א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
א פרישע היכי תמצי פין כבוד התורה!!
ווער געדענקט דען נישט אין תשמ"ט ווי טייל פון די גרויסע עמלים בתורה אין די ליטווישע וועלט זענען געלאפן קלאפן אויף די טירן אז מען דארף פאר כבוד התורה לויפן צו די שטום בודקעס, מען האט מבטל תורה געווען און איבערגעדרייט א וועלט אז פאר כבוד תורה דארף מען צושטעלן די שטימען ווי מער און בויען די צייטונג
היינט איז געקומען א פרישע מושג און כבוד תעירע.. דער יתד פאפיר די אפיציעלע ווארט פין די ליטווישע וואס טראגן די דגל פין כבוד תעירע, האבן היינט פרייטיג אין א לענגערע מאמר אריינגעשניטן אין די רבנים פין די מועצת אין אמעריקא אויף זייער בריוו געברענגט דא: viewtopic.php?p=395640#p395640

די אטאקע
אויב די חברי כנסת האלטן די רבני ארץ ישראל באקומען קראנטע איפארמאציע געבטס ארויס בדרך כבוד א מכתב אויף צוריק מיט די עכטע אינפא. און זאלן די רבנים ארויס געבן די שטיצע בעד די חברי הכנסת, פארוואס קומט די אנטווארט מיט אזא מאדנע וועג, אז די חברי כנסת נעמען שרייבערס זיך צו פארענטפערן מיטן אטאקירן די רבנים.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
פארמעקט.
וואס פעלט עס אויס אריינצומישען?
ענדזשאוי זיך ווייטער מיט די קשיאס און סתירות.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו (חיים בלעו). וכל מאן דבעי למידע: דער בלאט די וואך (פ' תרומה) ברענגט א העדליין , איבער די אזוי גערופענע גזירת גיוס בנות, אז די קאמיסיע וואס זיי וויללן אויפשטעללן וועט קענען אוועקנעמען פאלשע דעקלאראציעס פון רעליגיעזיטעט.
וואס דער בלאט שרייבט ווייטער איז, אז מ'האט מורא אז די קאמיסיע וועט האבן א רעכט אוועקצונעמען די פטור פון די שוואכערע מיידלעך פון מזרחי אדער נאך שוואכער. די ..."מסורתיים"...אבער קיינער האט נישט קיין הווה אמינא צו זאגן אז די קאמיסיע וועט אוועקנעמען אדער מאכן שוועריגקייטן פאר ערליכע אידישע פרויען אדער מיידלעך. נו. שומו שמיים. למען האמת. וואס דרייען די אלע מאכערס און שוויצערס וסיקריקים למיניהם א קאפ. דאס איז ממש א קעיס פון דעם פאסטוך וואס האט געשריגן..."וואלף"...!
אבער ווען איך אדער אנדערע הייבן ארויס לשבח, אז ס'איז דא היינט רבנים ואדמורי"ם וועלכע לאזן זיך נישט פארנארן פון די פאלשע דעמאגאגן. די ליידיגגייערס. און זיי הייסן נישט זייערע חסידים ותלמידים נאכגעשלעפט צו ווערן פון דעם שטראם . דאמאלס הייבט זיך אן א רעש און א טומל אז איך בין א פארטיי מענטש. און איך נעם אייביג דעם צד פון מיין מנהיג. יא. ב"ה, איך האב א מורה דרך וואס זאגט ארויס דעם אמת'ן דעת תורה אן מורא. אן זיין פאליטקלי קארעקט. אן צו וועללן געפעללן פאר די סיקריקישע קרייזן.
די פראבלעם איז אז ווען ס'וועט זיין אן אמת'דיגע און ריכטיגער טעם מוחה צו זייין איבער א גזירה אויף אידישקייט וועט מען שוין נישט וועללן גיין. ווייל מ'וועט זאגן אז דאס איז אויכעט א טייל פון די ...."פעיק ניוז"...!
וואס דער בלאט שרייבט ווייטער איז, אז מ'האט מורא אז די קאמיסיע וועט האבן א רעכט אוועקצונעמען די פטור פון די שוואכערע מיידלעך פון מזרחי אדער נאך שוואכער. די ..."מסורתיים"...אבער קיינער האט נישט קיין הווה אמינא צו זאגן אז די קאמיסיע וועט אוועקנעמען אדער מאכן שוועריגקייטן פאר ערליכע אידישע פרויען אדער מיידלעך. נו. שומו שמיים. למען האמת. וואס דרייען די אלע מאכערס און שוויצערס וסיקריקים למיניהם א קאפ. דאס איז ממש א קעיס פון דעם פאסטוך וואס האט געשריגן..."וואלף"...!
אבער ווען איך אדער אנדערע הייבן ארויס לשבח, אז ס'איז דא היינט רבנים ואדמורי"ם וועלכע לאזן זיך נישט פארנארן פון די פאלשע דעמאגאגן. די ליידיגגייערס. און זיי הייסן נישט זייערע חסידים ותלמידים נאכגעשלעפט צו ווערן פון דעם שטראם . דאמאלס הייבט זיך אן א רעש און א טומל אז איך בין א פארטיי מענטש. און איך נעם אייביג דעם צד פון מיין מנהיג. יא. ב"ה, איך האב א מורה דרך וואס זאגט ארויס דעם אמת'ן דעת תורה אן מורא. אן זיין פאליטקלי קארעקט. אן צו וועללן געפעללן פאר די סיקריקישע קרייזן.
די פראבלעם איז אז ווען ס'וועט זיין אן אמת'דיגע און ריכטיגער טעם מוחה צו זייין איבער א גזירה אויף אידישקייט וועט מען שוין נישט וועללן גיין. ווייל מ'וועט זאגן אז דאס איז אויכעט א טייל פון די ...."פעיק ניוז"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאן דאמר: ייש"כ. נו, זיי ארבעטן דאך נישט. פון ערגעץ מוז מען דאך אויסהאלטן דעם הויכן לעבנס סטאנדארדט. דו דארפסט גארנישט מורא האבן. קיין איינער פון די אלע גרויסע שוויצערס. די קופצים בראש לעבט נישט קיין חיי דחקות. אדער הסתפקות במועט. זיי באדן זיך אין לוקסוס און פארשוענדערישקייט. אבער די אלע לאקאלע און היימישע דריידעלעך האבן זיי שוין אויסגענוצט. יעצט מוז מען אריבערגיין בגדול.ס'איז ב"ה דא גענוג גבירים און בעלי בת'ישע אידן אין ענגלאנד און אמעריקע וועלכע זענען גוטהארציג און גלייבן בתמימות אז זיי העלפן צו פאר אידישקייט. זענען אויפגעשטאנען כל'ערליי תרפ"ט ארגאניזאציעס אזוי ווי .."נטרונא"... וועלכע מאכן אן א טומל. און זיי לאזן הערן אויף די ראדיא און אנדערע מקורות פון אינפארמאציע אזאלכע מענטשן וועלכע רעדן א גוטן ענגליש. (נישט היימישע. ווייל זיי ברעכן זיך דאך די ציין. זיי קענען נישט ארויסזאגן איין נארמאלן סענטענס אויף ענגליש. ווייל אין די ישיבות ות"ת'ס האט מען אייביג אראפגעקוקט די לימודי חול.). און אין ארץ ישראל זענען עס יחידים וועלכע רופן זיך עסקנים. און זיי לויפן ארום זאמלען חתימות. און דרייען א קאפ פאר די רבנים. כאילו דאס אידישקייט איז ח"ו אין א סכנה...! ס'איז לא דובים ולא יער. קיינער, (אפילו די חילונים) חלומ'ט ב"ה נישט צו טשעפען דעם סטאטוס קווא אז רעליגיעזע פרויען און מיידלעך זאללן דארפן אריינגיין אין מיליטער. ס'איז נאר סתם געדרייט א קאפ. געהאקט אין טשייניק. כאילו אונז דארפן מיר זיך זארגן פאר די פרויען און מיידלעך פון די מזרחי'סטישע קהילה. אדער גאר פאר די נאך שוואכערע ...."מסורתיים"...וואס אין פראקטישן זין מיינט עס זיי זענען נהנה פון עולם הזה און איזראעלישקייט מיט'ן גאנצן קנאק. נאר וויללן האבן ביידע וועלטן. אט דאס גייט נישט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
נישט גזירת גיוס, נאר גיוס גזירותמאן דאמר האט געשריבן:נישט גיוס בנים, און נישט גיוס בנות, נאר גיוס כספים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
ליטוואק כ'שעפ נחת צו זעהן ווי די שרייבסט און מעקסט און סך הכל א דזשוק פון אברהם יושע קענסטו אפיר ברענגען, יא די מודיע און מבשר בעל כרכך יענו זיי מוזען מודה זיין סיא דא עפעס א גזירה, הגם ווייט פון געניק וואס זיי וואלטען געדארפט ווען שרייבען, אבער זיי האבען נאכנישט אז מצח זונה, ווי די ליטווישע יעטעדניקעס, אבער די ליטוואקעס וואס מהאט זיי געגרינדעט נאר לשם דעת תורה זאגען חוצפה דיגע רייד קעגין זייער אייגענע גדולים פון אמעירקע ההיפוך גמור של דעת תורה,
ליטוואק אז די ווילסט ברענגען מימראות פון הרב אברהם יושע, איך בין נאך אזוי אלט ווי דיר, כעגדנעק ווען סאיז ארויסגעקימען דגל התורה און תשמ"ט האט ביום הבחירות רעב אברהם יושע זיך צעפייערט און געזאגט איך זעה דא בני תורה סאלדאטען! איך זעה דא א פארטיי מיט א חבר הכנסת מיט אייגענע סאלדאטען, יעדער האט געמיינט ער רעד פון היץ, און יעצט זעהט מען דבר מדבריו לא נפל ארצה,
טייערע ליטוואק מהאט שוין נישט הרב שטיינמאן, אלע גדולים זאגען מטאר נישט מיט שטיין מיט די תקנות, וואס חוצפהט איר קעגען גדולי ישראל וואס בליטיגען צו הערען די שכחת התורה דא? אייכם?
ליטוואק אז די ווילסט ברענגען מימראות פון הרב אברהם יושע, איך בין נאך אזוי אלט ווי דיר, כעגדנעק ווען סאיז ארויסגעקימען דגל התורה און תשמ"ט האט ביום הבחירות רעב אברהם יושע זיך צעפייערט און געזאגט איך זעה דא בני תורה סאלדאטען! איך זעה דא א פארטיי מיט א חבר הכנסת מיט אייגענע סאלדאטען, יעדער האט געמיינט ער רעד פון היץ, און יעצט זעהט מען דבר מדבריו לא נפל ארצה,
טייערע ליטוואק מהאט שוין נישט הרב שטיינמאן, אלע גדולים זאגען מטאר נישט מיט שטיין מיט די תקנות, וואס חוצפהט איר קעגען גדולי ישראל וואס בליטיגען צו הערען די שכחת התורה דא? אייכם?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ימים ידברו: דו און דיין קאלעגע איש את רעהו האבן נאכנישט געענטפערט אויף די פשוט'ע שאלה... צי מ'טשעפעט ערליכע אידישע פרויען אדער מיידלעך מיט גיוס בנות...יא. אדער נישט...ס'איז נישט דא קיין מיטל וועג. כל בר בי רב דחד יומא ווייסט דעם אמת. די העדליין אין בלאט און אנדערע פלעצער שרייט דאך עס ארויס. די מענטשן וועלכע געבן אריין זייערע דעקלאראציעס בשקר ובערמה. צו זיי וויל מען זיך נעמען.
אונז ערליכע אידן זענען נישט אחראי בתורת ישראל ערבים זה לזה פאר איינעם וואס גייט ממילא נישט בדרך התורה און האלט נישט איין קיין מצות התורה. נאר ער/זי וויל פשוט אויסנוצן דעם סיסטעם פאר זייער אייגענע הנאה. דאס זענען מיר נישט מחוייב צו שטיצן. יא אויב ס'זאלל זיך מאכן א פאל ווי איין מיידל אדער פרוי דערקלערט אז זי וויל באמת ווערן א בעלת תשובה דארף מען איהר צו העלפן מיט אלע מיטלען וואס מ'קען דורך דינגען לאיערס און צו העלפן אויף א יעדן אנדער'ן אופן. אבער נישט פאר שווינדלערס...!
אונז ערליכע אידן זענען נישט אחראי בתורת ישראל ערבים זה לזה פאר איינעם וואס גייט ממילא נישט בדרך התורה און האלט נישט איין קיין מצות התורה. נאר ער/זי וויל פשוט אויסנוצן דעם סיסטעם פאר זייער אייגענע הנאה. דאס זענען מיר נישט מחוייב צו שטיצן. יא אויב ס'זאלל זיך מאכן א פאל ווי איין מיידל אדער פרוי דערקלערט אז זי וויל באמת ווערן א בעלת תשובה דארף מען איהר צו העלפן מיט אלע מיטלען וואס מ'קען דורך דינגען לאיערס און צו העלפן אויף א יעדן אנדער'ן אופן. אבער נישט פאר שווינדלערס...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
בערל פלוצים ביסטו געווארן אויס אחראי אויף איינער וואס איז נישט היימיש היימיש...
זאג נאר, אויב דיינ'ס א נאנטער אן היימישער האט א טאכטער וואס ווערט נישט הינדערט פראצענט היימיש, דארף א היימישער זארגן פאר איר עתיד?
אדער איז זי שוין נישט געניג היימיש אז א היימישע זאל איר דארפן זארגן צו פארבלייבן היימיש
#בהיימיש..
זאג נאר, אויב דיינ'ס א נאנטער אן היימישער האט א טאכטער וואס ווערט נישט הינדערט פראצענט היימיש, דארף א היימישער זארגן פאר איר עתיד?
אדער איז זי שוין נישט געניג היימיש אז א היימישע זאל איר דארפן זארגן צו פארבלייבן היימיש
#בהיימיש..
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
ווען הרב שטיינמאן האט געלעבט און איינער האט געזאגט/געשריבן קעגן אים איז עס געווען א חטא חמור מאוד פון פגיעה בכבוד התורה
יעצט ווען ער איז נישטא, און עס איז מער נישטא א וועג צו טערארזירן מיט כבוד התורה האט מען גענימען אטאקירן די רבנים זעלבסט!
ווען בערל וריעו ליטוואק האבן נישט צו רעאגירן מעקט מען און מען נעמט אפיר דברי חוזק וליצנות
ביטע רעדט צום פונקט.
יעצט ווען ער איז נישטא, און עס איז מער נישטא א וועג צו טערארזירן מיט כבוד התורה האט מען גענימען אטאקירן די רבנים זעלבסט!
ווען בערל וריעו ליטוואק האבן נישט צו רעאגירן מעקט מען און מען נעמט אפיר דברי חוזק וליצנות
ביטע רעדט צום פונקט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו: מ'רעדט דא נישט פון א יחיד. אן ערליכער איד וואס האט ל"ע איינס פן זיינע קינדער וואס איז אפגעפארן. און דער טאטע און די מאמע און די גאנצע משפחה האבן צער פון איהר התנהגות. זיכער דארף מען העלפן מיט וואס מ'קען. מ'דארף שתדל'ן און דער עיקר דארף מען רעדן צו די מדוברת אויב זי וויל צוליעב איהר הפקירות און נאכלעסיגקייט פארברענגען 3 יאר אוטער די שטרענגע דיסציפלין פון מיליטער. אדער זי וויל זיך פיהרן מינימאל ערליך...! ואטו בשופטני עסקינן?!. אבער דא איז די רעדע פון הונדערטער. אפשר טויזנטער חילוניות'דיגע פרויען און מיידלעך וועלכע לעבן א פריצות'דיגן, פרייעם און אויסגעלאסענעם לעבן מיט דעם גאנצן קנאק וואס דאס פרייע איזראעליש'קייט קען צושטעלן (ככל הגויים, ממש). און זיי וויללן זיך ארויסדרייען פון א חלק פון דעם איזראעל'ישקייט. דאס דינען אין מיליטער. דאס וויל די רעגירונג סך הכל אפשטעללן. איז די שאלה. פארוואס זאללן מיר זיך אפילו וויסנדיג מאכן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו: איבער דעם מכתב הרבנים. איז נאר דא איין קשיא. וואס זענען די ..."זוטות. כמו עובדות ומציאות"...פונקטליך לגבי גיוס בנים וגיוס בנות זענען די עובדות און דער מציאות בשטוח שוין טויזנטער מאל איבערגעקייעט געווארן אז אפילו אן אלטער וועלכער האט נישט קיין ציין קען עס צוקייען. ואין עוד מה להוסיף. אז די גאנצע זאך איז אן אויפגעבלאזענע און פאלשע אישו. לא דובים ולא יער. מ'האמיר שוין אמאל געברענגט דעם משל. ווען איינער וואוינט אין א מדינה למשל ווי אמעריקע. און ס'זענען דא געזעצן און רעגולאציעס ביים דרייוון א קאר. און איינער איז בשאט נפש עובר אויף די רעגולאציעס. און נאכדעים טוט ער גארנישט אויף א נארמאלן, לעגאלן אופן מסדר צו זיין זיינע פראבלעימען. קען ער נשט שרייען אז דער פאליסמאן און די קאורט זענען אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. כן הדבר הזה. אויב מ'וואוינט אין א לאנד דארף מען זיך פיהרן לויט די געזעצן און רעגולאציעס פון יענעם לאנד. בפרט ווען ס'איז דא א נארמאלער און מוסדר'דיגער וועג צו ערלעדיגן אלע זאכן. און אויב מאכט זיך אמאל קאמפליצקאציעס און פראבלעימען איז דא ווער ס'געט הילף בכל דרך שהוא. און ווען איינער פייפט בכונה און במזיד אן די תקנות. קען ער נאכדעים נישט קומען צו קיינעם מיט קיין טענות. נאר העכסטנס צו דעם אזוי-גערופענעם פאלשן מנהיג וואס האט איהם פארפיהרט צוליעב זיינע אייגענע פאלשע חשבונות...!.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
איש את רעהו זארגט זיך שטארק וועגען די כבוד התורה פון חותמי אמעריקא. אלזא, בעטען מיר בשם כל הקהל ער זאל אונז זאגען א פאר ווערטער וועגען די חותמים. ווער איז דאס הרב חיים ברסלר? הרב אברהם חיים לוין? הרב יוסף רפול? הרב אלי קנרק?
ביטע אפיר ברענגען עפעס א חידוש, א פסק, א תירוץ פאר א שווערע רמב"ם פון סיי וועלכע חותם.
׳כמיין, כבוד החותם איז דאך א געוואלדיגע עיקר אין אידישקייט.
דערנאך וועט מען טראכטען צו די כתבה אין יתד איז טאקע א בזיון צו נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ביטע אפיר ברענגען עפעס א חידוש, א פסק, א תירוץ פאר א שווערע רמב"ם פון סיי וועלכע חותם.
׳כמיין, כבוד החותם איז דאך א געוואלדיגע עיקר אין אידישקייט.
דערנאך וועט מען טראכטען צו די כתבה אין יתד איז טאקע א בזיון צו נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
הייסט עס דו קענסט זיי נישט? ט׳פארוואס ווערסטו ברוגז ביים זע׳ען עפעס וואס דו האסט פארטייטשט אלס בזיון? ווער זאגט דיר אז עס קומט זיי כבוד?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
האסט א מקור אז די יסוד פון דגל איז כבוד התורה? דער ספר וואס מ׳האט דעמאלס געדרוקט ׳וזרח השמש׳ זאגט נישט אזוי. און דיין מקור גייט אויך מסביר זיין אז ׳כבוד התורה׳ מיינט ׳כבוד החותמים׳? און אפשר וועט דיין מקור אויך ווייזען אז ווען מ׳באשולדיגט נידריגע פאליטיקאנטען און שנוררס מיט׳ן ברענגען שקר צו חותמים, איז עס אויך א פארלעצונג פון די געזעץ פון ׳כבוד החותמים׳?
און צום שלוס, דו קענסט אונז זאגען איין זאך וועגען די חותמים? עפעס א שטיקעל תורה, אפשר נארא מעשה, עפעס וועגען זייערע לעבען און שייכות צו תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און צום שלוס, דו קענסט אונז זאגען איין זאך וועגען די חותמים? עפעס א שטיקעל תורה, אפשר נארא מעשה, עפעס וועגען זייערע לעבען און שייכות צו תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בוזאפעסט: די אלע געדעילעי ה'טעירעה וואס איש את רעהו האט דא אויסגערעכנט זענען ווי פאלגנד. איינער איז א שלאף רעבע אין א דארמיטארי פון א ישיבה קטנה. דער צווייטער איז א משגיח ביי די מילך ערגעץ אויף א פארם אין ניו דזשערסי. און דער דריטער נעמט אראפ די איבערגעבליבענע עסן פון לאנטש רום אין א לאקאלע תלמוד תורה. זיכער קומט זיי כבוד ה'טעירעה. נאר קיין פסקים אין הלכה זאלסטו נישט ערווארטן פון זיי...!