דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

סע נאך דא איינער וואס האלט אז ימים איז נישט קיין גלגול פון איש את רעהו?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז דא מער מקורות אז דער חזו"א האט געשיקט אין מיליטער בחורים וואס זענען נישט חייבי כריתות, נאר אז זיי לערנען נישט. האט דער בעל דברי יואל געטאנצט ווען ער האט געהערט אז דער חזו"א איז אוועק?


(איך ווייס די תשובה, ער איז דעמאלס געזעסען שבעה. ווען נישט פאר דעם, וואלט ער זיכער געפיהרט טיש)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: שפתיים ישק...! וואס דער היימישער טראלל הידוע האט געשריבן האביך ב"ה נאכנישט געליינט. אבער איין זאך קען איך זאגן מיט זיכערקייט אז די סיקריקים און זייערע סימפאטיקערס נוצן אייביג די כלומר'שטע עוולות וואס דער צד השני איז באגאנגען מיום היוולדם צו בארעכטיגן זייערע איצטיגע מעשים תעתועים. זה דרכם כסל למו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמבטיון האט געשריבן:סע נאך דא איינער וואס האלט אז ימים איז נישט קיין גלגול פון איש את רעהו?

סמבטיון: איך האב נאר איין שאלה צו די אלע טראללס און זייערע גילגולים און דיבוקים. ווען ס'איז געווען די זעקס טעג מלחמה (די ששת ימי אפילה ווי די בהמות רופן עס אן) אדער די יו"כ מלחמה. פארוואס זענט עטץ נישט אריבער צו ענקערע פריינט די אראבערס. און געבליבן אונטער די הערשאפט פון די טמא'נע ציונים...? עטץ זענט געלאפן אין די שוץ בונקערס פונקט ווי א יעדער אדער זענט עטץ ארומגעגאנגען בקרית חוצות טאנצנדיג און זינגען. ווייל די באמבעס פון ענקערע גוטע פריינט זענען נישט געמיינט פאר ענק ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...?! דעם ענטפער ווייסט א יעדער איינער... סאו שאט אפ...!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:סמבטיון: איך האב נאר איין שאלה צו די אלע טראללס און זייערע גילגולים און דיבוקים. ווען ס'איז געווען די זעקס טעג מלחמה (די ששת ימי אפילה ווי די בהמות רופן עס אן) אדער די יו"כ מלחמה. פארוואס זענט עטץ נישט אריבער צו ענקערע פריינט די אראבערס. און געבליבן אונטער די הערשאפט פון די טמא'נע ציונים...? עטץ זענט געלאפן אין די שוץ בונקערס פונקט ווי א יעדער אדער זענט עטץ ארומגעגאנגען בקרית חוצות טאנצנדיג און זינגען. ווייל די באמבעס פון ענקערע גוטע פריינט זענען נישט געמיינט פאר ענק ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...?! דעם ענטפער ווייסט א יעדער איינער... סאו שאט אפ...!

א זיסע מעשה'לע וואס איך האב געהערט פון א זיסע יידעלע:

יום [המר והנמהר] / (שנעשו בו נסים לישראל) {מחק את המיותר לדעתך} ה' באייר שנת ה'תשכ"ז-1967 ס'זענען שוין געוועהן 'קולות-מלחמה' אין די לופטן אין עיה"ק ירושלים תובב"א.

בבית המדרש הידוע המכונה אהל רחל דרבינו יואל וואס איז לעצטנ'ס איבערגעבויט געווארן לשם לתפארת ולתהלה רח' יואל בעיה"ק,
האט מען געהאט א ספק, וכדלהלן:

בהיות אז מ'שטייט שוין אויף אזא מצב וואס ביטול המדינה הציונית איז שוין נענטער ווי ווייטער,
און היות ס'קומט פאר אין ביהמ"ד א ברית, וואס די הלכה איז כידוע אז מ'זאגט נישט קיין תחנון,
אבער לכבוד ה' באייר איז נהוג אז מ'זאגט יא תחנון אע"פ שעורכים ברית כדי להוציא מלבם שלא יראה כשמח ביום אידם,
ועתה אין דעם יאהר וואס ס'זעהט שוין אויס אז ס'איז שוין דערנאך, קען זיין אז מ'מעג שוין מקיל זיין,
אדער פארט דארף מען מחמיר זיין עד שתתבטל המדינה בפועל ממש וכל רואיה יעידון יגידון: "דער-רבי-זכותו-יגן-עלינו-איז-געוועהן-גערעכט"!

האבן זיך די חכמי הקלויז געוואקלט בדעתם זה בכה וזה בכה, (שמעתי מלץ אחד: זֶה בְּכּוֹי וְזֶה בִּכְּוִי)
בתוך דבריהם וספקותיהם איז אריינגעקומען דער עסקן פון אגודת-ישראל ר' עמרם בר' משה בלוי ז"ל, (א נעפיו פון ר' עמרם ברש"י בלויא ראש נטורי חרתא)
וואס פלעגט זיך כסדר דרייען דארטען אין ביהמ"ד, און פלעגט כסדר זיצן מיט די חבר'ה,
מחמת גודל עסקנותו האט ער געהאט די מעגליכקייט און רשות פון רבנים צו האלטן אין שטוב א-טרענזיסטאר-מאשין
און ער האט געקענט אלע נייעס'ליך בעפאר אלע אנדערע קאווע-שטיבל/מקווה-נייעס זיצערס.

וישטחו החכמים את ספקם לפני ר' משה, לטכס עצה ותבונה לידע את המעשה אשר יעשון,

האט זיי ר' משה געפרעגט דערשראקענערהייט:
-"איהר האט גארנישט געהערט"?
-"וואס"?
-"די ציונים, לוי אשכול, משה דיין, גולדה מאיר, צוזאמען מיט בן גוריון, האבן יעצט ארויף אויף א פליגער און זיי האבן אנטלויפן קיין אמעריקע"
-"וואס"?
-"יא, יא, אזוי ווי איהר הערט"
האט ר' משה מסיים געוועהן מיט אויסגעלאשענע אויגן.

"מחוצפים, און יעצט האבן זיי אונז איבער געלאזט דא אליינס מיט די אראבער"?
האט איינער געפרעגט, און דער עולם האט מיט דעשטומט מיט עם, וואס איז די חוצפה צו טוהן אזוינס.

האט זיי ר' משה בארוהיגט און געזאגט:
"זארגט אייך נישט זיי אלע זענען דא, און קיינער איז נישט אנטלאפן,
אה, נאך א זאך, אויב אייך בארוהיגן זיך יעצט, אייך מעגן זאגן תחנון" :lol: :twisted: :roll:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: איך וועל דיך רופן צו דין תורה. דו האסט אוועקגעכאפט מיין נאמען וואס איך האב געגעבן פאר די שמוציגע, שטינקעדיגע, אומגעוואשענ דברים אחרים. די חברים פון אראפאט , ווס זענען אזוי שיין ווי ער אליינס איז געווען. הלוא המה...די נטורי חרתא. געוויסע מענטשן דא אין קאווע שטיבל זענען ברויגז אויף מיר פארוואס איך רוף זיי אזוי. ס'איז דאך א באקאנטע רש"י אין פ' יתרו...."גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפיה"...!

אבער די מעשה'לע וואס דו ברענגסט אראפ איז א זיסע מעשה. זיי וואקלען זיך. און זיי זענע נישט פעסט אפילו ביי זייערע טיפשות'דיגע דיעות...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

קלאר נטורי חרתא. לפיד האט א טשענס נאך תשובה צו טוהן נטורי חרתא נישט
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ימים ידברו האט געשריבן:סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?
סמבטיון האט געשריבן:קלאר נטורי חרתא. לפיד האט א טשענס נאך תשובה צו טוהן נטורי חרתא נישט

זאת ועוד, מלבד הקושי שלהם לשוב ולהתחרט על דרכיהם הנלוזות, שנתקיים בהם רשעים אפי' על פתחו של גיהנם.

