דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

לאמיר פארשטיין, הרב אורבאך האט נישט קיין דעה אויף חברי הכנסת דאס מיינט איר? נו פרעג בערל מיט גאנצעל, זיי זאגען ער ליגט דאך יומם ולילה אין פאליטיק, ווייל טאמיר נישט קומט דאך אויס אז דער פה ממלל רברבין, ענטשולדיגט די הינט, בילען נישט צו דער זאך,
אויב די מיינסט א ער האט א קלענער נאכפאלגערשאפט, פרעג איך ווייניגער ווי די חזון איש? יא צו ניין? אויב ער האט א קליינע דעה ביי די פאלטישאנס איז דאס א סתירה מיט די חכמי הדור,
אלא מאי איז אזוי, הרב אורבאך איז א תלמיד חכם גדול כ'האב א סוד פאר ליטוואק וכל מי שרוצה לידע... אפי' א גרעסערע פון רבינו האיילת השחר, וואס ליגט ראשו ורבו און טראסקעט און לערינט, יא זיין פאטער איז געווען מער פארנימען מיט פסקנן שאלות און הלכה נישט אויף בעיות הזמן, ער איז א נאנטער תלמיד צו הרב שך און ער מיינט אז ער דארף האלטען זיין מורשת,
אבער כו"ע מודים אז מרעד דא פון איינער פון די יחידי סגולה שבדור, א גאון וצדיק ועובד ד' כחד מקמאי, זיין טאטע פלעגט זאגען בעניוות קדשו אז ער איז ניט מער ווי דער "אבוהו דשמואל",
יא מאיזהו סיבה שהוא האט דער פון אפסטעיט, מחליט געווען אז ער איז נישט זיין טעיסט, און רייסט אריי אין זיבעטען ריף כלשונו בלי פאליטישע חשבונות בכל עת מצוא, שטאץ זיינע שרייבעלריך דא זאלן זיך שעמען, מאכען זיי א אנשטעל ווי ס'נאך ממש אמת ויציב,
יא מיר געדענקן ווען דער הייליגער קאשוי רב וואס איז געווען כולו טהור, אן חשבונות האט מען געזאגט אן בישה אז זיין בריעף איז א פאליטישער בריעף, און אשרי לו וחלקו, און אזוי איז הרב אורבאך וואס ליגט אין זיין טריפנעם שמיציגען פיסק אשרי לו שנתפסת על דברי תורה,
סוי ווען רעב ארען מאכט לג בעומר פייערס נאך וואס ער האט געזאגט אז אין סיגוט איז דאס נישט געווען איז לשם שמים, לכבודו של רבי שמעון, סהאטנישט מיט כבוד ופירסום ושיינע פיקטעשרס, א ריינע לשם שמים איד, אבער רבי שמואל וואס שטייט אויף זיין מיינוג מיט מסירת נפש כאפט בואש מיט גדיפון יעדע שני וחמישי ער מיינט פאליטיק,
ווען מהאט געפירט מערכה מיט בעלזא יא רעב אהרען אויך האט געהאלטען דרשות דאס איז געווען מחלוקת, אבער היינט שלום מיט בעלזא איז לשם שמים, מדארף מרבה זיין שלום בעולם,
איי בו בעת ווען מאיז עוסק אין הלכות שלום בעולם, טיילט מען מכות אין ראדני, און ממאכט א וואנט אין בית החיים[ברוך השם] דאס איז לשם שמים אן קיין שום חשש פון פאליטישע חשבונות,
און בערל מיט גאנצעל גיי מיר מסיבר זיין אז איך בין א טראלל,
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שפרינגסט פון נושא צו נושא. כנראה מיינסטו אז טאמער איין ווארט איז אמת, איז עס מציל אלס.

דער נידון איז נישט וועלכע מארמעראשע יורש איז בארעכטיגט צו באטרעטען די קאאליציע אוו דע ווילינג אין מאנרא צו ווסמב"ג, דער נידון איז נישט צו מ׳דארף מאכען אווערנייט קוגעל אין אן אויווען צו א ווארמער. דער נידון איז צו הרב שמואל אויערבאך איז א פיגור אין פאליטיק. זאג איך אז גאנץ ווייניג, אבער עטוואס יא. נישט ׳נאכפאלגערשאפט׳, נאר פאליטיק, ד.ה. די פאליטישע אנשטאלט אין מדינת ישראל. זיין מיינונג אויף זיי וועלכע נושא מאכט גאר ווייניג אויס אין די פאליטישע אנשטאלטען אין מדינת ישראל, נאר אביסל מער ווי דער מיינונג פון קאשוי רב מיט אלע זיין קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס איז א חידוש ער זאגט נישט אז עס קומט פין א פגיעה אין דער כבוד פין ר"ש אויערבאך

ווער האט פוגע געווען אין זיין כבוד? ווי קומט ער בכלל אריין? די לאטקע טיילערס זענען נישט פון די פלג הירושלמי.


איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען ר' חיים זאגט אז עס קומט פין פוגע זיין בכבודו פין הרב שטיינמאן, ווי גרויס ר' חיים איז, מיינט עס נישט קיין סאך, ווייל ר' חיים איז געוועהן אויף דער זעלבער "פאליטישע" זייט ווי רב שטיינמאן. ווען ער זאל זאגן אז עס קומט פין פוגע בכבוד זיין אין דער כבוד פין רב אויערבאך (פליז זייט נישט דער נער וואס פרעגט ווען דאס איז געוועהן) וואלט ער געוועהן נאמן. והוא הדין לגבי רב רייזמאן ודו"ק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווייל דו האסט מיר אנגערופען א נער, מיינט אז דו ביסט גערעכט? ניין, דער פלג הבני ברקי, ווי פיהל דו ווילסט נישט האלטען פון זיי, האט זיך שטארק אפגעהאלטען פון רעדען אויף איהם, עכ"פ אפיציעל. מ'האט נישט געשריבען קיין מאמרים אויף איהם און איהם נישט באשייגעצט. אויב עפעס, איז פארקערט. הרב קנייבסקי האט אלס געשריבען אויף זיי אז זיי פאלגען קיינעם נישט און זיי האבען נישט קיין מנהיג, אז ער איז נישט פאראנטווארטליך פאר זייערע מעשים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו האט געשריבן:בערל אפשר זאגט איר מיר זינט ווען איז הרב שמואל א פאלטישאן? פון ווי ווייסט איר דאס?

ימים ידברו: איהר דארט אפשר הייסן התם ומתמם עם תמימים. איהר מאכטציך אדער איהר זיינט...?!

ווען הרב שמואל אויערבאך זאלל זיצן אין די ד' אמות של הלכה אזוי ווי זיין גרויסער טאטע, וואלט מען נישט געזאגט אז ער איז א פאליטישן. אבער ווען ער שטייט אין שפיץ פון א פלג אדער פארטיי און זיי געבן נאך ארויס א צייטונג אויך. און ער מישט זיך און זאגט דיעות אין כנסת (המינים). און ער שיקט ארויס די אומשולדיגע בחורים אז זיי זאללן שטערן דאס לעבן, דאמאלס איז ער א פאליטישן... ער קען זיין א פאליטישן פון די סיקריקים. און אליינס א סיקריק. אבער דעם כבוד התורה וואס ר' חיים קנייבסקי און להבחל"ח הרב שטיינמאן זצ"ל האבן. דאס קען ער נישט האבן. לאמיר זאגן אויב נתניהו וואלט געהאט א וויין געשעפט. און היינט איז ער אין כנסת' קען ער זיך נישט אנרופן אלס וויין סוחר. נאר אלס פאליטישן...!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אה [tag][/tag]ימים עז יוזעל......... ווען ער פילט זיך געקארנערט איך מיין ווען די שטיין געלונגט......... נעמט זיך ארויסשפריצן שורות פון די נאז קיין איין שורה רעדט ניט וואס די אנדערע שטייט אבי ס'זאל אויסקוקן אז מנשה פיליפס קוקט אויס גערעכט און נאך שטיינמאן מיט מאיר פרוש קומט (הרה"ג והצ') יצחק לעבאוויטש אז ער איז פונקט ווי נחום נאר איינער איז נישט נחום נעמליך מנשה פיליפס אליין

איין זאך [tag][/tag]ימים וויל איך דיר פארעכטן גאנצל האט ניט געזאגט אז הרב שמואל אויערבאך ליגט אין פאליטיק יומם ולילה איך האב געזאגט אז ער מיט זיין עץ פארטיי פירן פאליטיק מיט זיינע געגנערס

אויך וועט גאנצל נישט זאגען אז קאשוי רב האט געפירט אזעלכע נידריגע פאליטיק ווי הרב אויערבאך
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אודה ולא אבוש אז איך האב נישט יורד געווען לדברי חבירי דא וועלכע האבן ארינטערגעריסן @ימים ידברו. איך האב גראדע הנאה געהאט פון אסאך אישוס וואס ער האט ארויפגעברענגט, און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג אים צו באטיטלן אלס טראלל.
נאכ'ן ליינען די לעצטע בלאט און זעהן ווי ער דרייט אריין דא זיין שנאה צו מהר"א, מוז איך מודה זיין אז דער עולם איז גערעכט. איך בין ווייט פון זיין א מעריץ פאר מהר"א, אבער ס'קרענקט מיר ווי איינער קומט אהער און מישט אריין די סאטמערע צואה אין יעדע שמועס.
סטאפ איט!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייל דו האסט מיר אנגערופען א נער, מיינט אז דו ביסט גערעכט? ניין, דער פלג הבני ברקי, ווי פיהל דו ווילסט נישט האלטען פון זיי, האט זיך שטארק אפגעהאלטען פון רעדען אויף איהם, עכ"פ אפיציעל. מ'האט נישט געשריבען קיין מאמרים אויף איהם און איהם נישט באשייגעצט. אויב עפעס, איז פארקערט. הרב קנייבסקי האט אלס געשריבען אויף זיי אז זיי פאלגען קיינעם נישט און זיי האבען נישט קיין מנהיג, אז ער איז נישט פאראנטווארטליך פאר זייערע מעשים.


איך פראביר און עס גייט נישט.

איך ברענג ארויס א פוינט, אויב וואלט מען פוגע געוועהן בכבודו און ר' חיים וואלט מוחה געוועהן און געזאגט אז פארדעם זענען קינדער וכו' דעמאלטס וואלט עס עפעס געמיינט. כל זמן ער נעמט זיך אהן פאר זיין פלג איז זיינע ווערטער גארנישט מער ווי רב רייזמאן, כ'האף איר פארשטייט יעצט.

און איך האב איך נישט געמיינט צו רופען א נער, איך האב געמיינט כדכתיבנא, אז פליז טענה נישט אז עס איז קיינמאל נישט געוועהן, ווייל איך זאג אויך נישט אז עס יא געוועהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

על אחרון ראשון, כבוד ידידי הרב שמעון וואלף, איך האב נישט אריינגברענגט סאטמאר דא, נאר בערל מיט גאנצעל וואס מוזען נעבאך זיין לאיאל פאר זייער פארטיי, דערפאר הערן זיי נישט אויף צו בארעדען הרב שמואל אורבאך שליט"א, דערפאר האב איך אריינגעריסען און זיי, זאגטס נישט א סטעיטמענט וואס איז נישט אמת, וואס איר האט געהערט נאר פאר אייער נערישע עגענדע רעדנער, וואס למען פאליטישע חשבונות רייסט ער אריין און איד וואס יעדע סאטמארע דארף זייער מחשיב זיין,
ווייטער צו ליטוואק, וואס ווייסט אלעס אויף איין צד, ווער האט געזאגט, זקן ממרא, זיי זענען בהמות, ווער האט דאס געזאגט מנהמת לבו? וועליכע צד אויף וועם?
ווי האט מען פארשיקט הונדרעטער אידען פון זייער דזשאבס און פארוואס? איך בין אומוויסענד אדער די? צענדליגער מאל חזרן שקר ווערט עס נישט אמת,
ווייטער וועסטו מיר פרעגען פארוואס בימי הרב שך האט הרב שמואל אורבאך גרודפט הרב דב לאנדא מיט הר"ח גריינמיאן מיט די פובארסקי, איז יעצט ווייל ער האט געטון א עוולה, מעג מען האבען נקמה?
ווייטער צו הגאון רבי דב לאנדא, וואס האט געחוזקט פון די ענין הנהגה בימי הרב שך, וואס איז יעצט געשעהן? אויף אמאל טאר מען נישט טראכטען אנדערשט ווי די היינטיגע פארפוילטע לינקע הנהגה, וואס מיט דעם מיין איך נאר דער, אויב איש אנשי ביתו, נישט די ראשי ישיבה זעלבסט, וואס זענען ערליך און תמימים, און זייער גיחזו'ס זענען פארפוילט און שרעקליך,
ווי אזוי האט דער קרן לדוד געזאגט אמאל צום רבינו יואל זי"ע ועל הצדיקים זענען די רבי'ס, השיבה שופטיננו זענען די רבנים, וואס איז די פראבלעם דער ולמלשינים זענען אינדערמיט,
מיין סל הכל איז אזוי, הרב אורבאך איז א מנהיג פון א גרויסע ציבור כמיין גרעסער ווי גור, אמת ער האט נישט קיינע מאנדאטנען אין די מדינה הטמאה, אבער זיין דעה איז גרויס און חשוב, ער איז א ת"ח חשוב און מטאר נישט אים מבזה זיין פינקט ווי אלע אנדערע גדולי הדור,
און סאטמאר דארף זיכער אים מחזק זיין נאכדעם וואס לאמיר זאגען שלא לשם שמים גייט ער נישט צו בחירות און למעשה מאכט ער אויף נעצען פון מוסדות על טהרת הקודש,
א וודאי איינער וואס וויל נישט העלפען קיינע מוסדות, וואס כלל ישראל רעד נישט צו אים, וועט זאגען קשה גרים לישראל כספחת, אבער א איד וואס האט געהערט סוגיות ביים רבין זי"ע וועט טוען כל מה שביכלתו צו מעמיד זיין די מוסדות על תלה בנויה,
ווער עס פארשטייט פארשטייט האט ער געזאגט...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וחוזרין חלילה עד עלות השחר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך א איד »

סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז געשעהן די לעצטע טראגעדיע אין בית שמש? בשל מי הרעה הזאת?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך יהודי פשוט »

א איד האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז געשעהן די לעצטע טראגעדיע אין בית שמש? בשל מי הרעה הזאת?
ר' חיים קנייבסקי - ווייל מ'האט פוגע געוועהן אין כבוד פון רב שטיינמן
מהרז''ל - מ'האט נישט מוחה געוועהן גענוג אויף גיוס
מהר''א - זיי זענען אליינס שולדיג
ימים ידברו - ווייל מ'האט מבזה געוועהן רבי שמואל אויערבאך
אלתר משה גאלדבערגער - ווייל די רבי'ס מאכן קאווער אפ'ס
נחום ראזענבערג - ווייל מ'האט מאלעסטעד קינדער
קול ראבינאוויטש - ווייל מ'האט סמארטפאון'ס
וכו' וכו' וכו' כל אחד ואחד וועט דיר זאגן אז דאס איז צוליב עפעס אין וואס ער איז נישט נכשל נאר דער אנדערער איז אין דעם נכשל וממילא דארף נאר יענער תשובה טוהן ואני בשרירות לבי אלך....
נ. ב. דאס זענען אלעס נאר דוגמאות נישט אז זיי האבן טאקע אזוי געזאגט און נישט אז מ'קען נישט אויסרעכענען נאך אנדערע....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הרב [tag]ימים[/tag]

גאנצל זאגט אז ר' שמואל אויערבאך האט א פאליטישע פארטיי הנקרא עץ וואס האט זיך אפגעריסן פון א אנדערע פארטיי צולב פאליטישע חשבונות און שלאגט זיך מיט זיין פאליטישע קעגנער נארמאלערהייט וואלט @ימים געדארפט אנווארטן אדער אז ער האט נישט קיין פאליטישע פארטיי אדער סיי וואס גייסטו און דו געסטוך יעצט אויס דיין שטענדיגע כעס אויף סאטמאר רב אויב דו ווייסט נישט דאס מיינט אריינגעברענגט דיין צואה אין א נושא

נאר ווי אזוי זאגט הרב ליטוואק וחוזר חלילה עדי עד
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

גאנצל האט געשריבן:זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיק

פאליטיק??
ווייל ער האט מוסדות וואס הרב שלמה מענדלאוויטש און סאטמאר שטיצן עס, ווערט עס פאליטיק?
זיין נישט נעמען א טייל אין די וואלן און זיין קעגן גיין אין מיליטער מאכט אים א פאליטיקער ?
די אלע וואס שמיצן היינט געגן הרב שמואל אויערבאך אז ער איז א פאליטיקער האבן דאס געזאגט אויף סאטמאר רב ז"ל
וואלט [tag]גאנצל[/tag] און זיין חברייא דאן געווען אין די פעדערן וואלטן זיי אזוי באקרוינט סאטמאר רב ז"ל
וואט עי שעים זיי רופן זיך ממשיכים צו די התנגדות באוועגונג פין ציונות ואביזרייהו
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

האסט שיינע קשיות און לאזונגען אבער מיט'ן מציאות האט עס קיין שייכות

ער האט א פאליטישע פארטיי וואס טוט וואס לוינט זיך פאר זיין פארטיי און דאס ווערט אנגערופן אין מענטשן שפראך פאליטיק
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:אודה ולא אבוש אז איך האב נישט יורד געווען לדברי חבירי דא וועלכע האבן ארינטערגעריסן @ימים ידברו. איך האב גראדע הנאה געהאט פון אסאך אישוס וואס ער האט ארויפגעברענגט, און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג אים צו באטיטלן אלס טראלל.
נאכ'ן ליינען די לעצטע בלאט און זעהן ווי ער דרייט אריין דא זיין שנאה צו מהר"א, מוז איך מודה זיין אז דער עולם איז גערעכט. איך בין ווייט פון זיין א מעריץ פאר מהר"א, אבער ס'קרענקט מיר ווי איינער קומט אהער און מישט אריין די סאטמערע צואה אין יעדע שמועס.
סטאפ איט!

שמעון וואלף:...אמן...ואמר כל העם, אמן...! ס'גענוג אז איך און נאך א פאר נארמאלע מענטשן שפוי בדעתם זאגן עס...!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איש את רעהו האט געשריבן:וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער


ניין נישט גוט פארשטאנען מענטשן וואס זוכן בויען זייער פארטיי און כח אזוי ווי יעדע פאליטישן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעהו האט געשריבן:וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער

איש את רעהו: אויף ענגליש איז דא א ווערטל..."דזשאנני קאם לעיטלי"...דזשאנני, דו ביסט (לעצטנס/שפעטליך) אנגעקומען...! אוואו ביסטו געווען ביז איצט?!. דער קדוש וטהור, קנאי מקנא קנאת ה' צבק' ולוחם מלחמות ה'. הרב שמואל אויערבאך שליט"א אוואו ביסטו געווען די אלע יארן. איך 'עלל דיר זאגן וואו. געשטאנען אין די ליין נעמען געלט פון די מדינה הטמאה. זיך משתתף געווען אין אלע רעגירונגס פראגראמען. וואו מ'האט נאר געטיילט געלט איז ער און זיינע מוסדות דארט געווען (במחכת"ה.). מילא, ווען די עדה החרדית קומט און פייערט אוועק אקעיגן די מדינה און אקעיגן גיוס, ניחא. זיי האבן קיינמאל נישט אנערקענט אין די מדינה. נישט געגאנגען צו די בחירות (הטמאות) און נישט גענומען קיין געלט פון די מדינה (לכה"פ, אפיציעל). אבער דו, כבוד הרב...! אזוי ווי יואל'יש קרויס זז"ג זאגט. אויב מ'נעמט געלט פון די מדינה, זיי מוחל שטעלל זיך אין ליין פאר גיוס אויך. דו האסט נישט קיין רעכט זיך אקעיגנצושטעללן...! מענטשן אזוי ווי איך און די עדה, קענען רעדן און מוחה זיין. זיי נישט קיין היפאקריט...! ודפח"ח...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

וואסעפעס?
יעדער וואס האט אמאל גענימען געלט פין די מדינה האט אלע רעכטן צו זאגן פארן מדינה איך האלט נישט ביים ווערן דיין פערד, איך וויל פין דיר אפהאקען

וה"ה די וואס האבן ביז היינט נישט געהאט מיט די מדינה האבן נישט קיין גאראנטי אז זיי וועלן נישט תומך זיין אין די וואס זענען היינט א טייל אינעם מדינה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ער האט נישט אפגעהאקט
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

שליחה דורך א איד »

יהודי פשוט האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז געשעהן די לעצטע טראגעדיע אין בית שמש? בשל מי הרעה הזאת?
ר' חיים קנייבסקי - ווייל מ'האט פוגע געוועהן אין כבוד פון רב שטיינמן
מהרז''ל - מ'האט נישט מוחה געוועהן גענוג אויף גיוס
מהר''א - זיי זענען אליינס שולדיג
ימים ידברו - ווייל מ'האט מבזה געוועהן רבי שמואל אויערבאך
אלתר משה גאלדבערגער - ווייל די רבי'ס מאכן קאווער אפ'ס
נחום ראזענבערג - ווייל מ'האט מאלעסטעד קינדער
קול ראבינאוויטש - ווייל מ'האט סמארטפאון'ס
וכו' וכו' וכו' כל אחד ואחד וועט דיר זאגן אז דאס איז צוליב עפעס אין וואס ער איז נישט נכשל נאר דער אנדערער איז אין דעם נכשל וממילא דארף נאר יענער תשובה טוהן ואני בשרירות לבי אלך....
נ. ב. דאס זענען אלעס נאר דוגמאות נישט אז זיי האבן טאקע אזוי געזאגט און נישט אז מ'קען נישט אויסרעכענען נאך אנדערע....
איך האב געוואלט וויסן, וואס הרב רייזמאן זאגט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

שכוח פאר מיך שטעלען במעלות גדולים שכוח, אבער אויב די האסט דורכגעליינט מיינע תגיבות איז דאס נישט אמת, איך וויל נישט נאכאמאל איבערחזרן ווייל כווארט נאך אויף ליטוואק זאל מיר ענפערין ווער סהאט געזאגט זקן ממרא מיט בהמות וועליכע צד? און ווער און אויף וועים?
פארשפארט