פארגאנגענעם פרייטאג איז ארויסגעקומען די נונעס מעמאראנדום, וואס איר עקזיסטאנץ איז שוין באקאנט א שטיק צייט, און דער נייגער איבער איר אינהאלט ווי אויך די קעגנערשאפט צו איר פאבליקאציע האט געשאפן א מעדיא ווינט און פאליטישע דעבאטע פאר די לעצטע וואך צוויי.
אין די מעמאראנדום, אדרעסירט צו די רעפאבליקאנער מיטגלידער פון די שפיאנאזש קאמיטע אין די קאנגרעס, ווערט ארויסגעברענגט וויאַזוֺי די יוסטיץ אפטיילונג פון די אמעריקאנער רעגירונג, וואו אויך די די פעדעראלע אויספארשונגס ביורא, האבן ביידע געשטיצט א שפיאנאש מיסיע פון אונטערהערן א פריוואטע אמעריקאנער בירגער׳ס קאמיוניקאציע, א בירגער מיטן נאמען קארטער פעידזש, וואס איז געוועזן א וואלאנטיר ביי די טראמפ קאמפיין, און די אורזאך פאר די שפיאנאזש, וואס מ׳האט אנגעגעבן פאר א ספעציעלן געריכט געאייגנט פאר די סארט ספעציעלע שפיאנאזש ערלויבונגען, איז געוועזן געבויעט אויף די באקאנטע steele dossier וואס וואו עס שיינט האט די אויספארשונגס ביורא געוואוסט אדער חושד געוועזן אז ס׳איז א פרעכע ליגענט, אבער ביים בעטן די ספעציעלן ערלויבעניש און געריכט האבן זיי נאכאלס גענוצט דעים אורזאך.
וואו עס איז געדרינגען פון די גאנצע מיסיע, און ווי אויך פון אנדערע ראיות געברעינגט איד דעים מעמאראנדום, האבן די דעמאקראטן, יוסטיץ אפטיילונג און אויספארשונגס ביורא פארלעצט א בירגערס פריוואטקייט, און גענוצט אן אורזאך וואס און בעסטן פאל האבן זיי נאר חושד געוועזן אז ס׳איז פאלש, אויב נישט געוואוסט פאר זיכער, אלץ צו פראבירן אונטערשטעלן פוסלעך אז דאנאלד טראמפ זאל נישט ערוועלט ווערן אלס פרעזידענט
״נונעס מעמאראנדום״
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
״נונעס מעמאראנדום״
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
גיט א טוה אן די ברילן, און קוועטש דא דעים לינק צו לעזן די גאנצע מעמאראנדום, נאכער שרייבטס אייערע געדאנקען דא, מ׳זאל מיר אלע קענען דאס ברייט אויסשמועסן (אדער קענט איר גיין אוועקפּאקן די שבת׳דיגע געשיר)
https://drive.google.com/file/d/1oXDJUx ... tIw9g/view
https://drive.google.com/file/d/1oXDJUx ... tIw9g/view
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill