נולד מאוחר האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:בנוגע די קשיא פין שכר ועונש, פארוואס קומט איינעם א עונש לנצח נצחים ווען ער זינדיגט בלויז זיבעציג יאר, עס ווערט געברענט אז שכר ועונש איז מער א פארדינסט מיט א פארלוסט ווי א בענעפיט און א פאנישמענט, פונקט אזוי ווי איינער וואס טוט אינוועסטירן און פארדינט מיליאנען, און א צווייטער וואס אינוועסטירט נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן, און עס איז נישט שייך צו פרעגן הלמאי קומט מיר א עונש פאר א גאנץ לעבען ווייל איך האב נישט אינוועסטירט פאר איין מינוט.
שכר וענש איז גארנישט אנדערשט ווי די זאגסט דיין קליין קינד אז וועסט זיין גוט וועסט ווערן באלוינט און אז נישט נישט.
קוק אריין אריין אין די תוכחה.
אויב איז ווי דו זאגסט אז סאיז איז אזוי ווי אן אינוועסטמענט, איז אינטערסאנט אז פונקט ווען מטוט וואס גאט זאגט ארבעט די איוועסטמענט. הייסט בעצם איז גארנישט חשוב מיט היטן שבת , נאר אויב ווילסט א מאכן א גוטע ריטערן אויף דיין אינוועסטמענט דאן צינד נישט אן א פייער?
כ'פארשטיי נישט דעם שאלה.
דאס וואס איך שרייב איז דער רמב"ם'ס מהלך, מען איז נישט געוואוינט ביי אונז מחנך צו זיין מיט דעם.