אישתישבי האט געשריבן:לכאורה מיינט איר סארקאסטיש, ווייל דער תניא מיינט אויך נישט צו זאגן אז דער גר"א איז נישט נאמן, נאר אז ער האט נישט די הבנה. דא זאגט ער האט געהערט מפי תלמידיו.
ניין, איך מיין עס נישט סארקאסטיש. דער גר"א האט אויך געהאט די כתבי האריז"ל פונקט ווי דער תניא האט געהערט פון תלמידי הגר"א. נאר וויבאלד דער תניא האט געהאלטען אז דברי האריז"ל זענען מפי אליהו, האט ער געהאלטען אז דער וואס האלט אז עס איז נישט מפי אליהו, קען נישט פארשטייען פשט דערין. וכ"ש לגבי איהם מיט דער גר"א, וואס ער האט נישט וואס צו זאגען בדעת הגר"א.
דאס הערען מפי תלמידיו מיינט גאנץ ווייניג. עס איז נישט קיין ענין פון חייב או פטור וואס מ׳קען איבערגעבען קלאר. עס איז דאס זיכער א האקעלע זאך וואס איז תלוי באובנתא דלבא, און דער בעל התניא איז נישט קיין בעל דעה אויף דער מיינונג פון דער גר"א, לשיטתיה.
מיר רעדען דא פון צמצום כאילו עס איז א שטיק מזונות וואס זיצט פאר אונז. עס איז מושכלות און (עפעס דומה צו) מוחשות בלב, און אלס וואס מיר רעדען איז נאר אין דער לופט, אן קיין אחיזה אין די עניינים אויפ׳ן אמת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk