חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?
ס'א שאלה וואס דערקוטשעט מיך שוין עידן ועדנים און אצינד וואס מיינע קינדער וואקסן אונטער, לאזט עס מיך נישט מנוחה.
איך בין דערצויגן געווארן מיט א שאיפה צו גדלות. מיינע רבי'ס האבן פארפירט אז יעדער בחור קען אויסוואקסן א רבי עקיבא אייגער, מ'האט געמאנט און געמאנט און געמאנט. פון ווען איך בין געקומען לכלל דעת בין איך מחונך געווארן אז מ'דארף שטרעבן צו בלייבן ביים לערנען און זיין א בן תורה און זיך מוסר נפש זיין פאר תורה וכו' וכו' וכו', און דאס איז די העכסטע דערגרייכונג און דער וועג פאר א תכלית אין לעבן, צו זיצן כל ימי חיי אין בית המדרש פון שם און עבר.
דורכאויס אלע מיינע בחורי'שע יארן האט קיינמאל אפילו נישט געקראסט מיין מיינד אז איך וועל נישט בלייבן זיצן און לערנען, בלויז אזא הווא אמינה וואלט געווען א נארישקייט און א פארראט אויף מיר זעלבסט. מוותר זיין בשתי ידים אויף די אלטימוט? אויף חי נצח? אויף דער גרעסטער תענוג אין לעבן?
יארן זענען דורכגעלאפן און די רעאליטעט אין לעבן קלאפט אריין, מ'דארף שפייזן א געזינדל, הרבה עשו כרבי שמעון, די כולל יארן ווערן נישט אויסגענוצט אזוי איי איי איי ממילא, און מ'גיט זיך איין דריי און מ'טרעפט זיך ארבעטן מצאת החמה עד צאת הנשמה. יעצט, איך גלייב אז אזוי ווי מיר זענען פארהאן טויזנטער און אפשר אפילו צענדליגער טויזנטער וואס זענען דורכגעגאנגען דעם זעלבן ציקל, ווער ס'איז געווען א שטיקל מצוין אין ישיבה האט געהאט די זעלבע געדאנקענגאנג.
בהמשך צו ראובנ'ס שמועס איבער די היינטיגע חינוך סטאנדארטן בין איך איבערצייגט אז דער געדאנק פון שואף זיין צו זיין א גדול בישראל און מחנך זיין יעדן בחור ווי ער גייט זיין דער קומענדיגער רבי עקיבא אייגער איז א נייע זאך. אמאל האט מען אפילו נישט געהאט קיין אנדערע הווה אמינא ווי אז א טאג נאך די לעצטע שבע ברכות גייט מען זוכן א פאסיגן זשאב און קובע זיין עיתים לתורה (כרעדט שוין נישט אינדערהיים נאר אפילו אין אמעריקע ביז דרייסיג יאר צוריק בערך ווען כולל האט אנגעהויבן ווערן אלץ מער און מער א מעינסטרים האט מען אנגעהויבן מחנך זיין דעם דור דערצו).
מיין פראבלעם מיט דעם נייעם מהלך אין חינוך איז, אז אין רעאליטעט ארבעט עס פאר א פיצל פראצענט. וויפיל אידן בלייבן פון שבט לוי? די וואס זענען אין כולל און זענען מגידי שיעור זענען באופן כללי בעלי כשרון און רבנישע קינדער וואס קענען נישט טון עפעס אנדערש, וויפיל דערפון זענען ריכטיגע בני עלי' אז ס'לוינט זיך דער שפיל? א פיצל פראצענט.
וואס טו איך למעשה: כ'האב אן עלף צוועלף, פופצן זעכצן יעריגער בחור א בעל כשרון, זאג איך אים וואקס אויס א גדול אדער א פשוטער ערליכער בעל הבית?
דער עיקר חסרון פון שואף זיין לגדלות איז אין מיינע אויגן ווייל ברבות הימים זעט זיך דער מענטש ווי א דורכפאל און ווי ער האט עס נישט געמאכט, בנוסף האט ער נישט די ריכטיגע חשיבות פאר פשוטע זאכן, קביעת עיתים לתורה און תפלה בכוונה, אז איך בין נישט רבי עקיבא אייגער בין איך דאך גארנישט, אז איך בין גארנישט פארוואס זאל איך לערנען א האלבע שעה משניות ביינאכט. וואנט מעיק איט אר ברעיק איט.
אן ערליכער בעל הבית קען זיין אין מיינע אויגן א בן עלי', לערנט שעות אריכות, מדקדק בקלה כבחמורה, לאזט זיך קאסטן פאר א מצוה און דאוונט ווי א לייט (כ'קען גענוג און נאך אזעלכע אידן) און כ'וואלט מיך געווינטשן אזעלכע קינדער. זאל איך אבער בידים אוועקווארפן די פיצל פראצענט אז מיין קינד וועט זיין דער קומענדיגער פלאצקער גאון און צי זאל איך גרייט זיין צו גיין קעגן דער גאנצער חינוך סיסטעם און קעגן וואס מיינע קינדער וועלן הערן פון זייערע רבי'ס ביז צו דער חתונה און זאגן פאר מיין קינד, אהובי ידידי, איך וויל זאלסט זיין א ירא שמים מרבים א נהנה מיגיע כפו?
בעניי, איז עס א קריטישע שאלה. קען זיין מיינע מחשבות קומען נישט אריין אזוי מסודר, כ'האף אבער אז אנדערע טיילן מיט ענליכע מחשבות ווי מיר און וועלן אנטיילנעמען אין דער דעבאטע.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?
פארוואס מיינט ארבעטען אויפהערען לערנען ביגיעה? עס איז נישט אזוי און עס דארף נישט זיין אזוי. עס דארף זיין מלאכתו עראי ותורתו קבע. ביים ארבעט דארף עס אויך זיין מיט איין אויג אויף תכלית האדם בעולמו. און דאס איז דער פנימיות פון די חינוך (איך זאג נישט אז די מחנכים ווייסען דערפון, נאר אז דאס דארף עס מיינען). דער ח"ח, חזו"א, און טשעבינער רב האבען געארבעט. עס דארף נישט זיין קיין סתירה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
בהמשך צו מיינע ווערטער אין ראובן'ס ארטיקל, די סיבה פארוואס ס'איז געווארן אזא ציל, איז נישט א לכתחילה, קיינער האט קיינמאל נישט אזוי דעסיידעט און קיינער האלט נישט אז דאס איז דער ציל אין חינוך, דער ניגון אז דאס איז דער ציל קומט פון נאך יארן מחנך זיין קינדער אן קיין ציל און אן קיין פלאן בכלל, האט מען זיך דערזען אז דער איינציגסטער וועג מסביר צו זיין וואס מען טוט דא אפ מיט אונזערע קינדער, איז די מכלומרשטע תירוץ אז מיר האבן א ציל אז זיי זאלן אלע אויסוואקסן רשכבהג"ס.
אויב וואלטן מיר מחנך געווען אונזערע קינדער מיט א ציל, וואלט דאס בכלל נישט געווען אונזער וועג פון חינוך.
אויב וואלטן מיר מחנך געווען אונזערע קינדער מיט א ציל, וואלט דאס בכלל נישט געווען אונזער וועג פון חינוך.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
כוכב, דיין טענה איז אז מ'איז מחנך און מ'רעדט א געוויסע ניגון, און די חברה לאזן זייער מחונכים אינמיטן די רייזע. פון די טאג וואס ער ווערט זיבעצן און א האלב, איז שלומיאל אליינס און זיינע איינציגסטע וועג ווייזערס שרייבן ארטיקלען אין דער איד. דעריבער ווען מ'גייט ארבעטן ווייסט מען שוין נישט ווי איינצוקאסירן די יארן פון חינוך, און מ'טוט די גרינגסטע שייך. א בלויע גמרא, א פאר ווערטלעך אויף חומש און הלכות חג בחג פון צייטונג. מ'קוקט אמאל נאך א מראה מקום, אבער דאס איז בבחינת התנדבות.
מ'דארף טרעפן א מהלך החינוך פאר נאך די זיבעצן און א האלב און איך טענה די זעלבע זאך ביי ליטווישע. פון די טאג וואס מ'גייט קיין א"י, און זיכער נאך דעם וואס מ'קומט צוריק, איז מען אליינס. עס עקזיסטירט נישט קיין מורי דרך אויסצולערנען וויאזוי צו גיין צום נעקסטן טריט אין לערנען, און זיכער נישט אין עבודת ה'. פאר דעם זענען אזעלכע מגידים ווי ר' מתתיהו סאלאמאן אזוי פאפולער. יונגעלייט וואס זיצן און לערנען קומט זיך עפעס א העכערע און טיפערע רבי, אבער דער געזעלשאפט האט עס נאך נישט.
בקיצור, נישט די קינדער'ס חינוך איז דער פראבלעם, נאר דאס אז עס שטעלט זיך אפ אינמיטן וועג איז דער פראבלעם.
שמערל, זינט די ערשיינונג פון קאמערשעל חינוך, רעדט מען די שפראך. פארצייטענס האט מען געהאט נאך א קלענערע פלאן אין חינוך, נאר אז מ'זאל לערנען וויפיהל מעגליך.

- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
כוכב האט געשריבן: זאל איך אבער בידים אוועקווארפן די פיצל פראצענט אז מיין קינד וועט זיין דער קומענדיגער פלאצקער גאון און צי זאל איך גרייט זיין צו גיין קעגן דער גאנצער חינוך סיסטעם און קעגן וואס מיינע קינדער וועלן הערן פון זייערע רבי'ס ביז צו דער חתונה און זאגן פאר מיין קינד, אהובי ידידי, איך וויל זאלסט זיין א ירא שמים מרבים א נהנה מיגיע כפו?
לערן מיט זיין עטליכע שורות גמרא אין מסכת ברכות דף ח. ;
ואמר רבי חייא בר אמי משמיה דעולא גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים דאילו גבי ירא שמים כתיב (תהלים קיב א) °אשרי איש ירא את ה' ואילו גבי נהנה מיגיעו כתיב (תהלים קכח ב) °יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא ולגבי ירא שמים וטוב לך לא כתיב ביה:
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
כוכב, מאכסט מיר לאכן, ס'קוקט אויס ווי די לעבסט אויף אן אנדערע פלאנעט ווי מיר. אילו, מ'וואלט געפאדערט פון די קינדער אויסציוואקסן א ר' עקיבא איגר, אדער אפילו א גדול קרוב לזמנינו למשל ר' משה פיינשטיין אדער ר' פישל הערשקאוויטש, איז א האלבע צרה. די מציאות איז אבער סאך ערגער. פרעג עני יונגל ווער ס'איז ביי אים די חשוב'סטע איד, וועמען קוקן זיי די מערסטע ארויף? איך רעדט שוין נישט פון איינער וואס געהערט צו א געוויסע חסידות און לערנט אין א פארטייאישע חדר, ביי אים איז א דבר פשוט אז זיין רבי איז צדיק הדור. נאר אפילו יונגלעך פון אומפארטייאישע שטובער, וועלן עפ"י רוב מחשיב זיין אדמו"רים מער ווי אנדערע אמתע חשובע אידן. פון ווי זאלן זיי וויסן פון ר' פישל'ע ווען ס'איז נישטא קיין פיקטשערס פון אים אין "די וואך" ווען פון האצענפלאצע רבי איז דא א בילד פון יעדע נפיחה?
אודאי דארף מען רעדן צו די קינדער און אויפקלערן מה חובתו בעולמו, און נישט ווערן פארטעמט פון די שטרום וואס דאמינירט די חרד'ישע גאס. טאמער ווייסט איר פון א חשובע בעל הבית, זאלסטי אים אויסרימען און ווייזן פאר דיין קינד אלס דוגמא פון אן ערליכע איד.

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
דער קאונטער ארגומענט איז אזוי: אויב וועט מען לכתחילה מחנך זיין אויף בינוניות ווי צום ביישפיעל זיין אן ערליכער בעלאבאס וועלען די פירות אין רוחניות זיין שוואכער. די בעלי כשרון וועלען שואף זיין צו גיין אין לאו סקול אדער מעדיקל סקול. די בינוניים וועלען תיכף אנהייבען טראכטען וועגען געלדט און ביזנעס. און די שוואכע וועלען זיך אריין לייגען אין ספארטס, קונסט, אדער בלוי קאלנער ארבעט. ותורה מה תהא עליה?
ממילא האט מען געשאפען אזא מאדע מאדעל פון וואקסען דער נעקסטער ״גדול״ ווי אפנים ר משה פיינשטיין, דער חזו״א, טשעבינער רב, אדער ווי אין לעיקבוד ר אהרן׳נען גאר. און דאס האלט די יונג ווארט זאל הארעווען אין לימוד התורה אויף גאר א גרויסער פארנעם. עס איז לענ״ד נישט געווען אזא מאסן לימוד התורה אפאראט זינט חורבן הבית. בפרט אז די בחורים פאהרען לערנען קיין ארץ ישראל וואס דארט איז בכלל א אנדערער געזעלשאפט און עס געפונען זיך דארט טאקע מער ״גדולים״ טוט דאס העכערן דעם דמיון אז דאס איז מעגליך בדורנו.
כוכב היקר ברענגט אבער גוט ארויס א געפערליכער סייד עפעקט פונעם סיסטעם וואס ס׳מעגליך אז צוליב דעם איז יצא שכרו בהפסדו. אפשר איז יא כדאי צוזאמען צושטעלען א מער באלאנסירטע חינוך מאדעל פון תורה ומדע.

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?
וואס איז שייך צו מאכן א כלל פון דעם.
אלמלא וואלט ר' משה פיינשטיין'ס פאטער נישט געפאדערט גדלות וואלט די וועלט פארפאסט א גדול פונעם יארהונדערט.
אלמלא וואלט דער קשה הבנה ודל החשק'ס פאטער געפאדערט גדלות וואלטן מיר געהאט נאך א קני ראטענבערג.
יעדע טאטע/מחנך ברויך קוקן מיט אן אביעקטיוו בליק אויף יעדע קינד באזונדער און זעהן זיינע כשרונות סיי אין קאפ, נאך סאך וויכטיגער אין חשק והתמדה, און מחליט זיין לויט דעם ווי אזוי אים צו שטיפן צו' זיין' בעסטן תכלית.
רוב בעלי כשרון זענען נישט די גרעסטע אין התמדה און אסאך שוואכע כשרון זענען גאנץ שטארק אין התמדה וחשק.
דאס איז אויך פשוט אז דאס קינד וועט ע"פ רוב נישט זיין צו ווייט פונעם פאטער, אפילו א גוטער בעל כשרון מיט שטארקע התמדה וועט עט סאם פוינט דארפן גיין על המחיה און נאכטוהן בערך וואס זיין פאטער טוט.

- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
@קל וחומר,
מ'רעדט דען פון מאכן א כלל? דער טענה דא איז אויף דעם היינטיגן כלל צו מחנך זיין 'יעדעם' מיט דעם שאיפה על אף די שאנסן זענען גאר שוואך, אנשטאט זײן רעאליסטיש און מעודד זיין נאר דעם וואס האט אמת'ע פאטענציאל, און פאר די איבריגע געבן א חינוך וואס קען זיי ברענגען ווייטער אין לעבן.
ר' משה פיינשטיינ'ס פאטער האט טאקע געזען אז זיין זון איז באמת עדיו לגדולות האט ער אריינגעארבעט אין אים, טאמער וואלט ער געווען פארנומען אזוי אריינארבעטן אין יעדע קינד וואס האט נאר א ספק ספיקא פון א ווייטע מעגליכקייט, וואלט מסתמא ר' משה פארנאכלעסיגט געווארן און מיר וואלטן אים פארפאסט.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
זיכער דארף מען מחנך זיין אויף גדלות, ווייל פארדעם איז מען דאך געקומען דא. די שאלה ווערט נאר, וואס איז גדלות? זיין א תלמיד חכם שאין בו דעת, א בעל גאוה וואס ס'אינטרעסירט איהם נישט גארנישט אויסער זיין נארישע שטיקל תורה און זיין כבוד,וואס תורתו נעשה לו סם המוות? אדער זיין א גוטע מענטש, וואס האט ליב מענטשן, א גדול הנהנה מיגיע כפיו יותר מירא שמים, וואס די ביסל וואס ער לערנט איז לשמה?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
Re: חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?
כוכב,
א דאנק פאר ארויפברענגען א דילעמא וואס נאגט כמעט יעדן בר דעת וואס האט בחורים אין ישיבות.
דיין שאלה איז זייער א רעלעוואנטע. נישט קיין חלומות און טעאריע וויאזוי מ'טוישט די ישיבה סיסטעם, נאר וואס טוט מען למעשה.
ס'איז זיכער נישט געזונט אז דיין בחור זאל פילן אז דו האלטסט אנדערש השקפה'דיג ווי דאס וואס מ'קאמערט אים אין ישיבה אז דאס איז חובתו בעולמו. סיי ווייל דו ווילסט נישט זיך אנקלאפן מיט די הנהלת הישיבה און סיי ווייל אז דיין בחור גייט פילן אז דו לאכסט אפ פון די גאנצע ציל צו וואס ער צילט, ווייסטו נישט וואס נאך ער גייט מחליט זיין אז עס איז נישט וויכטיג. אויך ווען א בחור הייבט אן זיך פילן ווי א אויבער-חכם קען עס אויסקלאפן אויף אנדערע אופנים און געווענליך האבן זיי נאכנישט די דעת און ערוואקסנקייט צו מבדיל זיין בין טמא לטהור.
אבער פון די אנדערע זייט איז דיין אחריות אלץ טאטע צו מאכן זיכער אז דיינע קינדער וואקסן נישט אויף אין א טעות און א באבל וואס גייט איין טאג קראכן.
די עיקר איז אז דו זאלסט אנפילן דעם חלל וואס די ישיבות פארנאכלעסיגן. דו דארפסט זעהן צו רעדן און ווייזן א דוגמא פון אמת'ע ערליכקייט, פון מענטשליכקייט, פון זיך פירן מיט ישרות און מדות. זאל ער זעהן אויף דיר אז נהנה זיין מיגיע כפו איז נישט קיין סתירה צו זיין א ת"ח ויודע ספר, ווייז אים וויאזוי דו קוקסט נאך א הלכה אין שו"ע, וויאזוי דו האסט אן אינטערעסע אין א רמב"ן אויף פרשת השבוע, וכו' וכו'...
ווען מיין בחור האט אמאל גערעדט וועגן וואקסן א דיין האב איך אים געזאגט וואס א עלטערע מגי"ש א ת"ח האט מיר געזאגט אלץ בחור: לערן, לערן, אז נישט וועסטו וואקסן א דיין.
כ'האב אים עס נישט געזאגט מיט קיין ליצנות, אבער ער האט געכאפט די מעסעדזש אז דאס איז נישט אלעס. פון די אנדערע זייט הערט ער כסדר ווי איך בין מפליא דעם בעה"ב און יענע בעה"ב ווי זיי זענען זיך קובע עתים לתורה שעות יעדן טאג צו לערנען גרונטליך מיט א געשמאק.
א קינד כאפט געווענליך וואס איז חשוב ביי זיין טאטע און ער נעמט עס אריין אין זיך.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........
די שאלה איז, ווען גיבט מען אויף? ווען הייבט מען הענט און מען זאגט אז דער קינד דארף נישט מער ווי עברי מיט מעשהס פון רבין מיט יוסל. ווען איז מען מחליט אז לערנען וועט ער סיי ווי נישט קענען, זאל ער ווערען א שוסטער, צו א חסידישע רבי אדער א געטרייען עסקן. אז מען גיבט אויף צו פרי, איז עס א חורבן. און אז נישט, איז אויך א חורבן.
אויף דעם דאווענען מיר טעגליך ׳השיבה שופטינו כבראשונה׳, אז מען זאל האבען נביאים אונז אויסצולערנען די תשובה.

- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
ישר כוח כוכב פארן ארויפברענגען אזא אקטועלע פראגע
קודם דארף מען ארויסברענגן אז פאר מען הייבט אהן צו דן זיין דארף זיין קלאר אז מחנך זיין צו גדלות מיינט שלימות אין אלע ענינים נישט נאר אין לערנען דהיינו מדות מענטשליכקייט און נארמאלקייט און בעיקר געזונטהייט אהן קיין איבערגעטריבענע עקסטרעמיזם אין קיין שום נושא
איינמאל דאס מיינט מחנך זיין צו גדלות קען מען אנהייבן דן צו זיין
קודם דארף מען ארויסברענגן אז פאר מען הייבט אהן צו דן זיין דארף זיין קלאר אז מחנך זיין צו גדלות מיינט שלימות אין אלע ענינים נישט נאר אין לערנען דהיינו מדות מענטשליכקייט און נארמאלקייט און בעיקר געזונטהייט אהן קיין איבערגעטריבענע עקסטרעמיזם אין קיין שום נושא
איינמאל דאס מיינט מחנך זיין צו גדלות קען מען אנהייבן דן צו זיין
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
mevakesh האט געשריבן:קודם דארף מען ארויסברענגען אז פאר מען הייבט אהן צו דן זיין דארף זיין קלאר אז מחנך זיין צו גדלות מיינט שלימות אין אלע ענינים נישט נאר אין לערנען
זאגסט דאך אזוי גוט!!! ס'טאקע א טפשות, מ'נעמט איין מצוה פון די תורה און מ'מאכט דאס פאר גדלות. דער מענטש קען ווייטער זיין א מושחת, א נוקם ונוטר, א גנב, לאזן זיינע חסידים מאפיאנערן מענטשן, אבער, ער איז א גדול! אפשר זאל מען מחנך זיין צו גדלות, צו האבן ווי מער טירן וואס האבן מזוזות? אדער גיין מיט תפילין אגאנצן טאג?
ס'זעט אויס מער ווי מ'איז מחנך צו זיין א מפורסם, אדער א סעלעב, בלשונם, ס'האט נישט גארנישט צוטון מיט אידישקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בת קול האט געשריבן:זיי אים מחניך צו זיין אן ערליכער איד. פארוואס דארפסטו באשטימען זיין עתיד?
ביי בחורים דרייט זיך אלץ ארום "שאיפות", א בחור גלייכט ארויסצוקוקן אויף א ציהל, אויף א שטאנד וואס ער וועט אויסוואקסן. "ערליכע איד" איז צו א לויזע באגריף, אלע אידן זענען ערליך. ער ברויך זיך זעהן אין עפעס מער פונקטליך.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר.
אלע צוזאמען, מאכן שטייגען.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איינער האט דא געפרעגט א שטארקע שאלה, און איך זעה דערווייל נישט קיין תשובות דא.
לדעתי, הגם דער מהלך פין מחנך זיין אויף גדלות איז פעלער האפטיג, וואלט איך נישט מחנך געווען מען בחור אנדרעש, ווייל עס איז שווער צו גיין קעגן דער שטראם. אבער אלץ אינגערמאן, וואלט איך אים שוין יא געזאגט מער ווי איינמאל אז ער זאל טראכטן פין זיין עתיד מער אבזשעקטיוו.
דאס איז פין די גרעסטע חרבנות מיט דער היינטיגע חינוך, מען איז נישט מחנך וויאזוי צו זיין א אינגערמאן וואס ארבעט, מיט התחייבות און אחריות. טאמער איינער גייט ארבעטען מיינט ער אז דער חובת האדם בעולמו איז צו זיין א מיליאנער און קענען באקומען כבוד ביי די דינערס. זאגן איינעם זעה צו ארבעטען און טוהן עפעס וואס דו האסט ליב און גיבט דיר סיפוק, איז גוי'שע שפראך, ווייל חוץ די תורה גיבט דאך גארנישט סיפוק.
דער ענין רירט אהן דער הארץ פין די נייע חריידיזים.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!