"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

אינעם נייעם וועקער, נומער 11, האב איך געשריבן דעם הויפט-ארטיקל, א לעבנסביאגראפיע אויף הרב שטיינמאן.
די אידישע פרעסע איז ליידער אנגעפולט מיט אגענדע געטריבענע מענטשן וואס וואגן נישט צו באשרייבן דעם גאון וצדיק ומנהיג הדור, הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצוק"ל, טראצדעם וואס טאקע די אידיש רעדנדע ציבור וואלט געדארפט צו זיין די ערשטע געוואויר צו ווערן דעם אמת איבער אט דעם לויטערן דמות פון הרב שטיינמאן.
ווען ידידי הרב ראובן האט מיר געבעטן איינמאל און נאכאמאל צו באשרייבן דעם אדם גדול, און טאקע פון אן אביעקטיוון ווינקל אנע מופתים-סטיל געשרייבעכץ, האב איך מיך אונטערגעגארטעלט די לענדן (נייע ווערסיע פון "שנסתי מתניים וחגרתי עוז ואזרתי אומץ ויצאתי ללחום מלחמתה של תורה") און איך האב געשריבן גאר א לאנגע ביאגראפיע צוטיילט אין צוויי חלקים.
דאס ערשטע איז זיין "תולדות החיים", פון בריסק קיין שווייץ, כפר סבא, בני ברק, און פון א יונגער תלמיד חכם ביזן ווערן דער גדול הדור, און אלעס ארום און ארום. דאס איז ערשינען אינעם יעצטיגן ניי-ערשינענעם וועקער.
חלק ב' וועט בע"ה זיין "אורחות החיים" (וואס צו דעם ציל איך בעיקר), און וועט אי"ה אדורכטון דעם פערזענליכקייט פון הרב שטיינמאן. זיין סגפנות, זיין חכמה, זיין פראגמאטישקייט, זיין התמדה, זיין איבערגעגעבנקייט, א.א.וו. דאס וועט האפנטליך ערשיינען אינעם קומענדיגן וועקער.
רוב עפיזאדן וואס זענען געשריבן געווארן אין מיין ארטיקל, זענען געהערט געווארן פון די מקור ראשון זעלבסט. איך שטיי בקשר מיט אסאך תלמידים פון הרב שטיינמאן זעלבסט, און זיי באשטייען עפ"ר פון ערנסטע ת"ח ומרביצי תורה אין ישיבות וכוללים. געוויסע מעשיות האב איך געזען פון די משפחה און מקורבים פון הרב שטיינמאן, און זיי זענען אויך אריין אינעם ארטיקל.
עס איז פשוט אז איך שרייב נאר פון מיין קוק ווינקל, מיין אבזערוואציע, און מיין פארשטאנד. וויבאלד יעדער מענטש טראכט אנדערש, וועלן די לייענער געוויס טרעפן פונקטן וואו זיי האלטן אנדערש, און איך וויל טאקע אז מ'זאל אלעס אויסשמועסן בדיבוק חברים, אבער מיט איין תנאי: עס איז נארמאל צו האלטן אנדערש, נאכן אדורכטון די פאקטן. עס איז קינדעריש צו האלטן אנדערש, כדי אנצוהאלטן פון-פאראויס-באשטימטע "פאקטן". דערפאר בעט איך אז די וואס קומען מיט אלטע איינגעמויערטע "פאקטן" פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען, זאלן לאזן דעם אשכול פאר קליינקעפיגע מענטשן ווי מיך, וואס ווילן נישט אנערקענען די סארט פאקטן א שטייגער ווי דאס אז הרב קוק איז "הר' קוק" / "קוק ימ"ש", הרב שטיינמאן איז א "מסית ומדיח", א גאב"ד פון א בי"ד אין ירושלים איז "מרא דארעא דישראל", און דער דברי יואל פון סאטמאר איז געווען "רשכבה"ג".
איך האף אז דער אשכול וועט זיך אנטוויקלען אלץ אן ארט וואו יעדער זאל קענען שרייבן עפיזאדן, אנעקדאטן, און אבזערוואציעס אויף דעם גדול בישראל, ריין פון קנאישע הין-און-צוריק טענה'רייען.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
איך האלט נאך אין מיטען, אבער ביזדערווייל האט הרב מאשקאוויטש (וואס ווארשיינדליך אדער ער אדער א קרוב משפחה זיינער, זענען גאר מתלמידי הרב שטיינמאן) אוועק געלייגט די היסטאריא דבר דבורעל אופניו, נאכגעברענגט די אלע אינטרעסאנטע זאכען פון א פארשידענהייט פון קוואלען לפונדק אחד.
איך האב געהאט א פאר הערה׳לעך.
א. מ׳האט נישט דערמאנט דער קורבת משפחה צו הרב שמחה זליג הי"ד, וואס איז געווען זיין טאטענ׳ס אן ערשטע קאזין.
ב. די בריווען פון ר׳ ברוך בר זענען נישט אנדערש ווי אלע זיין המלצות בשעתו, וואס ער האט געגעבען פאר בחורים וואס זענען ווייט אוועק געפארען. זיי ווייזען גארנישט.
ג. מרת תמר שטיינמן איז פון אנטווערפען געקומען, אבער זי איז געווען א פוילישע אין אפשטאם.
ד. דער חזו"א האט מקרב געווען אלע ישיבה לייט אן אויסנאם. דאס מקרב זיין הרב שטיינמן איז נישט קיין אויסנאמליכי חידוש. דער כבוד אפשר יא, אבער נישט דער קירוב.
ה. וואס מיינט א שאלעשודעס מיט פארמאכטע עלעקטער? עס איז דעמאלס געווען א גנרטור אין ישיבה? עס מיינט אזוי ווי ביי רבי׳ס א טינקעלע שאלעשידעס?
ו. די וועדזשטעבעל איז געווען חצילים, נישט סקוואש, לויט די באקאנטע מעשה (!).
ז. הרב שולזינגר האט געשריבען די מעשה יונגעהייט, ווען ער איז געווען א ריזיגע חסיד פון הרב שטיינמן. שפעטער האט ער עפעס געטוישט די ניגון, ולק"מ ואכמ"ל.
ח. עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז טראץ זיין שטילע וועג פון רעדען, איז ער קיינמאל נישט געווען קיין פארמאכטע. נאך בחיי החזו"א האט ער זיך געלאזט הערען זיין מיינונג אויף דברים העומדים על הפרק. משה שנפלד פלעגט דורכשמועסען מאמרים מיט איהם.
ט. עס דוכט זיך אז הרב זאב ברלין איז אן אייניקעל פון א ברודער פון דער נצי"ב, נישט דער נצי"ב אליינס, אזוי ווי די גאנצע ברלין משפחה אין ירושלים, ובתוכם הרב אלחנן חתן הגריש"א.
י. איך האב פארשטאנען אז דאס נישט נעמען געלט פון דער רעגירונג האט גארנישט מיט קנאות. איך האב פארשטאנען אז ער האלט אז עס פעלט אין נקיות צו נעמען געלט פון אן אנשטאלט פון וואס דו האלטסט נישט. דער ח"ח׳ס זוהן ברענגט אז זיין טאטע האט געהייסען די ישיבה׳ס משולחים נישט נעמען אדער בעטען געלט פון איינער וואס פארשטייט נישט די תכלית פון די ישיבה (ער שרייבט דארט אז ער מיינט אז מ׳האט נישט געהארכט דער ח"ח!).
נאכאמאל, א גרויסען דאנק פאר די ארטיקל, איך שרייב נאר מיין הערות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב שטארק הנאה געהאט אז די צוויי בילדער פון מענטשען אויפן דעקל זענען הרב שטיינמען און יואלי עהרנפעלד. עס איז גוט צו זעהן היימישע פענימער אויף די דעקל פון אזא גרויס-וועטליגע אויסגאבע.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האלט נאך אין מיטען, אבער ביזדערווייל האט הרב מאשקאוויטש (וואס ווארשיינדליך אדער ער אדער א קרוב משפחה זיינער, זענען גאר מתלמידי הרב שטיינמאן) אוועק געלייגט די היסטאריא דבר דבורעל אופניו, נאכגעברענגט די אלע אינטרעסאנטע זאכען פון א פארשידענהייט פון קוואלען לפונדק אחד.
איך האב געהאט א פאר הערה׳לעך.
א. מ׳האט נישט דערמאנט דער קורבת משפחה צו הרב שמחה זליג הי"ד, וואס איז געווען זיין טאטענ׳ס אן ערשטע קאזין.
ב. די בריווען פון ר׳ ברוך בר זענען נישט אנדערש ווי אלע זיין המלצות בשעתו, וואס ער האט געגעבען פאר בחורים וואס זענען ווייט אוועק געפארען. זיי ווייזען גארנישט.
ג. מרת תמר שטיינמן איז פון אנטווערפען געקומען, אבער זי איז געווען א פוילישע אין אפשטאם.
ד. דער חזו"א האט מקרב געווען אלע ישיבה לייט אן אויסנאם. דאס מקרב זיין הרב שטיינמן איז נישט קיין אויסנאמליכי חידוש. דער כבוד אפשר יא, אבער נישט דער קירוב.
ה. וואס מיינט א שאלעשודעס מיט פארמאכטע עלעקטער? עס איז דעמאלס געווען א גנרטור אין ישיבה? עס מיינט אזוי ווי ביי רבי׳ס א טינקעלע שאלעשידעס?
ו. די וועדזשטעבעל איז געווען חצילים, נישט סקוואש, לויט די באקאנטע מעשה (!).
ז. הרב שולזינגר האט געשריבען די מעשה יונגעהייט, ווען ער איז געווען א ריזיגע חסיד פון הרב שטיינמן. שפעטער האט ער עפעס געטוישט די ניגון, ולק"מ ואכמ"ל.
ח. עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז טראץ זיין שטילע וועג פון רעדען, איז ער קיינמאל נישט געווען קיין פארמאכטע. נאך בחיי החזו"א האט ער זיך געלאזט הערען זיין מיינונג אויף דברים העומדים על הפרק. משה שנפלד פלעגט דורכשמועסען מאמרים מיט איהם.
ט. עס דוכט זיך אז הרב זאב ברלין איז אן אייניקעל פון א ברודער פון דער נצי"ב, נישט דער נצי"ב אליינס, אזוי ווי די גאנצע ברלין משפחה אין ירושלים, ובתוכם הרב אלחנן חתן הגריש"א.
י. איך האב פארשטאנען אז דאס נישט נעמען געלט פון דער רעגירונג האט גארנישט מיט קנאות. איך האב פארשטאנען אז ער האלט אז עס פעלט אין נקיות צו נעמען געלט פון אן אנשטאלט פון וואס דו האלטסט נישט. דער ח"ח׳ס זוהן ברענגט אז זיין טאטע האט געהייסען די ישיבה׳ס משולחים נישט נעמען אדער בעטען געלט פון איינער וואס פארשטייט נישט די תכלית פון די ישיבה (ער שרייבט דארט אז ער מיינט אז מ׳האט נישט געהארכט דער ח"ח!).
נאכאמאל, א גרויסען דאנק פאר די ארטיקל, איך שרייב נאר מיין הערות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א דאנק פאר דיינע הערות, וואס זענען טיילווייז ריכטיג (כ'בין גראדע נאר אן אנהענגער אינעם דמות פון הרב שטיינמאן. א שטיקל דאנק קומט פאר די קנאים, וואס אדאנק זייערע פאשקעווילן קעגן דעם איד האב איך אנגעהויבן צו נישטערן און זיך דערגרינטעווען אין אורחות חייו. איך בין אויך באקאנט מיט אסאך פון זיינע תלמידים, און פון זיי האב איך גענאשט פילע עפיזאדן).
א. איך האב יא דערמאנט אז הרב שטיינמאן איז געווען א קוזין מיט רבי שמחה זעליג, הגם כ'האב נישט אויסגערעכנט די פונקטליכע קירבה נישט קלערנדיג אז ס'איז אין די אינטערעסע פונעם לייענער באזע.
ב. איבער די בריוון פון רבי ברוך בער בין איך דאס שפעטער געוואויר געווארן - ווארשיינליך דורכן זעלבן וועג ווי דיר, דורך אי"ס פון פורום אוצה"ח - הגם עס איז נישט קיין ראי' אז ער האט דאס געשריבן אויף בחורים וואס ער האט נישט געקלערט אז זיי וועלן אויסשטייגן עפעס ספעציעל. כ'וואלט עס אבער קלארער אויסגעשמועסט אויב כ'וואלט דאס געוואוסט פון פריער.
ג. ריכטיג.
ד. ווען איך רעד פון די קירוב צום חזון איש, מיין איך נישט דער פאקט אז ער האט אים אריינגעלאזט אין שטוב און גערעדט מיט אים אין לערנען, וואס דאס האט ער געטון מיט יעדן צורבא דרבנן, און בשיטה. כ'רעד טאקע פון די ספעציעלע אותות קירבה וואס ער האט אים ארויסגעוויזן, פון זיך אויפשטעלן פאר אים און אים ארויסבאגלייטן כאחד מגדולי הרבנים, ביזן פאקט אז ער האט אים געשטעלט אין פאזיציעס פון ראש ישיבה.
ה. לויט וויפיל איך האב פארשטאנען פון די באשרייבונגען, איז עס גראדע יא געווען מער על דרך ווי א רבישע שאלעשידעס, כלומר, די זעלבע נקודה אז מיט טונקעלע לעקטער ברענגט עס מער התעוררות, און עכ"פ די בחורים האבן עס אראפגעלייגט באופן זה אז זיי זענען נתעורר געווארן פונעם מעמד פון א שיחת מוסר אין די טונקל. אויב דער אמתער סיבה איז געווען דאס גופא, אדער דאס איז נאר געווען א תוצאה פון נישט האבן א גענעראטור, ווייס איך נישט. (עס איז אויך נישט שטארק מסתבר אז די סיבה איז אז ס'איז נישט געווען קיין גענעראטור, ווייל ער האט זיך אזוי געפירט אויך אין ישיבת גאון יעקב, וואס דארט איז שווער צו גלייבן אז ס'איז נישט געווען קיין געלט פאר א גענעראטור)
ו. לויט וויפיל איך דענק, איז די מעשה דייקא יא געווען מיט "קישואים", סקוואש, און נישט חצילים... כ'דארף איבערקוקן אין משמר הלוי שברגע זה אינו תח"י.
ז. ריכטיג.
ח. אויך ריכטיג, אבער דאס איז געווען פאר מענטשן וואס האבן געזוכט צו הערן זיין חוו"ד. ער האט זיך אבער נישט ארויסגעשטעקט פון זיינע ד' אמות משמיע צו זיין זיין דעה פארן רבים (אין יענע יארן).
ט. כ'מיין אז דו ביסט גערעכט. איך האב געמיינט אז דאס איז די סיבה פארוואס מ'האט עס גערופן די וואלאזינע ישיבה, ווייל ר' זאב ברלין איז אן אייניקל פונעם נצי"ב מוואלאזין. למעשה זע איך אז דאס האט זיך געעפנט דורך הרב שמעון לנגבורט, חתן הג"ר יעקב שפירא אב"ד ור"מ וואלאזין, בן הג"ר רפאל שפירא אב"ד ור"מ וולאזין, חתן הנצי"ב, און דערפאר האט מען דאס גערופן וואלאזינע ישיבה. דער נאמען "גאון יעקב" קומט אויך צוליב דעם וואס עס הייסט על שם הג"ר יעקב שפירא מוואלאזין.
י. מעודי לא שמעתי מכך, און ס'וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט א מקור. איך האב גראדע הנאה געהאט פון די פשטות'דיגע בליק פון הרב שטיינמאן, כסימוכין למכתבו של ר' משה פיינשטיין בשבחו של קרן הצלה פון סאטמאר, אז ס'איז יא דא אזא געדאנק אז ווילאנג מ'דארף נישט צוקומען צו זיי - זאל מען נישט צוקומען צו זיי.
א גרויסע דאנק פאר דיינע הערות, וואס געוויסע זענען קילורין לעינים וואס כ'האב נישט געוואוסט, און געוויסע האבן געמאכט כ'זאל זיך קלארער באקענען מיט די פאקטן וואס כ'האב יא גוט געשריבן. אדרבה, כה תוסיף וכה תתן ווייטער.
כ'האב אויך פארשידענע הוספות והערות וואס זענען צוגעקומען זינט דעם ארטיקל, ואי"ה עוד חזון האפנטליך אין דעם אשכול.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
יא. אין די יארען פון הרב אלישיב, האט הרב שטיינמן געפיהרט אלסדינג וואס האט צוטוהן מיט ישיבות, און אלע אנדערע זאכען האט הרב אלישיב געפיהרט. נישט ווי די עץ׳ניקעס ווילען זאגען אז הרב אלישיב איז געווען אלס, און נישט ווי יהודה מאשקאוויטש וויל זאגען אז הרב אלישיב איז געווען קלענער אין פיהרערשאפט ווי הרב שטיינמן. נאר דייקא אזוי. און זינט די פטירה פון הרב אלישיב, איז טאקע אלסדינג אחוץ ישיבות מיט חינוך געווארען נאכגעלאזען. דאס איז אין פסק הלככ ווי אויך אין רבנות עניינים.
יב. די געלטער וואס הרב שטיינמן האט פארטיילט איז נישט געווען נאר בבחינת צוזאם שטעלען געלט פאר ישיבות און כוללים. ער אליינס איז געווארען א ריזיגע עושר. יא, ווי דו ליינסט. מענטשען פלעגען מיט איהם מאכען יששכר זבלון אפמאך׳ס פאר א געוויסע צייט אין טאג. דאס איז געווען ריין זיין געלט, ואין לזרים אתו. נישט ווי א רבי וואס ווען ער זאגט ער נעמט די געלט פאר זיך וואלטען די חסידים דאס נישט געקענט איינשלינגען, און בעצם מוז ער עס פארטיילען. דאס איז אינגאנצען געווען זיינס. און מיט דעם האט ער אויסגעהאלטען כוללים און ישיבות.
יג. די עסקנות ארבעט פון עפענען ישיבות איז טאקע געווען זיינס, אבער צו זאגען אז תלמידי ישיבת ארחות תורה זענען זיין תלמידים איז היבש איבערגעטריבען.
יד. דאס איז אויך לגבי די חיזוק טריפס. מ׳דערציילט אונז פון מהפכות, אבער מטיבן של קרובים וכו׳, איך זעי נישט וואס פארא נ"מ עס מאכט לגבי אמעריקאנער אידענטום. די סיסטעם האט זיך נישט געטוישט, מענטשען האבען פאר דעם אויך געשיקט די קינדער אין ישיבות.
טו. די מעשה מיט הרב משה שמואל איז געווען מעורב ומתובל מיט די פרשנות פון דער שרייבער. הרב אלישיב האט זיך שטארק געבייזערט, דאס ווייסט מען. דאס אנרופען דער מעשה פאר עפעס וואס פאסט פאר א קינדערגארטען איז גאר דער פרשנות פון אנדערע, און צווישען אזעלכע לייבען ווי הרב משה שמואל און הגריש"א, דארף מען זיך מער נזהר זיין.
טז. בכלל, די מעשה מיט וועדת טל האב איך געהערט פון ג׳ ווארטזאגערס מיט אנדערע ניואנסען. פאר עפעס א סבה, האלטען די ארץ ישראל׳דיגע אז גייען אין מיליטער איז א זאך וואס מ׳מעג נאר מאכען אומאפיציעל, ווייל דאס איז אן עבירה כשלעצמה. דאס איז א שפעטערע אנטוויקלונג, בשעת אז אין פריערדיגע יארען האט מען אזעלכע פראבלעמען נישט געהאט. דעמאלס איז דער נוסח געווען אז דאס בעסטע זאך איז זיצען און לערנען און נעבעך אויף דער וואס טוט עס נישט.
יז. דער נחל חרדי פון שנות הכ׳, איז געווען טאקע פון ר׳ חיים מאיר׳ל, און עס איז בעיקר באשטאנען פון זיין סארט סטאדע פון יענער יארען, רומענישע עולים. דעמאלס האט מען מולה געווען פון דער ירושלים דאמעריקא, אבער מ׳האט נאך נישט געבאקען קיין מימרות פון דער רבי זכרוינעלברוכע אןיף דעם. איך האב געהערט אז ר׳ מאטעלע פלעגט קלינגען זיין טאטען מוחה צו זיין דערויף. צום סוף האט ר׳ חיים מאיר׳ל געזאגט צו איהם "מאטעלע, דו ווייסט איך גיי נאך תפילין יעדען טאג, איך היט נאך שבת".
יח. דער שרייבער באשרייבט מיט גליק דער גרויסע זיג פון איבערנעמען דער יתד. אוודאי איז עס געווען אויסגעהאלטען און פארשטענדליך, דער יתד האט נישט געמעגט זעין נחלת הפרט, דאס איז אלס נאר געווען א שופר פון גדודלי ישראל. אבער פראקטיש ווייס איך נישט צו עס איז געווען אזא זיג. די ׳פלג הירושלמי׳ באשטייט פון מענטשען וואס שפירען זיך באקריוועדעט, און זיי טוהן כל שטות שבעולם זיך צוריק אריין צו רוקען אויף מענטשנ׳ס געוויסען. די בחורים׳לעך זעמען די useful idiots פאר די פיהרערשאפט דארטען זיי צו מאכען בלייבען רעלעוואנט. די אלע שיטות און קנאות לש"ש, וואלט מען מעגליך געקענט פארמיידען ווען נישט פאר דער איבערנעמען פון דער יתד. ווער זאגט אז דער שריט איז געווען אזוי קלוג?
יט. דאס אז הרב שטיינמן האט גארנישט געזאגט ביז דער אכציג איז נישט ריכטיג. מ׳האט אלס גערעכענט מיט זיין מיינונג און ער האט געהאט א מיינונג אפילו בצעירותו. נישט ווי הרב שך איז ער קיינמאל נישט געווען קיין איינגעהאלטענע. א שטילע יא, אבער די וואס האבען איהם , איז ער געווען א שטארקע בעל דעה. נאר כל זמן הרב שך האט געפיהרט, האט ער נישט געהאט וואס אריין צו רעדען. צום סוף האט ער איין זאך אויסגעפיהרט, וואס האט פאראורזאכט אז הרב שך האט געזען אז דער נעקסטע דור איז שוין דא, און ער האט זיך פארמאכט פון איין טאג אויפ׳ן צווייטען אז מער פיהרט ער נישט (אגב אורחא, האט דער היסטאריא אמאל געזען אזא נקיות, אז מ׳זאל איינזע׳ען די אייגענע שוואכקייטען און מרצון אפגעבען די הנהגה?) און דעמאלס איז עס ארויס פון זיין הענט
כ. מ׳דארף נאך מעורר זיין איין נקודה. א מענטש פון איין לאנד, קען שווער ארויס האבען א צווייטע לאנד. די טראכטסגאנג, האפענונגען, פארשטאנד און הינטערגרונד זענען היבש אפגעטיילט איינס פון די צווייטע. הרב שטיינמאן איז פון ליטא געקומען, פון דורות צוריק, און נאכאלס געטראפען א וועג צו פארשטייען א בחור פון די היינטיגע דור.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא. אין די יארען פון הרב אלישיב, האט הרב שטיינמן געפיהרט אלסדינג וואס האט צוטוהן מיט ישיבות, און אלע אנדערע זאכען האט הרב אלישיב געפיהרט. נישט ווי די עץ׳ניקעס ווילען זאגען אז הרב אלישיב איז געווען אלס, און נישט ווי יהודה מאשקאוויטש וויל זאגען אז הרב אלישיב איז געווען קלענער אין פיהרערשאפט ווי הרב שטיינמן. נאר דייקא אזוי. און זינט די פטירה פון הרב אלישיב, איז טאקע אלסדינג אחוץ ישיבות מיט חינוך געווארען נאכגעלאזען. דאס איז אין פסק הלככ ווי אויך אין רבנות עניינים.
יב. די געלטער וואס הרב שטיינמן האט פארטיילט איז נישט געווען נאר בבחינת צוזאם שטעלען געלט פאר ישיבות און כוללים. ער אליינס איז געווארען א ריזיגע עושר. יא, ווי דו ליינסט. מענטשען פלעגען מיט איהם מאכען יששכר זבלון אפמאך׳ס פאר א געוויסע צייט אין טאג. דאס איז געווען ריין זיין געלט, ואין לזרים אתו. נישט ווי א רבי וואס ווען ער זאגט ער נעמט די געלט פאר זיך וואלטען די חסידים דאס נישט געקענט איינשלינגען, און בעצם מוז ער עס פארטיילען. דאס איז אינגאנצען געווען זיינס. און מיט דעם האט ער אויסגעהאלטען כוללים און ישיבות.
יג. די עסקנות ארבעט פון עפענען ישיבות איז טאקע געווען זיינס, אבער צו זאגען אז תלמידי ישיבת ארחות תורה זענען זיין תלמידים איז היבש איבערגעטריבען.
יד. דאס איז אויך לגבי די חיזוק טריפס. מ׳דערציילט אונז פון מהפכות, אבער מטיבן של קרובים וכו׳, איך זעי נישט וואס פארא נ"מ עס מאכט לגבי אמעריקאנער אידענטום. די סיסטעם האט זיך נישט געטוישט, מענטשען האבען פאר דעם אויך געשיקט די קינדער אין ישיבות.
טו. די מעשה מיט הרב משה שמואל איז געווען מעורב ומתובל מיט די פרשנות פון דער שרייבער. הרב אלישיב האט זיך שטארק געבייזערט, דאס ווייסט מען. דאס אנרופען דער מעשה פאר עפעס וואס פאסט פאר א קינדערגארטען איז גאר דער פרשנות פון אנדערע, און צווישען אזעלכע לייבען ווי הרב משה שמואל און הגריש"א, דארף מען זיך מער נזהר זיין.
טז. בכלל, די מעשה מיט וועדת טל האב איך געהערט פון ג׳ ווארטזאגערס מיט אנדערע ניואנסען. פאר עפעס א סבה, האלטען די ארץ ישראל׳דיגע אז גייען אין מיליטער איז א זאך וואס מ׳מעג נאר מאכען אומאפיציעל, ווייל דאס איז אן עבירה כשלעצמה. דאס איז א שפעטערע אנטוויקלונג, בשעת אז אין פריערדיגע יארען האט מען אזעלכע פראבלעמען נישט געהאט. דעמאלס איז דער נוסח געווען אז דאס בעסטע זאך איז זיצען און לערנען און נעבעך אויף דער וואס טוט עס נישט.
יז. דער נחל חרדי פון שנות הכ׳, איז געווען טאקע פון ר׳ חיים מאיר׳ל, און עס איז בעיקר באשטאנען פון זיין סארט סטאדע פון יענער יארען, רומענישע עולים. דעמאלס האט מען מולה געווען פון דער ירושלים דאמעריקא, אבער מ׳האט נאך נישט געבאקען קיין מימרות פון דער רבי זכרוינעלברוכע אןיף דעם. איך האב געהערט אז ר׳ מאטעלע פלעגט קלינגען זיין טאטען מוחה צו זיין דערויף. צום סוף האט ר׳ חיים מאיר׳ל געזאגט צו איהם "מאטעלע, דו ווייסט איך גיי נאך תפילין יעדען טאג, איך היט נאך שבת".
יח. דער שרייבער באשרייבט מיט גליק דער גרויסע זיג פון איבערנעמען דער יתד. אוודאי איז עס געווען אויסגעהאלטען און פארשטענדליך, דער יתד האט נישט געמעגט זעין נחלת הפרט, דאס איז אלס נאר געווען א שופר פון גדודלי ישראל. אבער פראקטיש ווייס איך נישט צו עס איז געווען אזא זיג. די ׳פלג הירושלמי׳ באשטייט פון מענטשען וואס שפירען זיך באקריוועדעט, און זיי טוהן כל שטות שבעולם זיך צוריק אריין צו רוקען אויף מענטשנ׳ס געוויסען. די בחורים׳לעך זעמען די useful idiots פאר די פיהרערשאפט דארטען זיי צו מאכען בלייבען רעלעוואנט. די אלע שיטות און קנאות לש"ש, וואלט מען מעגליך געקענט פארמיידען ווען נישט פאר דער איבערנעמען פון דער יתד. ווער זאגט אז דער שריט איז געווען אזוי קלוג?
יט. דאס אז הרב שטיינמן האט גארנישט געזאגט ביז דער אכציג איז נישט ריכטיג. מ׳האט אלס גערעכענט מיט זיין מיינונג און ער האט געהאט א מיינונג אפילו בצעירותו. נישט ווי הרב שך איז ער קיינמאל נישט געווען קיין איינגעהאלטענע. א שטילע יא, אבער די וואס האבען איהם , איז ער געווען א שטארקע בעל דעה. נאר כל זמן הרב שך האט געפיהרט, האט ער נישט געהאט וואס אריין צו רעדען. צום סוף האט ער איין זאך אויסגעפיהרט, וואס האט פאראורזאכט אז הרב שך האט געזען אז דער נעקסטע דור איז שוין דא, און ער האט זיך פארמאכט פון איין טאג אויפ׳ן צווייטען אז מער פיהרט ער נישט (אגב אורחא, האט דער היסטאריא אמאל געזען אזא נקיות, אז מ׳זאל איינזע׳ען די אייגענע שוואכקייטען און מרצון אפגעבען די הנהגה?) און דעמאלס איז עס ארויס פון זיין הענט
כ. מ׳דארף נאך מעורר זיין איין נקודה. א מענטש פון איין לאנד, קען שווער ארויס האבען א צווייטע לאנד. די טראכטסגאנג, האפענונגען, פארשטאנד און הינטערגרונד זענען היבש אפגעטיילט איינס פון די צווייטע. הרב שטיינמאן איז פון ליטא געקומען, פון דורות צוריק, און נאכאלס געטראפען א וועג צו פארשטייען א בחור פון די היינטיגע דור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א דאנק פאר דיינע פרישע הערות, און איך וועל זיך יעצט באציען דערצו:
יא. האמיר שוין דריי סארטן פרשנויות... מיינע, דיינע, און די עצניקעס.
יב. עס איז טאקע איינע פון די משונה'דיגע צדקות'ן פון הרב שטיינמאן, און כ'האב עס פארגעסן צו ברענגען אינעם פריערדיגן ארטיקל.
יג. ישיבת ארחות תורה איז יא געווען זיין ישיבה אונטער זיין אנפירערשאפט, סיי אין די מהלך הלימודים, סיי אין אויפנעמען רמי"ם, און סיי אין געבן שיעורים. אזויפיל דארף איך טאקע יא זאגן, אז ער פלעגט נישט געבן טעגליכע שיעורים אזויווי אין ישיבת גאון יעקב אדער פאנאוויזש. פארט איז עס אבער ארויסגעשטאנען פון די אנדערע ישיבות וואס ער האט געשטיצט פינאנציעל (א שטייגער ווי עטרת שלמה אד"ג), מיט די כסדר'דיגע שיעורים און רוחניות'דיגע פירערשאפט.
יד. לא הרי אמעריקע כהרי פראנקרייך, אין אמעריקע קען יעדער לערנען אין די פילצאליגע ישיבות אין לאנד, און די אווירה פון א ישיבישע לעבן איז נישט ווילד פרעמד. ווידער אין פראנקרייך צום ביישפיל, איז די גאנצע אידנטום געשטאנען גענצליך אנדערש ביז הרב שטיינמאן האט געטוישט די רוח המקום.
טו. אויב ס'האט משמע געווען א שטיקל חוצפה כלפי הגרמ"ש שפירא בעט איך מחילה קבל עם. לויט וויפיל איך האב מיך נאכגעפרעגט איז דאס געווען די חוו"ד פון הרב אלישיב און זיין בערך'דיגע הגדרה, אן דעם וואס איך זאל אריינרעדן אין "ווער עס איז גערעכט".
טז - יז. ריכטיג.
יח. דאס איבערנעמען די יתד האט פארזיכערט אז די ליטווישע אנארכיסטן זאלן נישט שטיין ביים רעדל. ווען נישט זייער געמיינהייט וואלט הרב שטיינמאן בפשטות נישט אויסגעשטאנען א פערטל די רדיפות, און מ'וואלט נישט געפייניגט די וואס גייען נישט אין שפאן, לדוגמת די "חרדים עובדים", און מ'וואלט שנעלער אויפגעהערט די אטאקעס קעגן ליובאוויטש און די ספרדישע רבנישע אויטאריטעט, וואס די אלטע פירערשאפט האט געווילדעוועט כדרך הסיקריקים. הרב שטיינמאן האט זיי ארויסגענומען מקרב המחנה, און כהיום איז זייער נאמען אין די ארץ ישראל'דיגע גאס, בערך ווי נטורא קרתא האט אין די חסידישע גאס.
יט. די חילוק צווישן הרב שטיינמאן און הרב שך, אין די יארן בעפאר זייער הנהגה, איז אין די פאקט אז הרב שטיינמאן איז געווען א "בעל שיטה". אלעס וואס האט פאסירט האט ער מיטגעהאלטן, אויף אלעס האט ער געהאט א דעה. ווידער הרב שך איז געווען גענצליך אויסגעטון פון אלצדינג, און איז געזעצן ביי די גמרא (א זאך וואס האט זיך שפעטער אויסגעשטעלט צו זיין, לדעתי, א ריזיגע חסרון ביי זיין הנהגה. הגם דאס זעלבסט האט אים געמאכט נערץ ונקדש ביי די אלגעמיינע ליטוואקעס). דאס האט אבער קיין שייכות מיטן פאקט אז הרב שטיינמאן האט זיך נישט "ארויסגעשטעלט" מיט זיינע דעות, און ער פלעגט זיך נישט מישן אין כלל זאכן, און האט זיך ניטאמאל ליב געהאט צו באטייליגן ביי אסיפות וואו מ'האט אים פארבעטן צו קומען. סך הכל האט ער געהאט א קלארע חוו"ד אין יעדן נושא, וואס אויב מ'האט אים געפרעגט - האט ער געקענט זאגן וואס ער הלאט.
כ. ריכטיג, און אי"ה אין חלק ב' וועל איך דאס עטוואס מער ארויסברענגען.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
יח. מ׳דארף פארשטייען אז די ע"ץ פארטיי באשטייט נישט פון בעלי שיטה, וואס האבען פונקט געהאט א צייטונג. די צייטונג איז גאר געווען די תכלית פון די שיטה, עכ"פ ביי די בעלעבתים פון דער פארטיי. ממילא האט דאס ארויס נעמען די צייטונג פון זייער הענט פאראורזאכט נייע פראבלעמען.
כל זמן זיי האבען געהאט די שופר אין האנט, זענען זיי געווען רעלאטיוו מעסיג. יא, לויט די היינטיגע סטאנדארדען אין הפלס זענען זיי געווען נאך איינצושלינגען. ווען מ׳האט סדר געמאכט, איז געבליבען א ריזיגע ציבור אן א מאכט. זיי האבען זיך דעמאלס ראדיקאליזירט אויף א ריזיגע פארנעם. דער צייטונג איז גארנישט אזוי מעכטיג, הא ראיה האסטו דאך געשריבען, אז הרב שטיינמן איז געווארין רשכבה"ג קעגען די צייטונגען. אבער דאס איבער נעמען האט געמאכט א טויש אין זייער ציבור, און נישט לטובה. למעשה איז עס געווען א שיקול, און מסתמא האט הרב שטיינמאן פארשטאנען בעסער ווי מיר, אי ווייל ער איז נאנט צום שלאכט פעלד, אי ווייל ער האט טאקע געהאט דער גאנצע פליכט מחליט צו זיין, אי ווייל ער איז וויל חשוב׳ער און קלוגער פאר מיר. איך דערמאן נאר אז דאס איז לאו דוקא בעינינו אזא זיג.
און דאס וואס דו זאגסט אז ע"ץ שטייט ווי נטו"ק ביי חסידים איז אן איינדרוק וואס מ׳קען באקומען אנליין, אבער עס איז ווייט פון אמת. למעשה האבען זיי א גרויסע ציבור, און אפאר חשוב׳ער. איך ווייס נישט פארוואס, איך האב נישט גערעדט מיט די חשוב׳ער צו הערען זייער ניואנסען, אבער נתי גרוסמן און ישעיה וויין זענען נישט די גאנצע געשיכטע דארט, ווי אויך נישט די נערישע בחורים וואס ארבעטען פאר׳ן פארטיי. עפעס א צוציאונגס קראפט האבען זיי, ווי שווער עס זאל נישט זיין פאר אונז צו פארשטייען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט אז עץ שטייט ווי נטו"ק ביי חסידים איז אן איינדרוק וואס מ׳קען באקומען אנליין, אבער עס איז ווייט פון אמת. למעשה האבען זיי א גרויסע ציבור, און אפאר חשוב׳ער.איך ווייס נישט פארוטאס, איך האב נישט גערעדט מיט די חשוב׳ער צו הערען זייער ניואנסען, אבער נתי גרוסמן און ישעיה וויין זענען נישט די גאנצע געשיכטע דארט, ווי אויך נישט די נערישע בחורים וואס ארבעטען פאר׳ן פארטיי. עפעס א צוציאונגס קראפט האבען זיי, ווי שווער עס זאל נישט זיין פאר אונז צו פארשטייען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי האבן א פערטל פון אלע ליטוואקעס, נטורי קרתא איז סתם א וויץ. בכלל נישט קיין פארגלייך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט אז עץ שטייט ווי נטו"ק ביי חסידים איז אן איינדרוק וואס מ׳קען באקומען אנליין, אבער עס איז ווייט פון אמת. למעשה האבען זיי א גרויסע ציבור, און אפאר חשוב׳ער.איך ווייס נישט פארוטאס, איך האב נישט גערעדט מיט די חשוב׳ער צו הערען זייער ניואנסען, אבער נתי גרוסמן און ישעיה וויין זענען נישט די גאנצע געשיכטע דארט, ווי אויך נישט די נערישע בחורים וואס ארבעטען פאר׳ן פארטיי. עפעס א צוציאונגס קראפט האבען זיי, ווי שווער עס זאל נישט זיין פאר אונז צו פארשטייען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי האבן א פערטל פון אלע ליטוואקעס, נטורי קרתא איז סתם א וויץ. בכלל נישט קיין פארגלייך.
ברוך שפינוזה: נטור קרתא האט נאר א תקומה און א קיום ווייל סאטמאר שטיצט זיי. וויפיהל זיי זאלן עס נישט לייקענען. ווען די שמוציגע בהמות זענען געפארן קיין איראן צו אכמאדינעדזשאד'ס האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ האט זיך סאטמאר געכאפט אז זיי זענען צו ווייט פארפארן. און זיי האבן אויסגעשריגן בפני כל עם ועדה אז זיי האבן גארנישט מיט נטורי קרתא. און זייערע וועגן זענען אינגאנצן אנדערש. דאס האבן זיי אויך געטון אויף די עצה פון זייערע ריעל עסטעיט לאיערס אין ארץ ישראל. ווייל סאטמאר (ביידע צדדים) האט ב"ה א היבש ביסל פראפערטי אין ארץ ישראל... און מ'זאגט נאך אז די ציונים זענען רשעים...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
לדעתי, האט הרב שטיינמאן געהאט א מורא׳דיגע צינישקייט צו זיך, און דאס דארף מען נאך ארויס ברענגען. אפשר קומט עס פון הרב ישראל חיים קפלן, איך ווייס נישט. אבער ער האט אלס חושד געווען מאטיווען און פרומע רייד. א פאר מעשה׳ס זענען באקאנט געווארען, מאנכע נאך בחייו. דער מערסטע באקאנטער איז מיט ש.ב. סורוצקין (פאר עפעס א סבה רופט יהודה איהם אן א למדן מיט אן עילוי) וואס האט געזאגט פאר הרב שטיינמן אז ער שפירט אז 95% פון זיין טעטען זענן שלא לש"ש. האט הרב שטיינמן געזאגט ׳עס איז מיר א שאד די לעצטע פינף פערצענט׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- מוזיק עקספערט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 134 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
די ערשטע זאך וואס איך האב געלייענט ביים עפענען די פרישע 'וועקער' איז געווען די רייכע ארטיקל איבער הרב שטיינמאן, איך בין ממש ארויס פון התפעלות פון די רייכע שריפט פון הרב מאשקאוויטש, נאכן לייענען די ארטיקל פארשטיי איך שוין פארוואס מען האט געווארט אזוי לאנג ביז די פרישע וועקער איז ערשינען, און איך מוז זאגן אז ס'האט זיך אויסגעצאלט דאס ווארטן פי כמה, שכח.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, האט הרב שטיינמאן געהאט א מורא׳דיגע צינישקייט צו זיך, און דאס דארף מען נאך ארויס ברענגען. אפשר קומט עס פון הרב ישראל חיים קפלן, איך ווייס נישט. אבער ער האט אלס חושד געווען מאטיווען און פרומע רייד. א פאר מעשה׳ס זענען באקאנט געווארען, מאנכע נאך בחייו. דער מערסטע באקאנטער איז מיט ש.ב. סורוצקין (פאר עפעס א סבה רופט יהודה איהם אן א למדן מיט אן עילוי) וואס האט געזאגט פאר הרב שטיינמן אז ער שפירט אז 95% פון זיין טעטען זענן שלא לש"ש. האט הרב שטיינמן געזאגט ׳עס איז מיר א שאד די לעצטע פינף פערצענט׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רבוש"ע, ר' ישראל חיים קאפלאן - צינישקייט? הרב קאפלאן איז געווען אן איש צדיק תמים, א בעל מוסר פון אמאל, וואס זיין ווייטקייט פון איבערגעטריבנקייט און סתם גלאט צינישקייט איז געווען כרחוק מזרח ממערב. הרב שטיינמאן האט מעגליך גע'ירש'נט זיין צינישקייט פשוט פון זיין א בריסקער, אין מהות און אפילו אן ארטיגער געבוירענער, און זיין שארפקייט, וויצן, און בליציגע ענטפערס ענדלען אין די סטיל לבית הבריסקאים.
די מעשה מיט שלום בער סאראצקין (אן עילוי איז ער זיכער, אויב א למדן אדער נישט איז א צ"ע ויש להקל) איז א פיצקעלע אנדערש. הרב שטיינמאן האט אים אמאל אפיציעל געפרעגט אויב ער האלט אז ער ארבעט לש"ש, און שלום בער האט אים אויפריכטיג געענטפערט אז ער שפירט אז 95 פראצענט איז שלא לש"ש. האט אים הרב שטיינמאן געזאגט, אז אויב די לעצטע פינף פראצענט וואלט אויך געווען שלא לש"ש וואלט ער מעגליך מער מצליח געווען...
איבער הרב שטיינמאנס בליציגע ענטפערס, זיין צינישקייט און שארפקייט, וועל איך אי"ה ווידמען א קאפיטל פאר זיך אינעם קומענדיגן ארטיקל אויף הרב שטיינמאן אינעם וועקער.
(דיין פריערדיגע אות יח קען איך גרינג פארענטפערן, אבער איך זוך נישט צו מאכן א שמועס איבער די פאליטישע חלק, וואס איז נאר אריינגעקומען אלץ פרטיות'דיגע נקודה אינעם תולדות החיים פון הרב שטיינמאן)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
ביסט גערעכט אז ר׳ ישראל חיים איז געווען א צדיק׳ל און א תמים, פרעג זיך נאך ביי די ב.מ.ע. תלמידים. אבער ר׳ ירוחמ׳ס תורה׳ס זענען זייער ציניש, כמבואר לכל מעיין. אפשר פון דארט האט ער עס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Wow wow wow
מ'מוז ארויסברענגען אז חוץ וואס יהודה'לע האט דעליווערט דעם באשרייבונג אויף הרב שטיינמאן אויף א גאלדענעם טאץ פאר די לייענערס, שטעלט ער זיך ארויס מיט יוניק קוואליפיקאציעס, חוץ פון א געזונטע שרייבער וואס האט צוזאם גשלעפט א געוואלד, שטייט ארויס זיין האנעסטי נישט צו בלאזן מיט אומזונסטע לשונות און אויך באריכט ער נישט באקוועמע פאקטן אין די הערות ווען ס'פעלט אויס, און דאס אלעס ווערט געשריבן מיט רעספעקט און דרך ארץ.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט אז ר׳ ישראל חיים איז געווען א צדיק׳ל און א תמים, פרעג זיך נאך ביי די ב.מ.ע. תלמידים. אבער ר׳ ירוחמ׳ס תורה׳ס זענען זייער ציניש, כמבואר לכל מעיין. אפשר פון דארט האט ער עס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפשר פון דארט האט ווער די צינישקייט? ר' ישראל חיים קאפלאן? זיכער נישט, ער איז געבליבן א תמים מופלג עד זיבולא בתרייתא. הרב שטיינמאן? ער איז דאך בכלל נישט געווען קיין תלמיד פון ר' ירוחם. (חוץ מזה, א צינישע בליק מיינט נאכנישט קיין צינישע פערזענליכקייט. אויב ר' ירוחם שרייבט תורות וואס שמעקן פון צינישקייט, מיינט עס נאכנישט אז ער איז געווען א צינישער מענטש באופן כללי, וואס די תוצאה דערפון איז שארפע וויצן וכדומה. ר' ירוחם'ס תלמידים לייגן אים אראפ אין זייער א פארכטיגן בילד, כאילו ער איז געווען א שטיק פייער און א שארפער בעל מוסר אנע צינישע שטריכן)
*
בענין די שמועס איבער וואס הרב שטיינמאן האט געגעסן זייענדיג אין ישיבת כפר סבא, צי חצילים צי קישואים, איז דערווייל נאך א תיקו. נאכקוקנדיג אינעם מקור, בהקדמת משמר הלוי למסכת בכורות, זע איך אז ער דערמאנט דאס בכלל נישט.
ער דערציילט דארטן - אין א ניחום אבלים בריוו צו די קינדער פונעם מנהל הישיבה, ר' אברהם ריין - וואס ער האט געהערט פונעם מנהל הישיבה זעלבסט, אז ער האט נישט געקענט צאלן רוב פונעם געהאלט פון הרב שטיינמאן פאר א זמן, און סוף זמן ווען ער האט יא געקריגן געלט האט הרב שטיינמאן שוין נישט געוואלט אננעמען די פריערדיגע חובות, טענה'נדיג אז ער האט זיך דורכגעשטופט די צייטן אזוי אויך, און ס'פעלט מער נישט אויס צו באצאלן די געהאלט פון ביז איצט! (זעט אויס אז די מעשה האט צובאקומען א שטיקל אגדה איבער קישואים אדער חצילים, דערווייל אן קיין מקור מוסמך)
בייגעלייגט אז די לשון פון הרב שולזינגער אין הקדמה למשמר הלוי ע"מ בכורות:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם וועקער און די ערשטע זאך דורכגעליינט די ארטיקל אויף רב שטיינמאן.
א גרויסן ייש"כ פאר אונזער שרייבער פאר דעם אויספירליכן באשרייבונג איבער דעם גאדל, איך האב טאקע נישט געליינט אין ערגעץ אזא ביאגראפי און עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט פארשידענע פרטים, ווי למשל די פרטי המחלוקת לגבי די צייטונגען, מען זעט אז דער שרייבער איז גוט באקאנט אין די אינערליכע פאליטיק דארט. איך בין נישט באקאנט מיט די ישיבישע וועלט מילא האב איך נישט וואס צו מעיר זיין.
במאמר המוסגר בין איך געווארן אביסל אנטוישט פון די אריכות און די גוזמאות. אזעלכע סטעיטמענטס ווי מאז היתה ישראל לגוי איז קיינמאל נישט געווען אזא מנהיג בישראל מאכט דאס אויסזען ווי א בלאט באשרייבונג. רב שטיינמאן איז געווען א חשוב'ע איד, א געהויבענער בן תורה וועלכע האט געלעבט אן אפגעזונדערט לעבן פון עולם הזה, גלייך ווי טויזנטער בני תורה אין ארץ ישראל. ער האט אויך געהאט א קאפ אויף די פלייצע און אפילו געשריבן א כמעשה'דיגע חיבור אויף מסכתות הש"ס. משום איזה סיבה איז ער געקרוינט געווארן מיט'ן כתר גאדל און פון דא איז שוין געווען א קורצע שפרינג צו ווערן באטיטלט אלס א קדוש וטהור און גאון עצום דורך די יתד און אלס מסית ומדיח דורך דער איד. די ארטיקל אליין ווייזט אן אז אפילו נחל חרדי האט ער נישט גענימען אויף די אייגענע פלייצע (כ'ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אמת).
ווען מען רעדט פון מאכטפולע מנהיגי ישראל בעבר ובהוה קומט שטיינמאן אפילו נישט צו לקרסולי רגליהם. אפילו למשל אזא מנהיג ווי בעלזער רבי איז א שטערקערע מנהיג מיט מער כוח און מער חידושים אין הנהגה ווי רב שטיינמאן. רב שטיינמאן האט בסך הכל perpetuate דעם זעלבן מיינונגסלאזן סיסטעם פון בויען נאך ישיבות און נאך כוללים און צולייגן נאך בענק און נאך טישן און נאך גמרות, אן קיין שום foresight ווי אזוי דער פלאן איז דאס זאל זיך אויפהאלטן אין עתיד.
דער מאדנע זאך איז אז רב שטיינמאן אליין, זייענדיג א גרויסער פשטן, האט דאס מכיר געווען, און דאס איז געווען דער גאנצע ציל פון די צוואה. צום באדויערן מאכן די חסידים פון דעם א תורה שלימה, און די שרייבער פון די וועקער ארטיקל גייט אין זייערע פיסטריט.
בכל אופן, ש'כח פאר דעם שיינע ארטיקל. ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען. איך קוק פאראויס צו ליינען די צוויטע טייל, און כ'האף אז דארט וועלן זיין נאר באגרינדעטע נארמאלע זאכן אן די שמועות פורחות און גוזמאות וואס פאסטן פאר מחניים ביכלעך.
אז מ'רעדט שוין וועל איך דערמאנען נאך עטליכע ארטיקלען: די מאמר וועגן רב קוק האט לדעתי א געוויסע אמת אין זיך אבער איז ווייטער אויפגעבלאזן. כ'האלט אז ס'איז א גוטע מאמר ווייל די פריערדיגע מאמר איז געווען פשוט אפאלאגעטיקס און ס'איז קענטיג געווען אז יענער שרייבער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס רב קוק האט בכלל געוואלט אדער מחדש געווען. די אמת איז געווען אז קוק איז געווען א רעוואלוציאנערישע דענקער מיט פילע חידושים. ער האט טאקע געהאלטן אז די אפיקורסות פעלט זיך אויס אויף די וועלט, אז א אידישער אפיקורוס איז מער מאמין ווי א גויאישער גלויביגער, אז עקסערסייז און באל שפילן אין ירושלים איז א גילוי אלקית און אתחלתא דגאולה (גראדע האב איך געטראפן א צווייטן פריערדיגן גדול וואס שרייבט מיט האפענונג אויף ירושלים אין משיח'ס צייטן אז מיר וועלן זוכה זיין צו זען "אינגען און מוידן שפילן אין אירע גאסן", ווער ס'קען טרעפן די מראה מקום קריגט א קניפ און בעקל), וכו' וכו'.
די פירכות אויף אלבוים'ס ארטיקל פון פאריגן וועקער איז אנגעפילט מיט שיינע ליסטעס מראי מקומות. למעשה ווייס איך נישט וויפיל פשט עס האט צו אפפרעגן די איזשביצער מהלך אין בחירה מיט א שלל מראי מקומות אז גאט האט פיינט א רשע און אז ס'איז יא דא בחירה. דער איזשביצער האט אויך געוואוסט פון די מראי מקומות און ער האט אוודאי געהאלטן אז דאס איז נישט קיין סתירה. ס'איז דא אפאר נקודות וואס מ'קען דן זיין, בפרט בנוגע דעם רמב"ם, וואס פון תניא אין איינע פון די הגהות איז קלאר משמע אז ער האט געהאלטן אז מיסודו איז רמבם'ס מהלך אין גאט גארנישט אנדערש ווי די מקובלים. ואין הזמן מספיק כעת.
אגב איז מיר א שטיקל חידוש אז א גרויס טייל אפשר רוב פון די ארטיקלען זענען אדער פארזעצונגען פון פריער אדער וועלן ווערן פארגעזעצט אין שפעטערדיגע וועקערס (דאס רעכנט אויך אריין די סעריעס אויף חכמת הקבלה פון הרב בשמו יכונה ארי נוהם). ס'איז אקעי איינס צוויי פארזעצונגען, אבער ס'זעט אויס אז ממש אלע הויפט ארטיקלען אויסער די אינטערוויוס זענען פארזעצונגען, און דאס איז נישט גוט פאר איינעם וואס איז נישט א שטענדיגע ליינער.
איך האף נאך צו מעיר זיין אויף די אנדערע ארטיקלען כיד ה' הטובה עלי. א גרויסען יישר כח פאר די ארויסגעבער פון די וועקער און פאר אלע שרייבער פאר די עונג רוחני.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
דיין ניק וואלט ליבערשט געדארפט זיין יעיר...
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב דאס אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט, וויל איך נאכאמאל אונטערשטרייכן ווי שטארק איך באדאנק זיך פאר'ן שטאב און פאר די שרייבער פון די וועקער פאר'ן צושטעלן אזא זעלטענע ליין מאטריאל וואס איז נישטא זיינס גלייכן אויף קיין שום שפראך (דהיינו, א מאגאזין אדער זשורנאל איבער היימישע נושאים וואס זאל זיין אזוי פראפעסיענעל און אויפריכטיג און אינטעלעקטועל ביינאזאם). מיין אויבענדערמאנטער הערות זאל חלילה נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס קריטיק אויף וועקער בכלליות, דאס זענען סתם מחשבות ואס זענען מיר דארכגעלאפן ביי ליינען. אדרבה, איך שעץ מורא'דיג שטארק די ארויסגעבער און שרייבער פון וועקער, און איך האב א גרויס הנאה פון זייער ווערק. איך שטעל מיך פאר אז קיין גרויס כבוד און געלט מאכן זיי נישט דערפון, און איך בין נתפעל פון זייער פראפעשענליזם און די גרויסע ארבעט וואס גייט זיכער אריין דערין. זאל גאט זיי באצאלן דערפאר בכפלי כפליים.
קל וחומר האט געשריבן:דיין ניק וואלט ליבערשט געדארפט זיין יעיר...
האדם לא נברא אלא להתענג
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
דיין טענה איז נאר טיילווייזיג גילטיג.
יא, די לאזונגען זענען אביסל לאנגווייליג און אויסגעדראשען. אבער זיין מנהיגות האסטו פאלש אפגעטייטשט. מנהיגות מיינט די כח מאחד צו זיין א קבוצה וואס איז אפגעטיילט פאר א קאממאן ציל. ער קען פיהרען א גאנצע ציבור, נישט נאר איין מענטש. פאר דעם קען ער נישט זיין איינער וואס ווערט נאכגעשלעפט פון אנדערע.
הרב שטיינמן האט געפיהרט א פארשידענארטיגע גרופע מענטשען, פון בני תורה ביז חסידים און בעלעבתים מיט ספרדים, אלע האבען זיך געקימערט מיט זיין מיינונג. די אלע רבי׳ס, וויפיהל חידושים זיי וועלען נאר מאכען, קענען נישט הערשען אויף מער ווי די פאר מענטשען וואס זענען סייווי זייערס, אפגעזען זייער מעלות.
און ווידער דיין טענה אז ער טוישט נישט כפי דעתך, האט נישט מיט זיין מנהיגות. ער מעג דען נישט האלטען אנדערש ווי דיר? ער האלט אז ישיבות און כוללים זענען וויכטיגער ווי וואס דו האלטסט. מה גם, אז ער האט געצויגען די סיסטעם ווייטער מיט׳ן אויפשטעלען עטרת שלמה, וואס איז א נייעם קאנצעפט אין כוללים. ווי אויך ישיבות פאר בחורים וואס זענען נישט פונקט ווי יעדעם.
מ׳דערציילט א מעשה, אז א גביר איז געקומען צו איהם מיט אזא שאלה "וואס דארף מען אזויפיהל כולל׳לייט? איז דען נישט גענוג מיט ווינציגער?"
האט ער גע׳ענטפערט "איך האב אן ענליכע שאלה. וואס דארף מען אזויפיהל גבירים? איז דען נישט גענוג מיט ווינציגער?"
וועגען הרב קוק און דער וועקער בכלליות, ביטע שרייב אין די פאסיגע אשכולות, וועט מען ארום שמועסען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יא, די לאזונגען זענען אביסל לאנגווייליג און אויסגעדראשען. אבער זיין מנהיגות האסטו פאלש אפגעטייטשט. מנהיגות מיינט די כח מאחד צו זיין א קבוצה וואס איז אפגעטיילט פאר א קאממאן ציל. ער קען פיהרען א גאנצע ציבור, נישט נאר איין מענטש. פאר דעם קען ער נישט זיין איינער וואס ווערט נאכגעשלעפט פון אנדערע.
הרב שטיינמן האט געפיהרט א פארשידענארטיגע גרופע מענטשען, פון בני תורה ביז חסידים און בעלעבתים מיט ספרדים, אלע האבען זיך געקימערט מיט זיין מיינונג. די אלע רבי׳ס, וויפיהל חידושים זיי וועלען נאר מאכען, קענען נישט הערשען אויף מער ווי די פאר מענטשען וואס זענען סייווי זייערס, אפגעזען זייער מעלות.
און ווידער דיין טענה אז ער טוישט נישט כפי דעתך, האט נישט מיט זיין מנהיגות. ער מעג דען נישט האלטען אנדערש ווי דיר? ער האלט אז ישיבות און כוללים זענען וויכטיגער ווי וואס דו האלטסט. מה גם, אז ער האט געצויגען די סיסטעם ווייטער מיט׳ן אויפשטעלען עטרת שלמה, וואס איז א נייעם קאנצעפט אין כוללים. ווי אויך ישיבות פאר בחורים וואס זענען נישט פונקט ווי יעדעם.
מ׳דערציילט א מעשה, אז א גביר איז געקומען צו איהם מיט אזא שאלה "וואס דארף מען אזויפיהל כולל׳לייט? איז דען נישט גענוג מיט ווינציגער?"
האט ער גע׳ענטפערט "איך האב אן ענליכע שאלה. וואס דארף מען אזויפיהל גבירים? איז דען נישט גענוג מיט ווינציגער?"
וועגען הרב קוק און דער וועקער בכלליות, ביטע שרייב אין די פאסיגע אשכולות, וועט מען ארום שמועסען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
פערזענליך בין איך זייער נישט אנציקט פון די ארטיקל. די אלע אינפארמאציע איז בלויז א ליקוט פון די צייטונגען פון די לעצטע חודש, אלס איז שוין אוועילעבעל דארט. איך האב נישט באמערקט קיין נייעם בליק אדער דערהער, נאר די אויסגעדראשענע לאזונגען פון מנהיג\קדוש\מימרא פון דער חזו"א. מען גיבט איהם קרעדיט פאר עפענען מוסדות, משל ער וואלט געווען א חסידישע רבי וואס על שמו הוקם בלאה בלאה, ווען למעשה האט ער נאר געשיקט א צווייטען טוהן. און נאך אזעלכע קינדישע מימרות, וואס פאסען פאר גאס צייטונגען, נישט דער וועקער. איך מיין דער פריערדיגע ניק פון יהודה מאשקאוויטש איז גאנץ קענטיג פאר יעדער וואס קען אביסל אין קאוועשטיבעל, און זה דרכו כסל למו, אויסצורימען יעדער באשריבענער ביז גאר, אן קיין שום סענס אוו פראפארשען. יעדער מענטש האט זיין נאטור, און מיר וואלטען געוואלט הערען דער אייגענארטיגקייט פון הרב שטיינמן, נישט אז ער פאסט אריין אין די באקס פון אנדערע באשריבענע גדולים.
ועל כולם, וואס האט מיר געשטופט צו שרייבען א שארפען תגובה דערויף, איז דער נידערטרעכטיגע סאטמארער סארט שריט פון מוזען באשמוצען איינעם אויפצובויען א צווייטען. וואס האט אויסגעפעלט די קינדערישע שטעכעריי צו הרב שך? איז הרב שטיינמן טאקע נאר גרויס ווען הרב שך איז קליין? דער קטנות פון די שרייבער לאזט זיך נישט אויסרעדען בכלל אויף אזא שריט.
און טאקע לגבי וואס ער האט געשריבען. הרב שטיינמן האט זיך ב"ה נישט געדארפט מוטשען מיט חב"ד ווייל הרב שך האט שוין קעיר גענומען. יעצט קען ער זיין די וואוילע. הרב שך האט געטון די דזשאב וואס אנדערע האבען געוואלט טון, נאר ער האט עס למעשה געטון און יעצט קענען זיי אלע צייגען א פינגער אויף אים אלס די שלעכטער און זיי בלייבען די גוטער גאר. הרב שטיינמן האט זיך באנוצט מיט די אלע 'שלעכטס' פון הרב שך, און ער איז פונקט אזא שותף אין זיי. טאמער הרב שך טויג נישט פאר דעם, איז הרב שטיינמן גארנישט בעסער. זיין בענקעל איז געבויט אויף זיינס.
ניין, איך בין פערזענליך נישט קיין חסיד\מתנגד פון קיינער פון זיי. ביידער האבען געהאט ריזיגע מעלות, און ביידע האבען פיל אויפגעטון פאר תורה און אידישקייט. יעדער פון זיי האט געהאט אן עקסטער נאטור, און זיי האבען גענוצט זייער נאטור לויט די בעסטע מעגליך, וזכות שניהם תגן עלינו ועל כל ישראל.
מען מעג זיך שוין איין מאל פאר אלע מאל אויפוואקסען.