דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
א קנאי געווענדליך הייבט זיך העכער די חשבונות הרבים צו טוהן די ריכטיגע שריט. עסען לאטקעס איז גארנישט אזא דערהייבונג, בפרט מיט פיינע דזשעם צו קאסטערד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א קנאי געווענדליך הייבט זיך העכער די חשבונות הרבים צו טוהן די ריכטיגע שריט. עסען לאטקעס איז גארנישט אזא דערהייבונג, בפרט מיט פיינע דזשעם צו קאסטערד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויב רצון השם לשיטתו פארלאנגט א סעלעבראציע, וויאזוי דען זאל ער סעלעברירן?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
אבער מיט קנאות האט עס נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער מיט קנאות האט עס נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב מורא דו מישסט אויס קנאות מיט סיגופים.
ווען ער וואשט זיך ווען צו א סעודה פון חלה, קאטשעניו, קוגל און קאמפאט, וואלסטו עס אנגעקוקט אנדערש?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
קנאות דארף מיינען א שטעלונג אן חשבונות. אז מ׳איז גרייט מיט די שטעלונג צו ריזיקירען אלס וואס מ׳האט און וויל, ווייל די שטעלונג איז העכער אלעם. ווען עס קומט צוזאמען מיט א פיינע סעודה, איז עס גאנץ חשוד.
(קאטשיניו איז קוים א מאכל, ׳כמיין פארגליווערטע פיש זאפט וואלט דאך קיינער נישט געלאזט אינדערהיים איבערנעכטיגען. מיט אן אונגארישער ווארט, ווערט עס נישט ראוי לאכילה. דאס איז אפשר יא א קנאות) (כוכב, איז דאס אויך א חלק פון מיין וויסטע שנאה?)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
(קאטשיניו איז קוים א מאכל, ׳כמיין פארגליווערטע פיש זאפט וואלט דאך קיינער נישט געלאזט אינדערהיים איבערנעכטיגען. מיט אן אונגארישער ווארט, ווערט עס נישט ראוי לאכילה. דאס איז אפשר יא א קנאות) (כוכב, איז דאס אויך א חלק פון מיין וויסטע שנאה?)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הגם איך בין נישט א קנאי, האלט איך אז לדעתם זענען זיי גערעכט, כלומר, ווייל ר' שטיינמאן איז גראדע געוועהן א גאון עצום און א בעל מדות און א מסתפק במועט וואס האט מקיים געוועהן דער פת במלח וכו' כפשוטו ממש, איז דאס נישט בכלל מחייב פאר קנאים וואס האבן א שיטה אין אידישקייט וואס זיי האבן מקבל געווען פין דורות הקודמים וויאזוי און ווען מחלק צו זיין אן אויף וועמען מען דארף אכטונג געבען אז ער ברענגט אריין דעות כוזבות לדעתם.
רב שטיינמאן הגה"ק זצ"ל וכו' וכל הטויזענטער כינוים איז געגאנגען מיט א טריט ווייטער, און ער האט געהאלטן שיטות וואס לדעתם איז כפירה וכו'. איז ממילא דארפען זיי טוהן וואס זיי טוהן.
אוודאי זענען די וואס זענען מחולק מיט כל עיקרם פין די קנאים טייטלען מיט די פינגער מיט ראיות ברורות אז זיי זענען ליגנערס וכו', אבער כל זמן איינער פין די קנאים זעלבסט זאגט נישט אז רב שטיינמאן קומט נישט דער התנהגות איז דאס גארנישט מיט נישט.
לגבי רב רייזמאן, חוץ פין דעם וואס ער איז בעלזא און דער זעלבע טינופת וואס זענען גארנישט בעסער מיט זייערע עקסטרעמע זאכען, אבער ער האט נישט וואס אריין צורעדען אין די קנאים'ס לאגער, ווייל ער איז זעלבסט נישט קיין קנאי, און זיי האבן נאך אלטע חשבונות מיט זיי כידוע.
און דער וואס פארשטייט פארשטייט אז דער בעלזער רב דארף שוין נישט אליין רעדען, ער האט געטרייע שלוחים ווי רב רייזמאן וואס רעדן פאר אים, און זענען נוקם נקמתו מיט א איצטלא פין שלום ואמת.
רב רייזמאן רעדט נישט אזעלכע דיבורים טאמער ער איז לכל הפחות נישט געדעקט פין בעלזער רב אליין אז ער זאל דאס זאגען, אויב איז ער נישט קיין מצווה ועושה, ויותר נראה לי אז ער איז באפוילן דירעקט.
און אונז נאראנים שטייען און זענען זיך מפלפל כאילו ווער עס איז גערעכט, ווען דער בעלזער רוקט אריין אין די עדה און לאכט א גוטס.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי:איך זוך דעם דיססס-לייק באטט'ן. אוודאי איז ר' אליהו , איש דורות שנים עשר ראו עיניו בארעכטיגט צו זיין אפיניאן, ווילאנג ער שרייבט נישט אזוי ווי זיינע קאלעגעס, איש את רעהו, ימים ידברו, וכל שום וחניכא דאית להו.
אבער ווען ער זעהט אז די מציאות פראסקעט אין פנים. די אסונות אין בית שמש שרייען אריין אין די אויערן פון א יעדן נארמאלן איד מיט די העכסטע קולות אז עפעס אן עוולה איז דא באגאנגען געווארן און מ'האט נישט מוחה געווען דערויף. און ס'קומט א איד און ער ווייזט אן וואס די עוולה איז. און וואס מ'דארף צו טון כדי עס מתקן צו זיין. זענען נאך דא אזעלכע ברואים וואס זייער פארדרייטע און פארקרומטע גירסא דינקותא לאזט זיי נישט טראכטן גראד. און זיי זענען פאר'עקשנ'ט אז דאס איז א בעלזער, און נאכאמאל א בעלזער, און דער בעלזער, (כלשונו) זאך. און זיי וויללן נישט תשובה טון. אט דאס איז דאך די קליפה פון עמלק. אשר קרך בדרך. צו זאגן אויף אלעם אז ס'איז א מקרה. אין די תוכחה שטייט אויך...."ואם תלכו עמי בקרי"...די דוממע, פאררוקטע אומוויסנדע ברואים זענען ככלב שב על קיאו. זיי האלטן זיך מיט זייערע עבודה זרה'ס. און זיי מאכן זיך בלינד צו די מציאות. און צו די מאמרי חז"ל איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. זיי ווארטן ביז ס'וועט ח"ו זיין נאך א גרעסערער חרון אף, היל"ת. ממילא פארשטייט א יעדער נארמאלער מענטש אז מ'קען זיך נישט רעכענען מיט זיי...!
נ.ב.: דער עכטער אליהו איז טאקע געווען אן איש אשר דורות שנים עשר ראו עיניו. אבער דער איצטיגער זעהט דאך נישט קיין ד' אמות פאר זיין פנים וואס ס'טוט זיך. ווייל ער איז פון די אנשים אשר הוכו בסנוורים...!
אבער ווען ער זעהט אז די מציאות פראסקעט אין פנים. די אסונות אין בית שמש שרייען אריין אין די אויערן פון א יעדן נארמאלן איד מיט די העכסטע קולות אז עפעס אן עוולה איז דא באגאנגען געווארן און מ'האט נישט מוחה געווען דערויף. און ס'קומט א איד און ער ווייזט אן וואס די עוולה איז. און וואס מ'דארף צו טון כדי עס מתקן צו זיין. זענען נאך דא אזעלכע ברואים וואס זייער פארדרייטע און פארקרומטע גירסא דינקותא לאזט זיי נישט טראכטן גראד. און זיי זענען פאר'עקשנ'ט אז דאס איז א בעלזער, און נאכאמאל א בעלזער, און דער בעלזער, (כלשונו) זאך. און זיי וויללן נישט תשובה טון. אט דאס איז דאך די קליפה פון עמלק. אשר קרך בדרך. צו זאגן אויף אלעם אז ס'איז א מקרה. אין די תוכחה שטייט אויך...."ואם תלכו עמי בקרי"...די דוממע, פאררוקטע אומוויסנדע ברואים זענען ככלב שב על קיאו. זיי האלטן זיך מיט זייערע עבודה זרה'ס. און זיי מאכן זיך בלינד צו די מציאות. און צו די מאמרי חז"ל איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. זיי ווארטן ביז ס'וועט ח"ו זיין נאך א גרעסערער חרון אף, היל"ת. ממילא פארשטייט א יעדער נארמאלער מענטש אז מ'קען זיך נישט רעכענען מיט זיי...!
נ.ב.: דער עכטער אליהו איז טאקע געווען אן איש אשר דורות שנים עשר ראו עיניו. אבער דער איצטיגער זעהט דאך נישט קיין ד' אמות פאר זיין פנים וואס ס'טוט זיך. ווייל ער איז פון די אנשים אשר הוכו בסנוורים...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל

מיר אידן זענען באשאנקען געווארן מיט צוויי קעגנזייגטיגע געדאנקן, יד השם בגלוי, און הסתר פנים. יעדער טייטשט אריין קורענט איווענטס לויט זיין פון פאראויס פראגראמירטע שיטה
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז זייער אינטרעסאנט צו באמערקען אז דער רוק ביין פון די קנאישע שיטה איז גאר דער דעמאקראטישע גלויבונג אז יעדער איז בארעכטיגט צו א שיטה. ווען זיי וואלטען נישט געהאט דער איינפלוס פון אמעריקאנער ווירדען, וואלטען זיי קיינמאל נישט זיך געוואגט צו רעדען אזוי.
אלענפאלס, איך וואלט קיינמאל נישט געווען אזוי זיכער אז די טראגעדיעס זענען אן עונש פאר סיי וואס. אבער געווענדליך ווען א מעמטש כאפט א קלאפ, נעמט ער זיך באטראכטען זיין לעבען. ער קען שוין איינזע׳ען אז נישט אלס איז אזוי פשוט, מען לעבט נישט אזוי לייכט. ווען א קנאי לייגט צו זיין קאפ צו וואס טוט זיך, פארשטייט ער גלייך אז זיין שיטות זענען גארנישט אזוי פעסט באזירט, ער קען האבען א הרגש, אבער דאס איז גארנישט אויפגעוויזען. יענער׳ס אפיקורסות איז גארנישט אויפגעוויזען, נישט די פאקטען און נישט די שיטות. ווען ער כאפט אן ערנסטע מינוט, פארשטייט ער דאס. און דאס אז יעצט האבען זיי נישט געכאפט אזא ערנסטע מינוט, איז גאר א שטארקע טענה אויף ווי ערנסט זיי זענען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אלענפאלס, איך וואלט קיינמאל נישט געווען אזוי זיכער אז די טראגעדיעס זענען אן עונש פאר סיי וואס. אבער געווענדליך ווען א מעמטש כאפט א קלאפ, נעמט ער זיך באטראכטען זיין לעבען. ער קען שוין איינזע׳ען אז נישט אלס איז אזוי פשוט, מען לעבט נישט אזוי לייכט. ווען א קנאי לייגט צו זיין קאפ צו וואס טוט זיך, פארשטייט ער גלייך אז זיין שיטות זענען גארנישט אזוי פעסט באזירט, ער קען האבען א הרגש, אבער דאס איז גארנישט אויפגעוויזען. יענער׳ס אפיקורסות איז גארנישט אויפגעוויזען, נישט די פאקטען און נישט די שיטות. ווען ער כאפט אן ערנסטע מינוט, פארשטייט ער דאס. און דאס אז יעצט האבען זיי נישט געכאפט אזא ערנסטע מינוט, איז גאר א שטארקע טענה אויף ווי ערנסט זיי זענען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
באמת?
און אונז זענען בעסער?
ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.
רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.
בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.
און אונז זענען בעסער?
ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.
רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.
בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק, כ'האב מורא אז דו באטראכסט קנאות פון א נישט קנאישע פערספעקטיוו און וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין.
איך, הגם איך בין ווייט פון קנאות, און איך דיסאגרי מיט יעדע זאך וואס קנאות שטייט פאר, בין איך אבער דאנקבאר אז איך בין אויפגעצויגן געווארן אין א קנאישע שטוב, דאס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט קנאות פון די נאנט, נישט נאר די התנהגות נאר אויך די געדאנקן גאנג מיט אלעס הינטער דעם.
יעצט, פונקט אזוי ווי ביי די פייער טראגעדיע אין פלעטבוש האט קיין שום ערליכע איד נישט געטראכט פאר א רגע אז אפשר איז דאס א מעסעדזש פון הימל אז מען ברויך אויפהערן עסן מצות פסח אדער היטן שבת, אזוי אויך פאלט דעם קנאי ניטאמאל איין אז די טראגעדיעס ביי זיי קומט צוליב זייערע מעשים
איך, הגם איך בין ווייט פון קנאות, און איך דיסאגרי מיט יעדע זאך וואס קנאות שטייט פאר, בין איך אבער דאנקבאר אז איך בין אויפגעצויגן געווארן אין א קנאישע שטוב, דאס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט קנאות פון די נאנט, נישט נאר די התנהגות נאר אויך די געדאנקן גאנג מיט אלעס הינטער דעם.
יעצט, פונקט אזוי ווי ביי די פייער טראגעדיע אין פלעטבוש האט קיין שום ערליכע איד נישט געטראכט פאר א רגע אז אפשר איז דאס א מעסעדזש פון הימל אז מען ברויך אויפהערן עסן מצות פסח אדער היטן שבת, אזוי אויך פאלט דעם קנאי ניטאמאל איין אז די טראגעדיעס ביי זיי קומט צוליב זייערע מעשים
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
אישתישבי: דו מאכסט א טעות. איך ווייס נישט מיט א זיכערקייט פארוואס די אסונות זענען געקומען. אבער איך בין גרייט צו הערן און אריינטראכטן אין ליכט פון מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. ווייל א קעיגן פאקטן קענמען זיך דאך נישט מתווכח זיין. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך נישט געווען אויף איין דרגה מיט דעם אגד באס דרייווער אדער דעם שוסטער פון רחוב הירקון...!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז זייער אינטרעסאנט צו באמערקען אז דער רוק ביין פון די קנאישע שיטה איז גאר דער דעמאקראטישע גלויבונג אז יעדער איז בארעכטיגט צו א שיטה. ווען זיי וואלטען נישט געהאט דער איינפלוס פון אמעריקאנער ווירדען, וואלטען זיי קיינמאל נישט זיך געוואגט צו רעדען אזוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ניין! די קנאישע שיטה האלט אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און הלוואי זאלן זיך אלע אנדערע אידן אזוי פירן.
די וועלכע פארענפערן קנאות אפילו זיי האלטן נישט ווי זיי, ואני בתוכם, קומט פון די דעמאקראטישע גלויבן אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א שיטה.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
אישתישבי: דו מאכסט א טעות. איך ווייס נישט מיט א זיכערקייט פארוואס די אסונות זענען געקומען. אבער איך בין גרייט צו הערן און אריינטראכטן אין ליכט פון מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. ווייל א קעיגן פאקטן קענמען זיך דאך נישט מתווכח זיין. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך נישט געווען אויף איין דרגה מיט דעם אגד באס דרייווער אדער דעם שוסטער פון רחוב הירקון...!
עס פאסט נישט פאר א חכם כמותך צו זאגן אזעלכע רייד.אוודאי איז ר' שטיינמאן א תלמוד חכם, אבער לדעתם איז ער נאך עפעס, איך וויל עס נישט שרייבען אליין, סא וואס פונקטליך איז דיין פוינט?
רב העלבראנץ איז אויך געוועהן א ריזין תלמיד חכם, און איך געדענק אז בשעתו האסטו פלענטי חוזק געמאכט. איז וואס איז דא געשעהן אז די בזיון התורה קיצעלט אייך אזוי?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
שושן פורים - ווארשיינדליך ביסטו געהאדעוועט געווארען אין אן אמעריקאנער קנאישע שטוב, וואס איז געווענדליך א תמימות׳דיגע נאכפאלגערשאפט פון א רבי און א קנאישע גאנג. די חברה האבען נישט געטיילט לאטקעס. דאס קומט פון די איזראעלי לאגער, וואס איך קען גאנץ פיין, און דארט איז עס עפ"י רוב אן אויבער חכמה און א לינק׳קייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
שושן פורים האט געשריבן:ניין! די קנאישע שיטה האלט אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און הלוואי זאלן זיך אלע אנדערע אידן אזוי פירן.
די וועלכע פארענפערן קנאות אפילו זיי האלטן נישט ווי זיי, ואני בתוכם, קומט פון די דעמאקראטישע גלויבן אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א שיטה.
יעדער איז בארעכטיגט צו זייער שיטה, אין אנדערע ווערטער יעדער איז בארעכטיגט צו זיין משוגע, אבער א משוגענער איז ער. און יעדער האט רעכט צו אויסרופן הויעך, "דער איז א משוגענער".
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בכלל איז דער הנחה אז קנאות איז געבויט אויף דעמאקראטיע נישט ריכטיג.
קנאות האלט נישט אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א אייגענע שיטה, נאר מער אז מען טאר נישט נאך גיין דער שטראם וואס יעדער האלט און טוט, נאר מען דארף טוהן וואס איז ריכטיג (לדעתם זייערע שיטות) אפילו עס איז דער היפוך פין גאנץ כלל ישראל.
קנאות האלט נישט אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א אייגענע שיטה, נאר מער אז מען טאר נישט נאך גיין דער שטראם וואס יעדער האלט און טוט, נאר מען דארף טוהן וואס איז ריכטיג (לדעתם זייערע שיטות) אפילו עס איז דער היפוך פין גאנץ כלל ישראל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
און דא קומט דער עיקר היפאקראטיע פין ר' רייזמאן, ווען דער עולם זאל וויסן ווי מען רודפ'ט אין בעלזא איינער וואס פארט קיין אומאן, אדער איינער וואס גייט צו קלוגער, וואלטן זיך דער האר פין קאפ אויפגעשטעלט, און ער האט די חוצפה צו זאגן אז אפילו עס איז דא חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ האבן דרך ארץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז נישט נאר איהם, אונזער גאנצע געזעלשאפט איז געבויט אויף זעם אז אלעס איז ביהרג ואל יעבור, עקסטרעם ביז׳ן סוף. נישט יעדער טוט אזוי, אבער דער געזעלשאפט לויפט אזוי. זיין פערזענליכע היפאקריטעווע איז נישט נוגע דא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:באמת?
און אונז זענען בעסער?
ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.
רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.
בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.
אישתישבי: די התאחדות הרבנים טוט עס די גאנצע צייט. סיי ווען (ווען אימער, אויף די יעקישע שפראך) ס'געשעהט ח"ו א טראגעדיע זענען זיי די ערשטע ארויסצושפרונגען און אויפווייזן אז די טראגעדיע/ס זענען ל"ע געשעהן צוליעב יענעם יחיד'ס אדער יענע גרופ'ס עבירות. אבער קיינמאל נישט צוליעב די מיסברויכן אין די אייגענע מחנה. און אויב שוין יא אין די נאנטע קרייזן דאמאלס איז עס מינדערוויכטיגע פרטים. אויך וואס יענער דארף פאררעכטן. ווי דער עירוב. אדער די רויטע טורבאנס מיט וואס די נשים צדקניות גייען אנגעטון. אבער קיינמאל נישט די זיופים ביי השגחות אדער די פאלשע. יא, פאלשע דיני תורה וואס קומען מיט שוחד, פאר'ן הויפט קאפיטאן. וואס איבער דעם זאגט די תוה"ק און די גמ' איז מפרש אז ס'קומט זייער הארבע עונשים, רח"ל. אדער די היפאקריטישקייט פון שרייען מיט גרויסע קול קורא'ס און רופן צו הפגנות ווען א נארישע פרוי אויף ליע עוו. מאכט אויף א קליידער סטאר און ס'איז נישט גוט פארהאנגען די דיספלעי ווינדאו. ווען אין די זעלבע צייט, אין אנדער'ן עק פון די עיר הקדשה וויליאמסבורג איז דא א סטאר וואס פארקויפט בגדי נשים און מיט נעמען פון נשים און בילדער פון די בגדים הענגען אינדרויסן בריש גלי. אז ווען די הייליגע מענער גיייען דארט פארביי קענען זיי נאך אמאל ח"ו נכשל ווערן מיט מחשבות זרות. ואין פוצה פה ומצפצף. ווען איך האב אנגעהויבן א ביסל חוקר צו זיין די סיבה פארוואס די פירצה ווערט פארשוויגן דורך די אפיציעלע אינסטאנצן. האב איך אויסגעפונען אז די פרוי וועלכע איז די אייגנטומערין פון דעם געשעפט איז די טאטכער פון דעם גרויסן לוחם מלחמות ה' הרב ר' יוסל בן מרים וואלדמאן. נו, אז ער איז לוחם מיט אונזער גרעסטן שונא מעג ער און זיין משפחה טון אלעס וואס זייער הארץ באגערט. און דעריבער איז אין פוצה פה ומצפצף...! ער איז נאר מצפצף ווען א איד טראגט מיט'ן עירוב. און ער קומט ל"ע אום אין אן עקסידענט. דאמאלס קומען ארויס די גרויסע פאשקוויללן מיט די פסוקים פון תורה וועלכע זענען צוגעפאסט צום מצב...!