א חלק פון די ניימאן משפחה איז נאך געקומען דא פארן קריג. זיי זענען געוועהן די ערשטע צו עפענען א וויזניצער-שטיבל אין די איסט-סייד. פארן אהערקומען זענען די ניימאן ברודער געגעאנגען פרעגן דעם סב״ק דער אהבת ישראל צו זיי זאלן באזעצן אין די דאן ׳טריפנע אמעריקע׳ דער אהבת ישראל האט זיי צו געזאגט אז פאר זייערע קינדער וועט אמעריקע נישט שאטן, און זייערע קינדער וועלן בלייבן שומרי שבת, ער האט דאס אראפגעשריבן אין א ׳באוויסטע בריוו׳. און למעשה איז טאקע אזוי געוועהן. די וויזניצער דיין׳ס אייניקל הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן לרפו״ש האט מיר געזאגט אז ער שוין די
זיבעטע דור א יענקי און ער רעדט נאכאלץ נישט קיין פליסיגער ענגליש...
סאיז געבליבן טויזנטער אייניקלעך בלי גוזמא פון די ברודערס וואס זענען געקומען קיין אמעריקע ממש אלע זענען פרום. סאיז כמעט נישטא אזא משפחה.
און למעשה האבן זיי זיך געראטעוועט כמעט זייער גאנצע משפחה פונעם ביטערן האליקאוסט.
א חלק פון די משפחה וואס איז דארט געבליבן האט זיך אויך געראטעוועט ווי למשל דער ריבניצער׳ס שווער הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל איז יא געוועהן ביי די קריג און ער האט עס דורכגעלעבט.
פאר מעהר קענסטו זעהן אייוועלט׳ס אשכול איבער די ניימאן משפחה:
אידשקייט אין אמעריקע: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7%90%D7%9F
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius