לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לגבי הכנה פאר'ן דאווענען. איך האב פונקט לעצטענס געזען דא א בריוו פון דער בעל התניא, ווי ער הייסט זיין חסידים דאווענען באצייטענס. און ער זאגט דארט אז חז"ל האבען מתקן געווען פסוקי דזמרה אלס הכנה צו תפלה, וכל המוסיף גורע ולא עבדינן תקנתא לתקנתא און מ'זאל נישט זוכען נאך הכנות.

אינטרעאנט ווי זאכען דערקייקעלען זיך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לגבי הכנה פאר'ן דאווענען. איך האב פונקט לעצטענס געזען דא א בריוו פון דער בעל התניא, ווי ער הייסט זיין חסידים דאווענען באצייטענס. און ער זאגט דארט אז חז"ל האבען מתקן געווען פסוקי דזמרה אלס הכנה צו תפלה, וכל המוסיף גורע ולא עבדינן תקנתא לתקנתא און מ'זאל נישט זוכען נאך הכנות.

אינטרעאנט ווי זאכען דערקייקעלען זיך.

אין קאצק, פלעגט מען דאווענען נאכמיטאג כידוע. די אמרי אמת האט געמאכט א תקנה אז מזאל דאווענען פאר די ערשטע סוף זמן קריאת שמע.
איז אריינגעקומען אן אלטן חסיד זיך אפרעדן אז ער איז נאכנישט גרייט צום דאווענען אזוי פרי, האט איהם די רבי געפרעגט: "זאגז'ע נאר, און צוויי אזייגער נאכמיטאג ביזטו יא גרייט?!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך פארשטיי נישט אויף וואס מ'טענה'ט זיך דא, די לשון פון די רבי זי"ע איז אזוי:
וגם דרך הבעש"ט הק' נשתכח לגמרי מהדור

אבער דאס איז נישט די פוינט, די עיקר איז וואס ער שרייבט ווייטער:

וכל מי שרוצה ליטול את השם להנאתו ולטובתו אומר זה דרך הבעש"ט כחפצו ורצונו.

מ'קען זיך ארויפכאפן אויף זיינע ווערטער און טענה'ן אז דאס הייסט נישט פארגעסן, אבער צו די פוינט וואס ער וויל מאכן איז יעדער מסכים, און ווער נישט, נארט זיך אינגרויסן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך יהודי פשוט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.
דער הייליגער בעש"ט זי"ע האט טאקע נישט מחדש געוועהן קיין נייע זאכן אבער ער האט יא אויף געוועקט געוואוסע ענינים פון די תורה וואס זענען געוועהן פארשלאפן כמו פארגעסן ביי כלל ישראל, און דאס איז נישט געוועהן איין נקודה נאר אפאר נקודות כמו שכתבתי, וממילא די וואס ווילן זאגן אז עס איז נשתכח געווארן תורת הבעש"ט - מיינט דאס צו זאגן אז די אלע נקודות פון די תורה וואס דער בעש"ט הקדוש האט אויפגעוועקט און אפגעשטויבט און גע'פילעוועט דערין - די אלע זאכן זענען בימינו אלה צוריק געגאנגען שלאפן און קיינער ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז געוועהן, און די וואס האלטן אז עס איז נישט נשתכח געווארן תורת הבעש"ט זיי האלטן אז די נקודות וואס דער בעל שם הקדוש האט אויפגעוועקט, זענען נאך אלץ אויף אדער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יהודי פשוט האט געשריבן:

עיין מה שכתב לעיקוואד באשכול מיוחד ע"ז, ומה שהערתי שם, והוא נכון גם כאן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די אלע זאכען האבען גארנישט מיט הרב רייזמאנ׳ס פאוינט. איידער דער בעש"ט האט נישט עגזיסטירט אזא מושג פון א באוועגונג פון א רבי וואס ער פיהרט אן מיט די ציבור, און אז דער רבי איז דער קאפ פון זיין סטאדע. א רב אין שטאט האט געהערשט אויף די ציבורישע רוחניות פון די וואס וואוינען דארט. אבער ער האט זיי נישט געפיהרט. הרב רייזמאן וויל טענה׳ן אז דאס האט דער בעש"ט ערפינדען, און לא נשתכחה. דאס האט נישט מיט בוקי שריקי, און עס איז אויך נישט אויפגעוויזען עפ"י מקורות, אבער דאס זאגט ער.

טאמער דער בעש"ט האט עפעס מחזק געווען אבער נישט מחדש געווען, איז עס אן אנדערע זאך ווי הרב רייזמאנ׳ס.

דער סאטמארער רב האט געמיינט איין זאך. ווען איינער וויל עפעס טוהן, אדער מצדיק זיין, מוז ער עס אויפווייזען עפ"י תורה (לאמיר אפלאזען צו ער האט דאס געטוהן). ער קען נישט זאגען "דאס איז עפ"י חסידות", ווייל דער מהלך וויאזוי צו פארשטייען חסידות איז פארגעסען געווארען. דער משקל ווען יא און ווען נישט, איז א האקעלע זאך, און עס איז שוין נישט דא ביי אונז. ארויס נעמען ספרים, מימרות און מעשה׳ס איז פיין און וואויל, אבער נישט קיין מכריע אין גארנישט, ווייל מיר ווייסען נישט וויאזוי עס איז געזאגט געווארען.
די אלע ׳ח"ו׳ס׳ און ׳בוקי שריקי׳ס׳ זענען נישט אין פלאץ. עס וועט יעדער זאגען אויף יענעם אז ער איז בוקי שריקי. עס איז נאך נישט קלאר ווער ס׳האט געזאגט אז צוליעב חסידות דארף מען שטיצען פוקרים וואס מאכען א מדינה, אבער אויף זיי האט ער געטענה׳ט, אז עס איז עפ"י תורה נישט אויסגעהאלטען, און חסידות קען דאס נישט טוישען. דער בעלזער רב האט אויך געזאגט בלויז פראקטישע חשבונות פארוואס מ׳דארף גייען אין בחירות זיך צו שלאגען מיט די ציונים, פונקט ווי די ליטווישע, ממילא האט ער געמוזט מיינען די קלענערע רבי׳לעך וואס האבען זין מעגליך אויסגעדרוקט אויף די חסידות שפראך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איידער דער בעש"ט האט נישט עגזיסטירט אזא מושג פון א באוועגונג פון א רבי וואס ער פיהרט אן מיט די ציבור, און אז דער רבי איז דער קאפ פון זיין סטאדע. א רב אין שטאט האט געהערשט אויף די ציבורישע רוחניות פון די וואס וואוינען דארט. אבער ער האט זיי נישט געפיהרט. הרב רייזמאן וויל טענה׳ן אז דאס האט דער בעש"ט ערפינדען, און לא נשתכחה. דאס האט נישט מיט בוקי שריקי, און עס איז אויך נישט אויפגעוויזען עפ"י מקורות, אבער דאס זאגט ער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס האט סאטמאר רב געמיינט, דו טוסט דיך וואס דו ווילסט, כחפצו וכרצונו, און דו הענגסט עס אן אויפן בעש"ט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
האפענונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 23, 2019 11:43 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך האפענונג »

קודם כל: איז איינער ארויס געגאנגען פון די שיעור מיט א סאלידע קלארקייט? איז איינער ארויס געקומען פונעם שיעור און געזאגט אֵיי-גַאט-אִיט? אדער נאר נתפעל געווען פון א קאנפידענט'ירטער הנחת דברים פונעם רעדנער?!!

צווייטנס: די איידיע אז היינט פאלגט מען א רבי'ן (-א באלעבאס פון א סיסטעם) נאר פונעם פוינט פון זיין עסטאבלישט אין א סיסטעם פון א קרייז, און אויב נישט טראסקעט מען אוועק נישט נאר מיט'ן נישט פאלגן נאר מיט'ן עצם לעבן שפילט מען זיך (ואכהמ"ל), איז עס נישט דַאן אן אויפווייז אז ס'איז - לא הרי היינט כהרי אמאל?!!

ביים בעל שם טוב אמאליגע צייטן איז זיכער געוועזן - אין אלע מדרגות; דעהר וואס האבן געפאלגט. דאס הייסט, די וועשער פון שטאט, די שיסטער פון שטעטל, אפילו אזעלכע וואס האבן געהאט די חוצפה צו פרעגן די רבי'ן זאכן אין פנים, האבן געהאט די מושג פון פאלגן א רבי. און זענען גארנישט געווען אין א סיסטעם (לויט ווי אזוי ס'שמעקט פון די סיפורי צדיקים)?! און די בעש"ט ותלמידיו זענען נאך געפאהרן צו אזעלכע דרגה יודן צו פארקויפן השקפה ומוסר אָהן מאכן זיכער אז זיי זענען אין א סיסטעם וואס ס'זאל זיי העלפן בלייבן אונעם ערליכקייט זייערע, משא"כ היינט. יעצט זאגט מיר, איז דאס א פארגלייך היינט און אמאל??!!

אין אנדערע ווערטער: ס'איז שוין היינט נישט אינגאנצן פון די אייגענע בחירה, ס'איז שוין ענדערשט פִּיער פְּרעשֶער. [מילא מצוות, ס'איז דאך אזוי געבויעט צו קענען ווערן געצוואונגען אויף צו טוהן... אבער] אויף חסידות זאל מען פיהלן געצוואונגען און אויף דעם זאגן אז ס'איז נישט נשתכחה והא ראי' אז ס'גייט נאך אהן??!!!
פארשפארט