א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

אזוי ווי איך זעה אז זארגיי-כבוד-התורא כאיש-את-רעהו וימים-ידברו האבן זיך אנגענומען פאר כבוד רבני ארה"ב המדוברים אינעם יעטעד ארטיקל,
וזועקים מרה עֲלֵי כָּבוֹד אַשֶׁר חוּלַל בְּפִי לַבְלָרֵי עִיתּוֹנֶיהָ וְעַל דֲאַגַת כְּבוֹד הַתּוֹרָה עַל יְדֵי צְבוּעֵי סִיקְרִיקֱיהָ
און איך שטיי ערשטוינט און איך זוך ווי האט דער מחוצף פון יתד מרמז געוועהן עפעס א משהו צו מזלזל זיין אין אט די רבנים
וואס ר' [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] שליט"א האט שוין געבעטן "הסירו המסווה מעל פניהם" למען ידע עם ה' את גדולי ליטא בארה"ב מהם נעשה ל"ע חוכא ואיטלולא.

ולהלן נוסח החוצפה:
למרות זאת לפני כחודשיים התקבל בבתי מרנן גדולי ישראל שליט"א מכתב יוצא דופן עליו חתומים מקצת מראשי הישיבות ורבנים מארצות הברית ובו נכתב כי הנה באה אלינו שמועה קשה...
...המכתב התקבל בבתי מרנן גדולי ישראל שליט"א בתדהמה ואף בכעס לאחר שהבינו כי רבני ארה"ב קיבלו מידע שקרי, מוטעה ואף מרושע ע"י גורמים אינטרסנטיים שאינם מתחשבים בזוטות כמו עובדות או מציאות.

אויב דער פראבלעם איז מיט'ן פארשטיין היברעייש וועל איך דא ברענגען מיינע טראנסולעיישנ'ס צו די מאמע-לשון
קרעדיט: translate.google, בסיוע נקודת-אמת-טראנסולעיי"ט-&-.co,
פונדעסטוועגן פאר צוויי חדשים צוריק, איז אנגעקומען אַן אויסערגעוויינטלעכ'ן בריוו אין די שטובער פון מרנן גדולי ישראל שליט"א, געחתמעט דורך א מינאריטעט פון די ראשי ישיבות און רבנים פון די פאַראייניגטע שטאַטן, און דערין איז געשטאנען אז א שווערע קלאַנג איז אט אנגעקומען צו אונז...
...דער בריוו איז אָנגענומען געוואָרן אין די שטובער פון גדולי ישראל שליט"א אין א שאק און אפילו כעס/צארן נאָכ'ן פארשטיין אַז די רבנים פון די פאַראייניגטע שטאַטן האָבן דערהאלטן פאַלשע / אום רעכטיגע אינפארמאציע, און אפשר אפילו רשעות'דיג. דורך אינטערעסירטע באאמטע וואָס רעכענען זיך נישט מיט קלייניגקייטן אזוי ווי פאקטן אָדער רעאליטי.

איך פראביר מיך פארשטעלן אן איידעלערע נוסח צו באטאנען נאך א בריוו וואס קומט אריין פון רבנים'ליך וואס האבן נישט קיין האר פון אן אנונג וואס און וויאזוי טוט זיך דא
איך האב נישט געטראפן אן אנדערע וועג,
מ'האט סך הכל אטאקירט די שקרנים וואס האבן געברענגט די פאלשע אינפארמעיישן פאר אט די רבנים'ליך,
און דא, על כבוד העשקרנים (עסקנים-שקרנים) האבן זיך איש-את-רעהו און ימים-ידברו אנגענומען,
געוואלד!, הכזונה יעשה את אחותנו?
וויאזוי דערוואגט זיך דער יתד ברענגען די פאקטן און אטאקירן די עסקנים וואס האבן געברענגט 'אלטערנאטיווע-פאקטן', הא?
הלסדום היינו, לעמורה דמינו, איך יהין העיתון לתקוף את העסקנים הקדושים.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ליטוואק ברענג מיר א פשט אין תוס פון הרב אדלשטיין אדער הרב שטיינמאן! מחוצף די שייגעץ די!
און די בערל איך טענה נישט מיט דיר די חזון איש האט געזאגט יעדע אידישע טאכטער פרום צו נישט פרום היימיש צו נישט, איז די הלכה יהררררג ואל יעבור! אזוי האט גחתמט הרב פראנק! נישט מנשה פילאפף! סוי וואס דרייסטו די קאף מעןטאר נישט מפקיר זיין קיין איין אידיש נפש! אפי' זיי ווילען אפי' זיי לויפען דארף מען זיי אפהאלטען, על כל פנים נישט צו לאזען א חק וואס מאכט א חוב צו שטעלעם צום לשכה א מיידעל וואס איז נישט פרים! כ" ווען מרעד פון ערליכע תמימותדיגע מיידלעך1 בערל געניק מיט אויפהייבען א האק אויף די תורה הק'
איך בין זיך מונע פון ליינען און שרייבען דא בכלל! ווייל דא וויל מען נישט הערען נאר די אגענדע פון א פאר כנסת זיצערס וואס זיכען כבוד מיט פאוער שעמען זאל זיך איינער וואס נעמט זיך אן פאר אזעליכע אומפארשעמטע בריאים! ממילא ליטואק ווערט געפאנדעט פון מקלב און אשר און גפני אבער די בערל איך קען דיך דיין קאפמאני זיי צאלען נישט קיין געלט... וואס שטיפט דיך. סתם זיין א עוכר ישראל?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דברי חכמים בנחת נשמעים.

וויאזוי ווער איך יעצט א שייגעץ? ווען דו פרעגסט און איך האב נישט קיין ענטפער, קענסטו עפעס ארויס נעמען דערפון, אבער נישט אז איך בין א שייגאץ.

ביסט גערעכט, קיין שום מיידעל טאר נישט גייען אין מיליטער. קיינער מעג נישט מחלל זיין שבת, צו דאווענען נאך זמן תפלה. לדאבונינו קען מען נישט אויפשטעלען די דת על תלה, און מ׳טוט וואס מ׳קען אז עכ"פ די וואס ווילען זיין פרום זאלען נישט אפגעהאלטען ווערען צוליעב דער רעגירונג. דאס איז נישט די חידוש פון הרב שטיינמן, נישט פון הרב איידלשטיין און נישט פון מר מקלב. אזוי האבען אלע גדולי ישראל אין א"י געהאלטען און געטוהן. און היינט גייט מען דארט אריין, לכתחלה שטילעהייט כדי שלא לעורר חמת המידיה, און מ׳פראבירט וואס מ׳קען צו מינערען די פראבלעם.
די וואס עס גייט זיי נישט אן די פראבלעם זעלבסט, נאר דער עיקר אז מ׳זאל עס אנרופען מיט׳ן נאמען ׳גזירה׳, פראבירען אויפצוטוהן אין דער געביט פון שינוי השם. אזוי ווי אלס טוט זיך א מחלוקת דערוועגען, הרב איידלשטיין ודעימיה ווילען לעזען די פראבלעם, און ימים ידברו מיט איש את רעהו ווילען אוועק שטעלען די נאמען.

נהרא נהרא ופשטיה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

די ביסט א שייגעץ, ווייל די ביסט מטיל מום בקדשים, די טרעיטס ארויס קעגין די הוראה פון הייליגען חזון איש ווען די ווייסט בפירוש אז ער האט געהאלטען אזוי קלאר אז דאס איז נישט און די הענט פון מבקשי כבוד צו מפשר זיין, און ס'נישטא די כוח נישט ביי הרב שטיינמאן זצ"ל און נישט ביי הרב אדלשטיין שליט"א צו זאגען אנדערשט ווי מהאט מקבל געווען קלאר בלי כחל ובלי שרק פון די חזון איש בריסקער רב און הייליגען רבין זי"ע מסאטמאר און המלאך אלקים מבעלזא זי"ע שעל פיהם אנו חיים וכל המשנה ידו על התחתונה...
ס'נישט און די הענט פון סאטמאר אדער בעלזא און נישט און די הענט פון חכמי ליטא צו עוקר זיין א פינטעל פון זייער תורה שקיבלה מסיני און די שייגעץ וואס לדעתי איז דאס א טיטל פאר דיר ווייל די ביסט פיל ערעגער און פיל ביליגער ווי דאס ודי כעת...
און א מחוצף ביסטו, א קעגין חשובע רבנים ראשי ישיבות וואס האבען נישט גלערינט און סענדז סטריט נאר נתגדל געווארען אין לייקוואד תורה ודעת ר' חיים בערלין און נר ישראל וואס אלע ווייסען קלאר בלי ספק אז דאס האט מען מקבל געווען פון די גדולי הדור הקדום בייי יעדען און נאכאמאל ביי יעדען, ס'נישט קיין שנוי במחלוקת,
און אפי' דיין הרב אדלשטיין וואס איז גרייט אריינצולאזען חמץ בפסח וכו' ווען סניטא א ברירה, לדעתוו הקטנה, דערוואגט זיך אויכעט נישט צו זאגען הויעך אנדערשט ווי וואס מהאט מקבל געווען,
נאר די פארשטיקענע יעטעד לא נאמן וואס איז דער איינציגסטער נישט די מבשר און נישט די מודיע האבען געזאגט אז סאיז א הישג, זיי האבען מודה געווען אז סאיז א צרה וגזירה , נאר דער יעטעד לא נאמן... האט דאס געשריבען און זיך מתחצף געווען אויף א אופן שלא נשמע ולא ראה עד היום הזה... און די פארטיידיגסט אזא גאנג? שעמ אן יא, יא די ביסט א מחוצף פאר אלע ראשי ישבות שבדרונו און א שייגעץ וואס איז ממריא פיו של רבתוני שרפי מעלה,
לסיכום הדבר די אלע גדולי ישראל מדור הקודם האבען געזאגט קיין איין אידיש טאכטער טאר נישט דינען און מילטער אדער שירות לאומי און סאיז יהרג ואל יעבור, און מהאט נישט מבחין געווען בין היימיש ללא היימיש מהאט געזאגט קיין איין! נישט פרופ נישט פריי! קיין איין אידיש טאכטער!
מיין נישט אז איך בין מחשיב די פארטייען וואס געעההערט צום המבשר או מודיע, ווייל סקלאר בידם זיי קענען ארויס פון די קאלאציע, זיי קענען צוברעכען די רעגירונג, און שטעלען א תנאי אויף אלע עניני גיוס! זיי איז ליבערשט צו זיצען אינווענדיג און טיילען די מוציאס אן זיך רעכנען צום דעת תורה המקובלת מדור דור, פון זייערע גדולים,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: איך האב נישט קיין געדולד אדורך צו ליינען דיינע לאנגע און באורינג שטיקלעך וואס זענען ליידיג פון א יעדן תוכן. דו רעדסט ארום און ארום און די רופסט מענטשן נעמען ווי שייגעץ און עוכר ישראל. אבער קיין גראדע תשובה געסטו נישט. ברענג מיר נאר יעצט נישט דעם חזון איש. און אויב דו האלטסט אז דו ווילסט מתקן זיין די חילונים אין ארץ ישראל, דארפסטו זעהן אז די מדינה הטמאה (לשיטתך המשוטה) דארף בטל ווערן. און נאכדעים, ווען דיינע פאלעסטינער גוטע פריינט וועללן זיין אין טשארדזש זאלסטו שיקן א דעלעגאציע צו זעהן אז ס'זאלל ח"ו נישט זיין קיין גיוס בנות. לאמיך וויסן ווען דו קומסט צוריק פון ראמאללאה אדער על קודס מיט גאנצע (און אפילו מיט האלבע ) ביינער...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער פיין.

לאמיר ליינען וואס די ממשיכי דרכם פון גאוני נר ישראל, חיים בערלין און לעיקוואד (פארוואס האט מען אויסגעלאזט בית התלמוד? א געוואלדיגע זכות וואס די מוסר׳ניקס האבען) האבען געשריבען, פארשטייט זיך עפ"י וואס זיי האבען געהערט פון זייער ראשי ישיבות. מ׳נעמט זיך גאר אן פאר די כבוד פון הרב הוטנר, הרב רודרמן און הרב קוטלר. טעגליך האבען זיי מסביר געווען די יסוד אין שיעור, אין מיטען סוגיא פון צרת צרה צו אשו משום חציו. גאנצענע העפטליך האבען זיי אפגעשריבען פון די סוגיא פון גיוס בנות בדעת רעק"א.

זיי פאדערען אין זייערע בריוו ׳שלא לגעת בחוק׳. מ׳זאל נישט צורירען די אלטע געזעץ. מ׳דארף עס אנהאלטען ווייל די אלטע געזעץ שטימט מיט די הייליגע מסורת פון די פלאם פייערדיגע פסקים וכו׳ וד"ל.

וואס שטייט אין די חוק? אוודאי כדעת המלאכים, אלו המחיים ע"י פיהם, די זי"ע׳ס פון הר סיני, אז קיין מיידעל טאר נישט גייען אין מיליטער, יהיה מי שיהיה (בערעל - פאר דיר שרייב איך תהיה מי שתהיה).

אזוי גאר? אין די געזעץ פון תשל"ז שטייט וויאזוי מ׳באשטעטיגט די פרומקייט פון די מיידעל וואס שטעלט זיך. געוואלד! נישט נאר געוואלד, נאר געוואלד און געשריגען! די חותמים היקרים, פון חיים ברלין, נר ישראל און לעיקוואד והגלילות, פאדערען און געבען אויס די וויי געשריי, אז מ׳דארף פארלעצען די גזירות קמאי, די מפיהם אנו חיים ׳ניקעס, די שרפים וחיות הקודש אז קיין שום מיידעל טאר נישט גייען אין מיליטער. אוי וויי! מ׳האט משנה געווען! די האנט איז שוין שטארק פלאצירט אויף די אונטערשטער (פון וואנעט ימים ידברו ציעט זיין פלאמפייערדיגע ווערטער)!

לאמיר זע׳ען לעומת זה וואס די חברי כנסת האבען געטוהן. זיי האבען געוועילט אנטקעגען די געזעץ. און פארוואס? האבען זיי געזאגט די טעם. ווייל מיר זיינען נישט מסכים אז סיי וועלכע אידישע מיידעל זאל גייען אין מיליטער.

הייסט׳ס דיין מחאה איז ממש צום זאך, נאר אביסל אין די פאלשע ריכטונג. די חברי כנסת האלטען ווי דיר (אדער דו האלטסט ווי זיי, דיין וועגווייזערס). און די מועצת חותמי אמעריקא האלטען גאר די אנדערע וועג, און מ׳דארף זיי גאר באשייגעצען!

לאבהורי בעלמא - איך האב דאס געשריבען ארויס צו ברענגען א פאוינט. אז מיט קליינע ברעקלעך פון אינפארמאציע, ווערט אלס פארדרייט. איך קום נישט טשעפען קיין שום צד אין די נושא, אחוץ דער פקח ימים ידברו און די וואס האט איהם געדינגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת החזון איש אז די מדינה וועט אינטער גיין נאך 40 יאר
בערל שיטתי כשיטת רבינו הק' מסאטמאר אז די מדינה טאר נישט זיין קיין איין מיניט
בערל שיטתי המשוטה כשיטת הבריסקר רב אז די ראשי השלטון זענען רוצחים נישט ווייניגער ווי די פאלסטינע רוצחים
בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת הבית דין הגדול מהגרי"ח זאנפעלד עד הגר"ם שטרנבוך אז מטאר נישט מפשר זיין אויף קיין אידיש נפש במדינה של גיהנם
בערל אפי' לשיטת בעלזא רב זי"ע איז עס טריפה חזיר און עס איז נאר א קישעלע לתקופת אחד, און מסרחי איז פינקט אזוי טריף כידוע
בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע
בערל סך הכל כל גדולי הדור חוץ הגראי"ל שטיינמאן וואס אינדעם ווייסט ליטוואק בעסער האלטען אז די מדינה איז נגד ד' ותורתו ואין לה זכות קיום והשאלה כשיש מדינה האיך להתקומם עם בעיותיה לרוח התורה, מרן מסאטמאר האט געהאלטען מהאנדעלט נישט מיט זיי מאיז לוחם כ"ד שעות ביום, מנעמט נישט מגעט נישט וכו',
די גדולי אגודה האבען געהאלטן מטאר נישט האבען קיין מדינה, ממיז אבער לוחם זיין מיט רשעות נגד הדת און די בעסטע איז זיין אינווענדיג אין די ממשלה נישט אין קאליציע כדי צו מלחמה האלטען, ולא הי' הנסיון של נהנה זיין עד מנחם בעגין
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ימים ידברו האט געשריבן:בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת החזון איש אז די מדינה וועט אינטער גיין נאך 40 יאר
בערל שיטתי כשיטת רבינו הק' מסאטמאר אז די מדינה טאר נישט זיין קיין איין מיניט
בערל שיטתי המשוטה כשיטת הבריסקר רב אז די ראשי השלטון זענען רוצחים נישט ווייניגער ווי די פאלסטינע רוצחים
בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת הבית דין הגדול מהגרי"ח זאנפעלד עד הגר"ם שטרנבוך אז מטאר נישט מפשר זיין אויף קיין אידיש נפש במדינה של גיהנם
בערל אפי' לשיטת בעלזא רב זי"ע איז עס טריפה חזיר און עס איז נאר א קישעלע לתקופת אחד, און מסרחי איז פינקט אזוי טריף כידוע
בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע
בערל סך הכל כל גדולי הדור חוץ הגראי"ל שטיינמאן וואס אינדעם ווייסט ליטוואק בעסער האלטען אז די מדינה איז נגד ד' ותורתו ואין לה זכות קיום והשאלה כשיש מדינה האיך להתקומם עם בעיותיה לרוח התורה, מרן מסאטמאר האט געהאלטען מהאנדעלט נישט מיט זיי מאיז לוחם כ"ד שעות ביום, מנעמט נישט מגעט נישט וכו',
די גדולי אגודה האבען געהאלטן מטאר נישט האבען קיין מדינה, ממיז אבער לוחם זיין מיט רשעות נגד הדת און די בעסטע איז זיין אינווענדיג אין די ממשלה נישט אין קאליציע כדי צו מלחמה האלטען, ולא הי' הנסיון של נהנה זיין עד מנחם בעגין


בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע

רז"ל האלט נישט אזוי ?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

גאנצעל פרעג אן רז"ל...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

נו דעס טו איך יעצט .......
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

גאנצעל יא חכמה יש כאן...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, די אגודה, ביז הרב שטיינמן איז אנגעקומען, איז קיינמאל נישט אריין אין די קאאליציה. הונדרעט פערצענט גערעכט.

און דאס האט מיט די ׳שיטה׳ פון דער חזו"א אז עס וועט זיך נישט האלטען מער ווי פערציג יאר. אוודאי, יעדער זעט די שייכות.

און דער בי"ד פון הרי"ח זוננפלד מיט הרב משה שטרנבוך (וואס די דריטע אין די מושב איז מסתמא געווען הרב אברהם מן ההר) זענען ממש דא נייטיג אויך. אוודאי.

און ווייל זיי זענען פאלנע רוצחים, דעריבער זאל מען דוקא נישט האנדלען מיט זיי נאר זיך רייצען וואס מער. ווייל מיט רוצחים רייצט מען זיך. אוודאי אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

עעעענדליך
מען גייט צוזאמזעצן די גדולים פון מועצת זעהן וואס מען קען טוהן צום פראבלעים פין בנות ישראל וואס ווערן פארפלאנטערט...
ראשי 'אגודת ישראל' פועלים לכנס את מועצת גדולי התורה החסידית ביום חמישי הקרוב
בנושא תקנות הפטור לבנות והקשיים שמערים צה"ל
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

אה ברוך השם מיר ווארטען צו הערען די דעת תורה פון גדולי הדור איינמאל פאר אלעמאל...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איין מאל פאר אלעמאל, ממש ווי מ׳האט געוואלט. דער סאדיגערער רבי, מיט דער ערלויער רבי, צוזאמען מיט א שטיקל סלאנימער רבי, ווי אויך דער גערער רבי, און ווי קען מען פארגעסען פון דער מאדזיצער רבי. אלע וואס זיצען אויפ׳ן מועצת בלויז צוליעב זייער גדלות אין תורה, זיי גייען זאגען וואס איז דער דעת תורה. צו מ׳זאל לאזען די פרייע מאכען געזעצען ווי זיי ווילען, כדעת איש ידברו, אדער זאל מען פראבירען צו מינערען וואס מער.
אדער גייען זיי צוזאמען קומען צו שמועסען ווי איז בעסער צו גייען אויף דאטשע, קיין צפת, שווייץ, אמעריקא אדער גאר וועילס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: דו פרובירסט דא צו שרייבן פאעטרי. איך האב נישט קייין געדולד צו ליינען פאעטרי. כש"כ ווען איינער קאן נישט. דו זאגסט אז דער חזון איש האט געזאגט אז די מדינה הטמאה וועט אונטערגיין נאך 40 יאר. נו, ס'איז שוין ב"ה אונטערגעגאנגען. די אלע אפיקורסים , להכעיס'ניקעס און עוכרי ישראל ווי די מפ "ם פארטיי און זייערע פיהרער זענען שוין נישטא. די היינטיגע פיהרערס זענען סתם פאליטישןס. און די ערליכע אידן האבן היינט אויך ב"ה א פארלאמענטארישן און פאליטישן כח. דער ראש הממשלה ר' בנימן נתניהו הי"ו זז"ג איז גרייט צו העלפן די מוסדות התורה און ערליכע אידן. מי מעכב..? שאור שבעיסה. די ביסל להכעיס'ניקעס וואס זענען נאך פארבליבן. אקעיגן זיי דארף מען קעמפן. די אלטע מדינה מיט איהרע פיהרערס וועלכע האבן ח"ו געוואלט אויסרייסן די תורה און אידישקייט זענען שוין ב"ה נישטא. למשל. ר' יאיר לפיד זז"ג איז א תינוק שנשבה. לויט וואספארא טאטן ער האט געהאט איז ער א צדיק. קיין להכעיס'ניק איז ער זיכער נישט. און די רעגירונגס מענטשן וועלכע וויללן איינפיהרן אז בחורים און יונגעלייט זאללן גיין אין מיליטער מיינען ח"ו נישט קיין שלעכטס. ס'מוז דאך זיין ווער ס'זאלל אפהיטן די גרעניצן אקעיגן די רוצחים די שבעים זאבים וואס ווילן ח"ו פארציקן די אידישע קינדער. די נח"ל חרדי בריגאדע איז זייער גוט צוגעפאסט פאר אן ערליכן איד. ער גפינט זיך אין אן ערליכע סביבה. וואו מ'דאוונט א יעדן טאג מיט מנין. און מ'לערנט שיעורים אין די פרייע צייט.

ס'איז דאך א בפירוש'ער פסוק. משה רבינו האט געזאגט פאר די בני גד ובני ראובן ווען זיי האבן געוואלט האבן זייער חלק פון ארץ ישראל אין עבר הירדן. האט זיי משה רבינו געזאגט מוסר..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"...?!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער בילד וואס אונז האבען מיר, פון א גלח פון די אינקוויזיציע, וואס עס רינט איהם פון מויל ווען ער כאפט אידישע קינדער צו טויפען, איז נישט די איינציגסטע וועג פון שמד.
ווען געוויסע אידען, וואס האבען זיך געמאכט א נאציאניליזם און פאליטישע אויסדרוק פון אידישקייט, זוכען אוועק צו שטעלען א וועג אז אפילו די וואס פיהרען זיך אנדערש ווי זיי זאלען אויך זיין א חלק פון זיי, איז עס אויך א פראבלעם פאר די אידישקייט.
כמעט וואס מ׳הערט נישט קיין פארזיכערונגס טענות פאר׳ן נעמען חרדים אין מיליטער. די עיקר איז אז מ׳האט א טענה אז מ׳לעבט דארט, און מ׳האלט זיך אפגעזונדערט. און דאס איז א געפערליכע שמד. צו יאיר לפיד איז א תינוק שנשבה (אויב יא, איז זיין טאטע אויך. זיי זענען דורות נעאלאגען. נאר דורך יאיר׳ס מאמע איז ער אן אייניקעל פון ר׳ שמעלקא סעלישער) איז נישט אינטרעסאנט. דאס האט מיט זיין גיהנם. לגבי די געפאר פאר אונז איז ער א משומד און א שלאנג. (הרב שטיינמן איז גראדע געווען עקסטרעם אין זיין מיינונג אויף די רעגירונג. ער האט זיי געהאלטען פאר פאלנע אינקטויזיציאנערען, און ער האט געציטערט פאר זייער פלענער. ער האט געוואוסט און געשעצט זייער מאכט, ער האט גוט געוואוסט אז דא פאדערט זיך א ריזיגע מאס חכמה, סתם שלאגען איז גוט פאר קליינער רשעים)

די סיסטעם פון גדולי ישראל האט זיי אלעמאל געהאלטען אפגעזונדערט, און די ציונים האבען צוגעהאלפען. נאר נאכאנאנד האבען זיי געזוכט עצות אין דעם, און אייביג האט מען שטילעהייט זיך ארום געשפילט מיט זייער געזעצען אז מ׳זאל זיך קענען ווייטער האלטען פרום. יא, זיי זענען רשעים. אבער מיר קענען נישט מער ווי זיך אפזונדערען און היטען פון זיי. הלוואי ווען מ׳קען אפווארפען יעדער געזעץ וואס איז קעגען די תורה, אבער ביזדערווייל קען מען נאר שתדל׳ן זיך צו ראטעווען.

עס איז אבער דא אזעלכע וואס לעבען מיט די פרייע לעבען, און ווען א געזעץ זאגט עפעס, האט עס א ווירדע ביי זיי. זיי קוקען נישט אן די פראבלעם פון די געזעץ אלס עפעס וואס גייט געשען, נאר אלס א פראבלעם פאר זיך. פארוואס? ווייל ביי זיי איז די מדינה א שטארקען יש, זיי קוקען אן זייער החלטות כמפי משה מפי הגבורה, און דעריבער ווען עס שטייט דארט עפעס, איז עס א זאך. ביי אנדערע זענען די געזעצען אזעלכע פראבלעמען און שטרויכלונגען וואס מ׳דארף זוכען א וועג זיך אויסצודרייען דערפון. דער עיקר איז וואס פאסירט, נישט וואס שטייט.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: כל הדברים הללו מלמעלה נאמרו רק כנגד רוחם של איש את רעהו וחברו בדומה לו ימים ידברו...!

אויב הרב שטיינמאן זצ"ל קען ח"ו זיין מסיטרא אחרא, קען בנימן נתניהו און יאיר לפיד זיין מסיטרא דקדושה. דאס איז נאר צו וווייזן ווי פארדרייט און פאררוקט זיי זענען...!
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: כל הדברים הללו מלמעלה נאמרו רק כנגד רוחם של איש את רעהו וחברו בדומה לו ימים ידברו...!

אויב הרב שטיינמאן זצ"ל קען ח"ו זיין מסיטרא אחרא, קען בנימן נתניהו און יאיר לפיד זיין מסיטרא דקדושה. דאס איז נאר צו וווייזן ווי פארדרייט און פאררוקט זיי זענען...!

דו דערמאנסט מיר א גוט ווארט, ווי איינער האט געזאגט:
די מדינה איז דאך די סט"א, ממילא קומט אויס אז די שואה איז פון די באשעפער, די מדינה דורך די סט"א, די ששת הימים מלחמה די סט"א, די דורכפאל פון יוהכ"פ מלחמה און פון של"ג איז דאך פון די אייבעשטער. ממילא קומט אויס אז אלע גוטע זאכן איז פון די סט"א, און די אלע מפלות פון באשעפער. איז פארוואס זאך איך נישט דינען גלייך די סט"א ...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן פרצי: ייש"כ. דו ברענגסט ארויס זייער א גוטע נקודה. ווען איינער גייט אויף זייער פארקרומטן דרך אן דעם דעת הבדלה. אזוי ווי אונזערע היימישע פאררוקטע ברואים וועלכע קומען דא ארויף, ודומיהם. נישט אזוי ווי די אמת'ע דעת תורה און שיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

איך האב א .."שיטה"... אפצוענטפערן אן אבסורדאלע טענה מיט א צווייטע, נאך מער אבסורדאלע טענה. נישט מיט שכל. אז מ'ענטפערט אפ אן אבוסרדאלן ארגומענט מיט שכל בלייבט עס אומ-באלאנסירט. ועם עיקש תתפתל. דאס הייבט מער ארויס זייער פאררוקטן און אומ-מענטשליכן ארגומענט. אבער למעשה רעדן זיי אזעלכע נארישקייטן וואס ס'פאסט אפילו נישט פאר א יונגל פון 5 יאר. ווייל זיי זענען די ריכטיגע מסלפים. זיי פארדרייען די פאקטן.

איך האב עס שוין אויסגערעכנט טויזנט מאל והדברים פשוטים מאד...!

די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס בנים עקזיסטירט. און איז א פאקט. אבער ס'איז דא א מענטשליכער און נארמאלער וועג דאס מסדר צו זיין. און היינט איז ב"ה דא שטארקע הילפ'ס ארגאניזאציעס וועלכע געבן עצות און העלפן מסדר זיין די פאפירן אויפ'ן ריכטיגן,לעגאלן וועג. און זיי שטעללן טאקע צו לאיערס אויך לעת הצורך. אט אזעלכע ארגאניזאציעס און עסקנים דארף דער היימישער עולם שטיצן. איי, ס'איז דא אן עלטערער ראש ישיבה שליט"א וועלכער ס'איז איהם אריין א דזשוק אין קאפ צו טון מאדנע זאכן. און ער פארפיהרט נעבעך די צאן קדשים (כבודו במקומו מונח). אבער דאס איז שוין א פאליטישער שפיעל. ס'האט גארנישט צו טון מיט די מציאות. אדער מיט אידישקייט.

גיוס בנות. די גזירה עקזיסטירט ב"ה אינגאנצן נישט. נאכדעם וואס כלל ישראל האט מיט מסירת נפש אויסגעקעמפט אז מ'זאלל נישט טשעפען ערליכע פרויען און מיידלעך צו גיין אין מיליטער. בחסדי השי"ת זוכן אפילו די פרייע חברה אין ארץ ישראל נישט צו טשעפען אט דעם געזעץ. וואס די רעגירונג וויל סך הכל איז, אז די טויזנטער פרייע און נישט רעליגיעזע מיידלעך און פרויען וועלכע לעבן אן אומ-רעליגיעזן לעבן. זיי האלטן נישט קיין שום מצוות התורה. אבער ווען ס'קומט צו גיין דינען אין מיליטער זעהען זיי א גוטע געלעגנהייט . אן אזוי-גערופענעם ..."לאאפ-האול"... אין געזעץ וועלכער געט א באפרייאונג פאר די ערליכע פרויען און מיידלעך. און זיי נוצן דאס אויס. און דערקלערן זיך אלס ..."רעליגיעז"... ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי מחלל שבת און עסן נבילות וטריפות און לעבן א פריצות'דיגן לעבן. אט דאס וויל די רעגירונג יעצט אפשטעללן. אויך נישט אויף א ווילדן, אויטאמאטישן אופן. נאר אויב א פרוי דערקלערט זיך אלס ..."רעליגיעז"... און זי זוכט א פטור אויף דעם סמך. אבער איהר לעבנס וועג איז אינגאנצן א סתירה צו רעליגיע, וויללן זיי אויפשטעללן א קאמיסיע וועלכע זאלל נאנטער און שטערקער בודק זיין די אמת'ע פאקטן. און זיי זאללן קענען באשטימען אויב מ'קען אוועקנעמען דעם ..."פטור" פון די פרוי...!

דעם אומגעהויערן גרויסן שאדן וואס די שקרנים און פאלשע ברואים מאכן אן קענמען גארנישט אפשאצן. ווייל אויב זיי פארפיהרן יעצט ווען ס'איז נישט דא קיין הוה אמינא פון א פראבלעים. און דער אמת וועט דאך פריער אדער שפעטער ארויסקומען. און ווען ס'וועט ח"ו זיין אן אמת'ע גזירה על הדת וועט מען שוין מער נישט גלייבן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט צו זיי זענען בכח צו פארשטייען די ענין פון צניעות, ווי זאכען ווערען אויפגעטוהן בחדרי חדרים, און דוקא אזוי איז מעגליך א הצלחה. ווען מ׳טוט בפומבי, איז עס צרות.

נאר מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו פאוני גזירות, ווי מציצה בפה און בייקס אין ווסמב"ג, ממילא מיינט מען אז מ׳קען אייביג שפילען. דארט האט מען געקענט זיך באנערישען, ווייל וועמען גייט עס אן. ווען עס קומט צו ערנסטע מעשה׳ס, דארף מען נוצען שכל און ערמה, און דאס גייט נאר בצניעות. טאקע ביים פארהאנדלונג איבער לימודי חול, טוט זיך אלס אונטער די קוליצען, וויל נאר אזוי טוט מען אויף.

און פון דעם קומט מען אן צו די מסקנא אז אויפטוהן איז נישט די ציל פון די קאכעדיגע מוחים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: כדאמרן. אז די אלע אזוי-גערופענע ..."עסקנים"... זענען נישט אין די ליין צו העלפן אידן. זיי זענען אויסן נאר צו העלפן זיך אליינס. לרעות (לראות) את עצמן...! זיי זענען א באנדע ליידיגגייער. און זיי מוזן טרעפן עפעס א וועג אויסצוהאלטן זייער ברייטן לייפסטייל. נאכדעים וואס אלע לאקאלע היימישע דריידלעך האבן זיך שוין אויסגענוצט...! ס'איז ב"ה דא גענוג נאאיווע גבירים אין ענגלאנד און אמעריקע פאר וועם מ'קען איינרעדן אז דאס איז שיטת רביה"ק. און זיי מאכן אויף די ברייטע קעשענעס...!

ר' יואל'יש קרויס זז"ג פון די (אמת'ע) נטורי קרתא אין מאה שערים זאגט. לגבי די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס לצבא. אזא איינער ווי איך (אויף זיך אליין) קען רעדן איבער יא אדער נישט גיין אין מיליטער. איך נעם גארנישט פון די מדינה. נישט פון קופת חולים אדער ביטוח לאומי. אבער די העיליגע אידן פון פלג הירושלמי און זייערע נאכשלעפערס. זיי האבן אייביג גענומען און נעמען נאכאלץ געלט פון די ..."מדינה הטמאה"...בשתי ידיים. זיי זענען פארשריבן אויף א יעדן פראגראם. איז אויב דו נעמסט געלט פון די מדינה, דארפסטו אויך גיין אין מיליטער...! קעיס קלאוזד...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די שאלה איז, ווען נוצט ער איין ניק און ווען די אנדערע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט