אבי גערעדט האט געשריבן:נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה אין קרן ויואל משה אין קרית יואל, פאררופן געווארן דורך א אינגערמאן בנציון גאלדמאן, החלטות: מ'גייט אסר'ן סמארטפאונס אינגאנצן, גייט מער נישט זיין קיין לצורך פרנסה!
באקום איך פריער א צעטיל, אז די עסקנים האבן ב"ה ענדליך איינגעזען אז מען קען נישט גיין טאליבאן מיט שומרים קארטלעך אין די אינטערנעט מערכה, נאר מען מוז ניצן שכל הישר.
איך האב מיך געזעצט שרייבן א תגובה, צו באגריסן די שכל'דיגע, לויבנסווערט שריט. נאך פאר איך האב עספיעט צו פארענדיגן די תגובה, איז מיין עקסטאז צובלאזן געווארן. וואס איז? שטעלט זיך ארויס אז עס הייבט זיך נישט אן, איינער האט פשוט פאר שוואוילטאג ארומגעשיקט די אימעיל, כלומר'שט פון די עסקנים. אבער אין פאקט זענען זיי נאך הולך בחושך.