ווער רעדט פון תשובה טוהן, איך דארף תשובה טוהן אויף מיינע זאכן, און קען זיין אז יענער דארף אויכעט תשובה טוהן, ס'איז נישט מיין ביזנעס.

אבער אין דער יעצטיגער מעמד ומצב פונעם נטורי-חרתא'ניק ווען דו שטעלסט עם אוועק אויפן וואגשאהל אנטקעגן דעם לפיד שר"י, איך בין ניט אזוי זיכער ווער פון זיי איז נענטער צום אויבערשטען.
ווער פון זיי האט ווייניגער דערצערנט ג-אט ב"ה.

איי דער איז אן היימישער און דער איז א גוי-גמור, ני.

איך האב ניט פיינט ניט לפיד און ניט דער נטורי-חרתא'ניק, לפיד האט מיר אישית'דיג געשעדיגט ווען ער איז געוועהן אין קאאליציע און האט אדורך געפירט חוקי שמד און האט געשניטן פון די ברויט פון א יעדע חרדי'שער ייד.
יעצט האט עם דער אויבערשטער געשיקט אינעם מדבר פון אפאזיציע, מיר האפן צום אויבערשטען אז ער וועט דארטען בלייבן פאר אסאך לאנגע יאהרן.

משא"כ דער סיקריק/עקסטרעמע-קנאי/נטורי-חרתא'ניק זוכט פון וואו צו טרעפן צו מיר שעדיגן שהרי איך און א יעדער חרדישער ייד וואס האלט נישט פונקט וואו זיי (ד.ה. 99% פון היימישע יידן אין ארץ-ישראל) - איז דאך בכלל משנאיך ה' אשנא וכו'.

קלאהר אז ס'פאדערטזיך אסאך א שווערערע הארעוואנייע עם ליב צו האבן, ווי דעם נפש תועה יאיר לפיד.

ס'איז אביסל שווער צו פארשטיין אבער המשכיל יבין.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א געוואלדיגע מעשה נקודת האמת, נאר איך בין אביסל מבולבל ווער איז דער בעל המעשה, דער טאטע צו דער זוהן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ימים ידברו האט געשריבן: א טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט

זאג איבער?? כדרכם של הסאטמארע טראללערס האסטו נישט דאס מינדעסטן אהנונג אין היסטאריע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: כדי מחזק צו זיין דיינע ווערטער דארפן מיר געדענקען אז יאיר לפיד איז א זוהן פון א רשע מרושע. אן עכטער שונא ישראל. א כופר בעיקר להכעיס. און לגבי זיין טאטן איז ער נאך א שטיקל צדיק. בכל אופן א תינוק שנשבה. זיכער האט ער נישט קיין סימפאטיע פאר ערליכע אידן. אבער א שונא ישראל ווי זיין טאטע איז ער נישט. ער איז סך הכל א חילוני'שער פאליטישן. נו, ה' משפיל גאים. האט השי"ת געהאלפן אז מ'האט איהם פארטריבן און ער וועט מער נישט האבן קיין פאליטישע תקומה. אבער די נטורי חרתא זענען יודעים את ריבונם ומכוונים למרוד בו. זיי געבן חיזוק פאר רוצחים פון אידישע קינדער. אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט געזאגט. אז ער האט מורא אז איין טאג וועלן זיי נאך פוגע זין אין די נטורי חרתא אליין...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך אויך האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן: א טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט

זאג איבער?? כדרכם של הסאטמארע טראללערס האסטו נישט דאס מינדעסטן אהנונג אין היסטאריע.


די נעמסט עפעס זייער פערסענעל ווען איינער דערמאנט אלטע בעלזע עבירות. לאמיך דיר עפעס זאגן: אלס חסיד פון היינטיגע בעלזער רבי ביסטי נישט אחראי אויף עבירות וואס די בעלזע האבן געטון מאז היתה לחסידות. טאמער טוט מען היינט עוולות וואלסטי דיך געדארפט פארענטפערן פארוואס די זיצט אינאיינעם מיט געמיינע חברה אבער עבירות וואס זענען געטון געווארן אין דיין זיידע'ס צייטן? האו קעירס?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בדרך אגב, איך געדענק הערן אז דער מנחת אלעזר איז געגאנגען צום קיסר און געבעטן ער זאל פארשיקען ר' אהרן פין אונגארן, ביז פיר און צוואנציג שעה האט ער געמוזט פארלאזן.

דאס איז געווען נאך דריי הזמנות וואס ער האט נישט גענטפערט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך מאך א סך הכל דא הרה"צ רבי עמרם בלוי מיט הרה"צ רבי אהרן קאנצענעלבויגען ותלמידיהם זענען ארגער ווי לפיד, טעם הדבר, ווייל לפיד האט געוואלט גוזר זיין גזירות בהיותו בהממשלה דהיינו א וועק צו נעמען די ברויט פון קליינע קינדער, אבל הסיקריקם ווילען וואס? וואס? וואס?
אמת הדבר לפיד איז נישט ערגער ווי אלע אנדערע ח"כ אמת ויציב ונכון, אויף דעם געב איך אייך גערעכט, ס"ה א רשע בן רשע, א תינוק שנשבה ולפי דעת הגרי"ג אדלשטיין לשיטת אבי פישהאף איז ער א אנוססססססס, נישט מער וצריך לכבד ולידידות אתו, וכל שאר ח"כ יבין אז ער איז נאר א אנוססססססססססססס,
אבער רבי עמרם בלוי זצוקללה"ה האט גלערינט תורה און מקבל געווען אז אין בעלזא אינדעהיים האט מען ארויסגענימען די מסכת פון דף היומי, און אויסגעריפען יעדע מוצאי יו"ט, מיר האבען נישט קיין שייכות מיט אלע פארטייען נישט מסרחי און נישט אגודהההההה,
און אמת היינט בעלזא איז נישט אחראי אויף אלט בעלזא ווייל מיר ווייסען שוין היינט פשט פון כבוד תלמידי חכמים,
וואס הייסט ווער האט נאך אזוי מכבד געווען הרב עובדי ווי אונז? ווער איז נאך מכבד גדולי תיירע א אזוי ווי אונז,
מרן מבעלזא גייט נישט צו צו א מועצת מיטינג ביז ער זעצט זיך נישט אליינס אראף אין חזון איש חמש, ווייל ער איז כפוף לגדולי ישראל,
איי מישגיעם געדענקען ווען ער האט חוזק גמאכט אז די אינגערישע רבנים וואס די זיידע האט געזאגט אז זיי וועלען זיין ביי משיח די סנהדרין האבען מאכיל געווען שטאף גענז, רייבט אויס אייער אויער און הערט אויס די נישט מיושב'דיג תורה מוצאי שמחת תורה תשמ"ב, גלאט שקרים,
דאס האבען די שונאיםם אויסגטראכט, אזוי ווי די מעשה מיט די ס"ת שבת זכור ווען רעב יודל האט זיי געבארגט בסוד די בעטען שא שטיל, והמשך עוד יבוא...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין נייגעריג מיט וואס איז באשטאנען די צדקות פון הרב אהרן קצנלבויגן? ווען איך בין געווען אין ירושלים האט מען איהם אלס געדענקט אלס א פיינעם לץ. קען זיין שטארבען האט איהם שטארק געהאלפען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:בדרך אגב, איך געדענק הערן אז דער מנחת אלעזר איז געגאנגען צום קיסר און געבעטן ער זאל פארשיקען ר' אהרן פין אונגארן, ביז פיר און צוואנציג שעה האט ער געמוזט פארלאזן.

דאס איז געווען נאך דריי הזמנות וואס ער האט נישט גענטפערט.

אישתישבי: דו האסט מיך שטארק דערשראקן... איך זאג נישט פארוואס...! אבער, כ'האב מיך שוין ב"ה בארואיגט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א טראלל און א סמאאטה טאלקער. אבער אזוי ווייט האביך נישט געוויסט. דו ביסט דאך א יחיד מומחה אין טרעפן און ארויפברענגען שמוץ ביי א צווייטן. נאר וואס ס'טוט זיך אין דיין אייגענעם חצר ווייסטו נישט. אדער דו ווילסט נישט וויסן. דעם גזל ועריות.און שפיכות.דמים. תרתי משמע. פון דעם ווילסטו נישט הערן. אבער ווען אנדערע דערמאנען עס זענען זיי שקצים און אפיקורסים. ווען דו וואלסט נאך געקענט א ביסל לערנען אויך (נישט דיינע גרייזיגע עמי הארצ'ישע ספעללינג מיסטעיקס), וואלט מען דיר געקענט זאגן פשט אין פסוק...."השיבנו אליך ונח-קורה"...טול קורה מבין עיניך...! אבער דו ווייסט דאך אפילו נישט די עברי פון דעם...!

איך וועל נאר אויפברענגען א קלייניגקייט: אפשר זאגסטו מיר. אין וועלכע קהילה נאך, אויסער דיינע, קען זיך טרעפן א גזלן וועלכער גייט נאך מיט ווייסע זאגן און א ווייס וועסטל שבת ויו"ט און ער גזל'ט אוועק און נארט אויס ריעל עסטעיט. ניין. נישט וואס ס'ברענגט רווחים. נאר פשוט א דירה פון א משפחה. און ער וויל זיי ארויסלייגן אויף די גאס דורך די גויים. די מארשאללס (מסירה...?) און ער הייסט נאך א שיינער איד. און דער רב פון זיין ביהמ"ד. אויך זיין פויפסט, בישאף אדער קארדינאל געט איהם נאך א גלעט אויפ'ן בעקל. און זאגט איהם ביסט א וואויל יונגל. ער באקומט די שענסטע עליות און די גרעסטע כיבודים אין זיין/דיין קהילה. נאך א מזל אז ס'איז דא...שוין. איך וויל נישט ווייטער פארציילן. ווען דו וועסט אויסקליענען דעם שמוץ און די אנדערע גראבע אן הארבע עבירות וואס ווערן אפגעטון אין דיין קהילה. דאמאלס וועסטו קענן רעדן. אבער ביז דאמאלס נעם איין א שווייגעניש...! פארשטאנען...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

בערל איך בין מודה על האמת אז איך בין א עם הארץ,
אבער וועליכע קהלה בלאנג איך אפשר זאגסטו?
ווייטער ווער און וואס די רעדסט וויס איך נישט פון א ווייסע שאל מיט א מעשה מיט א ווייס איך וואס, אדרבה לאמיר הערען מיר זענען הינגעריג פון דיר הויכגשעצטע תלמיד חכם וואס איז הינדרעט פראצענט קארעקט סאם היי די באלאנגסט נישט ביי מהר"א אבער די שעצט זיין חכמה מיט זיין תורה מיט זיין גדלות,

אבער נטורי קרתא, זענען ערגער ווי ווער לפיד! פאר דעם אליינס באלאנגסטו אין אלטען בית החיים הארט לעבען אוהל,
ווייטער רבי אהרן קאנצינעלבויגען, איז א לץ, אקעי אבער ערגער ווי לפיד ? ערגער ווי אלי ישי? ערגער ווי וועם און בעסער ווי וועם? איר זענט אפען קאף געפאלען, א טראלל בין איך און איר אלע זענען נארמאל בכלל?
אידען יראים ושלמים , וואס האבען א וועק געגעבען זייער העמד פאר יעדען איד זענען רחמנא ליצלן, בין איך אויף די וועלט? איר שטייט מיט מיט אזענע האס? ער גייט נישט און אייער שפאן, איז וואס דער חזון איש האט געזאגט ווען רבי עמרם איז געזיצעןן אין תפיסה דער שבת קודש איז און תפיסה דער בריסקער רב האט זיך געטשאשקעט מיט אים, איר עפנט אייער מויל מיט פעדער, זענט איר פאריקט?
פון אזענע שקצים איז מיר די גרעסטע כבוד צו זיין א טראלל א עם הארץ א שייגעץ איר קענט מיר אפי' ארויסווארפען!
איך האב נייעס הרב הצדיק רבי משה בער בעק'ס געניץ, האט מער חשיבות פון אלע ענקרע רבי'ס קריאת שמע ליל כל נדרי בלי ספק,
איר מיזט נישט מסכים זיין מיט זיין מיינוג, איר מעגט זאגען א דעה, אבער זיין צדקות זיין חסידות זיין גיטס קייט זיין ערליכקייט לו דומיו תהלה, איך קען אים פערזענדליך,
הרב וואזנער דער פפוסק הדור האט מעיד געווען אז ער מיט זיין ברידער זענען געווען די בעסטער יכולערס ווען ער האט זיי פארהערט 2 חלקים שולחן ערוך, איר ווייסט מיט וועם מיט וואס איר רעד בכלל, גראדע איז ער זייער א קליגער איד,
איך געדענק ווען הרב מרדכי פרידמאן האט געזאגט פאר אדמור מוויזניץ מאנסי אז משה בער מאכט א חילול השם נאכען זיך טרעפען מיט פארקאן, האט וויזניצער רבי ראגירט א נייע טייטש אין חילול השם!
ממוז נישט מסכים זיין ממעג זאגען ער האט א טעות , איינרעדניש, ער מיינט טויזענט פראצענט לשם שמים און איר אלע דארףט אים איבערבעטען, און אדרבה זאל מיר איין איד זאגען צו משה בער האט אים ווי געטון,
און כל מעשיו צו ראטווען כלל ישראל, אפשר האט ער א טעות אבער כוונתו איז גלאט און ריין לשם שמים זייטס מיר אלע געזינט און טוט תשובה אויף אייער אנוסים לשיטת הרב אדלשטיין
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז נישט גוט אלעס ארויס געבען אויף איין שאס, מען דארף עפעס איבערלאזן פאר נעקסט טיים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ימים ידברו האט געשריבן:איך האב נייעס הרב הצדיק רבי משה בער בעק'ס געניץ, האט מער חשיבות פון אלע ענקרע רבי'ס קריאת שמע ליל כל נדרי בלי ספק,
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נישט געוואוסט אז א געניץ האט עפעס א חשיבות...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

געוואלדיג טייערער, נישט דיינס און מיינס רעב משה בער'ס יא, ווייל ער טוט אלעס פאר כבוד שמו יתברך, האט עס שוין נאך וואס א חשיבות, ער געט אוועק כל מה שיש לו לשיטתו לכבוד שמים, און איר אלע טרעיט אויף אים , כהאב נייעס סגייט אים נישט אן בכלל, ער טוט די רצון השם בלב ונפש ומאודו, ער האט נאך קיינמאל און קיין שום פעולה נישט געטון בלי ספק אז ס'נישט טויזענט פראצענט ריין לשמים!
אדרבה פרעגט אייך נאך ווער עס קען אים פון זיינע שכנים אינקלאדינג זיינע קעגנער, וועלען מודה זיין אז אין פריוואטען לעבען איז ער א קדוש וטהור, מיט פאטאס וועל איך איבער חזרן און איר קענט עס איבער זאגען בשמי מיט אלע פארבען אז זיין געניץ האט פיל מער יראת שמים און כבוד שמים ווי אלע היינטיגע רביס קריאת שמע ליל כל נדרי!
פארשפארט