הקטן האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag], באראיג דיך, די שטודיעס זאגן נישט אז ס'ארבעט נישט פאר דיר.
דו קענסט זיין גערעכט און די שטודיעס קענען זיין גערעכט
ס'קען העלפן פאר דיר פערזענליך און אויך מאכן שאדען פאר א טייל (בעיקר מער געלערענטע, און די וואס טוען דאס אסך)
איך בין זייער ראוהיג. כ׳ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז איך בין אומראוהיג? איך זאג דיר ראוהיגערהייט אז דו ביסט Full of it, ביסט נאר דא לקנטר.
פאר איך ענטפער דיר וויל איך וויסן ווי אין די שטודיעס שטייט אז איינער האט געהאט ״שאדן״ פון בודהיזם??? איך האב עס נאר דורכגעבליקט שנעלערהייט, און נישט באמערקט אז זיי זאלן רעדן פון שאדן גאר!?
אויב איז יא דא שאדן, וויל איך מאכן מיט דיר א דיעל. פאר א יעדער וואס דו ברענגסט מיר וואס האט ״שאדן״ געהאט פון בודהיזם גיי איך דיר ברענגן אנטקעגן דעם 10 מענטשען וואס זאגן אז זיי האבן שאדן געהאט פון אידישקייט, 100 פון קריסטיענטי און 100 מוזלימענער און נאכדעם וועלן מיר דורכגיין וויפל פראצענט פון יעדע רעליגע זאגן אז זיי האבן שאדן-געהאט...
כבין זיכער אז בודהיזם האבן די וויינגיסטע נושרים פון אלע רעליגעס... די ווייניגסטע!
אין די לעצטע הונדרעט יאר האט פון אלע רעליגעס אויף די וועלט געפאלן שטיקער. לעומת זה איז בודהיזם די איינציגסטע רעליגע וואס האט אויפגעפיקט ספיד. סאיז היינטיגע צייטן די מערסטע וואקסענדע רעליגע אויף די וועלט...!
בד״וו איך זוך נאך די אטד״ס און די פוטסטעפס פון די בודהיסטן. ביטע אז דו טרעפסט זיי לאז מיך וויסן ווי אומשנעלסטן.
נאך אזאך וויל איך וויסן. פון וועלכע סעקט בודהיזים זיי רעדן פון? סאיז דאך דא מערערע סעקטס און דינאמאנאציעס? אין יעדע פון די זענען אנדערש אין פרעקטיס,פונקט ווי אלע אנדערע רעליגעס. זיי רעדן פון zen בודהיזים???
דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.
בד״וו סאיז ארויסגעקומען א לעצטיגע סטודי אז אסאך מענטשען האבן געהאט שאדן פון ״די זון״... זיי האבן באקומען סקין קענסער.
רבותי זייטס געווארנט פון די שעדליכע זאכן:
1)די זון
2)בודהיזם
3)נאטירליכע סעלעקציע
4)סייענס וואס איז נישט אויף
אונזער זייט
הקטן לאמיר מאכן מעדיטאציע צוזאמען...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius