ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

מחשבה, השקפה ועיון
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך אישתישבי »

אונז דא אין דעם שטיבל זענען על פי רוב חרדים, רובא דרובא, און פראבירן צו זיין ערליכע מענטשען, און ווען איך זאג ערליך רעד איך נישט דוקא פין די תרי"ג מצוות, און מיין צו זאגען קארעקטע מענטשען, וואס פראבירן זיך צו פירען ריכטיג. (אוודאי ווייל עס איז איין'ס פין די תרי"ג מצוות).

וואס טוהן רוב מענטשען וואס זענען חסידים צו ליטאים פין א געוויסע באוועגונג, און די קארפן קנאקערס וואס זענען עומד בראש האבען מחליט געוועהן צו טוהן א געוויסע עוולה, פארשטייט זיך אז ווען מענטשען טוהן א עוולה איז עס געוועהנליך נישט ווייל זיי ווילען טוהן א עוולה, נאר לפי עניית דעתם נראה אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, טאמער מאכען זיי א מחלוקת איז עס שלום, טאמער מאכען זיי א גניבה, איז עס קויפען, טאמער איז עס מלבין פני חבירו ברבים, איז יענער א רשע מרושע א מצוה צו באגראבען, און די ליסטע איז ענדלאז, אבער ווי געווענליך איז דרכן של הקהילות והחסידות'ן והליטאים'ניקס, כל החרדים בשמו הטוב, אז ווען די "זאך" האלט אזוי, זונגט דער גאנצע עולם מיט היידא היידא.

יעצט איז די שאלה, טאמער איך צאפעק וואס איז א איפכא מסתברא און מוז האלטען פארקערט, אז מיין רבי איז גאר דער שייגעץ, און ווען ער רודפ'ט יענעם איז עס שלא כדין, צו ווען ער האט מסלק געוועהן יענער מנהל און געמאכט א צווייטע פיפיק מנהל ווייל יענעמס זיידע האט געריבען די פיס פינעם רבין נאך הקפות, און כדי צו פארענטפערען די מעשים טובים דארף מען דאך באשמוצען דעם ערשטען וואס איז גראדע אויך א פיפיק, נאר דער פיפיק געפעלט מיר בעסער, וואס טוה איך דא? גיי איך ארויס בחרב ובחנית קעגען רבי'ן? ד.ה. איך בין מכריז ומודיע אז נישט מיר, איך ווייס דער אמת! אדער איז מען שטיל און מען זאגט גארנישט, און מען עסט דער עגמת נפש, אדער גייט מען אינגאנצען פארקערט, מען טוישט דעות און שיטות און מען פאטשט מיט היידא היידא, מיטן רבין ווען מען זאגט ולמלשינים האט מען אויך אינזינען דער פאלשער מסור, וואס דער קנאקער אהן א נון האט מחליט געוועהן אז יענער איז א מסור??

איך רעד אלץ משלים, אבער לכאורה פארשטייט מען וואס איך מיין, איך מיין גארנישט ספעציפיש וואס איז יעצט עולה על הפרק, נאר רעד פין זאכען וואס געשעהן יעדער טאג.

מיט יעדעס טאג וואס מען ווערט עלטער, ווערט דער פסוק יוסיף דעת יוסיף מכאוב קלארער, דער טיפש און תם חסיד, האט דאך א גליקלעך לעבען, נישט קיין שום עגמת נפש, אלץ איז ביי אים כשר וישר, ער זעהט בלויז נחת, און זעהט דער יד ד' אין יעדער וואס דער רבי טוט פאנישען, און איך זעה נאר דעם רבי'ס ידו הגדולה, וואס קען זיך נישט איינהאלטען פין ניצען זיינע גשמיות'דיגע כחות פאר זיינע געברויכען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך יהודי פשוט »

לויטן נאמען פונעם אשכול קוקט אויס ווי די פרעגסט א שאלה, לויט דיין תגובה קוקט אבער אויס ווי די זאגסט דיין מיינונג, און די האסט נישט צופיל אינטערעסע צו הערן נאך א מיינונג, אבער מיט דעם אלעם - וויבאלד די האסט גע'עפנט אן אשכול אויף דער נושא וועל איך פרובירן אריין ווארפן מיינע צוויי צענט אין דעם נושא, און הגם אז בעצם פארלאנגט זיך פאר דעם א שטיקל אריכות וועל איך אבער פרובירן מקצר זיין.

דו האסט אנגעהויבן דעם אשכול מיט די נושא אז די קהילה טוט אן עוולה, אזוי אויך אין דיין תגובה הייבסטו אן אז די קארפן קעפ אין די קהילה טוען אן עולה, שפעטער האסטו געמאכט א טויש און געשריבן אז די רבי טוט אן עולה.

און דער ענין בעצם איז צוטיילט אין שתים שהן ארבע, דאס מיינט אז ס'איז דא אמאל וואס די קהלה טוט אן עוולה, דאס קען זיין דער ראש הקהל אדער סיי וועלכע אנדערע קנאקער אין די קהלה, און ס'איז דא אמאל וואס די רבי טוט (לאמיר עס אנרופן) אן עוולה, דערנאך איז דא צוויי סארט מענטשן, עס איז דא א מענטש וואס ער געהערט צו א געוויסע פארטיי ווייל דער פארטיי געפעלט איהם בעסער און עס שטימט די מערסטע מיט זיינע אינטערעסן און ס'אינטערעסירט איהם ווייניגער ווי די פאריעריגע שניי ווער ס'איז עומד בראש פון דעם פארטיי, גראדע היינט איז עס דער און ווען יענער וועט שטארבן וועט עס זיין אן אנדערער, דערנאך איז דא א מענטש וואס ער איז א חסיד פון דעם רבי'ן און ער האלט אז דער רבי איז א צדיק, גראדע איז ער אויך נהנה פון די פארטיי, אבער זיין ציל איז נישט די פארטיי, און אמאל איז די פארטיי גאר עפעס וואס געפעלט איהם נישט אבער ער איז א חסיד פון דעם רבי'ן.

יעצט לאמיר אנהייבן מיט'ן ערשט'ן וואס האט מיט'ן פארטיי, ער האט ליב דעם פארטיי ווייל זיי שטעלן איהם צו זיינע באקוועמליכקייטן, ביי דעם מענטש איז נישט קיין חילוק צו די רבי איז דער וואס האט געטוהן דעם עוולה צו עס איז געוויסע מענטשן אינערהאלב די פארטיי וואס האבן געטוהן דעם עוולה, געווענליך וועט ער אריין טראכטן צו עס איז אן עוולה צו נישט, און טאמער האלט ער אז ס'איז אן עוולה וועט ער זאגן מיין פארטיי האט געטוהן אן עוולה אבער איך האב נאך אלץ ליב די פארטיי ווייל זיי געבן מיר וואס איך דארף.

יעצט לגבי די צווייטע סארט מענטש וואס ער איז א חסיד פונעם רבי'ן, איז ווען די פארטיי טוט עפעס וואס ער האלט איז אן עוולה וועט ער זאגן, די פארטיי האט געטוהן אן עוולה, אויב אבער האט די רבי געטוהן עפעס וואס קען באטראכט ווערן אלץ עוולה, וועט ער אלץ חסיד נישט האלטן אז די רבי האט געטוהן אן עוולה, ווייל ער האלט אז די רבי איז א צדיק וממילא א צדיק טוט נישט געווענליך קיין עוולה, און ער איז גערעכט ווייל אזוי טראכט אן אמת'ער חסיד, וועט ער זאגן אז ס'קען זיין אז די רבי ווייסט געוויסע זאכן וואס איך ווייס נישט וממילא אפילו אויב פאר מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי עוולה מיינט נישט אז ס'איז טאקע אן עוולה, אדער וועט ער זאגן אז די רבי איז קלוגער פון מיר, ואין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה און איך קען נישט און איך דארף נישט אלעס פארשטיין, ביידע פון די תירוצים זענען זייער מסתבר, סיי עס איז מסתבר אז דער מענטש ווייסט נישט די פונקטליכע פרטי פרטים פון די מעשה, און ער ווייסט נישט אז מ'האט לדוגמא ארויס געווארפן די מנהל ווייל ער האט נישט געטויגט און די רבי האט נישט געוואלט איהם פארשעמען און זאגן רבותי דער טויג נישט, ממילא האט מען ענדערשט געזאגט אן אנדערן תירוץ פארוואס מ'שיקט איהם ליפטערן, ווי אויך קען זיין אז בעצם ווייסט מען יא אלע פרטים און מיט דעם אלעם איז די רבי קלוגער פון דיר און ער פארשטייט אז אין דעם פאל דארף מען טוהן אזוי און נישט אייביג קען יעדער פארשטיין די החלטה.

דאס איז בכלליות, אבער בפרטיות איז יעדע מעשה אנדערש און עס ווענד זיך אין יעדע מעשה וואס דארט איז געוועהן...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יהודי פשוט האט געשריבן:יעצט לגבי די צווייטע סארט מענטש וואס ער איז א חסיד פונעם רבי'ן, איז ווען די פארטיי טוט עפעס וואס ער האלט איז אן עוולה וועט ער זאגן, די פארטיי האט געטוהן אן עוולה, אויב אבער האט די רבי געטוהן עפעס וואס קען באטראכט ווערן אלץ עוולה, וועט ער אלץ חסיד נישט האלטן אז די רבי האט געטוהן אן עוולה, ווייל ער האלט אז די רבי איז א צדיק וממילא א צדיק טוט נישט געווענליך קיין עוולה, און ער איז גערעכט ווייל אזוי טראכט אן אמת'ער חסיד, וועט ער זאגן אז ס'קען זיין אז די רבי ווייסט געוויסע זאכן וואס איך ווייס נישט וממילא אפילו אויב פאר מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי עוולה מיינט נישט אז ס'איז טאקע אן עוולה, אדער וועט ער זאגן אז די רבי איז קלוגער פון מיר, ואין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה און איך קען נישט און איך דארף נישט אלעס פארשטיין, ביידע פון די תירוצים זענען זייער מסתבר, סיי עס איז מסתבר אז דער מענטש ווייסט נישט די פונקטליכע פרטי פרטים פון די מעשה, און ער ווייסט נישט אז מ'האט לדוגמא ארויס געווארפן די מנהל ווייל ער האט נישט געטויגט און די רבי האט נישט געוואלט איהם פארשעמען און זאגן רבותי דער טויג נישט, ממילא האט מען ענדערשט געזאגט אן אנדערן תירוץ פארוואס מ'שיקט איהם ליפטערן, ווי אויך קען זיין אז בעצם ווייסט מען יא אלע פרטים און מיט דעם אלעם איז די רבי קלוגער פון דיר און ער פארשטייט אז אין דעם פאל דארף מען טוהן אזוי און נישט אייביג קען יעדער פארשטיין די החלטה.


נישט אומזונסט האסטו קשיות אויף אישתיבשי'ס שאלה דא. מאכסט א הנחה אז דער רבי טוט נישט קיין עולה און מיט רעכט ווייל אזוי זאגט אן אמת'ער חסיד. מאן יימר אז אזוי זאגט אן אמת'ער חסיד. הני מילי ווען מען עסט די סוגיא פון צדיקים מיט א פרטיי'אישען לעפעל, אבער די רגע וואס מען נעמט אוועק די לעבל פון איך באלאנג דא ווייל אזוי מוז זיין, איז אויס מיט אלע תורת הצדיקים, ווייל אויב די גייסט מיט תורת הצדיקים קענסטו פונקט אזוי נוצן אמונת צדיקים אין צדיקים פון אנדערע קהילות, אדער נאכמער, א צדיק וואס האט נישט קיין קהילה בכלל, אלא מאי, גאנץ תורת אמונת צדיקים בימינו איז געבויט אויף קהילות, ספעציעל טאמער די צדיק איז פון די אייגענע קהילה. וואלט ער געזאגט די זעלבע ווערטער אויף א צווייטע צדיק אויך?

יעצט קומט נאך אלס אויס אז די אלע תירוצים וואס די שרייבסט זענען זייער זייער מסתבר?....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: איך קען א געוויסן רעבי'ן וואס איינער פון זיינע בני הקהילה איז באגאנגען א גרויסע עוולה . (למשל. גניבה. גנבנ'ען א ספר תורה.) איך בין זיכער אז די רבי ווייסט נישט פון די מעשה. אבער זיינע (גרויסע) קינדער ווייסן יא. און זענען מסכים מיט דעם בעל עבירה. ער האט עס ארויסבאקומען במרמה פון א צווייטע קהילה וואו מ'האט צוזאמגענומען געלט פאר די ספר תורה לעילוי נשמת. אייגנטליך לזכות רפואת א יונגערמאן פון די בני החבורה...!

פון אזא רעבי'ן וויל איך נישט זיין קיין חסיד. ווייל ער איז צו א תמימות'דיגער. נעה. א בטלן. און איך קען נישט אננעמען אזא מענטש אלס מנהיג...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יהודי פשוט.

פין ווי נעמסטו אז איך וועל נישט הערען קען מיינונגען?

און בנוסף צו וואלווי, שרייבסט אז מען קען אננעמען אז דער רבי איז קלוגער וכו', זייער שיין, אבער וואס טוט מען אויב איך ווייס אז ער איז נישט קלוגער? איך ווייס ער באגייט אן עוולה?!! בין איך מגלה דעת אדער נישט? אויב נישט, איז פשט איך האב א יד אין די עוולות וואס ער באגייט, אויב יא, לייג איך מיר אליין אין אין א סכנה!!!

דאס וואס די שרייבסט אז עס מאכט א חילוק די קנאקערס מיט די רבי, איך האב נייעס פאר דיר, היינו הך.

ר' בערל,
ביסט נישט א חסיד פין יענעם ווייל...... אבער וואס טוסטו ווען די ביסט שוין דארט די מיט די קינדער מיט די אייניקלעך?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לכאורה איז עס נישט שכל׳דיג זיך אזוי איינגלידערען אין א קהלה אזש עס ווערט א פראבלעם ווען די פיהרערס טוהן אן עוולה. מ׳דארף זיך האלטען אביסל אויף די זייט.

אבער אידישלעך גערעדט, איז די גרעסטע מדרגה פון קנאות ווען מ׳איז מוחה ווי ס׳איז אומבאקוועם. ווען מ׳זיצט א פאר שוואגערס און ברידער צוזאמען, און דער שמועס דערקייקעלט זיך צו לשוה"ר, און איינער טוט עפעס צו טוישען די נושא, איז עס מער ווערט ווי אלע אפיציעלע ׳קנאות׳ שריטען פון הפגנות און דרשות. און אזוי אויך ביי א קהלה שריט. ווען זיי באגייען אן עוולה, מ׳ווארפט ארויס א יתום פון חדר, צו מען רודפ׳ט א וויקטים פון א מאלעסטער, ווען מ׳נעמט נקמה אויף די אייניקלאך פון אן עסקן וואס האט געזאגט אנדערש ווי א צווייטע עסקן, וואלט מען געדארפט קלאר אויסדרוקען די עוולה וואס זיי האבען געטוהן, נישט בדרך מחלוקת וואס נעמט א ׳צד׳ אין די נושא, נאר בדרך מחאה אז מיר זענען נישט מסכים דערצו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך יהודי פשוט »

אישתישבי האט געשריבן:יהודי פשוט.

פין ווי נעמסטו אז איך וועל נישט הערען קען מיינונגען?

און בנוסף צו וואלווי, שרייבסט אז מען קען אננעמען אז דער רבי איז קלוגער וכו', זייער שיין, אבער וואס טוט מען אויב איך ווייס אז ער איז נישט קלוגער? איך ווייס ער באגייט אן עוולה?!! בין איך מגלה דעת אדער נישט? אויב נישט, איז פשט איך האב א יד אין די עוולות וואס ער באגייט, אויב יא, לייג איך מיר אליין אין אין א סכנה!!!

דאס וואס די שרייבסט אז עס מאכט א חילוק די קנאקערס מיט די רבי, איך האב נייעס פאר דיר, היינו הך.

ר' בערל,
ביסט נישט א חסיד פין יענעם ווייל...... אבער וואס טוסטו ווען די ביסט שוין דארט די מיט די קינדער מיט די אייניקלעך?


איך האב געגעבן א דוגמא פון עפעס וואס א אמת'ער חסיד קען ענטפערן מיט רעכט ווען זיין רבי טוט עפעס וואס קוקט אויס ווי אן עוולה אין זיינע אויגן, יעצט פרעגסטו וואס איז אויב דער חסיד ווייסט אז ער איז קלוגער פונעם רבי'ן? זייער א גוטע גאונות'דיגע שאלה! אין דעם פאל וועט ער איהם פאר'ענטפערן מיט אן אנדערן תירוץ! און ס'קומט אזוי ווייל טאמער גלייב איך אז ער איז א צדיק איז נישט מער ווי נארמאל אז מ'זאל נישט וועלן אן נעמען אז ער האט געטוהן אן עוולה.

דערנאך שרייבסטו: איך ווייס אז ער באגייט אן עוולה, וויזוי קען מען דאס וויסן אויף זיכער?? אויסער אויב די עוולה איז קעגן דיר וואס דעמאלטס קען מען טאקע וויסן אבער שטייטסעך אז דעמאלטס איז מען שוין א נוגע בדבר, אבער ווען עס איז קעגן א צווייטן ווי איז שייך צו זאגן איך ווייס? ווייל יענער האט דיך געזאגט? נו! אפשר זאגט די רבי די מעשה אביסל אנדערש? נאר וואס דען אויב ביסטו נישט קיין אמת'ער חסיד (איך האב אזא פילינג אויף דיר) דעמאלטס אויב האט דיין חבר געזאגט אז די רבי האט איהם בע'עוול'ט וועסטו עס גלייבן אויף די רגע, ווייל די רבי איז דאך אויך בסך הכול א פשוט'ער מענטש אזוי ווי איך און די וואס האט נישט קיין שום פראבלעם צו בע'עוולה'ן א מענטש.

והיינו טעמא פארוואס די זאגסט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק צווישן די קנאקער און צווישן די רבי ווייל ביי דיר איז די רבי פונקט ווי די ראש הקהל און פונקט ווי עני אנדערע מענטש אין די קהילה וממילא איז טאקע נישט קיין חילוק...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך יהודי פשוט »

וואלווי האט געשריבן:נישט אומזונסט האסטו קשיות אויף אישתיבשי'ס שאלה דא. מאכסט א הנחה אז דער רבי טוט נישט קיין עולה און מיט רעכט ווייל אזוי זאגט אן אמת'ער חסיד. מאן יימר אז אזוי זאגט אן אמת'ער חסיד. הני מילי ווען מען עסט די סוגיא פון צדיקים מיט א פרטיי'אישען לעפעל, אבער די רגע וואס מען נעמט אוועק די לעבל פון איך באלאנג דא ווייל אזוי מוז זיין, איז אויס מיט אלע תורת הצדיקים, ווייל אויב די גייסט מיט תורת הצדיקים קענסטו פונקט אזוי נוצן אמונת צדיקים אין צדיקים פון אנדערע קהילות, אדער נאכמער, א צדיק וואס האט נישט קיין קהילה בכלל, אלא מאי, גאנץ תורת אמונת צדיקים בימינו איז געבויט אויף קהילות, ספעציעל טאמער די צדיק איז פון די אייגענע קהילה. וואלט ער געזאגט די זעלבע ווערטער אויף א צווייטע צדיק אויך?

יעצט קומט נאך אלס אויס אז די אלע תירוצים וואס די שרייבסט זענען זייער זייער מסתבר?....


איך האב נישט געמאכט קיין הנחה אז א רבי טוט נישט קיין עוולה, איך האב געמאכט אן הנחה אז א צדיק טוט נישט קיין עוולה! איז אויב איך האלט אז מיין רבי איז א צדיק האלט איך אויך אז ער טוט נישט קיין עוולה.

אוודאי וועל איך נישט זאגן אזוי אויך א צדיק פון אן אנדערן פארטיי, ווייל איך האלט נישט אז יענער איז א צדיק, אבער אויף יעדע מענטש וואס איך קוק אן פאר א צדיק ווען איך וויל הערן אז ער האט געטוהן עפעס וואס קוקט אויס ווי אן עוולה וועל איך עס פאר'ענטפערן אז ס'איז נישט קיין עוולה, ס'מוז בכלל נישט זיין קיין רבי, ס'דארף זיין איינער וואס איך קוק איהם אן פאר א צדיק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יהודי

ביסט ראנג, א צדיק מאכט אויך מיסטעיקס, והראי' אז משה רבינו האט אויך געשלאגן די שטיין.

סתם פארענטפערן א רבי צו די מעשים פין די קהלה ווייל מען גלייבט אין די רבי אדער מען איז א חלק פין די קהלה איז פשוט ווייל עס איז גרינגער.

וואס איז דער ענין הגם צו גלייבן אין איינעם? האסט דיך איבערגעצייגט אז דער מענטש איז א צדיק ווייל זיינע מעשים זענען קארעקט, יעצט ווען די זעהסט אז זיינע מעשים זענען נישט אזוי קארעקט, איז ער אויס צדיק. פארוואס ווייטער גלייבען?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וויאזוי באשטעטיגט מען זיין צדקות? מ׳איז דאך א מעמבער פון א קהלה, און קהל איז מער ווייניגער מחליט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכאורה איז עס נישט שכל׳דיג זיך אזוי איינגלידערען אין א קהלה אזש עס ווערט א פראבלעם ווען די פיהרערס טוהן אן עוולה. מ׳דארף זיך האלטען אביסל אויף די זייט.


דיינע ווערטער זענען גאלד.
:like :like :like
האסט עס נישט געקענט בעסער ארויסברענגען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך יהודי פשוט »

אישתישבי האט געשריבן:יהודי

ביסט ראנג, א צדיק מאכט אויך מיסטעיקס, והראי' אז משה רבינו האט אויך געשלאגן די שטיין.

סתם פארענטפערן א רבי צו די מעשים פין די קהלה ווייל מען גלייבט אין די רבי אדער מען איז א חלק פין די קהלה איז פשוט ווייל עס איז גרינגער.

וואס איז דער ענין הגם צו גלייבן אין איינעם? האסט דיך איבערגעצייגט אז דער מענטש איז א צדיק ווייל זיינע מעשים זענען קארעקט, יעצט ווען די זעהסט אז זיינע מעשים זענען נישט אזוי קארעקט, איז ער אויס צדיק. פארוואס ווייטער גלייבען?


יעצט ביסטו צוגעקומען צו א פרישע נקודה, ס'איז נישט קיין עוולה, ס'איז א טעות! יא א צדיק קען אויך אמאל מאכן א טעות אבער גאר זעלטן.

ס'איז להדיא נישט גרינגער צו פאר'ענטפערן די עוולות, ס'וואלט געוועהן אסאך גרינגער צו זאגן מיין רבי אדער מיין קהילה האט געטוהן אן עוולה און א גוטן טאג, ווי איידער דארפן שטיין און זיך טענה'ן מיט מענטשן וואס וועלן צום סוף סיי ווי נישט איינזעהן דאס וואס איך האלט איז אמת.

איך האב מיך איבערצייגט אז יענער איז א צדיק ווייל זיינע אנדערע מעשים אויסער די עוולה/ות זענען מעשים פון א צדיק.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך יהודי פשוט »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויאזוי באשטעטיגט מען זיין צדקות? מ׳איז דאך א מעמבער פון א קהלה, און קהל איז מער ווייניגער מחליט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קוק איהם נאך און זעה אויב זיין התנהגות באופן כללי איז די התנהגות פון א צדיק אדער נישט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, ווייל יעדער גערער חסיד איז נאכגעגאנגען די הנהגות פון זיין רבי׳ן איידער ער האט איהם מקבל געווען. אלס אין איין טאג, ביים אריבער לויפען ביים המקום ינחם.

וכן לענין שאר רעבעס, נאר עס איז נישט דא קיין גערער ביי אונז, איז עס לייכטער איהם צו ברענגען אלס משל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
זיכענדיגע שטיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:59 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך זיכענדיגע שטיר »

יעדער קען מאכן א טעות, די שאלה איז וואס די טעות איז און די שאלה איז וואס די זוכסט.
אויב זיכסטי א רבי וואס העלפט דיר דעמאלטס אפילו אויב ער מאכט א טעות אויב טוישט עס נישט זיין מהלך וואס ארבעט פאר דיר דעמאלס וואס א חילוק? אויב אבער די זיכסט צו געהערן צי א פארטיי און די גייסט זיי פארטיידיגן קעגן זיינע קעגנער דעמאלס האסטי א פראבלעם ווייל עס האט גארנישט מיט דיר פערזענליך נאר מיט די ׳אפטיקס׳ פון די פארטיי בכלליות


Sent from my iPhone using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יהודי פשוט האט געשריבן:
יעצט ביסטו צוגעקומען צו א פרישע נקודה, ס'איז נישט קיין עוולה, ס'איז א טעות! יא א צדיק קען אויך אמאל מאכן א טעות אבער גאר זעלטן.

ס'איז להדיא נישט גרינגער צו פאר'ענטפערן די עוולות, ס'וואלט געוועהן אסאך גרינגער צו זאגן מיין רבי אדער מיין קהילה האט געטוהן אן עוולה און א גוטן טאג, ווי איידער דארפן שטיין און זיך טענה'ן מיט מענטשן וואס וועלן צום סוף סיי ווי נישט איינזעהן דאס וואס איך האלט איז אמת.

איך האב מיך איבערצייגט אז יענער איז א צדיק ווייל זיינע אנדערע מעשים אויסער די עוולה/ות זענען מעשים פון א צדיק.


תשובה אויף יעדער פאראגראף.

א צדיק קען מאכען א טעות, מיין שאלה דא איז, איך בין שוין איבערגעצייגט אז ער איז נישט א צדיק, וואס איז ריכטיג, האלטען די מויל פארמאכט, אדער זאגען די אמת?

אזוי? גרינגער צו זאגען? מיט וועמען דארפט איר זיך טענה'ן? מיט מיר?

טאמער ביסטו גערעכט מיט דער פאקט, אז די האסט נאר איין קשיא אויף איין זאך וואס ער האט געטוהן, נניח, איז גוט, איין זאך קען מען דערהייבן, מען רעדט פין התנהגות וכו' נאכאנאנד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביים ליינען די פארמעקטע אשכול אויף א צייטונג רעדאקטאר, האב איך איינגעזע׳ען ווי גערעכט איך בין געווען. מ׳זיצט זיך איין אין א פארטיי, מ׳האט נישט די קלענסטע קאנטראל איבער וואס טוט זיך, און דערנאך דארף מען נאך פארטיידיגען?! ווי קען מען אזוי לעבען? פיהל מענטשען טוהן זאכען, זיי פרעגען זיך נישט נאך ביי דיר, און דערנאך ווערט עס דיין קאפוויי?! יעדעס מאל יענקל גייט אין ב"ד\קאורט מיט בערעל און ער פארלירט, ביסטו היינט דער לוזער?! מ׳דארף וויכטיג האבען אז עס זאל רעגענען אויף די טאג וואס יענער שניידט די ווייץ פאר זיין מצות, אנדערש איז ער גאר דער זיגער. מ׳דארף אז דער וועכטער אין לופטפעלד זאל יא\נישט אויסוויילען יענעם דורכצוגייען א גרונטליכע אויספארשונג, פיזיש און מויליש.

מ׳דארף זיך אפשאקעלען אמשנעלסטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביי אונז אין ביהמ"ד , וועלכעס איז עומד .."תחת נשיאות"... כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. (ניין . נישט הגה"ק.) נאר א צווייטער רבי. האט מען אמאל געטון א זאך וואס האט אין מיינע אויגן אויסגעזעהן שלא כהלכה. און איך האב געוואלט מוחה זיין. אבער פאר איך האב אנגעהויבן רעדן און פראטעסטירן ברבים, האביך נאכגעקוקט די הלכה. און ס'איז אויסגעקומען אז עפ"י הלכה. (רוב פוסקים. אויסער דער לבוש) האלטן אז מ'מעג דאס טון. האביך נישט פראטעסטירט. אבער אויב ס'וואלט נישט געווען עפ"י הלכה וואלט איך זיכער מוחה געווען. במחילת כבודו פון מיין רבי'ן שליט"א...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד , וועלכעס איז עומד .."תחת נשיאות"... כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. (ניין . נישט הגה"ק.) נאר א צווייטער רבי. האט מען אמאל געטון א זאך וואס האט אין מיינע אויגן אויסגעזעהן שלא כהלכה. און איך האב געוואלט מוחה זיין. אבער פאר איך האב אנגעהויבן רעדן און פראטעסטירן ברבים, האביך נאכגעקוקט די הלכה. און ס'איז אויסגעקומען אז עפ"י הלכה. (רוב פוסקים. אויסער דער לבוש) האלטן אז מ'מעג דאס טון. האביך נישט פראטעסטירט. אבער אויב ס'וואלט נישט געווען עפ"י הלכה וואלט איך זיכער מוחה געווען. במחילת כבודו פון מיין רבי'ן שליט"א...!


:like

גערעכט און געלייקט.

אבער, עפ"ר האט מען נאר צרות פון אזא שריט.

Sometimes it's just better not to get involved at all, unfortunately.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: אפשר וואלט איך שוין נישט געגעסן שלוש סעודות דארט אין יענעם ביהמ"ד...לאל...!
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך כספי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 8:22 am לכאורה איז עס נישט שכל׳דיג זיך אזוי איינגלידערען אין א קהלה אזש עס ווערט א פראבלעם ווען די פיהרערס טוהן אן עוולה. מ׳דארף זיך האלטען אביסל אויף די זייט.
ווי רביה"ק זאגט שוין איז דאס טאקע די יסוד פון די זאך, וכן שמעתי פעם מקלוגער איד שליט"א, ודברים אלו צריכים להיות מורה דרך בכל הקשור זיך איינצוגלידערן אין א קהילה/חסידות/חבורה וכדו'
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

פארשפארט