דער באקאנטער זינגער פון ישראל, שלמה ארצי, האט מיט א דריי יאר צוריק אפגעראכטן א קאנצערט פאר פינף טויזנט משטרה מטגלידער אין ישראל. שלמה ארצי איז שוין צענדליגער יארן פאררעכנט אלס דער פאפולערסטער זינגער אין ישראל, א שטייגער ווי מבד ביים היימישן עולם.
אזוי אינמיטן זינגען זעהט ער עפעס א באקאנט פנים צווישן די קציני המשטרה, אוי דאס איז דאך רן ורד, דער אמאליגער פויקער. "רן ורד, דו ביסט געליידנט אויפן בינע! רופט שלמה אויס. רן איז ארויף, ער איז מכובד געווארן מיטן אפפויקן א ניגון, און נאסטאלגישע זכונות זענען אויפגעקומען, פון די צייטן ווען רן האט געפויקט אויף שלמה'ס פאפולערסטע אלבום'ס און אים באגלייט אויף גרויסע סטעידזשעס.
"וואלסטו צריק געקומען זיין אונזער פויקער? פרעגט שלמה. אבער רן זאגט קאטעגאריש "מען לאזט נישט אפ קיין מינדירן!
רן ורד, א איד אין די יונגע פערציגער, איז מיט א צעהן פופצן יאר צוריק געווען דער באקאנסטער פויקער אין סטודיא. סיי ביי די פרייע זינגער און סיי ביי די פרומע. ער האט זוכה געווען אז די פאפולערסטע חרדישע אלבום'ס זענען מיט זיינע קלאפערייען. פון די בעסטע מבד, אברהם פריד, שוואקי, לחיים (לחיים אידן ברודער, לחיים טיש, מתיקות), קעמפ שלוה, עמית ליסוונד, און נאך פילע אנדערע שפיץ אלבום'ס.
בימיו, ווען רן איז געווען דער פויקער פון רוב אידישע אלבום'ס, האב איך געהאט געמישטע געפילן כלפי רן'ס פויקעריי, פון איין זייט האב איך ליב געהאט זיין קלאפ, ספעצעל ביי א ראק ניגון, אבער מצד שני האב איך געפילט אז עס פעלט אים פלעקסעבילעטי און צוזאמענגענומענקייט ביי שווערע ריטעם'ס. איך האב מיר אפילו געוואונדערט פארוואס ער איז דער פויקער בה' הידועה, און געהאפט אז מונה און לאופער וועלן טרעפן א בעסערער פויקער פון אים.
עס זענען טאקע אפיר געקומען נייע פויקערס אויף אלבום'ס, ווי ברק בן צור, ניר צדקיהו, אבי אבידני, אשר פדי, די אלע פארמאגן בלי ספק בעסערע טעקניקס ווי רן ורד. רן איז צוביסליך אראפ פון די מאפע.
אבער צו דער זעלבער צייט האט זיך אנגעהויבן הערן דברי געגועים צו רן'ס פויקעריי. איך האב געגעבן א קוק צוריק, און זיך איבערצייגט אז די בעסט גייענדיגע טעיפ'ס זענען געווען די מיט רן אויף די דראם'ס, ווייזט אויס אז זיין קלאפ האט א חן מיוחד.
לעצטנס פראבירן טייל מוזיק ארעידזשערס אים צוריק צובאקומען אויף זייער מוזיק. יוחי בריסקמאן האט מיט א פיר יאר צוריק אויסגעשטעלט דעם גרויסן שוואקי קאנצערט אין נוקיה אויף א טאג וואס רן וועט קענען פויקן. האט זיך עס אויסגעצאלט? שווער צו וויסן, אבער דאס איז זיכער, אז נוקיה ווערט דערווייל פאררעכנט אלס שוואקיס געלונגענסטער קאנצערט.
שמואלי אונגאר האט געבעטן לאופערן צו אפיר ברענגען דעם רן אויף זיין אלבום. און אויך אנדערע זינגער ווילן אים שטארק האבן אויף זייער אלבום.
ווייזט זיך אויס אז ער פארמאגט א געוויסער חן.
רן ורד, דער פאליס אפיסער וואס פלעגט זיין א סטודיא פויקער
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
רן ורד, דער פאליס אפיסער וואס פלעגט זיין א סטודיא פויקער
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 29, 2018 9:04 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פערזענליכע און זינלאזע אטאקע
סיבה: פערזענליכע און זינלאזע אטאקע
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: צו די אלע חשוב'ע אידן וועלכע האבן געקוועטשט און קאמפלעינט אז איך מאך חוזק אדער טשעפע מיט עמיצן. וואס דאס האט גורם געווען אז די תגובה זאלל געמעקט ווערן. וויל איך ענק זאגן. מאכטס אויף די אויגן און ליינטס איבער דאס געשריבענע ווארט איידער איהר משפט און פארמשפ'ט. איך האב נישט געמאכט חוזק אדער געטשעפעט קיין שום מענטש. איך האב נאר דערציילט אז מיין אייניקל, זז"ג. א יונגל פון אכט יאר עמו"ש איז א דראממער, און חלומ'ט צו זיין א דראממער כמעט מיום היולדו. און ביי א יעדע געלעגנהייט דראממט ער. אין חדר. אין זיין הויז און וואו נישט. דאס אלעס וואס כ'האב געוואלט דערציילן. אבער לפי השמועה זענען אריינגעקומען היסטערישע אלערטס אז איך מיין דא צו טשעפענען אדער חוזק מאכן פון א מענטש...אתמהההההה...!
And the ususal suspects are....--------------, ----, ------------!
And the ususal suspects are....--------------, ----, ------------!