בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם

וואס דארף מען צו הערן דא?
הרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.
ער ברענגט ארויס א פאר נקודות אין די שקר פון די פושעי ישראל.

ער איז אויך מוחה אויף דאס אז חילוקי דעות ברענגט צו פירוד לבבות אזש אז מ׳קען אזוינס טוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס אז די טאנצערס דארפן וויכטיג זיך אינטערזיכן, איז פשוט. אבער פאר רייזמאן צו ווערן וועלטס פארזארגער און מוחה זיין כדי אראפצונעמען די חרון אף, איז א חידוש. איז דאס די ערשטע עבירה וואס ער האט געטראפן מוחה צו זיין? ווייניג שגץ שטיק און רשעות ווערן אפגעטון טאג טעגליך? לאמיר זעהן ער זאל מוחה זיין קעגן די געשלעג אין פאנאוויזש, למשל. גרויסע צעלייגער וואס ער איז, קעגן אפאר אפגעפליגע סיקריקים וואס זענען אפגעפרעגט בי 99.99% מענטשן קען ער מוחה זיין.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אינעם פרייטאגדיגן שיעור האט ער שיין צולייגט די היסטאריע פון נחל חרידי.

-----
מפי שמועה האב איך געהערט אז די קאנטראווערסיאלע דרשה איז געקומען אויפן פארלאנג פון זיין רבין דער בעלזער
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

היינט א' שמות 730 אווענט אין ישיבת קול יהודא נאוומינסק וועט פארקימען א הספד מר על פטירת מרן הגראי"ל זצ"ל עס גייט אויפטרעטען האדמור מנאוומינסק ראש אגודת ישראל הג"ר משה הלל הירש ר"י סלבודקא הג"ר ירוחם אולשין ר"י בית מדרש גבוהה מיט הג"ר אברהם שארר שליט"א
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

סאיז מיר פארענפירט געווארען ב"ה איין קשיא פארוואס ער האט די לעצטע בחירות געגאנגען פון זיין שטיב ביז די קלפי, זיין איינקיעל האט ביי די הספד געזאגט ער האט שוין נישט געוויסט וועליכע טאג אין די וואך עס איז, ער האט געמיינט יעדן טאג אפשר ס'איז שבת האט ער מסתמא מגודל יראת שמים נישט געוואלט פארען אפשר שבת היום!
דאס הייסט א יראת שמים, אבער דיקשיא פארוואס ער האט אנגעהויבען בכלל צו גיין בחירות בימי אחריתו איני יודע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: דיינע לויב ווערטער און קאמפלימענטן האבן אזא טעם ווי בלעם'ס ברכות פאר די אידן. אויף וואס רש"י הק' זאגט..."לא מדובשך ולא מעוקצך"... ווייל פון דיינע ..."קאמפלימענטן"... קענמען ארויסליינען די ליצנות פון א יעדע שורה. ס'הייסט דו זאגסט לאמור. אזוי צו זאגן. איך בין זייער ברייטהארציג. איך זאג אז הרב שטיינמאן איז געווען א וואוילער איד. א ירא שמים (ח"ו נישט קיין ימ"ש. אזוי ווי איך און מיינע חברים האלטן אין איין שרייען). איי. פארוואס איז ער געגאנגען מיט נחל חרדי...?! פשוט. ווייל ער איז שוין געווען עבר ובטל. א ראיה איז אז זיין אייניקל האט עס אליינס געזאגט. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

בערל נאו וועי, סנישט קיין ליצנות איין מיניט, איך שטאדיר די פאקטען די מעשיות, דא איז אזוי איך ליין וואס די אייניקעל פארציילט בתור גדלות אינסענט, איך פרעג דיך יעצט, א איד וואס כל ימיו איז נישט געגאנגען בכלל צו בחירות, מרנן ורבנן האבען געהייסען געשריבען בריעף געהאלטען דרשות געזאגט ככל אשר יוריך, הרב שך מיט י סטייפלער מיט אלע קדושים וגאונים ער איז געבליבען אינדערהיים, איי מדארף דאך אויפטוען אינווענדיג, יא ביז רבי ארי לייב ער לערינט תורה לשמה, סוועט שוין גיט זיין די נעקסטע פיר יאר אן זיין שטימע, אויפ אמאל הער איך אז ער וואקט צום קלפי זייענדיג איבער הונדרעט יאר, וואס איז ? ער איז היינט דער חותם דער מרן מנעמט אים מיט מסירת נפש לכל עיר ועיר מדן ועד באר שבע היינט ווער עס זאגט אנדערשט שרייט הגאון רבי חיים קניבסקי זקן ממרא, בהמות, הוקע אותם נגד השמש, וואס הייסט ממוז אויטוען פון אינוועדיג, יעדע שני וחמישי קומט ארויס א נייע סטעיטמענט פון חזון איש חמש, וואס יעדער איד שעמדו אבותיו על הר סיני ציטערט למוצא וווער זאגט? וואס הייסט פיו מפי זיין נאמן ביתו ואין להרהר א רגע נישט,
אויפאמאל פאררעדט זיך א אייניקעל ברבים, און פארציילט, דער זיידע האט ניט געוויסט די טאג פון די וואך! וואס? מיר זענען טאקע אזענע פערד?
דער זון הרב משה שטיינמאן פארציילט מיט התפעלות, ווען די הגאון רבי חיים איז געקימען באזיכען איז געווען צו זעהן ווי צוויי אזענע אידען זיצען אפי' זיי קענען ניט רעדען בכלל! איר הערט!
א אנדערע אייניקעל פארציילט עטליכע יאר וואס די זיידע אטמעט נאר מיט א מאשין ווייל ער קען נישט!
און איך בהמה, בין זיך מפלפל צו ער האט געהאלטען פון נחל חרדי סדאך דא א בריעף סיא אמת סנישט אמת די מנהלים די חיילים פארציילען אנדערשט,
רבותי לאמיר נאר ווארטען אויף אלע הספדים וועלען מיר האבען א קלארע בילד און די גאנצע סטארי!
ביזדערווייל איז דוד שפירא יושב על ראש פון מרן הגרי"ג וכדי בזיון וקצף.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: דו ווילסט מיר אדער סיי וועם איינרעדן אז דיין לעצטע תגובה איז נישט פול מיט ליצנות, און נאך ערגערס. ס'שפארט דאך ארויס פון א יעדע שורה. און לאמיר שוין זאגן אז דיין פינסטערער וואונטש וועט (ח"ו) מקויים ווערן. אן דעים וועסטו נישט קענען פרעסן דיין אמעריקאנער סטעיק פון גרילל אן לי, אדער אן אנדער פרעסס פלאץ אין מאנסי והגלילות...?! אדער איינס פון דיינע אנדערע גוי'אישע תאוות אין וואס דו ביסט משוקע...?! איך זעה דאך אז נחל חרדי שטערט דיך נישט פון די אלע זאכן. דא, אויף קאווע שטיבל ביסטו א גרויסער קנאי...און דו מאכסט זיך נאך פאר א תמים...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

בערל טייערער! די געדענקסט ווען דיין רבי ז"ל דער ברך משה האט געזאגט א געוויסע רצון קדשו, און טויזענטער חסידים האבען געשריגען געוואלד דער איד ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, זענען די אלע אידען וואס האבען געשריגען, געווען לצים? די אידען האבען געהאט אינוועסטירט און די חסידות 25 יאר און מהאט זיי פארציילט אז דער ב"מ איז די בריק פון די דברי יואל צום הייליגען רעב אהרען, און אויפאמאל האט די שיף געקראכט ווען? בנו הגדול האט געהאלטען אז דער איד איז נישט מיט אלעמען,
סוי, דא איז אזא מעשה מאינוועסטירט און א גדול און א מרן, מהרגט מענטשען, מגנבט א צייטונג סוקסעפלי, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו אחת דתו להמית כפשוטו וכמשמעו, משלאגט זיך יעדע שני וחמישי אין פאנוועיזש, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו הקודש, וכו' וכו' מצאלט נישט כולל געלט וווער עס טראכט אז די ענין של מרן איז נישט אין די הענט פון א יחיד!
אופאמאל פארציילט מען לא ידע את יוסף.. דער זיידע איז נישט געווען מיט אלעמען טוט עס זייער וויי, עס איז נאכאמאל א לעקציע, וויי גבאים און באי ביתו האבען פאר זייערע ביזנעס געמאכט א גאנצע שקר, כדי זייערע קאסעס זאלען פיל ווערען און וכו' וכו'
בערל טראכט דיך איבער הער אויס וואס די אייניקעל פארציילט און זאג מיר ווער איז דא די לץ?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ימים ידברו האט געשריבן:בערל טייערער! די געדענקסט ווען דיין רבי ז"ל דער ברך משה האט געזאגט א געוויסע רצון קדשו, און טויזענטער חסידים האבען געשריגען געוואלד דער איד ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, זענען די אלע אידען וואס האבען געשריגען, געווען לצים? די אידען האבען געהאט אינוועסטירט און די חסידות 25 יאר און מהאט זיי פארציילט אז דער ב"מ איז די בריק פון די דברי יואל צום הייליגען רעב אהרען, און אויפאמאל האט די שיף געקראכט ווען? בנו הגדול האט געהאלטען אז דער איד איז נישט מיט אלעמען,
סוי, דא איז אזא מעשה מאינוועסטירט און א גדול און א מרן, מהרגט מענטשען, מגנבט א צייטונג סוקסעפלי, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו אחת דתו להמית כפשוטו וכמשמעו, משלאגט זיך יעדע שני וחמישי אין פאנוועיזש, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו הקודש, וכו' וכו' מצאלט נישט כולל געלט וווער עס טראכט אז די ענין של מרן איז נישט אין די הענט פון א יחיד!
אופאמאל פארציילט מען לא ידע את יוסף.. דער זיידע איז נישט געווען מיט אלעמען טוט עס זייער וויי, עס איז נאכאמאל א לעקציע, וויי גבאים און באי ביתו האבען פאר זייערע ביזנעס געמאכט א גאנצע שקר, כדי זייערע קאסעס זאלען פיל ווערען און וכו' וכו'
בערל טראכט דיך איבער הער אויס וואס די אייניקעל פארציילט און זאג מיר ווער איז דא די לץ?

דאס איז בכלל נישט קיין נייעס, פאר צוויי יאר צוריק האט מען שוין געשמועסט אז ער האלט נישט מיט. אבער די נחל החרדי קומט נישט דא אריין, דאס איז געווען שוין יארן צוריק.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ימים ידברו האט געשריבן:סאיז מיר פארענפירט געווארען ב"ה איין קשיא פארוואס ער האט די לעצטע בחירות געגאנגען פון זיין שטיב ביז די קלפי, זיין איינקיעל האט ביי די הספד געזאגט ער האט שוין נישט געוויסט וועליכע טאג אין די וואך עס איז, ער האט געמיינט יעדן טאג אפשר ס'איז שבת האט ער מסתמא מגודל יראת שמים נישט געוואלט פארען אפשר שבת היום!
דאס הייסט א יראת שמים, אבער דיקשיא פארוואס ער האט אנגעהויבען בכלל צו גיין בחירות בימי אחריתו איני יודע

ער פלעגט נישט גיין צו בחירות, פאר די זעלבע סיבה וואס בעלזא רב, די חזו"א, טשעבינע רב, און בריסקע רב זענען נישט געגאנגען, ווייל ער האט געהאט וויכטיגערע זאכן צו טון.
ביי די לעצטע בחירות האט מען איהם מן הסתם געשלעפט, וועלן די גאנצע פאליטיק מיט ר' שמואל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די שקרים זענען עפעס מורא'דיג. מ'גנב'עט א צייטונג? וואס ווען ווי? אלס איז געווען ווי די שטאטוטען פון דער ביזנעס. מ'הרג'עט זיך אין פאנאוויעזש? וואס האט עס מיט איהם? ער האט עפעס געשטיצט איין צד?

און דער פשוט'ע אמת ווערט שוין 'פארענטפערונגען'! הרב שטיינמן אין די לעצטע שטיק צייט איז געווען צומישט, ממילא דארף מען צוריקגיין צוואנציג יאר פריער אויף דער ליניע. אפשר ווען דער ויואל משה איז געשריבען געווארן איז דער סאטמארער רב געווען אין די זעלבע מצב פון ר"ח אדר תשל"ח? יעצט גיי פארענטפער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:סאיז מיר פארענפירט געווארען ב"ה איין קשיא פארוואס ער האט די לעצטע בחירות געגאנגען פון זיין שטיב ביז די קלפי, זיין איינקיעל האט ביי די הספד געזאגט ער האט שוין נישט געוויסט וועליכע טאג אין די וואך עס איז, ער האט געמיינט יעדן טאג אפשר ס'איז שבת האט ער מסתמא מגודל יראת שמים נישט געוואלט פארען אפשר שבת היום!
דאס הייסט א יראת שמים, אבער דיקשיא פארוואס ער האט אנגעהויבען בכלל צו גיין בחירות בימי אחריתו איני יודע

ער פלעגט נישט גיין צו בחירות, פאר די זעלבע סיבה וואס בעלזא רב, די חזו"א, טשעבינע רב, און בריסקע רב זענען נישט געגאנגען, ווייל ער האט געהאט וויכטיגערע זאכן צו טון.
ביי די לעצטע בחירות האט מען איהם מן הסתם געשלעפט, וועלן די גאנצע פאליטיק מיט ר' שמואל.

ווען עס איז געווען גאר וויכטיג פאר איהם צו גיין, איז ער געגאנגען. ווען ער איז נאר איין שטימע, האט ער געהאט בעסערע זאכן צו טוהן. והוא דבר פשוט עד למאד. נאר עם עקש ופתלתל, שגדל על ברכי השיט הק' קען זיך איינרעדען אנדערש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

פון ליטוואקס תגיבה'ס ווייזט אויס אז ער איז שוין אויך טאןן די מצב פון צומעשיט....
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

הרב מ'וויען שליט"א וואס האלט יערליך די דרשה ז' אדר האט אויסגערעכנט כדרכו ווי אין אלע יארן די אבידות וואס כלל ישראל האט פארלוירן די לעצטע יאר
היות זיין לאקאציע איז אין וויליאמסבורג און דארט איז קיין הספדים אויף רב שטינמן נישט געווען האט ער נישט געוויסט צו מספיד זיין אויף רב שטנמן'ן.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

אבער אויף הלברנס האט ער יא געוויסט צו זאגן

עס איז נישט נארמאל

איך בין מוחה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אבער אויף הלברנס האט ער יא געוויסט צו זאגן

עס איז נישט נארמאל

איך בין מוחה


אזוי? הייסט'ס אז ער האט סתם אזוי אן אנדערע קנה מדה ווי אונז. שוין, וואס ווילסטו פון איהם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז מסתם א תשובת המשקל אויף די פאריאריגער דרשה.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

וואס איז די תשובה המשקל? וואס איז געוועהן פאריאהר?
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס איז די תשובה המשקל? וואס איז געוועהן פאריאהר?



אפשר מיינט מען דאס??

viewtopic.php?p=380282#p380282
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אבער אויף הלברנס האט ער יא געוויסט צו זאגן

עס איז נישט נארמאל

איך בין מוחה

וואס האט ער געזאגט אויף העלבראנץ?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

גאר נישט נאר דערמאנט צווישן דער נעמען צווישן דער גדולי ישראל וואס זענען אוועק היי יאהר, אין געזאגט ער געוועהן רב קהילת לב טהור....
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

מענדלס גאלע יא און הרב שטיינמאן נישט?!

שליחה דורך אברך משי »

אגב שלא מן הענין, מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען א ארטיקל א לענגס אין א ברייטס אין דער מאמענט אויסגאבע אלעס ארום מענדל גאלע, ס'איז געווען די cover story אויפן דעקל פונעם מאגאזין אז יונג און אלט זאלן וויסן און זיין באהאוונט וועגן אלעס ארום די שטארק פובליסירטע גאלערעטע. א וואך צוויי שפעטער (פר' משפטים דאכצעך) איז געווען אינם מאמענט א אינטערוויאו מיט די קינדער פון א חסידישער מעלער פון לאנדאן ר' אליעזר טיפנברוין ע"ה וואס האט געמאלן הערליכע פעינטינגס פון גדולי ישראל, און צווישן אנדערע איז געשטאנען דארט אז דער טאטע זייערע איז פלוצלינג אוועק און ער האט נאך געהאלטן אינמיטן מאלעווען פרישע בילדער, צווישן זיי א בילד פון א גדול בישראל וואס איז ממש יעצט לעצטענס נסתלק געווארן.
איר זענט אוודאי משער אליין ווער עס איז דער גדול בישראל וואס איז לעצטנס נסתלק געווארן. קלער איך אזוי צו מיר אז מיט רעכט האבן זיי משמיט געווען דער נאמען פון דעם גדול בישראל ווייל ווער ווייסט וואספארא עפעקט און רושם-שלילי ח"ו דאס קען נאך האבן אויף יונגע אידישע נשמות, ווייזט אויס אז זיי פארשטייען אז מענדל'ס גאלע איז ווייניגער מגשם און מטמטם דעם מוח, ווי איידער די נעמען פון אידן וואס זייער שיטה איז נישט אזו אויסגעהאלטן.
אדער אפשר האבן זיי גאר געמיינט צו רעדן פון א בילד פון העלבראנץ וואס איז אויך גאנץ לעצטענס נסתלק געווארן? ווער ווייסט? (למעשה האבן זיי עדווערטייזמענטס אינם מאמענט פון קהלת לב טהור מיט א אימעיל אדרעס, סא זעט אויס אז זיי שעמען זיך נישט דווקא צו שרייבן פון העלבראנץ)
שוין איך בין שוין אינגאנצן צומישט
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
פארשפארט