אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...

איז ער געווען אזא היפאקריט?


זייער אן אינטערעסאנטר אנקדאט. ס'איז שווער צו זאגן אז עהרליך איז געווען אן היפאקריט. זיין חן באשטייט אין גרויס טייל אז ער הערט זיך אוטענטיש און אמת'דיג. אנדערש פון רוב - אויב נישט אלע - אנדערע חסידישע רעקארדינג ארטיסטן וועלכע זינגן אידישקייט כדי צו קעיטערן צו א קלייענטעל, האט עהרליך רעקארדירט אידישקייט מלובש אין מוזיק, קונסט און הומאר, האפענדיג אז ער וועט באשאפן א קלייענטעל דערפאר, ווי אויך אז ער וועט פארלויפן די מידיום וואס הייבט זיך אן אריינצובאקומען אין אידישע הייזער (רעקארד פלעיארס) און אנשטאט צו הערן קארלבאך, קווארטין און זשאו אמאר, וועט זיינע ווארעמע הוראות, חוזק פון סעקיוליזם, און ראמאנטאזירונג פון אידישקייט און דער גליקליכער-אמאל אריינדרינגן אין די וויליאמסבורגע בראונסטאון הייזער. אין אנדערע ווערטער, איך זעה עהרליך אלס אזא א סארט רבי/משפיע (בעיקר פאר מאמעס) פון איבערפלאנצן א אידישקייט און חסידישקייט פאר די פאסט-האלאקאוסט דור און זיין מעטאד איז געווען די נייע טעכנעלאגיע פון רעקארדירונג און די אור אלטע קונסט פון מוזיק.

מ'קען זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער בעל שמחה וואלט עס נישט געוואלט פאר די סיבה און עהרליך איז סך הכל א שכיר וואס ברויך דינען דעם בעל שמחה'ס רצון. אויך קען מען מחלק זיין אז ס'איז געווען אן השקפה'דיגע באשלוס וויבאלד קארלבאך איז געווען, ווי מ'זאגט, בכם ומכם און אקטיוו, און האט מושך געווען. משא"כ א פאלקס ליד וואס האט נישט קיין בעה"ב אונטער דעם און זיכער נישט א לעבעדיגע ציענדע פיגור. ס'איז זייער אן ארטאדאקסישע וועג פון טראכטן, ווי די עיקר פראבלעם ווערט געמאסטן לויט וואס פארא השפעה דאס קען אימפארטירן און וויפיל חומת התבדלות דאס קען אומווארפן. דאס איז די יסוד פון "השקפה" איבער הלכה, לפי דעתי העניה. דא קומט אריין די "נאז" און "שמעק" פון א פרומער איד. ס'איז א שפיר פון הא לן והא להוא וואס איז נישט היפאקריטיקעל.


וואס אן אמת איז דאס ביסודו מדאורייתא ומדרבנן. פון חוקת הגוי ביז בישל עכו"ם. יעדע זאך איז געמאסטן לויט וויפיל קירב הדעת ס'ברענגט מיט א גייסט וואס מ'וויל זיך אפטיילן און דראעט זיך אריינצוברעכן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און דער הייליגער Misirlou ניגון וואס איז שוין נתקדש ונתעלה געווארן פאר צענדליגער יארן איז אויך סך הכל א פאפולערער גריכישער זמר.
עס ווערט גענוצט אלס אינטרא soundtrack אויפ'ן באקאנטן Pulp Fiction פילם מיט זשאן טראוואלטע.


און איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט וואס פאר א נאמען איז דאס מיסירלו...

דא איז שוין דער גיורת ארויף א מדרגה און ווערט געזינגן אויפן פיוט 'אליהו הנביא' פון מוצאי שבת דורך הרב נפתלי צבי מרגליות-אבולעפיה פון די lower east side אין די 1950s. אן אפהאנדלוג אמאל אינעם פארוועטס פירט אויס אז "Lord only knows where the good rabbi heard it"


כ'האב לעצטענס געהערט פונעם עטנאמוזיקאלאדזשיסט וועלוועל פאסטערנאק אז ער איז נאכגעגאנגן די מקור וויאזוי די מיסירלו, א קלארער מיטעלאנדישע ניגון, איז אריבערגעקומען צו די אידן. פאסירט האט עס מיט יארן צוריק ווען די ברסלב'ע חסידים פלעגן טאנצן אין מירון (דאכט זיך ער האט געזאגט אפי' ל"ג בעומר) און שפעט אריין אין די נאכט האבן די לאקאלע דרוזן זיך צוגעשטעלט טאנצן און מוסיף געווען מחול אל הקודש זייערע ניגונים און טענץ. דארט איז מיסירלו אופגעכאפט געווארן אלס א "ברסלב'ער ניגון".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך ביליג »

האט יו"ט ערליך געוויסט יעדע ניגון פון ווי עס שטאמט ?
מען האט די ניגונים געזינגען ביי באו בשלום
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

צער בעלי חיים - קינדער טעיפ

שליחה דורך יואליש »

אין די 80ער אדער 90ער יארן איז ערשינען די "קינדערוועלט" סעריע פון קינדער אלבוימס ארויסגעגעבן דורך א חשוב'ע וויליאמסבורג'ע משפחה. פיל פון די קינדער טעיפס ווי, שפעטער, "לכל זמן" און אנדערע אין יענע צייטן האבן געניצט סעקולארע ניגונים מיט היימישע ליריקס. אבער רוב מאל איז די רעדע געווען פון א נורסערי ריים אדער אמעריקאנע פארשפרייטע ניגון,און זאגאר דיזני ניגונים. אבער איך מיין כ'האב געטראפן איינס מיט א מקור אין די אור אלטע רוסישע פאלקס לידער.

די רוסישע ניגון "פישערמאן טאנץ" אין איר היימישע ווערסיע זינגט איבער צער בעלי חיים. די צווייטע פאלט זינגט "א הינט וואס בילט, א לייב וואס שרייט, א פייגעלע וואס פליט, א שלאנג וואס קריכט - מ'טאר זיך נישט רייצן, טשעפענען מיט זיי, ווייל דאס איז דאך די עבירה פון צער בעלי חי". די ניגון איז נאכאמאל פראדצירט געווארן אין א קינדער טעיפ מיט א זאמלונג פון קינדער ניגונים, פון יו"ט עהרליך און אנדערע.

ווער דערקענט די ניגון און איז דאס ווירקליך ענליך?

http://youtu.be/TkISQb2EA0k
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

נאכנישט געזעהן דא.
מרדכי בן דוד'ס אלבום דער ניגון ''הנה לא ינום'' פון דער רעקארד הננו.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jBOkhzkPM4M[/youtube]

https://youtu.be/jBOkhzkPM4M
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

מ.ב.ד. ניגון "שיר השלום".

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tfnBxbDz77U[/youtube]

http://youtu.be/tfnBxbDz77U
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.
צום פינטל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך צום פינטל »

נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.


Six 13
האט יעצט ריליסעד א סינגעל מיט ענגלישע ווערטער אויף עד שיראן טון
סזעט אויס ווי זיי האבן אן אגענדע אריין צוברענגען גוישע מוזיקה ביי אינז
דרך אגב זיי האבן אסאך ניגינים וואס איז א חלק אדער אין גאנצען גויש
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אוודאי. פון ווי מיינסטע איז איך קען די ביידע ניגונים? נאר פון זיי.
כ'מיין אז אלע זייערע ניגונים איז פון מקור לא טהור.
זיי שרייבן געווענטליך אין די דיסקריפטשען וועמענס ניגון דאס איז.

אלס בעסער ווי די וואס נעמען אין מאכן גאר א שתיקה, א שטייגער ווי לוי'ס ניגון אחכה לו וכו'...
יעקב איש תם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:41 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך יעקב איש תם »

זעט מיר אויס אז יעדער ווייסט נאר ווען אידן "בארגן" פון גוים, וויל איך ווייזען צוויי פלעצער ווי גוים בארגן פון אונז

די אנהייב דא איז חבד'ס רחמנא דעני

https://youtu.be/qiB98Wbsdlo

ווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)

https://youtu.be/uR4WFPa6xuI


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יעקב איש תם האט געשריבן:ווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)

https://youtu.be/uR4WFPa6xuI


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

די ניגון איז סך עלטער ווי Uncle Moishy, כמעט הונדערט יאר עלטער. 1893 טו בי עקזעקט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D3VZDRfpypw[/youtube]

https://www.youtube.com/watch?v=D3VZDRfpypw
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך סלינקי »

מ.ב.ד - ליכטיגער שבת (1982)

https://m.youtube.com/results?q=close%2 ... ebber&sm=1
(1965)

אין א אינטערוויו זאגט מרדכי אויף די ניגון:

"השיר מתוך האלבום "שבת". כשהיה לנו את כל החומר לאלבום, היה חסר לנו שיר אחד באנגלית ושיר אחד באידיש. באותה תקופה, קיימתי הופעה בירושלים ובמטוס, בנסיעה חזרה לניו-יורק, נפל לי לחן. השמעתי את זה למפיקי האלבום והם מאוד התלהבו. זה היה הפעם הראשונה שכתבתי גם מילים."
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

מענינא דיומא: אונזער ניגון אויף "מעוז צור", אין איר אריגינאלער פארמאט (לוטעראנישע קירכע).

https://youtu.be/n6anvv85OEg


לייענט אויך דא א לענגערע פארש ארבעט דערוועגן: http://onegshabbat.blogspot.co.il/2013/ ... 9.html?m=1
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך נעגעל וואסער »

מ'קען קלאר הערן פון דעם ניגון אז דאס קומט גראד פון קירכע ארויס! כ'האב נאר נישט געוויסט וועלכע, אצינד ווייס איך שוין...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נעגל וואסער: ס'איז נישט קיין ראיה. אפשר פארקערט. אז די טוירטש האט געגנב'עט אידישע ניגונים און תנועות...!

די תנועות פונ'ם ניגון אויף מעוז צור קלינגען ווי יעקיש דייטשע תנעות. פי' וואס די דייטשע אידן האבן קאמפאזירט און געזינגען פאר הונדערטער יארן...!

מדי דברי: אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדער'ן אשכול אז איך בין נתעורר געווארן פון א ניגון געזינגען דורך א גוי'אישן זינגער. און איך האלט אז אונזערע גרויסע אידישע קאמפאוזערס און זינגערס ווי מרדכי בן דוד און אברהם פריעד וואלטן עס געקענט אדאפטן (צופאסן) מיט אידישע ליריקס אין א שיינעם אידישן ניגון.

דער סאנג הייסט ..."קאנטרי ראודס, טעיק מי בעק טא דהע פלעיס איי בעלאנג. טא וועסט ווירדזשיניע"...! געזינגען דורך דעם פארשטארבענעם זינגער דזשאהנני דענווער...!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שומרי מצוותיה - בעלז

שליחה דורך געפילטע פיש »

הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך גדעון »

די ניגון פון די נוירט קאריע טשירלידערס ביי די אלימפיקס זעהט אויס ווי א היימישע זאך
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך קפה נמס »

וואס עפעס שטעלסטו זיך פאר אז ראטטענבערג איז פריער?
ראטטענבערג איז נאכנישט קיין צעהן יאר. דאכט זיך מיר אז מ'זינגט עס שוין פיל לענגער אין די היימישע גאס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קפה נמס, ס'זעט זיך אן אז דיר האט מען נישט געגעבן צו זייגן Journeys צוזאמען מיט די מאמעס מילך. די ערשטע Journeys איז שוין ארויסגעקומען דריי און דרייסיג יאר צוריק אום 1984.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געפילטע פיש האט געשריבן:הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.



דער ניגון איז אן אור אלטע ירושלימ'ער ניגון, און איך האב עס שוין געהערט עטליכע מאל אויף 'כי הנה' ליל יוהכ"פ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

איך זיך שוין לאנג א מקור פאר א לכה דודי ניגון וואס מ'זינגט בעיקר ביי די ליטווישע.
א שטייטע ניגון, ס'הערטס זיך וואו א מודזיץ ניגון אבער איך קען עס נישט טרעפן אין ערגעץ.
שלאפלאזע נעכט...
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.



דער ניגון איז אן אור אלטע ירושלימ'ער ניגון, און איך האב עס שוין געהערט עטליכע מאל אויף 'כי הנה' ליל יוהכ"פ.

וועלעכער? חסל צו שומרי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חסל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט