א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואל'יש קרויס זז"ג פון די (אמת'ע) נטורי קרתא אין מאה שערים זאגט. לגבי די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס לצבא. אזא איינער ווי איך (אויף זיך אליין) קען רעדן איבער יא אדער נישט גיין אין מיליטער. איך נעם גארנישט פון די מדינה. נישט פון קופת חולים אדער ביטוח לאומי. אבער די העיליגע אידן פון פלג הירושלמי און זייערע נאכשלעפערס. זיי האבן אייביג גענומען און נעמען נאכאלץ געלט פון די ..."מדינה הטמאה"...בשתי ידיים. זיי זענען פארשריבן אויף א יעדן פראגראם. איז אויב דו נעמסט געלט פון די מדינה, דארפסטו אויך גיין אין מיליטער...! קעיס קלאוזד...!

במידה מסויימת איז ער גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט, ווער דינגט זיך מיט דעם? רוב ככל פון יהדות הנאמנה, חוץ פון דעי וואס גייען בשיטת ה'שיטה', האבן נישט קיין פראבלעם מיט די עצם מושג פון גיין אין מיליטער, פון משה רבנו'ס צייטן און ווייטער איז אייביג געווען א גזירת גיוס אין כלל ישראל, אדרבה, אין פרשת מסעי איז דאך דא א גאנצע מוסר דרשה פון משה רבנו אקעגן בני גד ובני ראובן, ווייל ער האט געהאט א הוה אמינא נאר אז זיי ווילן זיך משתמט זיין פון גיין אין מלחמה, דאס איז אונזער שיטה הקדושה.

נאר וואס דען, לעת עתה, זענען די ערליכע יודן א מיעוט פון ווייניגער פון 20 פראצענט פון כלל ישראל, און ליידער ווערט אלעס געפירט דורך נישט ערליכע יודן, און כתוצאה מכך איז די צבא ההגנה לישראל נישט א פלאץ ווי אן ערליכע יוד קען זיך דרייען דארט, ממילא איז דא א טעכנישע פראבלעם פאר אונז צו קענען גיין אכטונג געבן אויף אונזערע ברידער'ס. לו יצוייר ס'איז שייך צו מכשיר זיין די צבא און עס מאכן ריין פון נישט ריינע זאכן, ווייס איך נישט צו ס'דא אן היתר פון זיך ארויסדרייען, "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה"?

נעמן געלט פון די מדינה נעמן אונז, וועגן די זעלבע סיבה וואס אונז געבן געלט פאר די מדינה. מיט יעדע מילך באטל וואס מ'קויפט אין געשעפט געט מען געלט פאר די מדינה, דורך די טעקס. די מדינה האט נישט קיין אייגענע געלט וואס זי פאברעצירט, די גאנצע געלט איז פשוט וואס מ'נעמט צאם פון די עולם, און מ'טיילט עס צוריק איין לויט די צרכים פון די פאלק, ד"ה בטחון, חינוך, כלכלה, בריאות וכדו'. וויפיל די פרומע יודען נעמען געלט פאר זייערע חינוך, אוטומאטיש בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר די חינוך פון די נישט ערליכע יודן, וויפיל מ'נעמט געלט פאר 'תרבות תורנית' ווי לדוגמא סיומי הש"ס וכדו', בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר 'תרבות החילונית' וואס איז פיל מיט איסורי תורה. די אלע וואס נעמן נישט קיין געלט פון די מדינה, זענען נאר גורם אז מיט זייער געלט גייט מען זיך ניצען אויף דברים שאין הפה ראוי לדבר ואין העט ראוי לכתוב.

עכ"פ דאס האט נישט קיין שום שייכות מיטן גיין אין צבא, ווייל אפילו אונז וואלטן נישט גענומען געלט וואלטן אונז אויך בעצם געדארפט גיין אין צבא, אזויווי יודן אין אלע דורות פון ימות יהושע בן נון, זענען געגאנגן מבן עשרים שנה ומעלה כל יוצאי צבא בישראל. אונז האבן א טעכנישע פראבלעם, וואס ווילאנג מ'וועט עס נישט פאררעכטן וועלן אונז נישט קענען גיין.

איך מיין אז אלעס איז דברים פשוטים, וואס יעדער נארמאלע יוד פארשטייט אליינס, אבער לפעמים ווען ס'קומען אהן אזעלכע חולה'גאנים און פאנגען אהן צו דרייען א קאפ מיט זייער 614'טע מצוה, און זייער 14'טע אני מאמין - די "שיטה הקדושה" עפ"ל, טענה'ט מען זיך צוריק, און מ'כאפט ניטאמאל וויפיל זיי דרייען א קאפ.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הרב בוארון

שליחה דורך איש את רעהו »

00.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אוודאי געוויס אזוי. דער וועלטס באקאנטע הרב בוארון, וואס אלע זענען טעגליך משכימים לפתחו האט עפעס געזאגט. וואס? מ׳קען דאך נישט ליינען. דער עיקר איז אז ער האט עפעס געזאגט און אזוי ארום ווייסט מען אז אזא מענטש עגזיסטירט, און עס איז גאנץ מעגליך אז ער איז א זכר נישט קיין נקבה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

גראדע קען-מען ליינען אז מ'קליק'ט אויפן בריוו,

הרב ציון בוארון הוא חבר בית הדין הגדול של הרבנות הראשית בירושלים.

ער איז געוועהן א קאנדידאט אויפן פאסטן פונעם רב הראשי הספרדי המכונה ראשון-לציון און האט פארלוירן פאר הרב יצחק יוסף בן מרן זצ"ל.

זינט יענטסמאהל האט ער פולע טענות קעגן ש"ס וואס מכלומרשט זארגן זיך ניט פאר ספרדישע מיידלעך, און ניין ער האט גארניט מיט פאליטיק, נאר א חשבון מיט די וואס האבן זיך געזארגט פאר בן הרב עובדיה אויף זיין חשבון.

לקראת העצרת באיסטאדיון של ברוקלין יצ"ו פארגאנגענעם א' שלח ה'תשע"ז המכונה "כינוס-הרבבות-בארקעלעיס-סטעדיום" האט ער געשריבן א לענגערע בריוו אויך מסביר צו זיין אז די גזירת גיוס בנים איז אויף זיינע אייניקלעך.

(גראדע א ידיד האט מיר געשיקט יענטסמאהל א פיקטשער ווי מ'זעהט זיין בריוו אין די אפיציעלע באקס פונעם לוח מודעות פון סאטמאר-86-קעייזענאוו-בלאנדאן-הבירה, ווי מ'האט אויפגעהאנגען זיין בריוו, אבער מ'האט געמאכט א ליין העכער זיין טיטל
כזה:
בוארון.JPG
)
אויף אזוי ווייט וויפהל איך פארשטיי די תקנות, אויב ס'איז נוגע פאר הרב בוארון'ס אייניקלעך, האב איך מורא צו זיך משדך זיין מיט איהם.

איך קען עם נישט פערזענדליך, איך קען אויך נישט זיינע אייניקלאך, אבער ס'איז שמעקט מיר זיינע געוואלדיגע קנאות...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעדיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!

איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.

איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעטיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!

איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.

איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!

האסט מיר דערמאנט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט,

אין געייטסהעד-ישיבה האט געלערנט א בחור'ל וואס ס'האט עם געכאפט א-רוח-קנאות און ער איז אלץ געווארן מעהר און מעהר דערקעגן דעם יפו-רב ומוסדותיו לדורותיהם.
קיין גרויסן תלמיד-חכם איז ער אויכעט נישט געוועהן,
ויהי היום, ער האט ארויס גענומען פון אוצר ספרי הישיבה די ספרי הראשונים בהוצאת מוסד הרב קוק אויף יענע מסכתא וואס מ'האט געלערנט יענע זמן אין ישיבה
און אין א יעדע מקום שנכתב בהערות המכון "ואומר רבינו" "ודברי רבינו" וכדו' האט ער אויסגעמעקט מיט א ברייטע שווארצער מארקער עד סוף העניין או ההערה.
(פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען:
ער האט געמיינט אז ס'איז ביאורים פון רב קוק אויף דברי הראשונים... :lol: )
און עד היום הזה קען-מען טרעפן אין אוצר-הספרים דארטן די ספרים וואס יענער גאון וצדיק האט אויסגערייניגט פון א יעדע ברעקל ציונות ח"ו. ;) :lol: :twisted:

אינטערסאנט אויב ס'איז דא עפעס אמת אין דעם עפיזאד,
אויב איינער קען מעהר פרטים, צו ס'איז דא עפעס אמת אין די מעשה, צו אויב נישט, וועמען איז איינגעפאלן אזא שיינע מעשה, תבוא עליו ברכת טוב ולייק'ס.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין שוין עטליכע מאל געווען אין געיטסהעד ישיבה און איך געדענק נישט אזא זאך. אפשר איז עס נאר ביי עטליכע ספרים.

אין ווילרייק ישיבה האבען זיי א ריזיגע אוצר. ויהי היום, און איך בין געווען בין הזמנים אין דער אוצר און איך האב געזען אז אין די ספר פון הרב קוק אויף ביאור הגר"א, האט איינער אדורך געשטאכען א מעסער אין זיין נאמען. איך האב אויך באמערקט אז אין די אבי עזרי, האט איינער באמיט אונטער צו שטרעכלען יעדעס מאל עס שטייט די ווארט ׳טומאה׳ ׳אשה׳ ׳נדה׳ וכדו׳. איך האב געפרעגט א ראש ישיבה דארטוואס מיינט עס, האט ער געגעבען א קרעכץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: דער גאון וצדיק הדור וואוינט דאהי אין אמעריקע...איך בין געווען אין זיין אוצר הספרים מיט יארן צוריק. האביך געזעהן די מחזה...! איך מיין אז ער האט שוין ..."תשובה"...געטון. לויט ווי מ'הערט זיין השקפה די לעצטע פאר יאר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: איך ווילל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול. אויך רעכן איך מיך מיט די סענסיטיווע געפיהלן פון געוויסע חשוב'ע ניקס דא אין קאווע שטיבל, וועלכע קענען נישט הערן ווי דער ציוני בערל בעל עגלה איז ח"ו מוציא (לצים אלערט. רויטע וואנצעס. פליקער שליט"א אייכם...) דיבת הארץ. ער בארעדט די הייליגע קנאים. אבער אין איינס פון די חשוב'ע ישיבות וואו איך האב געפיהרט די באס, זענען געווען א (קליינע) קבוצה בחורים, קנאים, וועלכע האבן געווארפן די ספרים פונ'ם מוסד הרב קוק אויפ'ן פלאהר..!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער גאון וצדיק הדור וואוינט דאהי אין אמעריקע...איך בין געווען אין זיין אוצר הספרים מיט יארן צוריק. האביך געזעהן די מחזה...! איך מיין אז ער האט שוין ..."תשובה"...געטון. לויט ווי מ'הערט זיין השקפה די לעצטע פאר יאר...!
איך ווייס אויך פון וועמען דו רעדסט. איך האב געזען אין א ספר זיינע, ווי ער האט צוגעשריבען אויף דער שער דף וואס איז דארט געשטאנען ׳נדפס בסיוע משרד לעניני תרבות׳ צו עפעס אזוי, האט ער געשריבען דארט ׳בעוה"ר׳. אבער ביסט גערעכט, היינט וואלט ער עס שוין נישט געטוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער גאון וצדיק הדור וואוינט דאהי אין אמעריקע...איך בין געווען אין זיין אוצר הספרים מיט יארן צוריק. האביך געזעהן די מחזה...! איך מיין אז ער האט שוין ..."תשובה"...געטון. לויט ווי מ'הערט זיין השקפה די לעצטע פאר יאר...!
איך ווייס אויך פון וועמען דו רעדסט. איך האב געזען אין א ספר זיינע, ווי ער האט צוגעשריבען אויף דער שער דף וואס איז דארט געשטאנען ׳נדפס בסיוע משרד לעניני תרבות׳ צו עפעס אזוי, האט ער געשריבען דארט ׳בעוה"ר׳. אבער ביסט גערעכט, היינט וואלט ער עס שוין נישט געטוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

היינט פארן זיצונג מיט די חסידישע מועצת איז דאס ארומגעשיקט געווארן

חשיפה: ההחלטה הדרמטית שצפויה לצאת היום אחר הצהריים מישיבת המועצת

חשיפה דרמטית ומדאיגה: מועצת גדולי התורה של אגו"י שתתכנס אחר הצהריים, עומדת להחליט על אולטימטום לראש הממשלה. חוק גיוס כבר בשבועיים הקרובים או הפלת הממשלה. כמו"כ לא כל האדמורי"ם עודכנו בפשרה ההולכת ונרקמת. האדמו"ר מוזיניץ' לדוגמא לא עודכן מחשש שיטרפד את הפשרה. כמו"כ באגו"י מדברים על חוק יסוד לימוד התורה כעל 'רע במיעוטו' – כאשר לטענתם בדגל התורה רוצים ללכת הרבה יותר רחוק. את הדברים שומרים במזכירות המועצת בחשאיות גדולה מאוד. מאידך בדגל התורה מנסים לטרפד את החלטת המועצת של אגו"י עד לרגע האחרון, ולאחר שהבינו שהם נכשלים וזו האולטימטום שתצא מכינוס אגודת ישראל, הנפיקו בדגל הודעה לתקשורת שהם מציבים את האולטימטום.
חשיפה: ממקורות בכירים ביותר מגיע בשעות האחרונות הידיעה הקשה על התוכניות העומדות מאחורי כינוס המועצת של אגו"י שתתכנס היום אחר הצהריים בשעה 3.00 בבית וועד הפועל של אגו"י בירושלים.
אם חשבנו עד היום שזה עוד כינוס כמו כל הכינוסים בעבר שלא יצא ממנו כלום, מתברר שהפעם לראשונה זה שונה. הפעם הולכים להתפשר על הגרוע ביותר. כדי לרפד את הפשרה הכואבת, תציג אגודת ישראל חזית קנאית בנושא חילולי השבת וגיוס הבנות.
המועצת שתתכנס היום אחר הצהריים תדון בשלושה דברים. חילולי השבת, שם המועצת תציג מחאה חריפה, אבל זו ממש בדיחה כי זו לא הפעם הראשונה וגם לא השניה שהמועצת דנה בחילולי השבת, כמו"כ בגיוס הבנות שם גם תציג המועצת חזית קנאית, כשלא ברור כמה זה רלוונטי, אבל העיקר לשמו מתכנסת המועצת היא החלטה דרמטית ומשמעותית. הצבת אולטימטום בלתי מתפשר. העברת חוק יסוד לימוד התורה שמכפיף את הישיבות למשרד הביטחון, או בחירות.
מדובר בחוק כואב וקשה שמשמעותו הכפפת הישיבות למשרד הביטחון. באגו"י טוענים שהם יודעים שבג"ץ יפסול את החוק, אבל אדעתא דהכי הם הולכים לכך, לפחות להראות לפני הבחירות שניסו משהו, ודבר נוסף אומרים באגודה, שזה האפשרות הכי טובה שיש, כשלטענתם בדגל רוצים ללכת הרבה הרבה יותר רחוק – לחוק פשרני הרבה יותר קשה וכואב.
המקורות הבכירים ביותר מוסרים כי בשל רגישות העניין לא עודכנו כל חברי המועצת בכך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש את רעהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי געוויס אזוי...
דער וועלטס באקאנטע .... האט עפעס געזאגט..... וואס? מ׳קען דאך נישט ליינען...... דער עיקר איז אז ער האט עפעס געזאגט......... און
.




ערעב אידל דער זאגט דיבורים כדת וכדין
די יתד נאמן האט גיט אנגעהויבן די פאליטיקאנטען האבן גענימען די ווארט קעגן די רבנים יעצט זאגט א רב וואס ער האט צו זאגן אין פינטל
וואס ווערסטי אזוי נעגיטיווו קעגן אים? ליין וואס ער שרייבט און שלינג עס אראפ
אזויפיל האט דיר די וועקער נאך נישט דערלערנט צו קענען רואיג ליינען יענעמ'ס דיבורים, ער ענטפערט זייער צום פונקט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער וועקער האט מיר אויסגעלערנט אז מ׳דארף קענען ליינען די ווערטער וואס שטייען. וויבאלד די ווערטער, אחוץ די קעפעל, זענען נישט ליינבאר, מאכט עס גארנישט אויס.
בילד

דער עיקר איז, אז נישט יעדער וואס לייגט הרב לעבען זיין נאמען מיינט עס ער האט עפעס צו זאגען. אז פלוצלונג הערט זיך פון איינעם, בעיצומו של פאליטיק, פארשטייט יעדער בעל דעת אז מ׳דארף צופיהל נישט חושד זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליין די תוכן ער זאגט מוראדיגע דיבורים
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעה (חיים בלעו): זאג דו האסט שוין געהערט וואס דער עמוד ההוראה עמוד האש בדורינו הרב בערל דער בעל עגלה האט צו זאגן איבער די עניינים פון גיוס (כספים)...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

https://pbs.twimg.com/media/DXtTZ1oV4AA7R6w.jpg

שליחה דורך cictim »

בילד
פארשפארט