב האבען די קנאים אויך, און דאווענען פאר זיי אז זיי זאלען תשובה טוהן. דאס ׳מתיר׳ זיין זיי פיינט צו האבען לייגט יעדעם אריין אין פעקעל.

ווי איז ער מתיר פיינט צו האבן? דא האט איר די דרשה:


ח"ו איך בין נישט קיין מרבה במחלוקת, ס'דארף קומען צו א מצב אז חילוקי דעות איז א דבר ישר א גלייכע זאך, אזוי איז געווען אלעמאל אין כלל ישראל, צווישן חילוקי דעות און פירוד לבבות איז כחוט השערה, פירוד לבבות מאכט אז היינט עשרה בטבת זאל מען פסק'נען נאך א יאר חורבן, קען זיין ס'דא וואס האבן צייט פאר משיח, אונז האבן נישט קיין צייט, דאס איז א סימן אויף פירוד לבבות, אז א יוד גייט אוועק פון די וועלט אין מ'קען טאנצן, זאל עס זיין א גאר שוואכע יוד, מ'וויסט דאך וואס הייסט א נשמה פון א יוד, איינער וואס איז געווען א נסקל בבית דין שטייט לובשין לבנים, צו ווייזן אז מ'האט נישט אויף בית דין קיין שום טענה, אזא סארט התנהגות וואס ס'איז נתחלל געווארן כבוד התורה דארף מען מוחה זיין, כ'האב געוואלט יוצא זיין חובת מחאה, און אויך א הרהור תשובה,נישט אז איך בין אויף די ריכטיגע זייט וועגן דעם מאך איך יענעמס חשבון הנפש, איך בין נישט אויף די ריכטיגע זייט וויל ס'דא פירוד לבבות א חלק פון מיין הארץ איז מופרד, דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט ליב צו האבן יעדע יוד, אפילו יודן וואס זענען ממש פון די צד השני ליב האבן, זעהן אז ס'זאל נישט זיין קיין פירוד לבבות, איך האב מיט אייך חילוקי דעות איך האב אייך ליב, אזוי שטייט אין אהבת שלום ואהבת לרעך כמוך מ'זאל קענען זאגן איך האב אייך ליב, אבער בתנאי אז איר האט נישט קיין פירוד לבבות מיט מיר, וויל אויב די האסט פירוד לבבות מיט מיר די ווארטסט ח"ו ס'זאל געשען א אומגליק מ'זאל קענען טיילען לאטקעס, איז דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם אל האדם, מיט וועמען זאל איך נישט האבן קיין פירוד לבבות, הקב"ה יאמר לצרותינו די און זאל שיקען משיח צדקינו בב"א.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אבער בתנאי אז איר האט נישט קיין פירוד לבבות מיט מיר, וויל אויב די האסט פירוד לבבות מיט מיר די ווארטסט ח"ו ס'זאל געשען א אומגליק מ'זאל קענען טיילען לאטקעס, איז דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם אל האדם, מיט וועמען זאל איך נישט האבן קיין פירוד לבבות,

די ווערטער, די תנאי. מיט דעם איז ער יא מתיר פיינט צו האבען, און דאס נעמט צו פון זיין צד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שוין: הרב רייזמאן שליט"א טוט א טובה און ער זאגט קינדערלעך, ביהעיווטץ ענק. מיט א קניפ אין בעקל. און אפשר א קענדי אויכעט. ער זאגט לאמור. אזוי צו זאגן אז אפילו אויב א..."שוואכער"... איד ווי הרב שטיינמאן (עפרא לפומיה) גייט אוועק פון די וועלט זאלט עטץ וואוילע יונגעלעך וואס דער באשעפער, כביכול איז אויף ענקער זייט, נישט ארויסווייזן קיין אפענע שמחה ווייל (ער טוט איינעם דא א טובה) א אידישע נשמה איז זייער הויעך...! דעיס אז דער איד איז געווען אן עובד ה' ומרביץ תורה לרבים במסירות נפש ומסתפק במועט, דאס איז גארנישט ביי איהם (ווער איז ער , בכלל צו משפט'ן). נאר די שטותים פון נחל חרדי און אנדערע נארישקייטן, דאס האט א ווערד ביי איהם. ס'נישט קיין וואונדער אז ס'איז היינט בעיקבתא דמשיחא אזא דור תהפוכות. מ'באקומט אזעלכע פאררוקטע מעסעדזשעס פון אזוי-גערופענע מנהיגים. מ'מאכט פון עיקר א טפל און פון ווייניגער ווי א טפל, פשוט'ע שטותים והבלים און סתם איינעם'ס בויכווייטאג אן עיקר. ס'נישט קיין וואונדער אז ס'זענען דא אזויפהל נושרים במחנינו. וואס זעהען זיי?! אז תורה און יראת שמים האבן נישט קיין חשיבות. די שטותים און בויך קוועטשענישן פון א פאר משוגעים, דאס איז וויכטיג. און מיט דעם לעבט מען.

שוין. ב"ה איך האב מיך נישט טועה געווען ווען איך האב געזאגט אז אויב דער פ--ד און טראלל ימים ידברו לויבט און ריהמט איהם אזוי שטארק אויס, טויג ער נישט. ברוך שכיוונתי...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ר' בערל

איר האט א טעות, ער זאגט נישט ער איז א שוואכע איד, ער רעדט לדעתם, אפילו זיי זאלען האבן גערעכטע טענות, טאר מען נישט טיילען לאטקעס.

און דא פאלט ער אריין אין א נעץ, ווייל זיי האבן נישט סתם טענות, זיי טענה'ן אז עס איז דא כפירה, און ממילא לדעתם דארף מען יא טיילען לאטקעס.

בכלל איז ער נישט גערעכט אריין צו רעדען אין יענעם'ס שיטות, ווייל יעדער פלאץ האט זיך זיינע עבודה זרה'ס, ובתוכם ער אליין, ממילא איז נישט קיין קונסט צו בארעדן יענער עקסטרימיסטן ווען אונז אלע זענען עקסטרימיסטן, די שאלה איז נאר אויף וואס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אישתישבי האט געשריבן: יעדער פלאץ האט זיך זיינע עבודה זרה'ס, ובתוכם ער אליין, ממילא איז נישט קיין קונסט צו בארעדן יענער עקסטרימיסטן ווען אונז אלע זענען עקסטרימיסטן,

אוי האסטו גוט געזאגט.
:like :like :like
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

cictim האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, אין די דרשה האט ער נישט ריכטיג אויסגעפיהרט. ער וואלט געדארפט אויספיהרען, וכדברי הראשי ישיבות, אז מ׳דארף ליעב האבען די קנאים אויך, און דאווענען פאר זיי אז זיי זאלען תשובה טוהן. דאס ׳מתיר׳ זיין זיי פיינט צו האבען לייגט יעדעם אריין אין פעקעל.

ווי איז ער מתיר פיינט צו האבן? דא האט איר די דרשה:


ח"ו איך בין נישט קיין מרבה במחלוקת, ס'דארף קומען צו א מצב אז חילוקי דעות איז א דבר ישר א גלייכע זאך, אזוי איז געווען אלעמאל אין כלל ישראל, צווישן חילוקי דעות און פירוד לבבות איז כחוט השערה, פירוד לבבות מאכט אז היינט עשרה בטבת זאל מען פסק'נען נאך א יאר חורבן, קען זיין ס'דא וואס האבן צייט פאר משיח, אונז האבן נישט קיין צייט, דאס איז א סימן אויף פירוד לבבות, אז א יוד גייט אוועק פון די וועלט אין מ'קען טאנצן, זאל עס זיין א גאר שוואכע יוד, מ'וויסט דאך וואס הייסט א נשמה פון א יוד, איינער וואס איז געווען א נסקל בבית דין שטייט לובשין לבנים, צו ווייזן אז מ'האט נישט אויף בית דין קיין שום טענה, אזא סארט התנהגות וואס ס'איז נתחלל געווארן כבוד התורה דארף מען מוחה זיין, כ'האב געוואלט יוצא זיין חובת מחאה, און אויך א הרהור תשובה,נישט אז איך בין אויף די ריכטיגע זייט וועגן דעם מאך איך יענעמס חשבון הנפש, איך בין נישט אויף די ריכטיגע זייט וויל ס'דא פירוד לבבות א חלק פון מיין הארץ איז מופרד, דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט ליב צו האבן יעדע יוד, אפילו יודן וואס זענען ממש פון די צד השני ליב האבן, זעהן אז ס'זאל נישט זיין קיין פירוד לבבות, איך האב מיט אייך חילוקי דעות איך האב אייך ליב, אזוי שטייט אין אהבת שלום ואהבת לרעך כמוך מ'זאל קענען זאגן איך האב אייך ליב, אבער בתנאי אז איר האט נישט קיין פירוד לבבות מיט מיר, וויל אויב די האסט פירוד לבבות מיט מיר די ווארטסט ח"ו ס'זאל געשען א אומגליק מ'זאל קענען טיילען לאטקעס, איז דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם אל האדם, מיט וועמען זאל איך נישט האבן קיין פירוד לבבות, הקב"ה יאמר לצרותינו די און זאל שיקען משיח צדקינו בב"א.

פארוואס ברענגסטו נישט די גאנצע דרשה?? ער האט גערעדט סאך מער פון דעם... "רשעים ארורים" ועוד לשונות מרתקים....
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

ידענו תמיד שכל חבדסקער בלבו הוא משיחסט, כמו שכל פלסטיני בלבו הוא חמאסניק. היום שראינו גל התגובות מכל פלגי סאקמער למיניהם בעד הסיקריקים ונגד דבריו של הגר״מ רייזמן , נודע שכל סאטמארער איז א * סיקריק* אין הארץ..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער שיין געזאגטק אבער דאס בארעכטיגט נישט די וויסטע קנאות פון הרב רייזמאן. ער זאגט מ׳מוז יעדעם ליעב האבען, אחוץ די סקריקים. ווייל כמים פנים אל פנים. א היתר געטראפען. ער מעג זיך לערנען א שיעור אין אהבת ישראל. יא, מוחה זיין און פארדאמען די הנהגה און שיטה אונטער דעם. אבער פיינט האבען די מענטש איז נישט אין פלאץ, און זיכער נישט מאכען א פערזענליכע שנאה צו א רצון אז שלעכטס זאל זיי פאסירען. יתמו חטאים ולא חוטאים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאער, בכלל? הרב מנשה רייזמאן איז הינדרעט טויזענט פראצענט גערעכט, ער דארף נישט חס ושלום מיין הסכמה, א איד וואס איז פון די גרעסטע מרביצי תורה אין די וועלט, ער האט מער תלמידים ווי אלע ראשי ישיבות,
א איד וואס זאגט איין נקידה, מ'מעג האבען חלוקי דעות אבער נישט שנאת ישראל! מען טאר נישט פאבריצערן מעשיות, ווייל אזוי ווילסטו, מען טאר נישט טאנצען און מחנך זיין קינדער צו פיינט האבען א צווייטע איד, די דבורים זענען טויזענט פראצענט גערעכט,
וואס באדערט מיך איז, אז קליינע מענטשליך וואס זענען נישט משיג זיין שיחת חולין, ווי ליטוואק זאגט מיר דא מיט דעם איז ער יא גערעכט מיט דעם נישט , ווער זענט איר, וויפול בלאט גמרא האט איר שוין גלערינט וויפול זיכו הרבים האט איר געמאכט ווער זענט איר? וואסערע רעכט האט איר?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ימים, האסט אנגעהויבן אן אקטועלער שמועס, יעצט טראלסטו סתם ארום.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דאס אז די טאנצערס דארפן וויכטיג זיך אינטערזיכן, איז פשוט. אבער פאר רייזמאן צו ווערן וועלטס פארזארגער און מוחה זיין כדי אראפצונעמען די חרון אף, איז א חידוש. איז דאס די ערשטע עבירה וואס ער האט געטראפן מוחה צו זיין? ווייניג שגץ שטיק און רשעות ווערן אפגעטון טאג טעגליך? לאמיר זעהן ער זאל מוחה זיין קעגן די געשלעג אין פאנאוויזש, למשל. גרויסע צעלייגער וואס ער איז, קעגן אפאר אפגעפליגע סיקריקים וואס זענען אפגעפרעגט בי 99.99% מענטשן קען ער מוחה זיין.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך גר ותושב »

ישר כח פארן אראפ ברעינגען די שמועס ער רעדט צום זאך דברי פי חכם חן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל

איר האט א טעות, ער זאגט נישט ער איז א שוואכע איד, ער רעדט לדעתם, אפילו זיי זאלען האבן גערעכטע טענות, טאר מען נישט טיילען לאטקעס.

און דא פאלט ער אריין אין א נעץ, ווייל זיי האבן נישט סתם טענות, זיי טענה'ן אז עס איז דא כפירה, און ממילא לדעתם דארף מען יא טיילען לאטקעס.

בכלל איז ער נישט גערעכט אריין צו רעדען אין יענעם'ס שיטות, ווייל יעדער פלאץ האט זיך זיינע עבודה זרה'ס, ובתוכם ער אליין, ממילא איז נישט קיין קונסט צו בארעדן יענער עקסטרימיסטן ווען אונז אלע זענען עקסטרימיסטן, די שאלה איז נאר אויף וואס.

אישתישבי: אפילו לשיטתך. אין בעסטן פאל טוט ער זיי נישט קלאר פארדאמען פאר זייערע מעשים תעתועים. ער רעדט נאר ארום דער נושא . אבער דעם עיקר פינטל טוט ער נישט אומצוויידייטיג אדרעסירן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

cictim האט געשריבן:ידענו תמיד שכל חבדסקער בלבו הוא משיחסט, כמו שכל פלסטיני בלבו הוא חמאסניק. היום שראינו גל התגובות מכל פלגי סאקמער למיניהם בעד הסיקריקים ונגד דבריו של הגר״מ רייזמן , נודע שכל סאטמארער איז א * סיקריק* אין הארץ..

סיקטים: איך האף אז דו ביסט נישט א .."סיקטים"... (וויקטים, בלע"ז) פון מיסאינפארמעישן. איך בין א סאטמאר'ער ציוני/ארוני. און איך נעם ארויס פון הרב רייזמאנ'ס ווערטער פונקט די פארקערטע מסקנות וואס דו זאגסט אז אלע סאטמאר'ע זענען רשעים אין הארץ. אדרבה שנייד זיי אויף און באקוק דאס הארץ וועסטו זעהן אז זיי זענען נישט קיין רשעים. און אויב דו קענסט דאס נישט פעסטשטעללן, איז מיט איין סאטמאר'ער ווייניגער...לאל...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעון וואלף האט געשריבן:דאס אז די טאנצערס דארפן וויכטיג זיך אינטערזיכן, איז פשוט. אבער פאר רייזמאן צו ווערן וועלטס פארזארגער און מוחה זיין כדי אראפצונעמען די חרון אף, איז א חידוש. איז דאס די ערשטע עבירה וואס ער האט געטראפן מוחה צו זיין? ווייניג שגץ שטיק און רשעות ווערן אפגעטון טאג טעגליך? לאמיר זעהן ער זאל מוחה זיין קעגן די געשלעג אין פאנאוויזש, למשל. גרויסע צעלייגער וואס ער איז, קעגן אפאר אפגעפליגע סיקריקים וואס זענען אפגעפרעגט בי 99.99% מענטשן קען ער מוחה זיין.
איך מיין אז עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אין די פאל זענען זיי געגאנגען א שטאפעל ווייטער ווי אין היסטאריא. אלס וואס טוט זיך אפ אין אלע מחלקות׳ער לש"ש איז א כבר היה לעולמים מצב. דאס טיילען לאטקעס פאר קינדער איז א נייעם נידריגקייט וואס איז נישט געהערט געווארען אין אונזער היסטאריא.

איך ווייס אז די לאטקע טיילערס גייען זיך נישט טוישען, אבער איינער דארף מוחה זיין כאטש אז אזא אויפפיראכץ זאל נישט זיין נארמאל. אפשר בעסער ווען עס וואלט געווען א רבנישע פיגוא, אבער כאטש דאס.

מיין קליינע טענה אויף איהם איז נאר דאס אז ער וואלט עס געקענט האלטען גאנצליך ריין ווען ער דערמאנט נישט דער ׳היתר׳ צום סוף.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט