איש את רעהו האט געשריבן:וואסעפעס? יעדער וואס האט אמאל גענימען געלט פין די מדינה האט אלע רעכטן צו זאגן פארן מדינה איך האלט נישט ביים ווערן דיין פערד, איך וויל פין דיר אפהאקען
וה"ה די וואס האבן ביז היינט נישט געהאט מיט די מדינה האבן נישט קיין גאראנטי אז זיי וועלן נישט תומך זיין אין די וואס זענען היינט א טייל אינעם מדינה.
איש את רעהו (חיים בלעו)...זאלל ער טון תשובת המשקל. און צוריקגעבן אלע מיליאנען און אלע בילדינגס וואס ער האט באקומען אין משך פון יארן. דאמאלס 'עמיר איהם אנהייבן צו גלייבן...! און לגבי די עדה החרדית, וועלכע האבן ב"ה נישט גענומען קיין איין פרוטה פון די מדינה'ס געלטער. און זיי וועללן בסייעתא דשמיא ווייטער אויכעט נישט נעמען קיין שום געלט אדער אנדערע טובת הנאה פון די מדינה...!
איך וויל נאר איבערחזר'ן, אפשר צום 500'סטן מאל דעם כלליות'דיגן מהלך פון מהר"א שליט"א. נאר כדי להוציא מליבן של...ווייל איש את רעהו האט עפעס פריער דערמאנט אז איך מיט נאך איינעם זעמיר בלינדע נאכפאלגערס פון ר' אהרן. און ער מוז אייביג אויסקומען גערעכט.
בעצם איז דאך דאס סתם געטראללט. ווייל ר' אהרן שליט"א גייט נאר אין דעם דרך פון מרן הדברי יואל זי"ע. וואס דער דברי יואל האט נישט געהאלטן פון זיך רייצן און שלאגן מיט די ציונים. יא. ער האט זיך געשלאגן אידעאלאגיש מיט די שיטה. אבער נישט ארויסגיין און מאכן פראוואקאציעס ווי ראיאטן און שטערן דעם טרעפיק אין גאנצן לאנד. אזוי ווי הרב שמואל אויערבאך שליט"א טוט. ווען ער שיקט זיינע בחורים אז זיי זאללן אנמאכן דעם גאנצן באלאגאן. און נישט אויספאלגן די רעגולאציעס פון באקומען א פטור אדער א דיחוי.
היינט ווען ס'איז דא א מרכז עזרה ויעוץ, וואס זיי העלפן צו פאר די ישיבה בחורים אריינגעבן די נויטיגע פאפירן כדי צו באקומען דעם פטור אדער דיחוי. און אויב מאכט זיך קאמפליקאציעס שיקן זיי אפילו א לאיער צו באגלייטן דעם בחור. איז דאס וואס הרב אויערבאך טוט זייער נישט ריכטיג. און וויפיהל ביטול תורה איז דאס גורם. און וויפיהל חילול ה' קומט ארויס פון די זאכן. בשעת מ'קען אלעס ערלעדיגן אויף א נארמאלן וועג.!
גאנצל האט געשריבן:זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיק
פאליטיק?? ווייל ער האט מוסדות וואס הרב שלמה מענדלאוויטש און סאטמאר שטיצן עס, ווערט עס פאליטיק? זיין נישט נעמען א טייל אין די וואלן און זיין קעגן גיין אין מיליטער מאכט אים א פאליטיקער ? די אלע וואס שמיצן היינט געגן הרב שמואל אויערבאך אז ער איז א פאליטיקער האבן דאס געזאגט אויף סאטמאר רב ז"ל וואלט [tag]גאנצל[/tag] און זיין חברייא דאן געווען אין די פעדערן וואלטן זיי אזוי באקרוינט סאטמאר רב ז"ל וואט עי שעים זיי רופן זיך ממשיכים צו די התנגדות באוועגונג פין ציונות ואביזרייהו
כבוד הרב שיסרייהו, געווענטליך האלט איך מיך שטיל, אבער דא האב איך געפלאצט!! דו קוקסט אויס ווי א ראדני טוילעט זיצער, וואס ווייסט נאר וואס די הייליגע דבר יום ביומו פארציילט. מענדלאוויטש, מוסדות, מיליטער, טהרת הקרקודש וכו' דו ווייסט למשל אז די עץ פארטיי מיט איר פאליטישע פירער אויערבאך און גראסמאן האבן נציגים אין די עירייה? ווער רעדט נאך פון ירושלים ווי מר. עפשטיין איז א גאנצע קנאקער, ווייסטו אז די נישט וועלן איז נאר ווייל מען האט אים אויסגעשפילט ביי די ע"ג בחירות ווי מען האט אים געהאט צוגעזאגט זיך צו רעכענען מיט זיין פארטיי??? ניין ער ווערט נישט קיין פאליטיקאנט וועגן מוסדות אדער וועגן סאטמאר, ער איז א פאליטיקאנט ווייל ער האט א מפלגה וואס פרובירט צו געווינען בענקלעך ווי זיי קענען, און ווי זיי פארלירען שרייען זיי קנאות, דאס איז די ריכטיגע פאלטשע קנאות וואס ז"ל איז געשלאגן מיט, און ר"א פרובירט עס מסביר צו זיין פאר די עולם (הגם נישט לש"ש) ווייסט ווען עס גייט פלאצן? ווען אויערבאך גייט פרובירן צו כאפן א בענקל אין כנסת אדער אליין אדער מיט א אנדערע פארטיי, און דעמאלטס גייט מענדעלאוויטש צוריקבעטן זיין געלט וואס איז שוין לאנג אינוועסטעד ערגעץ אין צרפת.
איך זעי נישט די מהלך המחשבה. הרב אויערבאך האט א מיינונג, און נאר דורך פאליטיק קען ער עס אויספיהרען. פונקט ווי אלע גדולי ישראל אין א"י זייט די גרינדונג פון די מדינה. עס איז בכלל נישט קיין סתירה צו זיין ראש ישיבה אמט.
איך בין נישט איינשטימיג מיט זיין מהלך, בלשון המעטה, אבער ער דארף מיר נישט געפעלען און ער מעג זיך דינגען מיט מיר. ווי אויך איז זיין פיהרערשאפט פון זיין פארטיי גארנישט אזוי פעסט, און זיי פאלגען איהם נאר ווילאנג עס געפעלט זיי. ועוד, הן מצד ההלכה הן מצד המאראל, האט דער מיעוט נישט קיין רעכט צו באצווינגען זייער מיינונג אויף דער רוב. עס גייט נאר זיין איין געזעץ, און עס איז נוגע אלע בני הישיבות. טוהן זאכען וואס קען טוישען די געזעץ, זאל מען און מעג מען נאר מאכען נאך דעם וואס עכ"פ רוב דער ציבור איז מסכים דערצו. עכ"פ ביזדערווייל האט זיך די מנהיגות פון הרב אויערבאך אויסגעלאזט מיט גארנישט. געדענק, אז די ציל פון אלס איז געווען טוישען די געזעץ, נישט צייטונגען און מוסדות. זיי זענען נאר א היכי תימצי צוצוקומען ערגעץ, קיינער האט זיי נישט געדארפט. און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט די זעלבע געזעץ און גרויסע חבורות פון זיין מענטשען וואס דינען אין מיליטער א דאנק זייער באפוילען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
די גערעדעכצער נגד הרב אויערבאך אים צו באשולדיגן מיט פאליטיק און חשבונות, צו ווערן א פירער אינעם מדינה איז א בלבול פין פארשידענע פארטיי אינטערסען פין אינדיווידועלען וואס זיכן דערמיט צו בויען זייער פארטיי.
פריוואט ווען איר זעצט זיך כאפן א שמועס מיט הרב אויערבאך שליט"א הערסטו קלאר אז דער איד איז געקומען דערויף אז די מהלך אומצוגיין מיט די מדינה איז דאס התנתקות פין זיי ווי מער, יעצט ער זאל זיי גיין מאכן פלוצים פאר מתנגדים פין זייערע גרויסע פארגייער עד היום איז שווער אבער דאס איז ריכטיג וואס לפ"ב שרייבט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אויך איז זיין פיהרערשאפט פון זיין פארטיי גארנישט אזוי פעסט, און זיי פאלגען איהם נאר ווילאנג עס געפעלט זיי. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס איז היינט דא 2 סארט חסידים פון הרב אויערבאך טייל זענען נוטה שארפער קעגן די מדינה און טייל זענען מער ליבעראל, דאס טוישט נישט די שטעלונג פון הרב אויערבאך שליט"א זעלבסט.
איך פארשטיי נישט אויב הרב אויערבאך אליין ווען דו רעדסט צו אים אליין איז ער דער קנאי הדור וואס לערנט דען ויואל משה יעדן טאג ברבים וואס איז שייך צוויי פראקציעס ?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווייזט אונז אז נישט קענען די פאקטען קען פארדרייען אפילו ׳קדושים וטהורים׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קדושים און טהורים ווערן נישט פארדרייט ווען זיי האלטן אנדערש ווי די קלערסט מען דארף זיך נוהג זיין
געדענק דאס ווען דו דערמאנסטדיך פון די מעשה וואס דיינע חברים האבן פלאנאנצירט וועגן פארדרייען קדושי וטהורי הדורות הקודמים בחתימתם על החוב-קדוש וואס דאס איז פשוט ביי א יעדער סאקמורי אז מ'האט פארדרייט דעם צדיק אדער יענעם רב, ווייל אן דעם קען נישט זיין אז זיי וואלטען געחתמ'עט
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
גאנצל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב אויערבאך אליין ווען דו רעדסט צו אים אליין איז ער דער קנאי הדור
וועסט סייווי נישט פארשטיין אז דיין מו"ר נעמט זיך מארגן אויסרימען הרב אויערבאך און ענק באפעלן צו שטיצן זיינע אקטיוויטעטן וועסטו מארגן יא פארשטיין נו? אידאך א שאד די מיה זיך צו מיטשען.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווייזט אונז אז נישט קענען די פאקטען קען פארדרייען אפילו ׳קדושים וטהורים׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קדושים און טהורים ווערן נישט פארדרייט ווען זיי האלטן אנדערש ווי די קלערסט מען דארף זיך נוהג זיין
געדענק דאס ווען דו דערמאנסטדיך פון די מעשה וואס דיינע חברים האבן פלאנאנצירט וועגן פארדרייען קדושי וטהורי הדורות הקודמים בחתימתם על החוב-קדוש וואס דאס איז פשוט ביי א יעדער סאקמורי אז מ'האט פארדרייט דעם צדיק אדער יענעם רב, ווייל אן דעם קען נישט זיין אז זיי וואלטען געחתמ'עט
מיין תגובה איז געווען צו לפ"ב וואס ער איז עפ"י רוב דוגל מיטן פארשטיין יענעם און נישט ארויפצווינגען אויף יענעם די דעה פלוצים דא ווערן די קדושים וטהורים פארדרייט צוליב זייער הנהגה אנדערש פין אים.
איש את רעהו האט געשריבן:הגאון רבי שאול בראך זצ"ל שרייבט אזוי: הוא מסית ומדיח כירבעם בן נבט, לא רציתי להזכיר שמו המרומז בישעיה' כ"ח ח' (כי כל שלחנות מלאו קיא ר"ת אברהם יצחק קוק)... דקרובים דרכיו לאותו האיש ... ויש תקוה טובה שגם הוא יתנצר... וכל אשר יכבד אותו הוא ממש כמשתחווה לע"ז
אידן פארציילן אז ער האט בשם ומלכות געדאנקט דעם באשעפער ווען רב קוק איז נפטר געווארן
אז דו ווילסט באשמוצן ר' שאול בראך זצ"ל, מאך אויף א באזונדערע אשכול פאר דעם. דא קומט עס נישט אריין.
הייסט ביי דיר אויב א איש גדול וקדוש ווי ר' שאול בראך זי"ע האט אזוי געטוהן, הייסט עס אז מען באשמוצט אים ווען מ'שרייבט עס? אדער ס'ווארפט א שטיקעלע ליכט וויאזוי אמת'ע גדולי ישראל האבן זיך מתייחס געווען צו הר' קוק? (ס'האט נישט קיין שייכות צו הרב שטיינמאן, איך רעד נאר בנוגע הר' קוק).
אפשר איז הרב קוק די קדוש וטהור,
אין שו"ע איז דא דינים וויאזוי נוהג צו זיין וווען איינער מיט דיעות פון מינות גייען אוועק מן העולם אויב עמיצער האלט אויף איינעם אז ער האט דיעות פון אפיקורסות, ווערט מען אפגעפרעגט ?
גאנצל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב אויערבאך אליין ווען דו רעדסט צו אים אליין איז ער דער קנאי הדור
וועסט סייווי נישט פארשטיין אז דיין מו"ר נעמט זיך מארגן אויסרימען הרב אויערבאך און ענק באפעלן צו שטיצן זיינע אקטיוויטעטן וועסטו מארגן יא פארשטיין נו? אידאך א שאד די מיה זיך צו מיטשען.
אין אנדערע ווערטער עס איז נישט פארהאן קיין הבנה האסט איין ברירה קח ולך הער וואס ר' מנשה פילאף זאגט נעם עס אן און פרעג נישט קיין קושיות
האלט איך נישט דערביי
נאך איינמאל פראבירן דו קענסט מסביר זיין פ"וו הרב אויערבאך האלט אויף זיין עץ פארטיי ? ווילסט פארלייקענען אז ער האט נציגים אין די ערייה ??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה:צוגעלייגט תוארי כבוד
גאנצל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב אויערבאך אליין ווען דו רעדסט צו אים אליין איז ער דער קנאי הדור
וועסט סייווי נישט פארשטיין אז דיין מו"ר נעמט זיך מארגן אויסרימען הרב אויערבאך און ענק באפעלן צו שטיצן זיינע אקטיוויטעטן וועסטו מארגן יא פארשטיין נו? אידאך א שאד די מיה זיך צו מיטשען.
ווילסט פארלייקענען אז ער האט נציגים אין די ערייה ??
איש את רעהו האט געשריבן: פריוואט ווען איר זעצט זיך כאפן א שמועס מיט הרב אויערבאך שליט"א הערסטו קלאר אז דער איד איז געקומען דערויף אז די מהלך אומצוגיין מיט די מדינה איז דאס התנתקות פין זיי ווי מער, יעצט ער זאל זיי גיין מאכן פלוצים פאר מתנגדים פין זייערע גרויסע פארגייער עד היום איז שווער אבער דאס איז ריכטיג וואס לפ"ב שרייבט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אויך איז זיין פיהרערשאפט פון זיין פארטיי גארנישט אזוי פעסט, און זיי פאלגען איהם נאר ווילאנג עס געפעלט זיי. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס איז היינט דא 2 סארט חסידים פון הרב אויערבאך טייל זענען נוטה שארפער קעגן די מדינה און טייל זענען מער ליבעראל, דאס טוישט נישט די שטעלונג פון הרב אויערבאך שליט"א זעלבסט.