ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.יעקב מענטש האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
וואס דארף מען צו הערן דא?
ער ברענגט ארויס א פאר נקודות אין די שקר פון די פושעי ישראל.
ער איז אויך מוחה אויף דאס אז חילוקי דעות ברענגט צו פירוד לבבות אזש אז מ׳קען אזוינס טוהן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס אז די טאנצערס דארפן וויכטיג זיך אינטערזיכן, איז פשוט. אבער פאר רייזמאן צו ווערן וועלטס פארזארגער און מוחה זיין כדי אראפצונעמען די חרון אף, איז א חידוש. איז דאס די ערשטע עבירה וואס ער האט געטראפן מוחה צו זיין? ווייניג שגץ שטיק און רשעות ווערן אפגעטון טאג טעגליך? לאמיר זעהן ער זאל מוחה זיין קעגן די געשלעג אין פאנאוויזש, למשל. גרויסע צעלייגער וואס ער איז, קעגן אפאר אפגעפליגע סיקריקים וואס זענען אפגעפרעגט בי 99.99% מענטשן קען ער מוחה זיין.