סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואלווי. אין די לעצטיגע נייעס טוט מען באשולדיגן דעם אידישען ביליאנער, קאסינא מאגול Steve wynn פון נעוועדע פארן חול-המועד האלטן אינמיטן סוכות מיט נשים צדקניות... ער פאררופט זיך פאר א בודהיסט, טראץ זיין אידישע אפשטאם, און האלט די 'דאליא לאמא' אלץ זיין רבי און וועגווייזער. מיט דעם אלעמען קוק אויף זיינע מעשים טובים. :cry:

Tiger woods, ביל קלינטאן, געבן זיך אויך אן אלץ הייסע בודהיסטן און מיט דעם אלעמען קענען זיי נישט האלטן די זאך אין די הויזן פאר גאנצע צוויי מינוט...

שטייצעך די אלע 'מעשים טובים' פון אינדיווידועלס פרעגט נישט אפ די פילאסאפיע פון בודהיזים, פונקט ווי מר. פינקל וואס האט געגעבן צו עסן טריפות פאר גאנץ מאנסי פאר יאהרן לאנג, אדער דער פרומער לוי אהרן וואס האט ליידער אומגעברענגט לייבי קלעצקי ע"ה, פרעגן נישט אפ אידישקייט. וכו' וכו'.

בקיצור, זיין א בודהיסט מיינט צו שטרעבן אנצוקמען צו נירוואנא! אבער פון שטרעבן ביזן אנקומען איז גאר א ווייטע מהלך, און ביי רוב מענטשען געשעהט עס נישט איבערנאכט. אבער אז איינער צילט אנצוקומען צו גוטס איז עס שוין א גוטע התחלה. און וואס מעהר דער יעניגער וועט דאס לערנען און זיך קאכן אין דעם, וועט ער ווערן מעהר אויסגעאיידלט און א בעסערע מענטש.

בכלל וואונדער איך מיך אויף סטיוו ווין.
ווי קומט צו א בודהיסט צוזיין א ביליאנער??? מילא א מיליאנער, אבער א ביליאנער מיט א בית? וואס דארף ער אזויפיל געלט און פאוער? דאס איז דאך פארקערט פון בודהיזים? א פרייע-איד רעפובליקאנער-ביליאנער-בודהיסט?! גיי פארשטיי... ס'איז בערך אזא בחינה ווי א סאטמארע-ציוני ווי ר' בערל בלע"ז בעלעגלה... :lol:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.


וואס פרשטייסטו. ס'איז כבוד התעיירע. ומלח שמחל על כבודו אין מחילת"ו ראוי לישיבה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שפינוזה, פון וואנעט נעמסטו אז ליטפאקעס זענען אזעלכע בכבוד'יגע מענטשן? כ'קען נישט אזויפיל ליטווישע אידן איך זאל האבן א solid מיינונג דערינען, אבער כ'מיין אז ס'איז שטותים. ס'איז יש ויש. גארנישט אנדערש ווי חסידים אדער אלע אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן. איבעראל קען מען געפונען גוטס און שלעכטס. דער חפץ חיים, דער חזון איש, דער סטייפלער גאון, ר' משה פיינשטיין, ר' יעקב קמינצקי, הרב שטיינמאן, הרב שך וכו' זענען געוועהן בעלי גאווה? איך מיין מעהר אז ענדערש קען מען זאגן אז די חסיד'ישע רביים זענען געוועהן בעלי גאווה. שטייצעך אייביג איז דא אויסנאמען ווי דער אהבת ישראל און זיינע זוהן. אבער קוק אויף די היינטיגע חסידישע רבי'ס כמעט אלע פוסטע בעל גאווה'ניקעס.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שפינוזה רעפערט טאקע צו די היינטיגע. למעשה ליגט די קאפ פון אונזערע טווערסקי'ס, טייטלבוים'ס, האלבערשטאם'ס, און האגער'ס (חוץ פון הרה"צ ר"י שליט"א, פארשטייטזעך... ) אין ב"ש און קרעפ'לעך און זייגען פונ'ם פאלק במלוא לוגמיהם הקדושים, אבער לעומת זה, איז די ישיבה'ישע וועלט נישט אינטערשטעליג בכלל, נאר אביסעל אנדערש. דארט דמיונ'ט מען אין זיך כאילו די טארסא איז צוזאם געדרייטע פארמעט, די הענט און פיס זענען עצי חיים'ס, און די בגדים זענען געמאכט פון וועלוועט מיט פרינדזשעס, טאמער די מיינסט אז נאר דא אין יו עס אוו עי איז אזוי, כאפ דיך אריבער קיין ישראל וועסטו ערשט זעהן וואס מיינט ב"ש מיט דמיונות, דארט זענען פארהאן כפליים כיוצאי מצייים, ווי דער רבי די בר"מ ז"ל פלעגט זאגן, פון די דאזיגע סחורה, סיי ביי די ליטאים, און סיי ביי די חיסדאים, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דפורים. אמאל איז טאקע בעסער געווען די מצב אויף ביידע זייטן פון די מחיצה, אבער דאך וואלט איך נישט געזאגט אז מ'האט וואס "פיינט" צו האבן דעם אדער יענעם וועגען זייער שארט קאמינגס. וחוץ מזה איז דא וואוילע און גוטע באשעפענישן גענוג און נאך איבעראל, נאכדערצו וואס רבינו שלמה זי"ע האט אריינגעברענגט און איבער געלאזט אזוי פיל אהבה לכל אחד ואחד די בכל אתר ואתר, קען מען דען שפירן אנדערש?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ס'איז זיכער אז ס'דא ליטוואקעס וואס זענען א יוצא מן הכלל און ס'איז אמת אז סיי חסידים און סיי ליטוואקעס זענען כמעט אלע פארשטינקענע עגאיסטן, אבער מיט דעם אלעם איז דא א ריזיגע חילוק, מעגליך אז ס'קומט פון דעם וואס ביי זיי איז עס בשיטה, משא"כ חסידים זוכן אויך צו בויען זייער עגא אבער נישט בשיטה, און למעשה ווען ער כאפט זיך אינמיטן אז ס'קומט פון גאוה גיבט עס איהם א שטיקל א ציפ און ער קען נאך אמאל אפמאכן אז ער וויל יעצט ארבעטן אויף זיך און אויפגעבן אביסל אויף זיין עגא,און די קענסט נאך אמאל טרעפן אן אמת'ע חסידישע איד וואס איז באמת א גארנישט ביי זיך, משא"כ די עכטע ליטווישע בני תעירע, רחמנא ליצלן, דאנק גאט אז דו האסט נאכנישט באגעגנט אזעלכע חברה. אזויווי דו פארשטייסט אז ביי חסידים איז די essence פון אידישקייט צו צוברעכן די גוף און אפילו רוב האלטן נישט עכט דערביי מיט דעם אלעם קלעבט זיך עפעס אן, איז ביי ליטוואקעס די essence פון אידישקייט כבוד התעירע אלעס דרייט זיך ארום דעם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

does-meditation-carry-a-risk-of-harmful-side-effects?

meditation-harm-good-experts-think


ברוך, איך האב נישט געטראפן קיין בעסער אשכול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »


איך בין סתם אזוי נייגעריג צי דו ווייסט בכלל וואס מעדיטאציע איז און צי דו האסט עס שוין איין מאל געטון אדער דו קענסט איינער וואס האט עס שוין אמאל געטון.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואס איז דאס נוגע בנוגע דעם סטאדי
אויב דו ווילסט וויסען וועגן מיר פריוואט פארוואס נישט פרעגן און אישי

זאג אז דיינע עניקדאטעל עוועדענס ווייזן פראקערט
זאג דו האלסט אנדערש ווייל..
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ווייל ווען דו וואלסט געוואוסט וואס דאס איז, וואלסטו זיך אויך גערעגט ווען איינער רעדט קעגן דעם, און דו וואלסט נישט נאכגעברענגט די אלע שטותים.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ברוך אויב דאס רעגט דיך אויף דאן
אטעם אריין טיף
יעצט ארויס
יא אזוי -
זאג שטיל "ריללעעקקס"...
נאכאמאל
אריין
און יעצט ארויס
אויב דיין מוח וואנדערד אוועק, ברענג עס געמיטלעך ציריק צים אטעם
אזוי...
פיין...
(ביסט נאך גערעגט?)


און יעדן פאל דארפסטו דאס נישט נעמען צים הארצן, קוק וואס זיי שרייבן
[left]
There are limitations in this study that mean we shouldn't try to apply it too widely. The people interviewed were quite a select group – all had volunteered to talk about challenging experiences during meditation, the majority were meditation teachers, they were almost all white and highly educated (42% had a master's degree and 25% a doctorate). Their experiences may be different from those of the average person attending a meditation class or using a meditation or mindfulness app on their phone.
[/left]
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

א בודהיסט וואס רעגט זיך איז נאך אזוי רואיג ווי אן אנדערע רואיגע מענשט, ביי א בודהיסט הייסט עס זיך גערעגט.
דו האלטסט אוודאי אז דיין רעבעזעכרוינעלעווראכע (ווער אימער ס'איז) האט זיך קיינמאל נישט גערעגט, וואס מיינסטו אז ער איז געווען גרעסער פון משה רבינו, וואס חז"ל זאגן אויף איהם בא לכלל כעס בא לכלל טעות? נאר די תירוץ איז כדלעיל.

איך זע אז דו כאפסט נאכאלץ נישט ווי נאריש די אלע גערעדעטס איז, דו קענסט די גוים וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען קיין איד אבער זיי ווייסן קלאר אז די אידן ווילן איבערנעמען די וועלט? http://www.youtube.com/watch?v=eiYNX_8j4SQ כן הדבר הזה. אז דו ווילסט דערגיין די אמת לאז איבער די אלע באשרייבעכצער און טשעק עס אליין אויס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך זע אז דו כאפסט נאכאלץ נישט ווי נאריש די אלע גערעדעטס איז, דו קענסט די גוים וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען קיין איד אבער זיי ווייסן קלאר אז די אידן ווילן איבערנעמען די וועלט? http://www.youtube.com/watch?v=eiYNX_8j4SQ כן הדבר הזה.

ברוך, איך רעדט נישט פין די סייענטיסטן, אפשר ווייסן זיי נישט וואס מעדעטאציע איז
וואס איז מיר אינטערעסאנט, רוב פין די סאבדשעקטס פין די סטאדי וואס האבן געהאט א נעגעטיווער עפעקט זענען meditation teachers
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דו כאפסט נישט אז מיך אינטערעסירן די סטאדיס גאנץ וויניג, איך ווייס וואס ס'טוט אויף ביי מיר און זאלן זיי זאגן וואס זיי ווילן.
אזויווי איך ווייס אז די אידן ארבעטן נישט אויף איבעצונעמען די וועלט, אפילו ס'זאלן זיין טויזענטער יוטיובס אז יא.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

לדעתי איז ממש שאד די צייט. דער הקטן איז דער גרעסטער ״טשערי פיקער״ וואס כהאב
נאר באגעגענט. ער נעמט נאר אן די שטודיע אויב סאיז אויף זיין זייט, און אז ס׳שטימט מיט זיינע אגענדעס און סלוינט זיך אים. אז נישט איז אלעס געשטארבן און אלעס איז פאלשע פוסטע מעשיות, אויסגעטראכטע סייענס פון ליבעראלס.

איך דארף נישט קיין שום שטודיעס שבעולם אויף גארנישט אויב ווייס איך קלאר אז מעדיטאציע און תורות הבודהא העלפט פאר מיר פערזענליך ווייס איך אז סאיז אמת און איך דארף מעהר גארנישט. בד״וו איך דארף אויך נישט קיין שום שטודיעס אז אספרין און טיילאנאל העלפט פאר א קאפ-וויי. איך האב מיך עס אליינס איבערצייגט. אה, ווארט נאר ווען ער נעמט זיך שרייען ״בייעסט קאנפארמעישאן״... כאפסט? איך בין מוראדיג בייעסט פאר עפעס א פארצייטישע אינדיאנער, אזיאנער רעליגע!? טוה מיר א טובה!

ווי געשריבן אויבן ״בודהיזים״ איז פשוטע ״ספרי מוסר״ געמישט מיט ספיריטואלטי מקען זיך פון דעם נישט פארדארבן די מאגן. מקען נאר ווערן א בעסערע און א פרייליכע מענטש גאראנטירט...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

[tag]שבת אחים[/tag], באראיג דיך, די שטודיעס זאגן נישט אז ס'ארבעט נישט פאר דיר.
דו קענסט זיין גערעכט און די שטודיעס קענען זיין גערעכט
ס'קען העלפן פאר דיר פערזענליך און אויך מאכן שאדען פאר א טייל (בעיקר מער געלערענטע, און די וואס טוען דאס אסך)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:בקיצור זיין א בודהיסט מיינט צושטרעבן אנצוקמען צו נירוואנא! :lol:

שבת העלף מיך פארשטיין, אויב דו קענסט, פארוואס זאל איינער האבן די תאוה אנצוקמען צו נירוואנא? וואלט נישט בעסער געווען ווען ער געט אויף די תאוה אויך?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ווען דו וואלסט געוואוסט וואס נירוואנה איז וואלסטו געלאכט פון דיר אליינס פאר אזא נארישע פראגע.

קודם לערן גוט דורך די four seals of dharma און נאכדעם פרעג דיינע קשיות.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag], באראיג דיך, די שטודיעס זאגן נישט אז ס'ארבעט נישט פאר דיר.
דו קענסט זיין גערעכט און די שטודיעס קענען זיין גערעכט
ס'קען העלפן פאר דיר פערזענליך און אויך מאכן שאדען פאר א טייל (בעיקר מער געלערענטע, און די וואס טוען דאס אסך)


איך בין זייער ראוהיג. כ׳ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז איך בין אומראוהיג? איך זאג דיר ראוהיגערהייט אז דו ביסט Full of it, ביסט נאר דא לקנטר.

פאר איך ענטפער דיר וויל איך וויסן ווי אין די שטודיעס שטייט אז איינער האט געהאט ״שאדן״ פון בודהיזם??? איך האב עס נאר דורכגעבליקט שנעלערהייט, און נישט באמערקט אז זיי זאלן רעדן פון שאדן גאר!?

אויב איז יא דא שאדן, וויל איך מאכן מיט דיר א דיעל. פאר א יעדער וואס דו ברענגסט מיר וואס האט ״שאדן״ געהאט פון בודהיזם גיי איך דיר ברענגן אנטקעגן דעם 10 מענטשען וואס זאגן אז זיי האבן שאדן געהאט פון אידישקייט, 100 פון קריסטיענטי און 100 מוזלימענער און נאכדעם וועלן מיר דורכגיין וויפל פראצענט פון יעדע רעליגע זאגן אז זיי האבן שאדן-געהאט...
כבין זיכער אז בודהיזם האבן די וויינגיסטע נושרים פון אלע רעליגעס... די ווייניגסטע!

אין די לעצטע הונדרעט יאר האט פון אלע רעליגעס אויף די וועלט געפאלן שטיקער. לעומת זה איז בודהיזם די איינציגסטע רעליגע וואס האט אויפגעפיקט ספיד. סאיז היינטיגע צייטן די מערסטע וואקסענדע רעליגע אויף די וועלט...!

בד״וו איך זוך נאך די אטד״ס און די פוטסטעפס פון די בודהיסטן. ביטע אז דו טרעפסט זיי לאז מיך וויסן ווי אומשנעלסטן.

נאך אזאך וויל איך וויסן. פון וועלכע סעקט בודהיזים זיי רעדן פון? סאיז דאך דא מערערע סעקטס און דינאמאנאציעס? אין יעדע פון די זענען אנדערש אין פרעקטיס,פונקט ווי אלע אנדערע רעליגעס. זיי רעדן פון zen בודהיזים???

דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.

בד״וו סאיז ארויסגעקומען א לעצטיגע סטודי אז אסאך מענטשען האבן געהאט שאדן פון ״די זון״... זיי האבן באקומען סקין קענסער.
רבותי זייטס געווארנט פון די שעדליכע זאכן:

1)די זון
2)בודהיזם
3)נאטירליכע סעלעקציע
4)סייענס וואס איז נישט אויף
אונזער זייט

הקטן לאמיר מאכן מעדיטאציע צוזאמען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת, ס'האט זיך געלוינט ארויסרייסען פון בעט אזוי פרי אין די לעצטע ליל שישי פון שובבי"ם אבי אנצקומען צו א מעין נירוואנע'דיג געפיל פון ליינען דעם תגובה!

איך מאך נישט קיין מעדיטעישאן יעצט, אבער ס'איז א שיינע תגובה צו כורך זיין מיט'ן קאווע וציגארעטעל ביחד....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:פאר איך ענטפער דיר וויל איך וויסן ווי אין די שטודיעס שטייט אז איינער האט געהאט ״שאדן״ פון בודהיזם???
איך האב עס נאר דורכגעבליקט שנעלערהייט, און נישט באמערקט אז זיי זאלן רעדן פון שאדן גאר!?

קלאר, די סטאדי ברענגט ארויס "שאדן" וואס דאס האט געמאכט פאר טייל
א חלק פין די ליסט

    delusions
    irrational or paranormal beliefs
    hallucinations
    visions or illusions
    seeing lights and being more sensitive to sensory stimuli such as noise or bright light.
    re-experiencing of traumatic memories.
    feelings of pain
    tension
    difficulties in interacting with people

די הויפט "שאדן" איז געווען
fear, anxiety, panic or paranoia

שבת אחים האט געשריבן:נאך אזאך וויל איך וויסן. פון וועלכע סעקט בודהיזים זיי רעדן פון? סאיז דאך דא מערערע סעקטס און דינאמאנאציעס? אין יעדע פון די זענען אנדערש אין פרעקטיס,פונקט ווי אלע אנדערע רעליגעס. זיי רעדן פון zen בודהיזים???

יא א חלק פין די אויסגעפרעגטע זענען גאר געווען טיטשערס און עקספערטס אין zen




שבת אחים האט געשריבן:דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.

איך האב נישט געפרעגט די פירש המילות פון "נירוואנע"
שבת העלף מיך פארשטיין, אויב דו קענסט, פארוואס זאל איינער האבן די תאוה אנצוקמען צו נירוואנא? וואלט נישט בעסער געווען ווען ער געט אויף די תאוה אויך?

מיין שאלה צי דיר איז געווען איז דאס נישט נאך א תאוה וואס א מענטש מיט אן איגא וויל ציקימען
אויב האבן א רצון איז suffering
איז מה לי "****" מה לי "נירוואנע"

אויב זאגסטו מיר אז מיר זענען דא פאר א תכלית, און תכלית האדם בעולמו איז צי ווערן "ענלייטענט" - ווער ס'איז זוכה דערצי דארף נישט ווערן נאכאמאל מגולגל וכד', איז דיין צישטעל צי גן עדן א פארשטענדליכע

דאס אלס זאגט בכלל נישט אז א גרויס רוב, אדער גאר א גרויסע רוב, האבן יא א בענעפיט פין מעדעטאציע - די סטאדי רעדט נישט דערפין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

הא גופא איז נירוואנה, זיין אן קיינע רצונות אן איגא אן תאוות, בלענק, זיין נאר זיך אליין אן די אלע צוגעלייגטע זאכן, און טאקע נישט וועלן קיין נירוואנה אויך נישט.
אזויווי איינער וואס וויל זיין אן עניו וועט כל ימיו בלייבן א בעל גאוה, די איינציגסטע וועג צו ווערן אן עניו איז אויפצוגעבן אויף אלעס אינקלודינג ענווה.
דאס זענען די פאראדאקסן פון לעבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

זאג, דו ווילסט אנקימען צי "נירוואנה"?
פארוואס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט