זייט מיר מוחל, ביטע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

זייט מיר מוחל, ביטע

שליחה דורך חכם מחוכם »

לכבוד די הייליגע טעג שממשמשין ובאין, וויל איך ארויפברענגען אן ענין וואס דריקט מיר זייער אויפן הארץ.

עס איז אלעמען באקאנט די משנה סוף מסכת ברכות אז אויף אונאת חבירו העלפט נישט יום המיתה און נישט יום כיפור מכפר צו זיין, נאר וואס דען?, זאגט די משנה, עד שירצה את חבירו, אוקעי דאס וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער וואס דריקט מיר איז, דאס וואס אלע מיינע רבי’ס אין חדר האבן אלע יארן אריינגעבאקן אין מיר דעם געדאנק אז מ’מוז איבער בעטן יענעם און אויב נישט, גייען אלע דיינע מצוות אריבער צו יענעם און זיינע עבירות ביזטו מקבל.
קודם האב איך געטראכט אז ס‘איז א באבע מעשה, (אזויווי רוב פון אייך טראכט יעצט) איך האב מיך אביסל נאכגעפרעגט אויף דעם ענין, האט מיך איינער געזאגט אז דאס נעמט זיך פון א מעשה אין קב הישר וואס איך געדענק נישט פונקליך, (עס וואלט געווען א גלייכע זאך אראפצוברענגען די מעשה דא), יעצט איז מיין שאלה צו אייך אלע חשובע שרייבער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, צו מאכט דאס סענטס אז א מענטש זאל טוהן אלפים מיט מצוות ומעשים טובים און שעות פון תורה, און אין א אויגןבליק זאל עס זיין חבר בקומען???, איז דאס דער רצון השם?.
איך ווארט אויף א תירוץ, יישר כח למפרע

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר