הרב דר. אהרן טווערסקי נעמט זיך אהן פאר זיינע ברודער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

נו, א״כ אפשר פיילט מען א קלעסס עקשן לאוסוט צו ריקאופען די 14 אלפים פון נ״י סטעיט פאר יעדען קינד אין פרייוועט סקול, וכך יהרגו שני עופות באבן אחת. נפתלי מאסטער יסתתמו טענותיו וליהודים היתה אורה. מען וועט ענדליך האבען א סאלושען צום טואישן קריזיס און פרנסה קריזיס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוף מיר פאנאטיש, אבער איך האלט נישט אז מאסטער וועט שטיל ווערן. עס קוקט מיר נישט אויס אז ער זוכט באמת א סאלושן וואס וועט צופרידנשטעלן די חרדים.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ריכטיג האט געשריבן:רוף מיר פאנאטיש, אבער איך האלט נישט אז מאסטער וועט שטיל ווערן. עס קוקט מיר נישט אויס אז ער זוכט באמת א סאלושן וואס וועט צופרידנשטעלן די חרדים.

אוודאי נישט. מאסטער איז כוונתו להזיק.
אבער למעשה טענ׳ט ר׳ אבי שיק גוט אז עס קומט די ישיבות אסאך מער געלדט, לכה״פ 14000 דאללער א יאהר. אויב מען קען דאס אויף ווייזען אין קארט, קען דאס זיין א ישועה גדולה. ויבוא הישועה מ״מ.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

$14000.00 פער קינד. דאס איז פאר א יעדע קלאססרום פון דרייסיג תשב״ר א טאטאלל 420,000$. עס וועלען אויפשפרונגען נייע ת״ת און מיידל סקולס ווי די שוועמלן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:רוף מיר פאנאטיש, אבער איך האלט נישט אז מאסטער וועט שטיל ווערן. עס קוקט מיר נישט אויס אז ער זוכט באמת א סאלושן וואס וועט צופרידנשטעלן די חרדים.

אוודאי נישט. מאסטער איז כוונתו להזיק.
אבער למעשה טענ׳ט ר׳ אבי שיק גוט אז עס קומט די ישיבות אסאך מער געלדט, לכה״פ 14000 דאללער א יאהר. אויב מען קען דאס אויף ווייזען אין קארט, קען דאס זיין א ישועה גדולה. ויבוא הישועה מ״מ.


תורה ומדע האט געשריבן:נו, א״כ אפשר פיילט מען א קלעסס עקשן לאוסוט צו ריקאופען די 14 אלפים פון נ״י סטעיט פאר יעדען קינד אין פרייוועט סקול, וכך יהרגו שני עופות באבן אחת. נפתלי מאסטער יסתתמו טענותיו וליהודים היתה אורה. מען וועט ענדליך האבען א סאלושען צום טואישן קריזיס און פרנסה קריזיס.


Maybe I'm missing something
איך וויל פשוט פארשטיין וואספארא ישועה גדולה גייט עס זיין אז די מוסדות וואס האלטן נישט ביים געבן קיין נארמאלע עדזשיוקעישאן גייען האבן מעהר געלט?

געלט איז די פראבלעם אדער די lack of education?

אז זיי גייען האבן מעהר געלט גייט זיין וואס פונקטליך? ליהודים היתה אורה???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

אויב די סטעיט איז מכיר אין די סעקולארער עדוקעשנעל צרכים פונעם חרדישע געזעלשאפט, און איז מסכים אי צובאצאהלען פאר דעם רבי געלדט וואס דאס איז מינימום דער טשערטערסקול פרייז פון 14 אלפים דאללער א יאהר פער קינד, און וועט אויך צו צושטעלען אדווייזערס און אויפזעערס, אזוי ווי מר שיק שרייבט אינעם וואל סטריט דשורנאל, וועלען עלטערן אויף שטעלען אייגענע סקולס בהדרכת ובהתייעצות מעסיגע רבנים און אדמורים, און די מוסדות וועלען צושטעלען א נארמאלע, באלאנסירטען חינוך. והכל על מקומו יבוא בשלום. פרנסה וועט זיין גרינגער. מלמדים וועלען קענען לעבען גלאט כשר מיט א פענסיע. עלטערן וועלען קענען מקיים זיין ״ולערב אל תנח״ מיט א רוהיגקייט. ישיבות וועלען ניט גנבנען. ועל כולם, דער נעקסטער דור וועט קענען גיכער זיך מפרנס זיין בכבוד ובהיתר.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

קען זיין ער מאכט זיך, אבער אבי שיק שרייבט ווי א קינד. ווי ער שרייבט אליין איז דאס וואס די גאווערמענט געט נישט היינט קיין דירעקטע שטיצע פאר פריוואטע רעליגיעזע מוסדות, איז ווייל די העכסטע געריכט אין די פאראייניגטע שטאטן האט געפסקנ'ט אז דאס איז פארבאטן לויט די קאנסטיטוציע, די חרידישע מוסדות אבער האבן אייביג געלאביט און געשטדל'ט יא צו באקומען שטיצע און האבן אויסגעארבעט א דריידל אז אויב געט די רעגירונג אומדירעקטע שטיצע פאר די עלטערן מיט דעם צו באצאלן פאר שכר לימוד (וואוטשער"ס בלע"ז), איז עס יא לעגאל, און די מוסדות מיט די חרידישע פאליטיקאנטן ארבייטן אימערמידליך צו באקומען ווי מער וואוטשערס מעגליך.
די חרידים זענען די לעצטע מענטשן וואס זארגן זיך איבער די ניו יארק סטעיטס באזשעט, זיי זענען דא אויסצומעלקן יעדע דאללאר וואס איז שייך צו באקומען פון די רעגירונג מעגליך.

אבי שרייבט אז אויב וועט די רעגירונג זיך אריינמישן אין אונזער חינוך וועט זי זיין געצווונגען אונז צו שטיצן. אפשר יא אפשר נישט, אזוי צו אזוי וועט די וואס ווילן מען זאל לערנען לימודי חול נאר פארדינען, אומזיסטע שכר לימוד נעמט אוועק די פאוער פון די רשעי המוסדות זיך צו קענען איזדעווקען מיט זייערע תקנות וועם אריינצונעמען, נו פארוואס זאל דאס זיין א סיבה פארוואס נישט איינצופירן לימודי חול?
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

תמצית הדברים פון ר׳ אבי׳ס ארגומענ6 איז אז די סטעיט קען עס ניט האבען ביידע וועגען. אויב ווילען זיי איינפלוסן און אויפזעעהן די לעוועל פון סעקולערער עדוקעישען אינעם חרדישער סקול סיסטעם מוזען זיי אויך באצאהלען דערפאר. אויב עס איז ניט קאנצטיטושינעל פאר דע מדינה צו שטיצען רעליגעזער סקולס, אזוי ווי דער סופרים קאורט האט ג׳פסקנט, איז עס אוודאי ניט קאנצטיטושינעל פאר זיי צו מאניפיולירען און זאגען דיעות אינעם קארריקולא.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:אויב די סטעיט איז מכיר אין די סעקולארער עדוקעשנעל צרכים פונעם חרדישע געזעלשאפט, און איז מסכים אי צובאצאהלען פאר דעם רבי געלדט וואס דאס איז מינימום דער טשערטערסקול פרייז פון 14 אלפים דאללער א יאהר פער קינד, און וועט אויך צו צושטעלען אדווייזערס און אויפזעערס, אזוי ווי מר שיק שרייבט אינעם וואל סטריט דשורנאל, וועלען עלטערן אויף שטעלען אייגענע סקולס בהדרכת ובהתייעצות מעסיגע רבנים און אדמורים, און די מוסדות וועלען צושטעלען א נארמאלע, באלאנסירטען חינוך. והכל על מקומו יבוא בשלום. פרנסה וועט זיין גרינגער. מלמדים וועלען קענען לעבען גלאט כשר מיט א פענסיע. עלטערן וועלען קענען מקיים זיין ״ולערב אל תנח״ מיט א רוהיגקייט. ישיבות וועלען ניט גנבנען. ועל כולם, דער נעקסטער דור וועט קענען גיכער זיך מפרנס זיין בכבוד ובהיתר.


שווער צוגלייבן אז דאס זאל ווערן ריעלעטי. רוב חסידים וועלן נישט ארויסנעמען זייערע קינדער פון די מוסדות/חסידות ווי זיי באלאנגן און אריינשטעלן אין א סקול וואס מגעט א בעסערע עדזשיוקעישאן. סקען זיין א מיעוט פון מעהר ״אויפגעקלערטע עלטערן״ וועלן זיך ארויפכאפן אויף דעם און עפענען א אייגענע שולע מיט א העכערע סטאנדארט עדזשיוקעישאן, אבער אז דאס זאל ווערן די norm ביי חרדישע אידן איז שווער צוגלייבן.

קודם כל ווייל לכאורה אפילו מ׳באקומט 14 אלפים א יאר פאר א קינד איז נאכנישט גענונג צו עפענען א אייגענע מוסדות. סאיז אפשר גוט פאר א מוסדות וואס שטייט שוין און איז שוין עסטעבלישט. אבער צו גיין עפענען נייע מוסדותן דארף מען אסאך אסאך מעהר געלט ווי דעם, אפקויפן/אפדינגן בנינים, איינרישן קלאסן א קאך, באסעס, וכו׳ וכו׳. סאיז א ווייטער חלום מיין פריינד, אבער הלוואי ביסטו גערעכט אז סאיז אזוי גרינג און אז די ׳שטאטישע טאטעס׳ גייען זיך אזוי שנעל דערשרעקן פון דיינע קלאגעס קעגן זיי. סקוקט מיר נישט אויס ווי דעס איז א solution צו די היינטיגע פראבלעם מיט אונזער חינוך. נאר ענדערש מיין איך אז די עלטערן זאלן פארלאנגן פון די מוסדות א מזאל צוביסלעך לערנען מעהר און מעהר מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי העלפן קענען ספראווענען אין די היינטיגע וועלט און מאכן א לעבן. למשל מיינע קינדער זאגן מיר אז מ׳לערנט מיט זיי וועגן ״מארגעטשעס״ און די הלכות פון ״ריעל עסטעיט״. אין מיינע צייטן אויב א קינד האט געפרעגט זיין טישטער וואס מיינט ריעל עסטיט האט ער געכאפט א פאטש אדער פסק ״קוק אריין אין גמרא און פרעג נישט קיין קשיות״..! ״די תוספות פאריגע וואך האסטו נישט געקענט קיין אות אחת אבער ריעל עסטיט וויל ער פארשטיין״...!

צוביסלעך, בעבי סטעפס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער המון עם איז גאר נישט אזוי צוריק געבליבן ווי איהר מיינט. סאיז אפשר שווער פאר אייך שווער צו עקצעפטן דעם פאקט אז דער עולם איז קלוג אין וועלטליך, און דאך פרום און ערליך. עכ״פ סגעפינט זיך אזא עלעמענט פון דעם מאדע עולם בינינו.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:דער המון עם איז גאר נישט אזוי צוריק געבליבן ווי איהר מיינט. סאיז אפשר שווער פאר אייך שווער צו עקצעפטן דעם פאקט אז דער עולם איז קלוג אין וועלטליך, און דאך פרום און ערליך. עכ״פ סגעפינט זיך אזא עלעמענט פון דעם מאדע עולם בינינו.

אקעי. כהער וואס איר זאגט. דאס איז נישט די בילד וואס איך זעה ביים היימישן עולם, רוב חרדים וואס כ׳קען גייט גאנץ קנאפּ אן וויפל ׳לימודי חול׳ זייער קינדער לערנען... דער עיקר איז די פארטיי/חסידות און אז דער בחור זאל קענען טוהן א 'שיינעם שידוך' און קיין עדזשיוקעישאן איז נישט נייטיג דערפאר.

הלוואי וואלסטו אבער יא גערעכט געוועהן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט