2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תיקון
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
דאס צושטעל צו ג׳ חמורות איז עפעס נישט אין פלאץ. עס איז נישט קיין מצוה פון ונקדשתי בתוך בני ישראל. דאס איז א מצוה וואס קומט מיט ריזיקירען דער לעבען, פונקט ווי מלחמת ז׳ עממים, אדער מלחמת עמלק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
שמעקעדיג מעג מען ענפערן.
איז אזוי:
א. "אוודאי מיינט מען נישט קיין זלזול" לשון קדשך.
הא? זעסט מיר נישט אויס ווי אזא נאר. אוודאי מיינט מען (איך מיין נישט דיר...) יא זלזול, ובנוסף שנאה, שמחה לאיד, והעיקר סתם טראללן און רייצן.
ב. איך ווייס נאך א פאל מאז היתה ישראל לגוי ווי מ'האט צוגעלייגט א נייע יהרג ואל יעבור, און ס'גראדע נישט געווען אזוי לאנג צוריק. איך רעד פון א רבי וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג נאכן קריג.
ג. און יעצט צום ביאור, אויב ביסט טאקע אינטערעסירט.
ס'געווען אמאל בײ אידן אזא מושג ווי א מלחמת הרשות, אמת? איז דאך שווער, ביי א מלחמה פאלן דאך זיכער קרבנות, ווער געט רשות זיך מוסר נפש זיין פאר א דבר הרשות? ס'איז נישט איינע פון די ג' עיקרים?
נאר וואס דען? דא רעדט מען נישט פון קיין יהרג ואל יעבור. טאמער וועט איינער קומען צו א געוויסער יחיד און אים סטראשענען פערזענליך: צי אפ פון דא אדער איך שיס! איז טאקע א שאלה. אבער דער ציבור מעג, און מוז, נעמען מהלכים וואס זענען לטובת הציבור, אפילו ס'וועט זיכער קאסטן פאר געוויסע יחידים זייער לעבן. דאס איז דער א. ב. פון א לאנד ווירטשאפט.
ועוד אפילו א פריוואטער יחיד האט דער פילער רעכט זיך צו שטעלן אויף זיינע רעכטן אפילו ער שטעלט זיך דערמיט איין זיין לעבן (פון א וודאי רעדט מען נישט דא). און דער מקור איז דער וואכעדיגער פרשה פון הבא במחתרת, והבן זה.
ועוד והיא העיקר, כלליות'דיג גערעדט זענען זיי זיך גאר מקבל נפש. מיט די יעצטע מצב, ווי אידן גייען מיט די אייגענע הענט זיך בויען אן אייגענעם זעלבסטשטענדיג לאנד, איז טראץ דער בלוטיגער פרייז, שטייען מיר נאך אסאך בעסער ווי די לעצטע צוויי טויזנט יאר. הלוואי אויף אונזערע עלטערן די דאזיגע סכנות.
אויב עפעס, זאגן זיי: יעבור ויחיה ואל יהרג.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ועוד, לדברי שמעקעדיג ו'ליטוואק: (זיי האבן ביידע אזויפיהל געזאגט לעצטנס, אז ס'איז שוין באלד נישט דא קיין פלאץ אויפ'ן פעידזש.): לויט די אראבערס איז פונקט אזוי שלעכט ווען א איד וואוינט אין תל אביב אדער ירושלים. אדער חיפה. אדער צפת. איז, סיי וואו א איד וועט וואוינען אין ארץ ישראל, וועט ער זיין אויסגעשטלעט צו די שנאה און פאטענציעלע רציחה פון די אראבערס, ימח שמם וזכרם. ממילא. קומט אויס אז א איד קען נישט וואוינען אין פאלעסטינע. איז דאך א סתירה. די פוילישע אנטיסעמיטן, ימ"ש האבן פאר די צווייטע וועלט מלחמה געשריגן אויף די אידן..."זשידזשי דא פאלעסטינא"...אידן, גייטץ קיין פאלעסטינא. און די אראבערס שרייען אידן גייטס צוריק קיין אוישוויץ. קומט אויס אז אויב אונז וויל מיר לעבן ..."בשלום"...מיט, און נישט ארויפברענגען, דעם צארן פון די שונאי ישראל קענען מיר נישט וואוינען אין ערגעץ. איז נישט דא קיין אנדערע ברירה ווי אנצופייפן די אלע שונאי ישראל. און זיך באשיצן, בעז"ה די בעסטע וועג וואס א מענטש קען טון...!...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שכח [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר די שיינע הסברה רייד
בינעך נייגעריג צו דער ליטוואק ווען עס זאל זיך יאווען א גרופע ברסלבע גלייבער אין אומאן וואס זאלן הייסן זייערע מענטשען קינדער און פרויען פארן קיין אומאן אפילו עס מאכט זיך יערליך עטליכע מאל א יאר אויף די סארט עראפלאנען ווי זיי פארן זאל זיין אויפרייס באמבעס און מען באצאלט מיט די לעבן פארן נסיעה,
צו דער ליטוואק וואלט זיי אויך פארשטאנען
לדעתי איינער זאל אזאנס פרעדיגן אין מוחות בני אדם וואלט מען פארשטאנען אז דער איז א רודף און פארהאסטעדזשט מענטשן לסכנת הריגה אויף שגעון.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
א. די רמב"ם, וואס האט געלעבט לאאאאאנג פאר די ציונים, שרייבט אז אונז האבן נאך קיינמאל נישט געליטן פון א פאלק אזוי פיל ווי אונז ליידן פון די ישמעלים.
ב. כבר היה לעולמים אז די מחריבי קרתא - ווי רביה"ק פלעגט זיי רופן - זענען געפארן קיין רמאללה מנחם אבל זיין די משפחה פון א טעראריסט און מ'האט זיי באווארפן מיט שטיינער.
ג. די בעסטע צייטן וואס די מדינה האט געהאט איז געווען טאקע נאך די זעקס טאגיגע מלחמה ווען זיי האבן געפיפן אויף די גאנצע וועלט.
ד. איתמר און יצהר זענען די צוויי מערסט באוואוסטע התנחליות מיט די מערסטע ראדיקאלע אידן. איתמר איז ארומגענומען מיט א גדר און דארט זענען שוין געהרג'ט געווארן איבער פערציג אידן. יצהר האט נישט קיין גדר און דארט זענען שוין געהרג'ט געווארן צוויי אידן. וועט איר פרעגן וויאזוי קען עס זיי? די ענטפער איז אזוי: נאך די טעראר אטאקע אין יצהר וואו צוויי אידן זענען געהרג'ט געווארן, זענען די הייליגע בעלי מסירות נפש אראפגעגאנגען אין אראבישן דארף און געטון וואס אונזערע הייליגע זיידעס שמעון און לוי האבן אונז אויסגעלערנט און געהרג'ט אן אראבער, ותשקוט הארץ.
ה. נאך די הסכם אוסלו האבן זיך די טעראר אטאקעס געטריפלט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
איש את רעהו; גיי לערן תנ"ך וועסטו זעהן אז ווען אידן האבן געוועלטיגט אויף ארץ ישראל האט מען געוואוינט אין גאנץ ארץ ישראל, און אפילו אויב ס'געווען מסוכנ'דיגע פלעצער איז קיינעם נישט בייגעפאלן מוחה צו זיין קעגן די וואס האבן נישט מורא געהאט און געהאט די דרייסטקייט יא צו וואוינען אויף אזעלעכע פלעצער, ווי למשל שמשון הגיבור אין עזה, אדער ווי דוד אין צקלג, ועוד ועוד גיבורים עזי נפש וואס האבן זיך אוועק געגעבן צו וואוינען לעבן די פלשתים אדער שבט ראובן ביים גרעניץ נעבן עמון, ועוד, גיי לערן וועסטו זעהן.
יא ס'טאקע אייביג דא מענטשן וואס זענען מער פחד'יג, מענטשן וואס בטבע זענען שוואכער, קענען נישט צו קוקן בקשרי המלחמה, ווען זיי זעען בלוט חלש'ן זיי, ס'נישט קיין עוולה ס'סאך הכל נאטורן, וועגן דעם איז טאקע דא הלכות וואס די תורה רעכענט אויס דארט אין פרשת כי תצא, ואכמ"ל. אבער צו גיין מוחה זיין און אראפ קוקן אדער אראפרייסן מענטשן וואס זענען גרייט צו פירן מלחמה און דורך דעם היטן אויף אנדערע אידן, דאס איז שוין עם הארצות, חוצפה, און קליינקעפיגקייט.
יעצט, אויב ווילסטו זאגן אז טאקע אין תקופות התנ"ך איז אזוי געווען ווייל דאמאלס האט ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן מילא האט דער איד זיך געפירט כאדם העושה בתוך שלו, אידאך היינט גארנישט אנדערש, ארץ ישראל איז ב"ה צוריק אין אידישע הענט, נאר וואזשע דען דו ווילסט אנעמען די שיטה אז מצוות ישוב א"י גייט נישט בזה"ז וואס למעשה האבן עס די פוסקים נישט אנגענומען, און פארדעם קען מען מאכן אדער גיין שמועסן דערוועגן אין אן אנדערען אשכול, אבער אזוי ווי רוב פוסקים האבן עס יא אנגענומען, און די מתנחלים זענען גרייט צו וואוינען דארט און דורך דעם היטן אויף אנדערע אידן, איז כל הכבוד והלוואי יהי' חלקי עמהם, כ'בין מקנא א יעדן מתנחל, זיי זענען מקיים די מצוה פון ישוב ארץ ישראל מיט אלע פיטשיווקעס, ירושה וישיבה
און דאס וואס דו טענה'סט וועגן די ווייבער דארט, וואס מיינסטו זיי לויפן סתם נאך זייערע מענער? זיי כאפן זיך מיט צו סענטארי טווענטי וואן קויפן שיינע קליידער? זיי זענען אידיאליסטן פינקט ווי זייערע מענער! זיי ווייסן פינקטלעך וואס זיי ווילן און זיי שטיצען זייערע מענער הינדערט פראצענט, אדרבה פאר אהין צו די שטחים כאפ א שמועס מיט די אידן און אידענעס וואס וואוינן דארט און דו וועסט הערן פון מקןר ראשון אליינס און נישט פון די די אלע פארפוילטע מקורות וואס זוכן סתם צו העצן געגן עהרליכע אידן מיט שקרים וכזבים.
און לגבי דיין טענה אז דער רב דארט האט געהעצט קעגן די אראבערס, מאי כולי האי??? אויף וועם האט מען געהעצט אויף טעראריסטן? גלייב מיר אז אבנר, יואב, און עמרי, וואלטן נישט געהעצט נאר געשניטן קעפ, למען יישמעו וייראו ולא יזודון עוד, אינזערע טייערע הייליגע ציוניסטישע ברידער גייען נאך מיט רחמנות, אדרבה קוק וואס דוד המלך האט געטוהן מיט די מאה ערלות פלישתים, וואס האט שמשון הגיבור געטוהן ווען ער האט געמאכט צרות פאר די פלישתים, גיי קוק נאך וועסטו זעהן ווי אזוי מ'דארף זיך אויפירן מיט טעראריסטן איין שפראך פארשטייען זיי און געדענק כל המרחם על האכזרים ווערט צום סוף אליין אן אכזר.

און דאס איז כמובן נישט פרומקייט, נאר גיין מיט פלעסטיק גלעזער און גנבנען געלט פון די רעגירונג און גיין צו מחאות או האקן אויף אמתע ערליכע אידן וכו' וכו' וכו', עולם הפוך ראיתי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
מ'האט שוין גראדע אמאל געטון אזא סארט זאך ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין איסט-סייד, זעמער אנטלאפן קיין בראנסוויל, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין בראנסוויל זעמער אנטלאפן קיין קרוינהייטס, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין קרוינהייטס זעמער אנטלאפן קיין וויליאמסבורג, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, האמיר אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג, און מ'האמיר געגרינדעט די שומרים. ווען נישט דיינע עלטערן וואס האבן געהאט אביסל מסירות נפש וואלסטו נאך אלס געוואנדערט...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:די אראבערס שרייען אידן גייטס צוריק קיין אוישוויץ.
איך מיין אז איש את רעהו זאל טאקע גיין קיין אוישוויץ, אז נישט איז עס חלילה התגרות באומות וואס איז דאך ביהרוג ואל יעבור, וכנוסח הקנאים יַהֲרוֹג וְאַל יַעֲבוֹר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לאבהורי בעלמא - איך בין נישט קיין ציוניסט. איך זעי נישט קיין אידישע ווירדע אין א זעלבסשטענדיגע רעגירונג אויף א"י וואס האט נישט קיין מלך און תורה׳דיגע פיהרונג. אבער די מתנחלים זענען נאך מיין בני פלוגתא און זיי פאלגען פסקים פון רבנים גאונים ומנהיגים. זיי טוהן ווי זיי פארשטייען, און זיי גייען נאך א פסק פון אן אויסנאמליכע ת"ח און מנהיג הרב צ"י הכהן קוק, וואס קיינער האט איהם נישט חושד געווען אז ער מיינט עפעס אחוץ דער אמת. דאס איז א חוצפה אנצורופען זייער מהלך אן ׳אידיאלאגיה׳. עס איז פונקט אזא אויסדרוק פון זייער געטריישאפט צום באשעפער און זיין תורה, ווי דער מסינ"פ פון דער יונגערמאן אין בני ברק וואס לעבט אויף פרוטות און הארעוועט אויף תורה. מיר האט מען פונקט אויסגעלערנט אז די צווייטע איז חשב׳ער, אבער יענער איז פונקט אזוי בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.
ווען מ'רעדט פון די מדינה פיהרערס, וואס זיי זענען פאליטיקאנטען, און ווירדען איז זיי נישט וויכטיג א רעטעך, איז עס איין זאך. זיי מאכן מלחמות מיט אומפאראנטווארטליכע פאליטישע חשבונות, און זיי העצען און רייצען כפי דער פאליטיק, נישט כפי דער צורך פון עם ישראל, צו זיי האב איך נישט קיין שום חשיבות. אבער דער יונגערמאן דער מתנחל, וואס לערנט און ארבעט און לעבט א לעבען פון א איד על אדמתו, נעמט תרומות און מעשרות פון זיין וויינגארטן, איז שובת שבת פון גאנץ סידורא דפת, וואס איז מאמין בבורא עולם וזורע, וואס איז מודה על כל טפה וטפה פון רעגן, ער איז א מענטש וואס לעבט העכער ווי די נידריגע מגושמ'דיגע חשבונות. אפילו ווען ער איז נישט גערעכט, איז ער נאכאלץ א חלק פון די ערליכע אידן וואס זוכען צו לעבען ווי א איד.
ווען מ'רעדט פון די מדינה פיהרערס, וואס זיי זענען פאליטיקאנטען, און ווירדען איז זיי נישט וויכטיג א רעטעך, איז עס איין זאך. זיי מאכן מלחמות מיט אומפאראנטווארטליכע פאליטישע חשבונות, און זיי העצען און רייצען כפי דער פאליטיק, נישט כפי דער צורך פון עם ישראל, צו זיי האב איך נישט קיין שום חשיבות. אבער דער יונגערמאן דער מתנחל, וואס לערנט און ארבעט און לעבט א לעבען פון א איד על אדמתו, נעמט תרומות און מעשרות פון זיין וויינגארטן, איז שובת שבת פון גאנץ סידורא דפת, וואס איז מאמין בבורא עולם וזורע, וואס איז מודה על כל טפה וטפה פון רעגן, ער איז א מענטש וואס לעבט העכער ווי די נידריגע מגושמ'דיגע חשבונות. אפילו ווען ער איז נישט גערעכט, איז ער נאכאלץ א חלק פון די ערליכע אידן וואס זוכען צו לעבען ווי א איד.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט אז דא זענען אזויפיל ניקס מיט זייערע שיטות פין די מתנחלים עד כדי מס"נ און מען פארשטייט זיי
אויב וועסטו נעמען זייערע קינדער און אהינשיקן וועלן זיי דיר פארשטיינען
מע קען באשטיין יענער זאל זיך לאזן פארגיסן די בלוט.
איש את רעהו: ווען איך בין א ביסל יונגער, פאר איך קיין ארץ ישראל און איך שרייב מיך איין אין נח"ל חרדי. אן קיין קשיות און שאלות. אויך. אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, גאראנטיר איך דיר אז אלע מיינע בחורים/יונגעלייט וואלטן געגאנגען אין נח"ל חרדי. צו טון זייער מענטשליכע פליכט און העלפן באשיצן זייערע ברודער, בעז"ה. אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה הק'..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?... אפילו די וועלכע וואוינען אין מאה שערים און גאולה. אט די וועלכע ווארפן זאכן אויף זיי און פארשעמען זיי ברבים. און רודפ'ן זיי. און שלאגן זיי פיזיש. ווייל זיי זענען דאך נעבעך תינוקות שנשבו. די פארדרייטע, טעראריסטישע סיקריקים האבן זיי (און דיך. ללימוד זכות עליך) געצווינגען צו גיין אקעיגן שכל הישר פון נארמאלע מענטשן. זייערע פיהרערס זענען בגדר רשעים. און די איבעריגע דארפן זיך גיין אונטערזוכן ביי א דאקטער...העלאו...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
ר' משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה (או"ח חלק ה' אויב געדענק איך גוט) אז הגם וואס שירות בצבא איז גאר א געוואלדיגע זאך עכ"ז איז לימוד התורה שטערקער, תלמוד תורה כנגד כולם. און ווער ס'איז מוכשר צו לערנען זאל הארעווען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חסיד פון ליטא: אבער ווער ס'גייט נאר טרינקען קאווע, רייכערן ציגארעטלעך און רעדן אויפ'ן (כשר'ן) סעללפאון, קען בעסער גיין אין מיליטער. אין נח"ל חרדי. וואו ער קען דאווענען און לערנען תורה אין א היימישע, ערליכע סביבה. און אויך קען ער ביישטייערן צו באשיצן זיינע אידישע ברידערס פון די אראבישע רוצחים...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט אז דא זענען אזויפיל ניקס מיט זייערע שיטות פין די מתנחלים עד כדי מס"נ און מען פארשטייט זיי
אויב וועסטו נעמען זייערע קינדער און אהינשיקן וועלן זיי דיר פארשטיינען
מע קען באשטיין יענער זאל זיך לאזן פארגיסן די בלוט.
וכן למר. ביסט מכובד זיך אויף צו הייבן פון דיין באקוועמע קאוטש אין דיין ווארימע דירה אויף ראטלעדזש סטריט און זיצען צען יאר אין א קאלטע טורמע וועגען גיוס אדער אנדערע אזוי גערופענע יהרוג ואל יעבור'ס. מיט פלוידערען אין א ווארימע מקוה דא, און שיקן 180 אמעריקאנע דאלארן אלס כופר נפש, פארקויף די סוגיא פון מסירות נפש פאר א צווייטן...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
אזוי ווי שמעקעדיג וועל איך אויך פרובירן צו געבן א משל פאר די ענין וואס איש את רעהו האט דא ארויף געברענגט....
און די משל איז ווי פאלגאנד: שטעלטס ענק פאר אז ר' משה בער בעק וועט באשליסן אז על פי תורה איז מען מחוייב צו מאכן א אידישע יישוב אין איראן ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען ווייזן פאר די ישמעאלים אז די אידן זענען נישט קעגן זיי, נאר די ציונים ווילן זיך שלאגן מיט זיי און דורך דעם וואס מען עפנט דארט א אידישע יישוב וועט מען קענען אראפ נעמען דעם חרון אף פונעם באשעפער אויף די התגרות באומות פון די ציונים....
אומר ועושה, ער נעמט צוזאם זיינע פאר מענטשן און ער הייבט זיך אויף און ציהט זיך אריבער קיין איראן... גייט נישט דורך קיין צוויי טעג און 2 פון זיינע מענטשן ווערן ר"ל גע'הרג'עט דורך אן אראבער.... מ'מאכט א גרויסע לויה און מ'גייט זיי בא'ערדיגן נישט ווייט פון מרדכי ואסתר.... איז מען דאך אוודאי מכבד ר' משה בער זאל זאגן ווארעמע דברי הספד, און ער שטעלט זיך אויף און זאגט מורי ורבותי די צוויי אידן זענען קדושים וטהורים וואס זענען אום געקומען על קידוש שמו יתברך... מהם ילמדו וכן יעשו... איי פארוואס איז זיך טאקע געקומען אזא עונש אז זיי זאלן שטארבן... זעהט אויס אז מיר האבן נישט געטוהן גענוג אויף צו בארואיגן אונזערע שוועסטער קינדער וועמען די ציונים האבן בע'עוול'ט... איז לאמיר טאקע יעצט תשובה טוהן און אנהייבן זיך קישן מער מיט די אראבער און זיי געבן מער מתנות וכו' וכו'...
גייט אדורך 3 טעג, ואודך נאך איינער פון די אידעלעך ווערט נעבעך געשטאכן און אומגעברענגט דורך אן אראבער...קומט צו די לוי' און אודך ר' משה בער זאגט איבער די זעלבע דיבורים.... ע"כ המשל.
והנמשל מובן מאליו...

איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק צווישן אידיאלאגיע און תורה.
די שיטה פון הרב משה בער בעק אז דער תורה פארווערט א מדינה איידער משיח, איז זיין פארשטאנד פון תורה. די שיטה אז התגרות באומות איז אן איסור ווי אלע איסורים, איז זיין פארשטאנד פון תורה. דער מהלך פון פארן קיין איראן, איז זיינס אן אידיאלאגיע, נישט קיין תורה. פארוואס? ווייל אפילו ער וועט דיר נישט זאגען אז דערמיט איז ער מקיים א מצוה פון תורה. ער אליינס זאגט דיר נאר אז עס איז א אויסדרוק פון זיין אידיאלאגיע אז מ'דארף זוכן וועגן צו לעבען גוט מיט די אנדערע מתנגדי הציונות. נישט אנדערש ווי קאפיטאליזם און סאציאליזם. ווען מתנחלים זענען סתם רעכטע אידיאלאגן וואס האלטן אז מ'דארף גייען שטייף מיט די אראבער, וואלט איך מיר אויך געעקעלט פון זייער גרייטשאפט מסכן צו זיין זייערע קינדער פאר אן אידיאלאגיע. דא רעדט זיך פון תורה, נישט אידיאלאגיע.

- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל