א סדר ביי חסיד'ישע יודן
א סדר ביי חסיד'ישע יודן
חסידים לעבן נישט מיט א סדר, טאקע אזוי ?
אבי מ'רעדט, אבי מ'האט אויסגעטראכט, נישט דא אזא מסודר'דיגע פאלק ווי חסידים, אלעס האט איר רוטין זעלטען מוסטערהאפטיג, פלא והפלא, אלע גייען הכנות פונקט צו די צייט, צען מינוט פאר סוף זמן תפלה ביז א הלבע שעה נאכדעם, אלע פוצן די שיך 12 מינוט נאכן זמן הדלקה, (ווי דער לוח האט דאס געוויסט אזוי פונקליך אנצושטעלן ? גיי ווייס), שבת אינדערפרי אלע בעה"ב קומען אן צו ר' ישמאל, חסידים מיט געקרייזעלטע צו הטכס והטוהר, חסידים מיט צולאשעטע אדער כמו חצי קאלטענעס צו עד הנה, ווי אפגעשמוסט, און ביי שבח זענען שוין אלע סידורים אויפן זעלבע פאזיציע, קאמפסגרייט, ביי לקל ברוך א ציפ פארן יניק וחכים, והאר עיננו נאך א ציפ, די דריטע ערגעץ אינמיטן שמוסען אדער פאר מודים דרבנן אדער ביי שלישי.
נעמט אפיר למשל א חתונה, וויפיל מאל ווינשט מען מזל טוב פארן מחותן ביי א חתונה ? אלעס מיט א סדר, איינס ווען מען שמעקט אריין אין זאל, די צווייטע, מ'זעצט זיך אוועק צו א לעק געלע מים שרף איז עודך מזל טוב, סרוחים תהיה, מ'באזעצט זיך נאכאמאל מ'פרעגט אלע דריי שכנים וו'טוט'צך? ש'לאנג נישט געזען, פרנסה ? , (אין וויליאמס פרעגט אויך בד"כ שלום בית ?) מ'הייבט זיך ווידער אויף, כלומר'שט וועגען א מנין, און יעצט קומט דער מחותן אפנעמען......... יא, מזל טוב, דערנאך קומט דער חופה, נאכן חתן דנן'ס דריטן שטויס אויפן פאר'עקשן'טן גלאז, א טויט קלאפ און ווידער אמאל מזל טוב פארן מחותן, ביי די סעודה, א הלבע שעה בלעקבערי ברעיק, דערנאך ברענגען די גוים אריין די פלייש און ערגעץ ציווישן חליפתי הינדעל און מעיש פאטעיטא נאך פון יכול מר"ח, ווייטער מזל טוב לויטן סדר, איך מז"ט די מחותן, די מחותן מז"ט איך, השם לפורקנך סברית, ביי מצוה טאנץ נאכן צווייטן שלאף, פאר מיין מצ"ט, איך מז"ט מחותן, פארן מחותן'ס מצ"ט, מחותן מז"ט איך, ( דא גייט ביי די רבי'שע, אויך איך מז"ט מחותן, אבער זולת זה אלעס כרגיל) סוף חתונה קומט אשת חיל אויפן ידיד נפש--קל מסתתר מעלאדיא פון שלש סעודות און ביי זממה שדה הייבט זיך אן מזל טוב'ן מיט א פרישקייט, דא שוין מיט א קוועטש אין האנט, און באותו מעמד שמוסט מען אפ די שבע ברכות פאר מארגען זיך צו מזל טובלן אי"ה.
מסתמא שוין יעדער געטאנצט אויף אסאך חתונות, בעל בית'ישע, בעה"ב מיט סינטעטיש רבי'שע, pure רבי'שע, נגיד'ישע, בעלי חובות (שוין דערמאנט), ספרדים, בעלי תשובות, גרים ותושבים, און אלע האלטן זיך צום זעלבן סדר מיטן גרעסטן אומ'חשק, כאילו כפאו אשמדאי אליינס, לפחות ניין מאל מזל טוב, והמוסיף מוסיפין לו.
וויפל לבנה'ס הא'מיר שוין באזינגען מיט א טובים מאורות טאנץ זינט אונזערע שיפן זענען סטאק געבליבען אין עליס איילענד ? שווערע הונדרעטער זיכער, און אלע בדויק אין די זעלבע לענג, א ניגון עפעס געבארגט, שלא על מנת להחזיר, פונעם מצווה טאנץ פון די עלטער פעטער אינעם ווילטשעיר, מ'דרייט זיך •360 אנדערהאלבן מאל עס נעמט פונטקליך 53 סקונדעס בחול, מוצאי שבת לכבוד המלכה איז מען מוסיף נאך 11, ס"ה 1 דקה 4 שניות מיט 0 חלקים, לא פחות ולא יותר, אלעס אזוי מיט א צייטליך אויסגערעכנטע דייקנות ווי א זייגער, ווען מענדלע מוכר ספרים לעבט היינט, וואלט ער זיכער שוין געווען א חסיד.
האט שוין ווער אמאל געליינט א תולדות המחבר באשרייבונג פון די געטרייע אייניקעל אויפן אומפארגעסליכן זיידען ? נישטא קיין דיסקרימענאציע, לא ניכר שיכור לפני דל, אלע זיידעס די זעלבע גדלות, די פרקים לויפן אויפן זעלבן סדר, פרק א' מראש צורים, פרק ב' במעלליו יתחכם נער, ג' בוצין בוצין מקטפיה ידיען, בן שלש עשרה למצוות, הוי גולה למקום תורה, רבותיו, פרק האיש מקדש, (אויב די אלמנה לעבט נאך קומט שפעטער צום סוף, נאך אשכבתיה דרבי, א פרק אשת חיל מי ימצא, טאמער נאר א זיווג שני הייסט עס נשים במאי קא זכיין), שלשה עמודי עולם און דעראונטער 3 סאב פרקים, תורה, עבודה, גמ"ח, וכו' וכו' וכו' ביז למען אשר יצוה, ויהי בנסוע הארון, הניח בן כמותו, וכו' וכו' אלע אין זעלבן רוטין.
און אזוי גייט עס מיט ערב פסח מצות, כפרות שלאגן, הושענות שמייסען, פאלען כורעים, שלושים סעודות, וכו' וכו' דוק וטישטוך.
ובכן איז ווי דארף נאך יא א תיקון ? כ'מיין אין ערגעץ נישט, טאמער יא, אדרבה, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, בפרט ביי חסיד'ישע יודן.

Re: א סדר ביי חסיד'ישע יודן
כ'שוין געשריבן דאס ערגעץ ווי אויפן ברייטען אונטערוועלט, אבער געוויס געפונען זיך דא פרישע נשמות, זאלן זיי אויך האבן א תיקון.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: א סדר ביי חסיד'ישע יודן
אוי כעלמער, איך האב מיך אריינגעסיינט נאר דיר א לייק צו טאן. ישר כוח! 

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: א סדר ביי חסיד'ישע יודן
שוין באלד א יאר צייט ווינדער איך מיך ווער ס'וואלט ווען געווארן א חסיד אלמלא לעבט ער היינט (עיין פה http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 28#p435928 ותבין). אילו לא נתייסד קאווע שטיבל אלא בשביל זה דיינו!...
Re: א סדר ביי חסיד'ישע יודן
א גאנצע מעשה, ס'איז נישט געווען מיינס, כ'האב עס באקומען פון איינעם בחזקת צו מפרסם זיין, ווי נאר ס'איז ארויף דא האט מיר איינער געשיקט א פ"ה בשצף קצף גדול אז ער האט עס דיזיינט ארגינעל און ער גיט מיר נישט קיין רשות עס מפרסם צו זיין, נו, מה יעשה הבן שלא יחטא, האב איך עס געלאזט אראפנעמען, און מקבל געווען אויף מיר (בלי נדר פארשטייטציך) נישט צו זיין מער יענענס פאסט קערער, וכדי שלא להשאיר הנייר חלק ח"ו האב איך ארויפגעלייגט אן אלטע תורה מיינע נאך פון די בראשית יארן, בהלו נרו על ראשנו זי"ע ועכ"י די באתרא הדין ודי בכל דיכפין ייתי לנא לברכה ולא לקלאגען אמן.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
מ'דארף טוישן דעם קעפל "וויפיל מאהל דארף מען זאגען מזל טוב"
אז מ'רעכענט טאקע פון דער ערשטע לחיים ביים שידוך שליסן ביז צום לעצטע שבע ברכות, קומט דאס איז כל הפחות מאה מזל טוב'ס.
ס'שוין געווארען א סיסטעם, אין אויב לאז איך אויס איין מזל טוב געבן גייט שוין דער יעניגער האבען גאנצע חשבונות, הלמאי.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 249
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
א סדר ביי חסיד'ישע יודן וואס רעדסטו? איז דען דא ווערטער אראפצומאלן וואס א סדר ביי חסידישע אידן מיינט? קודם די הכנות צום סדר, די שווערע טויזענטער דאלארן וואס מען געט אויס, כשרן די קאך, טויבלן די כלים, פסחדיג מאכן די הויז, פארברענן די חמץ, פארקויפן די חמץ פארן דיין, דערנאך האט מען די זכיה צו פירן די הייליגע סדר זעלבסט, די קינדער פרעגן מה נשתנה, מען עסט מצה, מען טרינקט די ארבע כוסות, מען זאגט די הגדה, די קליינע קינדער בעטן ביי אפיקומן וואס דער טאטע גייט זיי אדער יא אדער נישט געבן, מען ענדיגט די סדר נישט פאר פיר אזייגער פארטאגס,
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א סדר ביי חסיד'ישע יודן
״חסיד׳ש״ איז גימטריא ״כאנטרופיה״ (מיט׳ן כולל), וואס דאס [אנטרופיה/ענטראָפּי] איז די מעסטונג פאר אי-סדר...
איי ׳עט מען פרעגן וואו איז די צווייטע י׳ אין ״חסיד׳ש״ נעלם געווארן (טאקע גענומען די ליבערטי אביסל פונ׳ם קעפל פונ׳ם אשכול, אבער ס׳איז דאך נישט ממש דומה)? ׳עט מען מוזן ענטפערן אז דאס איז אויך געגאנגען צו יהושע בן נון (עיין בב״ר מז א). און ער האט דאך (ווי נישט, אין א וועג) אפגעשטעלט צייט מיט׳ן שמש בגבעון דום וגו׳ (יהושע י יב), און דורך ענטראפי קען מען טאקע זעהן (אין א וועג) די דירעקציע פון צייט (ועיין כאן)...
ובסתם בנוגע מאכן א גימטריא ״שטימען״ עיין כאן.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: א סדר ביי חסיד'ישע יודן
דאס איז א קנאפער תירוץ. זאג דעם יעניגן אז ער האט די ברירה עס אליינס ארויפצולייגן, אבער סתם נישט לאזן לייגן איז קיין ווירטשאפט. דאס גייט אריין אין כלל פון גזל מבעוד יום. (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל כ'אניש קיין אהנונג, עס שפירצעך הארבער ווי גזל מדאורייתא.)כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:א גאנצע מעשה, ס'איז נישט געווען מיינס, כ'האב עס באקומען פון איינעם בחזקת צו מפרסם זיין, ווי נאר ס'איז ארויף דא האט מיר איינער געשיקט א פ"ה בשצף קצף גדול אז ער האט עס דיזיינט ארגינעל און ער גיט מיר נישט קיין רשות עס מפרסם צו זיין, נו, מה יעשה הבן שלא יחטא, האב איך עס געלאזט אראפנעמען, און מקבל געווען אויף מיר (בלי נדר פארשטייטציך) נישט צו זיין מער יענענס פאסט קערער, וכדי שלא להשאיר הנייר חלק ח"ו האב איך ארויפגעלייגט אן אלטע תורה מיינע נאך פון די בראשית יארן, בהלו נרו על ראשנו זי"ע ועכ"י די באתרא הדין ודי בכל דיכפין ייתי לנא לברכה ולא לקלאגען אמן.