חיים שאולזאן'ס בענקל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

חיים שאולזאן'ס בענקל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די וועלט גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלקייט, יעדער זאך ווערט סאפיסטיקעיטיד, אלץ איז היינט אין א שנעלערע אדער לייכטערע ווערזען.
נו, חיים שאולזאן איז אויך א מענטש צום טיש, ער האט געטוישט פון סתם לייגן נייעס און לינקס אויפ זיין וועבסייט, צו מאכן סעלפי ווידיא,
איך, ווי אסאך אנדערע אידן, פאלן אריין ביי חיים אין סייט, נישט ווייל איך קויפ זיינע תורות, נאר אמאל לינקט hasidic1 אהין און אמאל ווען די בויך וויי איז עד אין לשער און מ'איז פארכאפט אין ביה"כ פאר א לענגערע צייט,

לעצטע וואך נישט מער געדאכט ליל שישי באקום אין א לינק אהין, און כ'זעה טאקע די נייע ווידעאו, איך קוועטש אהין און....... דא האב איך געזעהן א מראה כ'האב אין מיין לעבן נישט געזעהן.

רבותי, זייט ס'האט זיך געבענקלט א בענקל, האט זיך נאכנישט געבענקלט א בענקל ווי עס בענקלט זיך ביי ר' חיים!

פארוואס רוף איך עס בענקל למען השם? א בענקל איז א קיטשען בענקל, אדער א חתונה בענקל. דאס איז ענדערש ווי א פריוואטע שיף, יא, עפעס א אייגענע דירה פאר זיך.

כ'האב געהערט פון א מקור נאמן, דער בענקל האט גענומען 14 חדשים צו מאכן און געקאסט א ערך פון 62 אלפים.

די לעדער איז פון א אינגע ביבער, דאס ביבער איז אויפגעהאדערט געווארן אין א אייגן אינזל מיט א שטאב מענטשן צו שטעלן אלץ וואס שייך.. דאס ביבער האט מען געגעבן צו עסן געזונטע גראז וואס וואקסט אין א גריינערי, greenery, דער ביבער האט קיינמאל נישט געארבייט און געווען פעט און געזונט.
מ'האט געסטיטשט די בענקל מיט האנט ארבייט מיט פאדעם פון שיריים פון די קליידער פון צאר ניקאליי,

ויהי היום מ'האט גענומען די הערליכע ביבער און געשחט'ן לכבודו פון ר' חיים.

אינעם לעדער פעקטערי, האבן נאר די ארבייטער מיט העכער צען יאר עקספיריענס געקענט צו לייגן א האנט פאר אט דעם בענקל, יעדע נאכט איז דאס לעדער אריין אין א ספעציעלע ציממער מיט עירקאנדישען צו קענען לייכט ארבייטען מארגן ווייטער,

כ'וויל נישט דא מאריך זיין. דער עולם יאגט זיך, אבער די האלץ פון בענקל איז גארנישט אונטערשטעלונג, אויך פון די טייערסטע האלץ פארהאן.

ווען די בענקל אין געווארן געענדיגט, איז חיים אראפגעפאהרן צו די פעקטערי אין ווייטן איטאליע און געלאזט פאלן זיינע הערות,

ווען די בענקל איז געווען געענדיגט און גרייט צו ליפערן קיין אמעריקא, האט מען באשטעלט א טייערע קאמפעני וואס איז באקאנט און האט עקספיריעס מיט ליפערן טייערע גרויסע חפצים, די בענקל איז געווארן ארום גענומען מיט סחורה, און אויפ דעם א טייערע foam.
אזוי ווי די בענקל איז אנגעקומען קיין אמעריקא האט מען באשטעלט ספעציעלע טראקס וואס טראגן oversize loads צו קומען נעמען די בענקל.
דאס בענקל איז נישט אריין פונען טיר פון חיים'ס הויז, נאר די גאנצע פראנט פענצטער האבן בעלי מלאכה אראפגענומען כדי אריין צו לאזן די כלי.

כ'קוק אויפ ר' חיים'ס קליפס מיט א געפיל פון קנאה געמישט מיט שנאה.

שטעלט אייך פאהר ארויסקומען פון shower, זיך מאכן די פיאות און בארד, און מיט'ן bathrobe אין קאווע אריינפאלן אין דער בענקל.....
די בענקל נעמט ארום דיין body מיט א מין ליבשאפט וואס מ'קען נישט באשרייבן אויפ פאפיער.
איך למשל בין scheduled אין חודש אדר צו פאהרן קיין פלארידע פאר 5 טעג, כ'וואלט געבייט מיין 5 טעג וואקאציע צו קענען זיצן אויפ דעם בענקל פאר א האלבע שעה מיט א גרויסע קאווע און ציגרעטעל, און כ'וואלט דאס גערעכט אלץ בעסטע אינוועסטמענט עווער.

אין מין, ווי אזוי שטייט מען אויפ פון דער בענקל צו גיין דאוונען מנחה? (אפשר וועגען דעם זעהט מען קיינמאל נישט חיים אין ביהמ"ד)
איר קענט זיך פארשטעלן די צער חיים האט ווען ער דארף זיך זעצן אויפ א ביה"כ ברעטל אדער א פליגער זיץ? אפי' ערשטע קלאס.
כ'וויל נישט רעדן מיאוס אבער זיין מחילה איז זיכער זייער סענסעטיוו היינט צו טאגס, אין א געוויסע בחינה איז זיין מחילה געמאכט פון גלאז.

ווען משיח גייט קומען גייט מען זיכער בארגן די בענקל פאר די סעודת לוויתן. דער בענקל שלינגט אראפ סקווירא רבי'ס בענקל אינמיטן די נאכט.

יעצט ווי אזוי איז שייך צו דערהערן די שיט וואס חיים רעדט? וועם גייט אן סאטמר בני ברק ווען יעדער איז פארגאפט אינעם בענקל?
אפגערעדט קיינער האט נישט באמערקט אז פונעם וואנט זעהט אויס ווי ער זיצט אין א לייטער סוכה.
אדער האט איינער בכלל געזעהן די עפל לעפטאפ זיך אפשפילגען אין זיינע ברילן? אדער די טעג וואס זיין העמד קנעפעל פונעם ארבל איז אפען איז ווען ער גייט די העמעד די צווייטע טאג?
ניין יעדער איז ביזי מיטן בענקל!!!!!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

זיין ישיבה של מטה איז מעלה מעלה.. א געהעריגע "ראש" "ישיבה"...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואו קען מען זעהן א בילד פון דעם בענקל? קיין איינער אהערשטעלן א לינק צו א בילד אדער קליפּ?
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

כלבאשבוע האט געשריבן:אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל

וועלכע בונקער רעדסטו פון?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

כלבאשבוע האט געשריבן:אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל

ס'גייט ארויף אויף מיין תגובה אין דיזען אשכול
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שכוח שטילע (און נאך א גרעסערן דאנק שפינוזה), ווען נישט דיין אשכול וואלט איך נישט געזען דעם קליפ. כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט. די בענקל טראכט איך געט נאר צו. ס'איז א חלק פון די ראלע. אן אנאליסט אויף טיווי וואס שאצט די פוטבול איז ארומגענומען מיט פוטבאל אייקאנס צו געבן א קאנטעקסט. אז שאולזאן געט אן אבזערוועישאן איבער רעבעס און ראש ישיבהס, איז נישט מער ווי פאסיג אזא בענקל..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטילע יונגערמאן: ייש"כ. זייער הערליך אראפגעלייגט. נאר איין קליינע הערה. די פראבלעימען האבן מיר נישט מיט חיים שאולזאן'ס מחילה (אנטשולדיגטס). נאר מיט זיין פיסק...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:שטילע יונגערמאן: ייש"כ. זייער הערליך אראפגעלייגט. נאר איין קליינע הערה. די פראבלעימען האבן מיר נישט מיט חיים שאולזאן'ס מחילה (אנטשולדיגטס). נאר מיט זיין פיסק...!

דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז עס איז דא א חילוק
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז עס איז דא א חילוק


ער'ס אן עכטער עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה, מ'טאר ניטאמאל מאריך זיין אין די סוגיא פון מה לפנים ומה לאחור....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: כ'האב געוויסט אז ס'קומט א גוטס. אבער אזא טיעף פשט'ל כפתור ופרח. דאס פאסט טאקע איבערצוזאגן ביי די פורים סעודה...ייש"כ...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שטילע עט איטס בעסט. כ'האב אזוי ליב דיין שפראך, דיי הומאר און דיינע אויסדריקן.
באווייז דיך אפטער און זיי אונז מהנה
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

שטילע איז ארויס געקראכן פון אינטערן בענקל.
אונז צו דערציילן וועגן שאולזוהן׳ס בענקל.
געליינט האביך זיצענדיג אויפן הכנות בענקל-
מיט געלעמטע פוס...
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל

שליחה דורך יהודי פשוט »

איין זאך וואס דער אשכול האט זיכער אויפגעטוהן (אויך מיר א אויפטוה...) אז איך בין געגאנגען אפיר זיכען איינער פון די ווידיאוס פון שאולזון, און איך האב זיך איבערצייגט אז שטילע אינגערמאן איז גערעכט דער בענקל איז ממש א חתיכה ראויה להתכבד... איך מיין אז איך גיי באשטעלן אזאנס פאר מיין רבי....איך וועל מיך מוזן פארבינדן מיט שטילע אינגערמאן צו הערן מער פרטים פונקטלעך ווי מען באשטעלט עס....[emoji85]
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל

שליחה דורך יהודי פשוט »

ווען מ'זיצט אויף אזא בענקל איז שוין גארנישט קיין חידוש אז מ'האט נישט קיין בעסערע דאגות ווי ר' ישראל האגער'ס בריוו און מהר"א'ס מחלוקת מיט בן אחותו...וכו' וכו'
איך בין א נער און איך גלייב!!!
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

כ'הער אז ס'בענקל האט א פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס מאכט אז די נפיחה זאל ארויסקומען פונעם פה העליון.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שטילקעלע האט זיך אויפגעוועקט אונז צו דערלאנגן א גוטס, אבער כידוע א שטיקל שטילקעלע אנעם שם של ג אותיות איז נישט קיין שטילקעלע. איך ליין און ליין און כמעט געווארן אנטוישט, אבער ב''ה דארט אונטן ביי די ברייטע שורות טרעפן מיר דעם שם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין געגאנגען אפיר זיכען איינער פון די ווידיאוס פון שאולזון

אפשר לייגסטו א לינק?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מענטש פאסמאקאוועט זיך אין שמוץ! ער האט הנאה אז מענטשען שלאגן זיך! ער מאכט זיך ניטאמאל כאילו עס גייט איהם אן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:https://r6---sn-8xgp1vo-xfgk.googlevideo.com/videoplayback?id=7b3996e984921254&itag=18&source=blogger&mm=31&mn=sn-8xgp1vo-xfgk&ms=au&mv=m&pl=16&ei=V1GCWsOzD8LHqAW73YjwCg&susc=bl&mime=video/mp4&lmt=1518122715604432&mt=1518489821&ip=72.80.122.185&ipbits=0&expire=1518518743&sparams=ip,ipbits,expire,id,itag,source,mm,mn,ms,mv,pl,ei,susc,mime,lmt&signature=45C87B067DC1EB5200F66F143CF3ED2A697E44B9.ACE4081868C5C0EC601DA86433497216968B6AD6&key=ck2&cpn=ywU0mIYg8Hu99J7n&c=WEB_EMBEDDED_PLAYER&cver=20180212

http://bshch.blogspot.com/2018/02/blog- ... 5.html?m=0

אונז זעה מיר שיין אויס אז דער מנוול ומוכה שחין חיימ'קע שאולזאן זאגט מבינות איבער אונז...! דער גרויסער צולייגער וועלכער האט זיך געלאזט ארייננארן אין די פאסטקע ווי א קליין קינד. קיינער האט נאכנישט פארגעסן די מעשה וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען זיין ארעסט אין וויליאמסבורג...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

@בערל כ'גדענק נישט דער מעשה, דערמאן מיך ביטע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף: איך גלייב נישט אז דו ביסט אזא תמים. אבער אפשר ביסטו נאך דאמאלס געווען א יונגל

והנה: ער, חיימ'קע שאולזאן איז דאמאלס נישט לאנג פון פריער געקומען פון ארץ ישראל וואו ער האט זיך געווייקט אין שמוץ און ער האט שאנטאזשירט מענטשן (אפשר ווייסטו נישט די מיינונג פון דעם ווארט, קענסטו פרעגן ביי אונזער רעזידענט פראפעסאר פון אידיש, לאשיצער...!). עד כדי כך אז מ'האט אים פאריאגט פון ארץ ישראל. און ער איז אנטלאפן בשן ועין. איז ער געקומען קיין ניו יארק. און א דבר אחר האט דאך ליעב זיך צו ווייקן אין בלאטע און שמוץ. האט ער אויפגעמאכט א צייטונג אויף לשה"ק/עברית מיט'ן נאמען פנים חדשות. און אויך איינס אויף אידיש. (כ'האב שוין פארגעסן דעם נאמען.) דארט האט ער געברענגט אלערליי שמוץ מיט האלבע אמת'ן און גאנצע שקרים אויף יחידים און אויף קהילות. פארשטייצעך אז סאטמער איז געווען איינס פון זיינע הויפט צילן. ויהי היום. איין טאג רופט ער אן די ראשי הקהילה פון סאטמער און ער זאגט זיי כהאי לישנא..."היות איך האב זייער א סאך שמוץ און סקאנדאלן צו באשרייבן פון ענק אין די קהילה סיי פון יחידים און סיי פון די פיהרערשאפט. און דאס איז ווערט א סאך געלט. און אויב עטץ ווילטץ נישט אז איך זאלל באשרייבן די אלע שמוץ פון אינעווייניג (ער האט געטענה'ט אז ער האט אינסייד אינפארמירערס). זאלט עטץ קומען פארהאנדלען מיט מיר איבער א סכום פון געלט וואס איך פארלאנג פאר נישט שרייבן שלעכטס אויף ענקער קהילה.

די הנהלת הקהילה פון סאטמאר זענען נישט געוען קיין פלאטשיגע. און זיי האבן איהם געענטפערט...גוט. מ'וועט גיין פארהאנדלען. נאר האבן זיי איהם געזאגט. דו דארפסט אונז געבן א צייט 2 וואכן. אין די צווישנצייט האבן זיי אויסגעארבעט אלע פלענער וואו מ'וועט זיך טרעפן. און אויך די סכום פון ..."מארק'ד"..אנגעצייכנט געלט וואס זיי וועללן ברענגען. און אויך צוגעגרייט ווידעא מאשינען צו רעקארדירן די גאנצע טראנזאקציע .ויהי היום. ס'איז געקומען דער באשטימטער טאג. א דאנערשטאג נאכמיטאג. האט איהם אפגעווארט זיינער אן אזוי גערופענער חבר. (השם שמור במערכת). און ער איז געפארן מיט זיין ..."חבר'ס"...קאר צו די באשטימטע פלאץ וואו ער האט געדארפט איבערנעמען דעם סכום פון $30,000 טויזנט (געמארק'טע) דאללערס.און די רעקארדינג מאשינען האבן אלעס אראפגעכאפט. ארויסגייענדיג פון יענע פלאץ שמח וטוב לב, איז ער געפארן ביז צו די עק פון וויליאמסבורג נעבן די הייוועי. ווען א פאליס קאר האט איהם אפגעשטעלט און ארעטירט. און זיי האבן געטראפן ביי איהם די אנגעצייכנטע געלט וואס זיי האבן געהאלטן אלס עווידענס אז ער האט אדורכגעפיהרט בלעקמעיל און עקסטארשן. דערווייל האט מען איהם געלאזט גוט שוויצן אין סענטראל בוקינג. ביז איבער שבת קודש. מסתמא האבן גוטע אידן איהם געברענגט וויין און חלה און געפילטע פיש. אום מאנטיג איז ער געגאנגען פאר א (אידישן) דזשאדזש. און דער דזשאדזש האט פארשטאנען וואספארא פרי ער איז. אבער ס'האט איהם געשטערט דער חילול השם וואס דאס וועט אנמאכן. האט דער דזשאדזש געבעטן קהילת סאטמער אז זיי זאללן איהם מוחל זיין. אבער בתנאי אז ער זאלל אויפהערן צו שרייבן שלעכטס אויף זיי. זיי האבן מסכים געווען. און מ'האט איהם ארויסגעלאזט אויף בעיל. איז ער געגאנגען דער רשע, מנוול ומוכה שחין. און ר'האט אנגעהויבן צו שרייבן אין זיין שמוץ בלעטל..."כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א. (דער ברך משה) האט געדאוונט יו"ט פאר'ן עמוד און געזאגט הלל. און ר'האט פארגעסן צו זאגן וואס מ'זאגט ביי גאנץ הלל. האט דער גאנצער עולם אנגעהויבן צו שרייען ..."רבי...לא לנו...! דאס און נאך צענדליגע אנדערע לשונות של בזיון וגנאי האט דער מנוול געשריבן. און ער האט זיך אויסגעלאכט פון דעם תנאי וואס דער דזשאדזש האט מיט איהם געמאכט...!

דאס איז נאר געווען איינס פון זיינע געמיינע אקטיוויטעטן. ער האטציך אויך אריינגעלאזט אין בלעקמעילן יחידים. פארמעגליכע יונגעלייט אין סאטמאר. מיט די הילף פון אן איזראעלישע שיקסע. איך וויל נישט ארויסשרייבן אלע פרטים. מפני הרחק מן הכיעור והדומה לו. אזוי איז ער ארומגעגאנגען מחיל אל חיל. בלעקמעילן און סטראשען יחידים און קהילות. ארויסצוצאפן פון זיי געלט. ביז... ער האטציך אנגעהויבן מיט די בארא פארק'ער שומרים. די בעיקערי באיס.. ער האט געהאט אויף זיי עפעס א מעשה וואו זיי האבן זיך (בטעות) אריינגעמישט אין א פריוואטע משפחה סיכסוך. און ער האט זיי געסטראשעט כדרכו, אז אויב זיי געבן איהם נישט א געוויסן סכום געלט וועט ער צושמירן די מעשה אין זיין שמוץ בלעטל מיט אלע פיטשעווקעס. האבן זיי איהם געענטפערט..."ווען אונז וועללן מיר ענדיגן מיט דיר וועסטו אונז נאך געבן געלט און בעטן אז אונז זאללן דיך אפלאזן"... והך קאווע. און ס'איז טאקע אזוי געווען. אז ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א זון האט ער געדארפט באשטעללן פאליס אפצוהיטן איהם מיט זיינע געסט. ווייל די שומרים האבן ארגאניזירט א גרויסע מחאה אין פראנט פון זאל וואו די חתונה איז פארגעקומען. און ער האט נאך געאפפערט געלט פאר די שומרים אז זיי זאללן אראפגיין פון איהם...זיי האבן געטון פארשידענע פעולות, וואס נאר זיי קענען. כדי צו אונטערברענגען זיין שמוץ בלעטל...ענד אוו סטארי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט